קען מען דען? הערשט דעמאלטס הייבט זיך עס אן (לויט אידישקייט)חתן בחור האט געשריבן: העכסטענס אז די ווילסט נישט דיין לעבן קענסטו דאס אייביג צוריקגעבן.
נארסיסטיק גאט חלילה?
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
א שעפטי לייק איז צו ביליג פאר אזא גוטע תגובה!סקעפטיקער האט געשריבן:@שעפטאל אפשר איז גאט טאקע א נארסעסיסטס? אויב דו ביסט איבערצייגט אז גאט האט טאקע געגעבן די תורה האט נישט קיין פשט צו פרעגן די אלע קשיות. אלא מאי דו ביסט נישט איבערצייגט נאר מסופק, און דו האסט אן החלטה ביי דיר אז גאט קען נישט זיין קיין נארסיסיסט, און דאס ווילסטו נוצן אלס א ראי' אז די תורה קומט נישט פון גאט. אבער פון וואו נעמסטו אז גאט איז נישט קיין נארסיסיסט? חוץ אויב דו מיינסט צו פרעגן אז אידישקייט איז זיך סותר מיניה וביה ווען פון איין זייט זאגן זיי אז גאט איז א גוטער, אבער אויב איז די תורה פון אים איז ער באמת א נארסיסיסט. איך פארשטיי דיך?
-----------------------------------
די טענה אז א נברא קען נישט פארשטיין גאט איז בעיני מאדנע, ווייל אויב אזוי אפשר איז מעמד הר סיני אמת אבער דאס איז א טריק פון גאט אונז צו פארנארן און אונז לאזן ברענען און גיהנם לעד ולנצח נצחים, איי וואו איז יושר? קען דען גאט אזוי טוען? וואס פארשטייען מיר צו א גאט!
ווען מ'קען ווען לייגען א קאליר אויף א לייק, מאך איך עס אין גאלד!!!
כ'האב געפרעגט דעי קשיא פון מיין טאטע ווען כ'בין געוועהן 13.
אפשר שפילט דער אייבישטער סתם ארום מיט אונז.
ווען מ'קומט ארויף ברעכט אויס קאלערוואר.
צדיקים גייען אין גהינום, רשעים אין גן עדן?
ער האט גענטפערט: ס'איז א נערישע שאלה. ווייל די תורה זאגט דאך ער איז א רחום וחנון...
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
די גרעסטע קשיא איז נאך אז די גאנצע זאך פון דעי וועלט איז נאר א פרוזדור כדאי צו באקימען שכר דעי וועלט איז גאר נישט איטס אלל אבעיט יענער וועלט,
די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדאי נישט צו געבן נהמה דכסופה ,
און אין די גאנצע תורה ווערט נישט דערמאנט קיין מילה אחת וועגן יענער וועלט ! און שכר און גהנום גארנישט ווערט דערמאנט
וואס איז פשט?
די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדאי נישט צו געבן נהמה דכסופה ,
און אין די גאנצע תורה ווערט נישט דערמאנט קיין מילה אחת וועגן יענער וועלט ! און שכר און גהנום גארנישט ווערט דערמאנט
וואס איז פשט?
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
@סקעפטיקער יא יא. דאס האבעך געמיינט.
ס'איז א קעטש 22
ווי אזוי ווייסען אונז אז דער אייבישטער איז גוט.
פון די תורה.
ווער האט געגעבען די תורה.
די אייבישטער.
ווי אזוי ווייסט מען אז ער האט עס געגעבען
(ס'דאך נישטא קיין מסורה וואס קען עס אויפווייזן, מ'האט דאך געהארגעט דער וואס זאגט אז ער גלייבט נישט. מ'האט דאך אפאר מאל פארגעסן די תורה?).
שוין ווייטער פון די תורה. תורה זאגט אז ס'איז געגעבען געווארען דורך די אייבישטער.
בקיצור אלעס שטייט שוין אין די תורה. א שאד צו פרעגן קשיות... א נער און גלייב... אויף יענע וועלט וועסטו שוין זעהן די אמת. ס'נישט קלאר כדי מ'זאל האבן בחירה...
---
וועלקאם צו בטחון האטליין.
ארויס צו נעמען דיין שכל און עס קיינמאל מער נישט ניצן, דריקט איינ'ס.
אנצופיהלען אלע געפ'ס מיט פארשידענע תירוצים אויף יעדע קשיא אנשטאט פון איין תירוץ אויף אלעס, דריקט 2.
