אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
איך אויך האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט נישט די סתירה דא? עס קען גאנץ מעגליך זיין אז קרויס האט געוויסט פונעם חול המועד זייט א יונג מיידל און פאקטיש האט זי גערעדט עברית מיט איר חבר שאלאמאן זייענדיג נאך גאנץ יונג. אבער וואס האט עס צוטוהן צו נחמיה האט איר יא אדער נישט מאנס געווען? ספעציעל ווען עס איז דא אזויפיל אנדערע וויקטימס.
@בת קול וואס איז עמדים?
עמודים איז א מענטל העלט ארגעניזאציע וואס טוהט אסאך פאר סקסואל אביוס וויקטימס.
https://amudim.org/
.I got voices in my head.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
או יש לומר אז ס'איז טאקע געווען אסאך מעשיות (נאך אלעם האט ער דאס געטון פאר א 'ליווינג', ער האט נישט נאר אויפגענומען פרויען מוצאי שבת...) און אסאך ניקים רעדן פון די זעלבע וויקטעמס.קורקלענד האט געשריבן:ס'דא אזא לעגענדע וואס גייט ארום. ס'איז דא מער מוצ''ש מעשיות ביים בעש''ט ווי וויפיל מוצ''ש ס'איז געווען אין דער לעבן פונעם בעש''ט. מ'האלט שוין באלד ביי אזויפיל פערזענלעכע אנדערע קעיסעס ווי וויפיל מיידלעך זענען בכלל דורך זיין פרעקטיס אז ס'הערט זיך שוין כמעט אומעגליך ס'גאנצע מעשה......
דאס אז איינער האט געהערט פון א חבר איבער זיין מומע וואס איז א וויקטעם פון וועבערמאן, און א צווייטער האט געהערט פון א חבר אז זיין שוועסטער איז א וויקטעם פון וועבערמאן, מוז עס נישט מיינען אז ס'איז צוויי אנדערע וויקטעמס וואס זענען באלעסטיגט געווארן אין באזונדערע מוצאי שבתות...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
ס'נישט נארמאל וואס עס קומט דא פאר
שמן למאור קען נישט קיינעם אבער איז ביזי אראפצורייסן יעדעם וואס האט זיי געקענט....
רעדן פון די הלכה לגבי די תורה האב איך דיר נייעס אז על פי תורה פארלירט מען זייער אסאך מאל די נאמנות....
ס'איז 2023 און יעדער זעהט ווי צודרייט די ME TOO מאוומענט איז געווארן אבער נאכאלץ זעהן מיר היימישע (?) אידן זיך אננעמען פאר א פסק וואס איז קלאר געטריבן געווארן פון שנאת ישראל אין אנדערע ווערטער א פאלטשע פסק...
אית דין ואית דיין

קענסט אפשר אויך זאגן א שטראָף פאר איינער וואס האט איינעם פאלטש באשולדיגט אין אים אריינגעשליידערט פאר 106 יאר אין געשחטן זיינע דורות פאר אייביג....Yesh האט געשריבן:אמת ער הרג'עט, אבער ער איז קראנק.יהורם האט געשריבן:א מענטש וואס לייגט די האנט אויף א קינד האט נישט קיין מחילה. פונקט ווי א מערדער וואס שעכט קינדער, האט א פעדאפיל נישט וואס צו אפילו בעטן א תשובה. עס איז נישט מעגליך. א פעדאפיל הארגעט קינדער! קען זיין אז זיי אטעמען נאך, קען זיין אז דאס הארץ קלאפט זיי נאך, אבער דאס איז א מעוות שלא יוכל לתקון און עס קומט זיך אויף דעם דאס ארגסטע.
אין א אנדערע קאמיוניטי וואלט ער זיך געשעמט, וואלט ער געטראפן די וועג זיך צו היילן. ביי אונז איז ער עקסעפטעד, ס'איז אונזער שולד.
אין אנדערע ווערטער אויב עס איז א ספק ספק איז זי סך א גרעסערע רוצח אויב זי זאגט ליגענט....
