איך האב נישט גענוצט קיין IVF, אדער אפילו IUI. א פשוט'ן אינדזשעקשען און פערטיג.אנאנים האט געשריבן:דאס איז אנאנים 1.אנאנים האט געשריבן:איך בין אנאנים ג', דער וואס האט א בחור א בן 16.
מיין בחור לערנט אין א נארמאלע ישיבה, ער האט חברים, און ער לערנט בהתמדה. ער האט אבער כסדר פראבלעמן מיט אנדערע. ער איז א פרומער, ממילא האלט ער זיך אסאך איין, אבער נישט מיט די אלגעמיינע אינסטינקט וואס נארמאלע מענטשן האבן אז יענער איז אויך א מענטש.
בקיצור, ער איז נישט קיין 'קעיס', נאר א סבה אז איך מוז ארבעטן. יעצט גייט ער צו א יונגערמאן איין מאל א וואך, ווי זיי זוכן אויס עצות. דער בחור וויל אליין עצות דערפאר, ווייל ער זעט איין אז אזוי קען ער נישט לעבן.
לגבי די שייכות מיט טריעטמענטס, ווייס איך בכלל נישט צו עס האט א שייכות. ביי מיר אין געוויסן דרייט זיך אזא מחשבה אז עפעס דארט איז אנדערש ווי אנדערע קינדער, און דאס קען זיין צוליעב טריעטמענטס. דער אמת איז, דער קינד האט געווייל פינף טעג אין די NICU, און ער איז געלאזט געווארן דארט אליין איבער א שבת. דערנאך איז ער אהיים געקומן מיט א apnea monitor פאר א פאר מאנאטן, און זיין מאמע האט געהאט low-grade PPD, וואס אביסל מעדיקעישען האט קעיר גענומן.
גיי ווייס צו איינער פון זיי האט א שייכות צונישט.
אפשר זאל מען פרעגן ביי שלמה באכנער וכדו' צו ער ווייסט פון אזא מציאות.
ווי ווייט איך האב זיך נאכגעפרעגט און נאכגעקוקט, איז נישטא קיין שום קאנעקשן פון IVF צו שפעטער'דיגע פראבלעמען, קיינער קען נישט טרעפן אזא שטודיע אדער עקספערימענט.
וואס איך ווייס יא איז אז די אנטי וועקסער'ס זיי זענען די וואס פארשפרייטן די מיני שמועס, און דאס איז איינע פון די הויפט סיבות פארוואס מ'וועט זעלטן זעהן טאטע'ס און מאמע'ס פון IVF קינדער ארויס קומען אין פובליק.
איך בין די לעצטע צו זיין אן אנטי-וואקסער.