וכו'.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
די גמרא זאגט דאך שוין "עליונים למטה ותחתונים למעלה"!!שעפטאל האט געשריבן:
כ'האב געפרעגט דעי קשיא פון מיין טאטע ווען כ'בין געוועהן 13.
אפשר שפילט דער אייבישטער סתם ארום מיט אונז.
ווען מ'קומט ארויף ברעכט אויס קאלערוואר.
צדיקים גייען אין גהינום, רשעים אין גן עדן?
ער האט גענטפערט: ס'איז א נערישע שאלה. ווייל די תורה זאגט דאך ער איז א רחום וחנון...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
שעפטאל: מ׳דארף מאכן סדר אין דעם אשכול אז נישט העטעס אויסקוקן ווי א באנדע נארסיסיטיקס האבן זיך צופראסקעט
אויב וויל מען רעדן שכל׳דיג, פילאזאפיש זאל מען זיך האלטן צו כללי ההגיון אבער דאכטסעך שוין דא דא גענוג אשכולות איבער די נושאים. אויב וויל מען זיך אויסגיסן דאס הארץ וואסיז איבערגעפילט מיט פעין דאן קעמען דאס אויך טון און מ׳וועט אוודאי באקומען הויפענס פון מיטגעפיל און חיזוק פון תורה געטרייע אידן וואס די תורה האט זיי געלערנט מדות טובות...

טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
דעמאנסט מיר פון מיין אשכול דא.שעפטאל האט געשריבן:א שעפטי לייק איז צו ביליג פאר אזא גוטע תגובה!סקעפטיקער האט געשריבן:@שעפטאל אפשר איז גאט טאקע א נארסעסיסטס? אויב דו ביסט איבערצייגט אז גאט האט טאקע געגעבן די תורה האט נישט קיין פשט צו פרעגן די אלע קשיות. אלא מאי דו ביסט נישט איבערצייגט נאר מסופק, און דו האסט אן החלטה ביי דיר אז גאט קען נישט זיין קיין נארסיסיסט, און דאס ווילסטו נוצן אלס א ראי' אז די תורה קומט נישט פון גאט. אבער פון וואו נעמסטו אז גאט איז נישט קיין נארסיסיסט? חוץ אויב דו מיינסט צו פרעגן אז אידישקייט איז זיך סותר מיניה וביה ווען פון איין זייט זאגן זיי אז גאט איז א גוטער, אבער אויב איז די תורה פון אים איז ער באמת א נארסיסיסט. איך פארשטיי דיך?
-----------------------------------
די טענה אז א נברא קען נישט פארשטיין גאט איז בעיני מאדנע, ווייל אויב אזוי אפשר איז מעמד הר סיני אמת אבער דאס איז א טריק פון גאט אונז צו פארנארן און אונז לאזן ברענען און גיהנם לעד ולנצח נצחים, איי וואו איז יושר? קען דען גאט אזוי טוען? וואס פארשטייען מיר צו א גאט!
ווען מ'קען ווען לייגען א קאליר אויף א לייק, מאך איך עס אין גאלד!!!
כ'האב געפרעגט דעי קשיא פון מיין טאטע ווען כ'בין געוועהן 13.
אפשר שפילט דער אייבישטער סתם ארום מיט אונז.
ווען מ'קומט ארויף ברעכט אויס קאלערוואר.
צדיקים גייען אין גהינום, רשעים אין גן עדן?
ער האט גענטפערט: ס'איז א נערישע שאלה. ווייל די תורה זאגט דאך ער איז א רחום וחנון...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ס'איז טאקע א שטארקע קשיא, כ'מיין אז די בעסטע תירוץ וואס כ'האב געהערט דערויף איז, אז די תורה איז דא אונז צו גיידן אויף די וועלט, עס איז בעיקר א דאקטראט וויאזוי מען זאל זיך פירן אינעם חיי יום יום, עס רעדט נישט וועגן שכר ועונש ווייל דאס איז נישט נוגע צום טאג טעגליכן לעבן.קאצקע ציקער האט געשריבן:די גרעסטע קשיא איז נאך אז די גאנצע זאך פון דעי וועלט איז נאר א פרוזדור כדאי צו באקימען שכר דעי וועלט איז גאר נישט איטס אלל אבעיט יענער וועלט,
די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדאי נישט צו געבן נהמה דכסופה ,
און אין די גאנצע תורה ווערט נישט דערמאנט קיין מילה אחת וועגן יענער וועלט ! און שכר און גהנום גארנישט ווערט דערמאנט
וואס איז פשט?