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
פון די אנדערע זייט, האט קיינער נישט גע'חלומ'ט אז ס'גייט קומען אזויפיל יאר, און ס'קען זיין אז זי האט סה''כ געוואלט ער זאל זיצן פאר אפאר יאר, אדער איינגיין פאר א פלי בארגען, אבער יעצט קען נאר צוריקגיין א קאזע...האי פרושא האט געשריבן:קענסט אפשר אויך זאגן א שטראָף פאר איינער וואס האט איינעם פאלטש באשולדיגט אין אים אריינגעשליידערט פאר 106 יאר אין געשחטן זיינע דורות פאר אייביג....
אין אנדערע ווערטער, אויב עס איז א ספק ספק איז זי סך א גרעסערע רוצח אויב זי זאגט ליגענט....
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
איך רעד דאך פון די צד אז זי זאגט ליגענט.
מען פרובירט א גאנצן צייט צו באשולדיגן נחמיה ווייל מען רעדט פון אזא הארבע עבירה און מען רעדט נישט פון די קרומע משפט אין קיין איין באווייז.
אבער טראכט א רגע פון די צד אז ער איז גערעכט,
צו זיין קלארער, איך וואלט ענדערש גרייט געווען צו גערעפט ווערן ווי איידער זיצן פאר די לעבן און יעדער אין מיין קאמיוניטי וואס וויל זיין קיל דארף מיר די ערשטע בארעדן.....
ער האט דאך נישט געוואלט אננעמען די מיידל ווייל יעדער האט אים געווארענט, ביז א גרויסע רבי אין ארץ ישראל וואס האט באקומען געלט פון איר טאטע האט גענומען אחריות
די אחריות האט זיך גענדיגט ווען וואס ער האט מורא געהאט איז געקומען.

- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
How much i knew her is not the point here, what is the point is that you come out with certainty that Nechamya raped her because she says so and you didn't even know her before she came out with that allegation and you are judge on her trustworthiness. that is the point.שמן למאור האט געשריבן:דער אמת איז אז ניין, איך האב איר נישט געקענט און איך קען איר נאכאלץ נישט, אבער כ'וויל איין זאך קלאר מאכן, בלויז ווייל דו האסט געוואוינט אויף די זעלבע בלאק ווי איר אין וויליאמסבורג, מיינט נאכנישט אז דו 'קענסט איר'...
יא... האסט געוואוסט אז זי איז די באקאנטע שוקצה, די גאנצע בלאק האט מסתמה אנגעזאגט די קינדער צו שטיין ווייט, זיכער איז זי אויך עלול אויף הרג'ענען צען מענטשן מיט א מעסער... ווארום זי גייט דאך נישט אינגאנצן בצניעות... אבער סארי, דאס מיינט נישט אז דו האסט 'איר' געקענט.
@בת קול האט געשריבן אז זי איז געווען א צוריקגעצויגן shy מיידל, איך גלייב אז זי נעמט עס פון ערגעץ, צו פון שכינים וואס האבן געקענט די עכטע 'איר' אדער אפשר האט זי איר געקענט אויף מער א פערזענליכע לעוול, אזוי צו אזוי, דאס אז א מיידל געפינט זיך נישט דאס פלאץ אין די חרדישע געזעלשאפט, מיינט נישט אז זי איז א פאבליק טוילעט, און עס מיינט אויך בכלל נישט אז זי איז יעצט עלול אויף ארויפצולייגן א בלבול אויף א מענטש און אים איינזעצן פאר איבער 100 יאר פאר גארנישט און פאר נישט. און פארגעס נישט אז די גאנצע פרשה האט זיך נישט אנגעפאנגען ווען זי איז געקומען ברוגז'דיג אים אנצוקלאגן, ס'האט זיך אנגעפאנגען פון א שמועס וואס זי האט געהאט מסיח לפי תומה מיט א לייסנסד פרוי טעראפיסט, און על פי חוק האט עס די טעראפיסט רעפארטעד. (ס'זייער מעגליך אז שאלאמאן האט איר טאקע געשלאגן, דאס צו ניצן פאר א ראיה צו עפעס איז סתם נאריש.) וואס עס האט יא אויפגעטון איז אז זי איז ארויס פון די געמיינדע למחצה ולשליש, און האט שוין מער נישט געהאט די מענטעלעטי און פחד וואס אלע היימישע וויקטעמס האבן נעבעך, און איז נישט געבליבן שטיל.