דער רס"ג ברענגט אז שכר איז יא מרומז אין די תורה און דאס איז ביי עקידת יצחק. יצחק האט זיך געלאזט שחט'ן, אויב איז נישטא קיין שכר אויף יענע וועלט דאן פארוואס זאל ער זיך לאזן? מילא אברהם קען מען זאגן אז גאט וועט אים צוריקבאצאלן בכפלי כפלים אויף די וועלט, אבער יצחק?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
וואס טוט זיך מיט ריינע אהבת ה' אזויווי די פריערדיגע חסידישע רבי'ס?שמן למאור האט געשריבן: יצחק האט זיך געלאזט שחט'ן, אויב איז נישטא קיין שכר אויף יענע וועלט דאן פארוואס זאל ער זיך לאזן? מילא אברהם קען מען זאגן אז גאט וועט אים צוריקבאצאלן בכפלי כפלים אויף די וועלט, אבער יצחק?
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך ווייס נישט ווער דער חכם איז, אבער ווי אזוי וועט ער לערנען פשט אז "מאתו לא תצא הרעות"? (הגם עס שטייט אויך 'והטוב' נאכדעם, אבער מיר זאגן דאך נאר וואס שטימט פאר אונז...), וכן צענדליגער אנדערע פסוקים און מאמרי חז"ל, ווי טוב ה' לכל, ורחמיו על כל מעשיו (וואס?), מטבע הטוב להטיב, וכו'.אלפא האט געשריבן:יובל נח הררי אין זיין בוך (SAPIENS page 246), ---
ער ענדיגט צו, אז ער האט די בעסטע תירוץ אויף די פראגעס ווי אלעס פאלט אין פלאץ (אבער משום מה האט קיין איין רעליגיע נישט דעם מאגן דערפאר...) נעמליך, עס איז דא איין אלמעכטיגן גאט וואס האט טאקע אלס באשאפן - אבער ער איז א שלעכטע!
פון אלע תגובות דא איז מיר בעיקר שווער איין זאך וואס שעפטאל דערמאנט, דאס וואס חז"ל זאגן אונז הדבק במדותיו של הקב"ה, מה הוא רחום וכו', וואס עפעס רעדט מען דא נאר פון די רחום חלק? עס איז דא נאך חלקים... ער איז אן א-ל קנא ונוקם, ער איז טאקע א מאריך אף אבער צום סוף איז גבה דילי', און ער האט געמאכט אזא גיהנם וואס לויט'ן ראשית חכמה איז עס רח"ל... מעג איך זיך אויך אזוי פירן און אנפראסקען מיינע שונאים אזוי ווי דער אייבערשטער? אה, דא קומט דער תירוץ "ביים באשעפער איז עס נאר פאר די טובה פונעם מענטש"..., אקעי, איך וועל עס אויך נאר טון פאר די טובה פון מיין שונא... העי ניין! לא תקום!! דו טארסט נישט! גלייב אז וואס יענער האט דיר מצער געווען איז געווען באשערט... איי דער באשעפער? חז"ל זאגן דאך ער איז שומר משמרתו של תורה? איז ער מקיים לא תקום? לא תטור? אה, עס איז אנדערש, ווילסט פארגלייכן א מענטש צו גאט? מיר קענען נישט פארשטיין זיין מהלך, כי לא מחשבותי מחשבותיכם... אבער איין מינוט, האסטו מיר נישט דזשאסט געזאגט הדבק במדותיו? יא פארגלייכן אדער נישט, מעיק אפ יור מיינד! איך בין שוין אינגאנצן צומישט....
בקיצור ווי אזוי ארבעט דאס? וואס מעג איך יא און וואס נישט?
וירח ה' את ריח הניחוח
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
דער איז בכלל נישט משלנו. ער טרייבט בעצם לצנות ווען ער ברענגט ארויס די נקודה!שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דער חכם איז, אבער ווי אזוי וועט ער לערנען פשט אז "מאתו לא תצא הרעות"? (הגם עס שטייט אויך 'והטוב' נאכדעם, אבער מיר זאגן דאך נאר וואס שטימט פאר אונז...), וכן צענדליגער אנדערע פסוקים און מאמרי חז"ל, ווי טוב ה' לכל, ורחמיו על כל מעשיו (וואס?), מטבע הטוב להטיב, וכו'.אלפא האט געשריבן:יובל נח הררי אין זיין בוך (SAPIENS page 246), ---
ער ענדיגט צו, אז ער האט די בעסטע תירוץ אויף די פראגעס ווי אלעס פאלט אין פלאץ (אבער משום מה האט קיין איין רעליגיע נישט דעם מאגן דערפאר...) נעמליך, עס איז דא איין אלמעכטיגן גאט וואס האט טאקע אלס באשאפן - אבער ער איז א שלעכטע!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
עהם.. ס׳איז דא צוויי גאנצע פרשיות אין די תורה וואס רעדן פון שכר ועונש אינגרויסן! די ברכות טאמער היט מען די תורה, און די שרעקליכע תוכחה טאמער נישט. וויאזוי אויך די ברכות און קללות אויף הר גריזים/הר עיבל, און אנדערע.שמן למאור האט געשריבן:ס'איז טאקע א שטארקע קשיא, כ'מיין אז די בעסטע תירוץ וואס כ'האב געהערט דערויף איז, אז די תורה איז דא אונז צו גיידן אויף די וועלט, עס איז בעיקר א דאקטראט וויאזוי מען זאל זיך פירן אינעם חיי יום יום, עס רעדט נישט וועגן שכר ועונש ווייל דאס איז נישט נוגע צום טאג טעגליכן לעבן.קאצקע ציקער האט געשריבן:די גרעסטע קשיא איז נאך אז די גאנצע זאך פון דעי וועלט איז נאר א פרוזדור כדאי צו באקימען שכר דעי וועלט איז גאר נישט איטס אלל אבעיט יענער וועלט,
די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט כדי נישט צו געבן נהמה דכסופא,
און אין די גאנצע תורה ווערט נישט דערמאנט קיין מילה אחת וועגן יענער וועלט! און שכר און גהנום, גארנישט ווערט דערמאנט,
וואס איז פשט?
דער רס"ג ברענגט אז שכר איז יא מרומז אין די תורה און דאס איז ביי עקידת יצחק. יצחק האט זיך געלאזט שחט'ן, אויב איז נישטא קיין שכר אויף יענע וועלט דאן פארוואס זאל ער זיך לאזן? מילא אברהם קען מען זאגן אז גאט וועט אים צוריקבאצאלן בכפלי כפלים אויף די וועלט, אבער יצחק?
די תורה רעדט פון שכר ועונש שוין איינמאל! ס'דערמאנט נאר נישט קיין מאק פון א "יענע וועלט". ניטאמאל אין גאנץ תנ״ך איז עס אראפגעברענגט, בלויז א רמז קען מען טרעפן.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
להסביר דברי הציקער..
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ונתתי גשמיכם איז נאר פירותיהן בעולם הזה.
הגם מ'זעהט נישט ס'זאל געשעהן, נאר געווענדליך פארקערט..
פונקט ווי די קשה לשכחה'ס מאכט נישט פארגעסן,
און די חייבי כריתות לעבן ביז די 90. א.א.וו.
אויף דעם ענטפערט מען מיט הימלישע תירוצים, יענע וועלט, גלגול וכדו'.
שכר אויף דעי וועלט איז דא פאר דעי וואס טוהן וואס זיי ווילן (זענען נעבעך משבעוד צו זייער יצר הרע..)
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ונתתי גשמיכם איז נאר פירותיהן בעולם הזה.
הגם מ'זעהט נישט ס'זאל געשעהן, נאר געווענדליך פארקערט..
פונקט ווי די קשה לשכחה'ס מאכט נישט פארגעסן,
און די חייבי כריתות לעבן ביז די 90. א.א.וו.
אויף דעם ענטפערט מען מיט הימלישע תירוצים, יענע וועלט, גלגול וכדו'.
שכר אויף דעי וועלט איז דא פאר דעי וואס טוהן וואס זיי ווילן (זענען נעבעך משבעוד צו זייער יצר הרע..)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די שכר ועונש וואס עס שטייט אין די תורה איז נישט בבחינת א באלוינונג און א שטראף, ס'איז מער א פראקטישע צוזאג וואס די תורה איז מבטיח פאר איינער וואס איז מקיים די תורה, משא"כ פארקערט.חתן בחור האט געשריבן:עהם.. ס׳איז דא צוויי גאנצע פרשיות אין די תורה וואס רעדן פון שכר ועונש אינגרויסן! די ברכות טאמער היט מען די תורה, און די שרעקליכע תוכחה טאמער נישט. וויאזוי אויך די ברכות און קללות אויף הר גריזים/הר עיבל, און אנדערע.