אוודאי איז זי שוין געווען טראבלד פאר זי איז אנגעקומען צו נחמיה, אזוי ווי אסאך טינעידזשערס וואס מוטשענען זיך. פאר א סיבה האט מען איר געשיקט צום 'גרויסן טעראפיסט'. אבער רוב קינדער וואס האבן פראבלעמען וואקסן עס אויס, טויזנטע גאר טראבלד קינדער וואקסן עס אויס און שטעלן אויף הערליכע שטובער, איך קען פערזענליך עטליכע אזעלכע און מסתמא דו אויך. ווער ווייסט ווען נישט וועבערמאן באדערט ארום מיט איר (אזוי ווי ער פלעגט ליידער טון רעגלמעסיג מיט זיינע 'קלייענטס') וואלט זי אפשר זיך אליין אויסגעמענטשלט און געבליבט א חסידישע מיידל און אויפגעשטעלט א חסידישע ערליכע שטוב.
און נאכאמאל, ס'איז עקלדיג צו זאגן אויף איינער וואס האט נעבעך גערעיפט א אינגע מיידל, אז 'די איינציגסטע זאך וואס ער האט געטון איז נאר געווען פראבירן איר צו העלפן'
סך הכל וואס דו קענסט פונדערנאנט איז אפשר ווי קורץ איר סקירט איז געווען, וויפיל אינטשעס איז עס ליידער געווען העכער די קני, אדער ווי אפט זי פלעגט זיך טרעפן מיט איר בויפרענד, דו ביסט אבער עפעס נישט באקאנט פון דער נאנט מיט אפאר פון נחמיה'ס קלייענטס וואס ער האט געבאבערט, צו דעם ביסטו עפעס בלינד, אדער האסטו נישט אפירגעזיכט אלטע קליענטן, ווייל יעדע פערדע פרוי האט עפעס צו פארציילן. טאקע נישט יעדער, נישט אלע זענען געווען זיין טעיסט, אבער גאר אסאך פארציילן מעשיות.
איך האב ממש נעכטן געשמועסט מיט א נאנטע חבר מיינע איבער די אשכול דא און איבער די מחילה בריוו, זאגט ער מיר אז די קרויס מיידל גלייבט ער נישט, אבער ער האלט אז נחמיה איז א מאלעסטער מחמת סיבות אחרות, פרעג איך אים למה? זאגט ער מיר אז ער האט א נאנטע חבר וואס זיין מומע איז א וויקטעם פון אים. ס'איז טאקע איש מפי איש, און דו דארפסט נישט לייגן קיין געוויכט אויף די עדות וואס איך האב נארוואס געשריבן (אגב די מעשה איז סתם פון נעכטן. איך האב שוין יא אנגעקומען צו נענטערע עדות'ן) אזוי פיל ברענג איך דיר יא, אז גאר אסאך האבן צו פארציילן, הגם רוב וויקטעמס שווייגן, דאך פאררעדן זיי זיך אמאל צו די נאנטע משפחה מיטגלידער, און זיי ליעקן עס אמאל צו נאנטע חברים וכדומה. אז דו וועסט זיך אביסל נאכפרעגן אן קיין נגיעות אדער אגענדעס וועסטו זיי קענען דערגרייכן.
when i say i knew her i meant way more than im ready to say here vd"l
you say that Nechamya raped multiple women, maybe... you maybe right there i dont know him personally so i cant say that. But i don't have to believe that though. you didnt provide any proof that he did, and the only leg you are trying to stand on is someone i know personally to be a lying and manipulating person. who didnt even have a fair trial just because of politics at the time.
you say you have more people saying the same, why should i believe you after reading through some supposed facts on this case that i know personally not to be true and you say it as if its hard proof.
and back to the topic.
i believe his lawyers are probably working on a deal and thats why they sent this letter. because even if true that Nechamya raped women im positive that Riki Kraus was not one of them
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז איך בין 'זיכער' אז די מעשה איז אמת, איך 'גלייב' פשוט אז ס'איז אמת, צוליב די סיבות וואס איך האב שוין אנגעגעבן אין פריערדיגע תגובות. דו אבער האסט די געמיינע פרעכע חוצפה צו זאגן אז זי איז 'זיכער נישט' גערעיפט געווארן דורך נחמיה, פון וואו 'ווייסטו' דאס מיט א וודאית? אפילו לאמיר זאגן אז זי איז די טייפ צו זאגן ליגנט, אבער וויאזוי קענסטו זאגן מיט א וודאית אז זי איז נישט זיינס א וויקטעם? ביסט סתם א שקרן! מיט שטארק ניכר'דיגע נגיעות...