די תורה רעדט פון שכר ועונש שוין איינמאל! ס'דערמאנט נאר נישט קיין מאק פון א "יענע וועלט". ניטאמאל אין גאנץ תנ״ך איז עס אראפגעברענגט, בלויז א רמז קען מען טרעפן.
די תורה רעדט ווייטער פארן פראקטישן טאג טעגליכן סדר היום וויאזוי דער מענטש זאל זיך פירן, און די תורה איז מבטיח אז אויב וועסטו דינען דעם באשעפער וועט ער דיר 'ערמעגליכן' עס צו טון גרינגערהייט. ונתתי גשמיכם בעיתם וכו' איז נישט קיין שכר, ס'איז פשוט אן הבטחה אז גאט וועט צושטעלן די באדן אז מען זאל ווייטער קענען מקיים זיין רצון השם. און די זעלבע פארקערט, אויב ווען מען עובר זיין אויף זיין רצון, וועט ער מער נישט צושטעלן וואס מען דארף. נישט אלס עונש, נאר פשוט אז דו פירסט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, אז דו פירסט זיך צום באשעפער בקרי וועט ער זיך אויך מסתיר זיין און כאילו אראפנעמען זיין השגחה און ממילא וועט שוין קומען די אלע קללות.
אבער ריכטיגע שכר ועונש, דאס איז אויף יענע וועלט. פון דעם רעדט נישט די תורה ווייל די תורה איז מלשון הוראה, ער קומט דיר בלויז צו ווייזן דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן אויף די וועלט. אבער כמובן אז דער גוטער באשעפער וועט נישט שולדיג בלייבן און צאלן שכר פאר צדיקים און עונשים פאר רשעים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
דערמאנט מיר פון די גמרא אין קידושין: רבא אמר: הא מני – רבי יעקב היא, דאמר: שכר מצוה בהאי עלמא ליכא. דתניא, רבי יעקב אומר: אין לך כל מצוה ומצוה שכתובה בתורה שמתן שכרה בצדה שאין תחיית המתים תלויה בה. בכיבוד אב ואם כתיב: ״למען יאריכן ימיך ולמען ייטב לך״, בשילוח הקן כתיב: ״למען ייטב לך והארכת ימים״. הרי שאמר לו אביו: עלה לבירה והבא לי גוזלות, ועלה לבירה ושלח את האם ונטל את הבנים ובחזירתו נפל ומת – היכן טובת ימיו של זה, והיכן אריכות ימיו של זה? אלא: ״למען ייטב לך״ – לעולם שכולו טוב, ״ולמען יאריכן ימיך״ – לעולם שכולו ארוך. ודלמא לאו הכי הוה? רבי יעקב מעשה חזא.שעפטאל האט געשריבן:להסביר דברי הציקער..
שכר מצוה בהאי עלמא ליכא.
ונתתי גשמיכם איז נאר פירותיהן בעולם הזה.
הגם מ'זעהט נישט ס'זאל געשעהן, נאר געווענדליך פארקערט..
פונקט ווי די קשה לשכחה'ס מאכט נישט פארגעסן,
און די חייבי כריתות לעבן ביז די 90. א.א.וו.
אויף דעם ענטפערט מען מיט הימלישע תירוצים, יענע וועלט, גלגול וכדו'.
שכר אויף דעי וועלט איז דא פאר דעי וואס טוהן וואס זיי ווילן (זענען נעבעך משבעוד צו זייער יצר הרע..)
ד.מ. שכר מצוה בהאי עלמא ליכא איז א פאקט געבויעט אויף אן אבזערוואציע, און די פאקט אז די שכר וואס די תורה זאגט ווערט נישט מקויים איז גאר א ראי' אויף תחיית המתים! און דעמאלטס וועט עס מקוים ווערן.
די גמרא זאגט דארט נאכדעם אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס אלישע בן אבויה האט כופר געווען בתורה: אמר רב יוסף: אילמלי דרשיה אחר להאי קרא כרבי יעקב בר ברתיה – לא חטא. ואחר מאי הוא? איכא דאמרי: כי האי גוונא חזא.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
דער תכלית פון רצונו הפשוט ב״ה להטיב לבריותיו איז די שכר פונעם אלף השביעי וואס איז נאך ימות המשיח ולאחר תחיית המתים דא אויף די וועלט ווען ס׳וועט נתעלה ווערן בדרגה עילאה רוחניות כמו קודם החטא און זוכה צו זיין צו דעם איז דוקא דורך די תורה ומצוות.
לכתחילה און ווי ס׳ווערט געברענג אין תנ״ך איז די אינסענטיוו אז אונז זאלן מקיים זיין די תורה ומצוות געווען זאכן וואסיז עקספיריענטשול און אונז קעמער רילעטן צו עס אזוי ווי רעגן וכדו׳.
ומפני חטאינו גלינו מארצנו און בדרך עונש (וואסיז נישט נקמה ח״ו נאר אן עצה ותחבילה עליאה אז אונז זאלמער אנקומען צום תכלית, ואכמ״ל) האט מען צוגענומען די אינסענטיוו און די ערענסטע ראנגלענישן פאר אידישקייט האט זיך אנגעהויבן מדרגה לדרגה. די לעקטערס האבן זיך ביסלעכווייז פארלאשן, דור אחר דור האט מען צוגענומען נאך אור נאך גלוי און די נסיונות זענען געווארן שטערקער און שטערקער ביז ס׳איז געווארן שטאק פינסטער, חושך אפילה אז מ׳זעט ׳גארנישט׳, נשטא קיין שום פיזיקעל פרוף אויף כמעט קיין שום עספעקט פון אידישקייט עד כדי כך אז דאס פינטעלע אמונה וואס דאס איז געבליבן די איינציגסטע יסוד פאר אידישקייט בזמן הזה, אזוי ווי ס׳ווערט געברענגט: בא חבקוק והעמידן על אחת, שנאמר ״וצדיק באמונתו יחיה" איז און א סכנה ווי קיינמאל פריער.
און ווי די צדיקים האבן שוין פארגעזאגט פאר לערך 200 יאר צוריק, ווי למשל דער הייליגער ריזשינער זצ״ל האט געזאגט: בעיקבתא דמשיחא אז ס׳וועט זיין א איד א מאמין, וועט עס זיין אזא נס פונקט ווי יציאת מצרים. ועוד מאמרים, וכידוע פונעם הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זצ״ל.
לעניננו, האמיר שכר ועונש האמורה בתורה וואס איז נאר אן אינסענטיוו בבחינת ׳פירותיהם בעולם הזה׳. נאכדעם האמיר גן עדן, גהינום וכדו׳ אלע עניני עולם הנשמות ווי ס׳ווערט געברענגט אין תורה שבעל פה, וואס איז לאו דוקא געזאגט געווארן אלץ אן אינסענטיוו אדער סטראשע, אדרבה, בפירוש אמרו ׳אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס׳ און ס׳איז פינקט גוט פאר תחילת העבודה אדער פאר נשים וקטנים (הגע בעצמך, אויב די עקספיריענטשול אינסענטיווס בזמן הבית האבן נישט געארבייט, וואסיז די הוה אמינא אז העכערע המילישע זאכן זאלן ארבייטן...?) דערנאך והוא העיקר ווארטן אונז און האפן זוכה צו זיין צום זמן פון תיקון העולם, תיקון השלם לעולם הבא.
לכתחילה און ווי ס׳ווערט געברענג אין תנ״ך איז די אינסענטיוו אז אונז זאלן מקיים זיין די תורה ומצוות געווען זאכן וואסיז עקספיריענטשול און אונז קעמער רילעטן צו עס אזוי ווי רעגן וכדו׳.
ומפני חטאינו גלינו מארצנו און בדרך עונש (וואסיז נישט נקמה ח״ו נאר אן עצה ותחבילה עליאה אז אונז זאלמער אנקומען צום תכלית, ואכמ״ל) האט מען צוגענומען די אינסענטיוו און די ערענסטע ראנגלענישן פאר אידישקייט האט זיך אנגעהויבן מדרגה לדרגה. די לעקטערס האבן זיך ביסלעכווייז פארלאשן, דור אחר דור האט מען צוגענומען נאך אור נאך גלוי און די נסיונות זענען געווארן שטערקער און שטערקער ביז ס׳איז געווארן שטאק פינסטער, חושך אפילה אז מ׳זעט ׳גארנישט׳, נשטא קיין שום פיזיקעל פרוף אויף כמעט קיין שום עספעקט פון אידישקייט עד כדי כך אז דאס פינטעלע אמונה וואס דאס איז געבליבן די איינציגסטע יסוד פאר אידישקייט בזמן הזה, אזוי ווי ס׳ווערט געברענגט: בא חבקוק והעמידן על אחת, שנאמר ״וצדיק באמונתו יחיה" איז און א סכנה ווי קיינמאל פריער.