דארפסט מיר נישט גלייבן אז ס'איז דא נאך וויקטעמס, קענסט עפענען די אשכול וואס @סקעפטיקער האט צאמגעשטעלט ווי אן א שיעור חשובע ניקים און באוויסטע פערזענליכקייטן פארציילן מעשיות. האסטו פארזען ווי כ'האב עס שוין צוגעברענגט? אפשר ליין מיינע תגובות, פארן מגיב זיין אויף זאכן וואס כ'האב שוין אפגעענטפערט.
דו שרייבסט אז כ'האב געשריבן פאקטן וועגן די קעיס וואס איז נישט אמת, אפשר ברענגסטו א דוגמה?
און וועגן די בריוו... די בריוו מאכט נישט ממש קיין סענס אויב זאל די באשולדיגונג אויף נחמיה נישט זיין אמת... ווי שוין ארויסגעברענגט עטליכע מאל אין דעם אשכול.
דיינע טענות וועלן נישט שטערקער ווערן אז דו וועסט זיי איבערשרייבן. אז דו האסט פרישע סברות און טענות בין איך גרייט צו הערן, סתם איבערקייען זאכן וואס כ'האב שוין אפגעענטפערט האט נישט קיין פשט.
דארפסט מיר נישט גלייבן אז ס'איז דא נאך וויקטעמס, קענסט עפענען די אשכול וואס @סקעפטיקער האט צאמגעשטעלט ווי אן א שיעור חשובע ניקים און באוויסטע פערזענליכקייטן פארציילן מעשיות. האסטו פארזען ווי כ'האב עס שוין צוגעברענגט? אפשר ליין מיינע תגובות, פארן מגיב זיין אויף זאכן וואס כ'האב שוין אפגעענטפערט.
דו שרייבסט אז כ'האב געשריבן פאקטן וועגן די קעיס וואס איז נישט אמת, אפשר ברענגסטו א דוגמה?
און וועגן די בריוו... די בריוו מאכט נישט ממש קיין סענס אויב זאל די באשולדיגונג אויף נחמיה נישט זיין אמת... ווי שוין ארויסגעברענגט עטליכע מאל אין דעם אשכול.
דיינע טענות וועלן נישט שטערקער ווערן אז דו וועסט זיי איבערשרייבן. אז דו האסט פרישע סברות און טענות בין איך גרייט צו הערן, סתם איבערקייען זאכן וואס כ'האב שוין אפגעענטפערט האט נישט קיין פשט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
שעפעלע איך האף אז די ווייסט אז די טענהסט דיר דא מיט א וואנט .... יעדע זאך וואס ער קען אלס פאקט פארבלייבט פאקט , אויב פרובירט איינער צו ברענגען פרישע פאקטן דאן באשיצט ער א מאלעסטאר, דאס אז די פראסעקיוטער אליין האט א פארדארבענע רעפוטאציע אין האט געשריבן א בריוו אז נחמיה קען ארויסקומען א זאך וואס קיין איין פראסעקיוטער שרייבט נישט אויף א זיכערע מאלעסטאר, די סיבה פארוואס מיר האבן נאך מאלעסטאר איז זייער פשוט, מאך א חשבון וויפיל מאלעסטארס זיצן פארן אנכאפן קינדער אין די היימישע קאמיוניטי "קרוב צו זערא" בעת וואס די גאנצע כעס גיבט מען אויס אויף איינער וואס איז געפאלן א קלארע קרבן צו שנאת ישראל, איינער וואס האלט אז ער האט געהאט א יושערדיגע פסק איז אינגאנצן נישט מיט אונז.אייגענארטיג האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:שרייבסט דאך אזוי עקלדיג, אז מען קען משוגע ווערן. דו האסט געקענט קרויס פערזענליך? אפשר "ווייסטו" נישט וואס דו רעדסט? אוודאי האט די סאטמארע פראפאגאנדע מאשין אראפגעמאלן די וויקטעם אלס די ערגסטע סארט מענטש אין די בריאה, ווייל דאס איז דאך דער סטראטעגיע צו באשיצן מאלעסטארס... ס'נישטא קיין וויקטעמס... וואו זענען זיי? קומט צו גיין איינער... נעע יענער איז א טוילעט, מען קען איר נישט גלייבן... פעך. סך הכול האט זי זיך נישט געפינען דאס פלאץ געהעריג אין בית רחל, זי האט זיך גע'חבר'ט מיט יונגלעך, אפשר נישט געגאנגען אזוי בצניעות ווי רביה"ק האט פארלאנגט, אבער מען ווערט נאכנישט קיין טוילעט וועגן דעם, און עס געבט נישט קיין רעכט פאר א חזיר איר צו שעדיגן. אייגנטליך איז זייער מעגליך אז איר טראבלד מצב איז טאקע צו פארדאנקן איר גרויליגן מאלעסטאר, קומט מען נאך דא מיט חוצפה און מען וויל ריינוואשן דעם מנוול מיטן אויסרייד אז זי איז נישט בסדר... מיינד באגעלינג.