און ווי די צדיקים האבן שוין פארגעזאגט פאר לערך 200 יאר צוריק, ווי למשל דער הייליגער ריזשינער זצ״ל האט געזאגט: בעיקבתא דמשיחא אז ס׳וועט זיין א איד א מאמין, וועט עס זיין אזא נס פונקט ווי יציאת מצרים. ועוד מאמרים, וכידוע פונעם הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זצ״ל.
לעניננו, האמיר שכר ועונש האמורה בתורה וואס איז נאר אן אינסענטיוו בבחינת ׳פירותיהם בעולם הזה׳. נאכדעם האמיר גן עדן, גהינום וכדו׳ אלע עניני עולם הנשמות ווי ס׳ווערט געברענגט אין תורה שבעל פה, וואס איז לאו דוקא געזאגט געווארן אלץ אן אינסענטיוו אדער סטראשע, אדרבה, בפירוש אמרו ׳אל תהיו כעבדים המשמשין את הרב על מנת לקבל פרס׳ און ס׳איז פינקט גוט פאר תחילת העבודה אדער פאר נשים וקטנים (הגע בעצמך, אויב די עקספיריענטשול אינסענטיווס בזמן הבית האבן נישט געארבייט, וואסיז די הוה אמינא אז העכערע המילישע זאכן זאלן ארבייטן...?) דערנאך והוא העיקר ווארטן אונז און האפן זוכה צו זיין צום זמן פון תיקון העולם, תיקון השלם לעולם הבא.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
שכח @סקעפטיקער און @בְּתוֹךְ עַמִּי
יעדער נעמט ארויס א ראי' לצדו
(למשל. פון די גמ' פון שילוח הקן האט רביה"ק געמאכט א אשכול..)
אגב. די מימרא פון צדיקים אז ס'גייט זיין שווער צו גלייבן איז נישט קיין רוה"ק, זיי האבן געזעהן ווי סייענס ווערט אויפגעכאפט, ווען מ'פארשטייט ווי אזוי ס'רעגנט, וואקסט. ווי אזוי מ'ווערט קראנק, געזונט. ווען מ'הייבט אהן כאפן אז ס'איז יתכן די וועלט איז שוין זייער אלט. וכדו'. ווערט שווער צו גלייבן ווי זיך צו דראפן אויף גראדע ווענט. כלשונם.
@פונדאַמענטאַל: שכח פארן געבן הסבר.
נ.ב. דיין לעצטע הסבר אז די תורה זאגט נאר וויפיהל מ'קען, (ווי כאטש גרינגער מאכן פאר קנעכט, מ'קען נישט אסר'ן אין יענע דור רעיפן מיט מלחמות ווייל ס'געוועהן די נארמע) איז אביסל שווער. זייט ווען וועט די תורת אמת משקר זיין? נאכדערצו ביי א מילתא דעבידא לגלויא מיט א קנאפ צוויי טויזנט יאהר שפעהטער?
יעדער נעמט ארויס א ראי' לצדו
(למשל. פון די גמ' פון שילוח הקן האט רביה"ק געמאכט א אשכול..)
אגב. די מימרא פון צדיקים אז ס'גייט זיין שווער צו גלייבן איז נישט קיין רוה"ק, זיי האבן געזעהן ווי סייענס ווערט אויפגעכאפט, ווען מ'פארשטייט ווי אזוי ס'רעגנט, וואקסט. ווי אזוי מ'ווערט קראנק, געזונט. ווען מ'הייבט אהן כאפן אז ס'איז יתכן די וועלט איז שוין זייער אלט. וכדו'. ווערט שווער צו גלייבן ווי זיך צו דראפן אויף גראדע ווענט. כלשונם.
@פונדאַמענטאַל: שכח פארן געבן הסבר.