דאס אז מען האט נישט געלאזט געוויסע עדות וכ' איז שיינע ספינס, יעדע טרייעל האט אסאך פרטים און פרטי פרטים, און מען קען זיך אייביג ארויפכאפן אויף דאס און יענץ אויב וויל מען, ובפרט אז ס'איז דא א שטארקע אגענדע. אויב וואלט פארגעקומען פשוטע מיסברויכן וואלט מען עס געקענט געהעריג אפיעלן און עס מאכן פאר א מיסטרייעל. דאס איז נישט געווען די פאל דא. די ריכטער מיטן דזשאורי האבן געטון זייער ארבעט און צוגעקומען צום מסקנה אז דער איז יא א מאלעסטאר, וואו עס זעט טאקע שטארק אויס פאר ווער עס קוקט אויף די זאך פונדערנאנט.Mindboggling is that I don't think you heard from Miss Kraus before this story, and you are giving testimony here as if you did (maybe you did know her, but the way you speak here it doesn't seem likely)
and what i can tell you is that i did know her
this allegation is exactly Riki Kraus in her prime uniform.
It's so ugly seeing people defend her just because she made a sexual allegation claim and marching her as a hero for doing that. ask anyone of the kids on her block Morton St. and see what you get.
yeah...
i know because i lived there too.
She was a rotten apple way before, the only thing Nechamya did was trying to help her and she didn't like it.
the same way when Sholoman and her broke up, she tried making a claim that he hit her.
Someone wrote here that Sholomon was going to testify on her behalf.... they were sadly misinformed... he was called by webermans team to testify that she is known to make false claims but he
needed her to not file or retract (I'm not sure if she only threatened him to file a claim or she actually did file and he wanted her to retract) because he wanted to become a cop and can't have a criminal record.
And that is one of the problems with the judge that didn't allow his testimony based on her previous behavior
so my beliefs in Weberman is only because I know a lot more than the street knows and I do know her from before
איין זאך בין איך זיכער אז אויב די מעשה איז נישט אמת וואס עס איז דא אסאך צדדים אז נישט דאן איז נחמיה א קלארע קדוש.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
כפארשטיי נישט די גאנצע געדאנק פון די איבערגעבעיטאכץ, נניח ער בעט איר איבער אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות פון הלכות איבערבעטן, און נניח זי איז עם מוחל במחילה גמורה, און באארי דייטש איז אויך מסכים צו די מחילה, און אלע חברים דא אינעם שטיבל וועלן אויך עקסעפטן די מחילה גדולה. וואס מאכט דאס אלעס אויס אויף למעשה? די טורמע אורטייל איז צוגעטיילט געווארן פונעם געריכט, און אפילו יעדער איז מסכים צום מחילה בלייבט ער נאכאלץ אין חד גדיא..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קענסט אפשר מסביר זיין וועלכע פאקטן איך האב מיך געהאלטן צו, און וועלכע פאקטן איך האב אוועקגעמאכט? אפשר האב איך אריינגעווארפן א נאדל אין דיין ביז היינטיגע פאקט באלון, דעטס אלל...האי פרושא האט געשריבן: שעפעלע איך האף אז די ווייסט אז די טענהסט דיר דא מיט א וואנט .... יעדע זאך וואס ער קען אלס פאקט פארבלייבט פאקט , אויב פרובירט איינער צו ברענגען פרישע פאקטן דאן באשיצט ער א מאלעסטאר, דאס אז די פראסעקיוטער אליין האט א פארדארבענע רעפוטאציע אין האט געשריבן א בריוו אז נחמיה קען ארויסקומען א זאך וואס קיין איין פראסעקיוטער שרייבט נישט אויף א זיכערע מאלעסטאר, די סיבה פארוואס מיר האבן נאך מאלעסטאר איז זייער פשוט, מאך א חשבון וויפיל מאלעסטארס זיצן פארן אנכאפן קינדער אין די היימישע קאמיוניטי "קרוב צו זערא" בעת וואס די גאנצע כעס גיבט מען אויס אויף איינער וואס איז געפאלן א קלארע קרבן צו שנאת ישראל, איינער וואס האלט אז ער האט געהאט א יושערדיגע פסק איז אינגאנצן נישט מיט אונז.
איין זאך בין איך זיכער אז אויב די מעשה איז נישט אמת וואס עס איז דא אסאך צדדים אז נישט דאן איז נחמיה א קלארע קדוש.
דאס אז די DA האט געשריבן א בריוו צו קאומא און געבעטן פאר א פארדאן, קען מען זייער גרינג פארשטיין אז דאס האט מיט די פולע פרעשור פון עסקנים וואס ארבעטן רונדע דעם זייגער ארויסצוזען וועבערמאן פון תפיסה. אוודאי האט ער דאס נישט געטון פאר קיין שום אנדערע מאלעסטאר, ווייל קיין שום אנדערע קאמיוניטי מיט א שטארקע כוח, לייגט נישט קיין פרעשור אויפן DA אז ער זאל פראבירן צו שתדל'ען פאר א מאלעסטער.
דו שרייבסט אז די סיבה פארוואס מען האט נאך מאלעסטערס ביי אונז איז ווייל מען זעצט זיי נישט איין און מען נעמט זיך נאר צו די ביינער פון אן אומשילדיגע קרבן. הגע בעצמך, די ניו יארקע פראסיקיוטערס זענען דאך אזאנע שונאי ישראל אז זיי זענען גרייט איינצוזעצן אן אומשילדיגע איד, פארוואס זאלן זיי נישט וועלן איינזעצן 'שילדיגע אידן'?
דו ווייסט גאנץ גוט אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס מיר האבן נאך א מאלעסטעישן פראבלעם... די סיבה איז ווייל ס'נישטא וועמען איינצוזעצן... ס'דאך 'נישטא' קיין מאלעסטערס... אז איינער קומט יא ארויס מיט א באשולדיגונג מאכט מען יענער שנעל שטיל מיט גוטן אדער מיט בייזן, און אז יענער איז שוין יא דער טיפ פון זיך שלאגן און נעמט עס ווייטער אין קאורט איז שוין יענער אטאמאטיש א פייטער און שקרן טיפ וואס מען קען נישט געטרויען. יעצט פארוואס זאל א פרישע וויקטעם וועלן עפעס טון אויב ווערט זי היינט אביוזט? עס איז אסאך גרינגער צו שווייגן ווי צו רעדן, גלייבן וועט מען איר דאך סייווי נישט, איז בלייבט מען שטיל...
און דאס איז די סיבה פארוואס מאלעסטערס וואקן נאכאלץ פריי אין די גאסן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:23 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
פארוואס דארף באארי דייטש מסכים זיין?מן הסתם האט געשריבן:כפארשטיי נישט די גאנצע געדאנק פון די איבערגעבעיטאכץ, נניח ער בעט איר איבער אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות פון הלכות איבערבעטן, און נניח זי איז עם מוחל במחילה גמורה, און באארי דייטש איז אויך מסכים צו די מחילה, און אלע חברים דא אינעם שטיבל וועלן אויך עקסעפטן די מחילה גדולה. וואס מאכט דאס אלעס אויס אויף למעשה? די טורמע אורטייל איז צוגעטיילט געווארן פונעם געריכט, און אפילו יעדער איז מסכים צום מחילה בלייבט ער נאכאלץ אין חד גדיא..
עס ווענדט זיך נאר אין איר.