נ.ב. דיין לעצטע הסבר אז די תורה זאגט נאר וויפיהל מ'קען, (ווי כאטש גרינגער מאכן פאר קנעכט, מ'קען נישט אסר'ן אין יענע דור רעיפן מיט מלחמות ווייל ס'געוועהן די נארמע) איז אביסל שווער. זייט ווען וועט די תורת אמת משקר זיין? נאכדערצו ביי א מילתא דעבידא לגלויא מיט א קנאפ צוויי טויזנט יאהר שפעהטער?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
ווי ס׳דערקענט זיך פון מיין פריערדיגע תגובה גיי איך מיט די הנחה אז ס׳בדוקא א זמן פון חשכות און אונזער נסיון היינט איז אויף די פינטעלע ׳אמונה׳. איז ווילאנג ס׳נאך דא עפעס עווידענס מאכסטו א קאגנעטיוו טשויס צו טון וואס עס לוינט זיך דיר, דאס איז נישט אמונה. דאס איז קאמערס. ולפי זה קעמען היינט צוקומען צו אמונה מער ווי אמאל.שעפטאל האט געשריבן: אגב. די מימרא פון צדיקים אז ס'גייט זיין שווער צו גלייבן איז נישט קיין רוה"ק, זיי האבן געזעהן ווי סייענס ווערט אויפגעכאפט, ווען מ'פארשטייט ווי אזוי ס'רעגנט, וואקסט. ווי אזוי מ'ווערט קראנק, געזונט. ווען מ'הייבט אהן כאפן אז ס'איז יתכן די וועלט איז שוין זייער אלט. וכדו'. ווערט שווער צו גלייבן ווי זיך צו דראפן אויף גראדע ווענט. כלשונם.
עכ״פ, האביך נישט געברענגט די ממרות הצדיקים בדוקא אלץ ראי׳ זיך סומך צו זיין אויף דעם. אבער ס׳ווינדערט מיר פארוואס דו קריכסט אויף גראדע ווענט צו זאגן אז ס׳נישט קיין רוה״ק... וויפיל און וועלכע סייענס איז שוין דאן געווען? אז ס׳זאל שטימען צו זאגן אז ס׳איז געזאגט געווארן געבעיסד אויף דעם?
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
די רוח ההשכלה האט דעמאלטס געבוזשעוועט בתפארתהבְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ווי ס׳דערקענט זיך פון מיין פריערדיגע תגובה גיי איך מיט די הנחה אז ס׳בדוקא א זמן פון חשכות און אונזער נסיון היינט איז אויף די פינטעלע ׳אמונה׳. איז ווילאנג ס׳נאך דא עפעס עווידענס מאכסטו א קאגנעטיוו טשויס צו טון וואס עס לוינט זיך דיר, דאס איז נישט אמונה. דאס איז קאמערס. ולפי זה קעמען היינט צוקומען צו אמונה מער ווי אמאל.שעפטאל האט געשריבן: אגב. די מימרא פון צדיקים אז ס'גייט זיין שווער צו גלייבן איז נישט קיין רוה"ק, זיי האבן געזעהן ווי סייענס ווערט אויפגעכאפט, ווען מ'פארשטייט ווי אזוי ס'רעגנט, וואקסט. ווי אזוי מ'ווערט קראנק, געזונט. ווען מ'הייבט אהן כאפן אז ס'איז יתכן די וועלט איז שוין זייער אלט. וכדו'. ווערט שווער צו גלייבן ווי זיך צו דראפן אויף גראדע ווענט. כלשונם.
עכ״פ, האביך נישט געברענגט די ממרות הצדיקים בדוקא אלץ ראי׳ זיך סומך צו זיין אויף דעם. אבער ס׳ווינדערט מיר פארוואס דו קריכסט אויף גראדע ווענט צו זאגן אז ס׳נישט קיין רוה״ק... וויפיל און וועלכע סייענס איז שוין דאן געווען? אז ס׳זאל שטימען צו זאגן אז ס׳איז געזאגט געווארן געבעיסד אויף דעם?
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: נארסיסטיק גאט חלילה?
בתוך עמי.
סייענס איז א סתירה צו אמונה. ס'מאכט אסאך קאפוויי צו פארענטפערען אלעס וואס ווערט אויפגעוויזען נישט ווי די תורה. (ביי ר"נ מברסלב איז אפי' שכל א שלעכטע זאך וואס ברענגט כפירה).
זיי האבן געזעהן אז די טרענד פון די וועלט ציהט צו וויסענשאפט.
נ.ב. דשאסט צו זיין זיכער כ'פארשטיי דיך.
אמונה איז טראסט, אננעמען עפעס וואס איז נישט אויפגעוויזען. יא?