הנה הוא נחבא אל הכלים
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
דאנק די אייבערשטער אז דיין ווייב איז נישט געווארן מאלעסטעט, און זאלסט עס קיינמאל נישט פארשטייןנחבא האט געשריבן:פארוואס דארף באארי דייטש מסכים זיין?מן הסתם האט געשריבן:כפארשטיי נישט די גאנצע געדאנק פון די איבערגעבעיטאכץ, נניח ער בעט איר איבער אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות פון הלכות איבערבעטן, און נניח זי איז עם מוחל במחילה גמורה, און באארי דייטש איז אויך מסכים צו די מחילה, און אלע חברים דא אינעם שטיבל וועלן אויך עקסעפטן די מחילה גדולה. וואס מאכט דאס אלעס אויס אויף למעשה? די טורמע אורטייל איז צוגעטיילט געווארן פונעם געריכט, און אפילו יעדער איז מסכים צום מחילה בלייבט ער נאכאלץ אין חד גדיא..
עס ווענדט זיך נאר אין איר.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
די ביזט געוואלדיג... ממש "שמן למאור"שמן למאור האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז איך בין 'זיכער' אז די מעשה איז אמת, איך 'גלייב' פשוט אז ס'איז אמת, צוליב די סיבות וואס איך האב שוין אנגעגעבן אין פריערדיגע תגובות. דו אבער האסט די געמיינע פרעכע חוצפה צו זאגן אז זי איז 'זיכער נישט' גערעיפט געווארן דורך נחמיה, פון וואו 'ווייסטו' דאס מיט א וודאית? אפילו לאמיר זאגן אז זי איז די טייפ צו זאגן ליגנט, אבער וויאזוי קענסטו זאגן מיט א וודאית אז זי איז נישט זיינס א וויקטעם? ביסט סתם א שקרן! מיט שטארק ניכר'דיגע נגיעות...
דארפסט מיר נישט גלייבן אז ס'איז דא נאך וויקטעמס, קענסט עפענען די אשכול וואס @סקעפטיקער האט צאמגעשטעלט ווי אן א שיעור חשובע ניקים און באוויסטע פערזענליכקייטן פארציילן מעשיות. האסטו פארזען ווי כ'האב עס שוין צוגעברענגט? אפשר ליין מיינע תגובות, פארן מגיב זיין אויף זאכן וואס כ'האב שוין אפגעענטפערט.
דו שרייבסט אז כ'האב געשריבן פאקטן וועגן די קעיס וואס איז נישט אמת, אפשר ברענגסטו א דוגמה?
און וועגן די בריוו... די בריוו מאכט נישט ממש קיין סענס אויב זאל די באשולדיגונג אויף נחמיה נישט זיין אמת... ווי שוין ארויסגעברענגט עטליכע מאל אין דעם אשכול.
דיינע טענות וועלן נישט שטערקער ווערן אז דו וועסט זיי איבערשרייבן. אז דו האסט פרישע סברות און טענות בין איך גרייט צו הערן, סתם איבערקייען זאכן וואס כ'האב שוין אפגעענטפערט האט נישט קיין פשט.
ראשית כל, און די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם איז דא די כלל פון innocent till proven guilty" און אזוי אויך איז דאס א כלל ביי די תורה.
לת מאן דפליג אז מהאט נישט ארויפגעלאזט כמעט פון נחמי'ס עדות ברענגען מעשיות סיי פונעם מיידלס עבר און סיי פון נחמי'ס עבר. וואס דעס איז די איינציגסטע מהלך פון פראווען זיין שולד אדער אינאסענטס. נישט זי האט געהאט פראוו אז ער האט איר יא גערעפט און נישט נחמי קען האבן פראוו אז ער האט איר נישט גערעיפט ( סאיז פראווען א נעגעטיוו וואס יעדער בר דעת ווייסט אז עס איז נישט מעגליך) אבער די יוסטיץ כללים און אזא פאל איז "אומשילדיג" סאינטערעסירט נישט קיינעם צו עס איז עקסעפטעבל פאר הרב שמן למאור אדער נישט.
דא איז די סיסטעם געגאנגען פארקערט, די ביזט שילדיג.. די ווילסט שרייען אז נישט ברענג פראוו...
אבער היות מקען נישט פראווען א נעגעטיוו איז מען געגאנגען צו די נעקסט בעסטע זאך און געוואלט פראווען וואס אירע מאטיווען זענען, און אז יעדער וועט פארשטיין אירע מאטיווען וועט מען אויך פארשטיין אז עס איז נישט אמת. אבער דא איז געקומען די פאליטיקס און די דזשאדש האט נישט געלאזט ארויפברענגען איר עבר.... טאנענדיג אז סאיז אירעלעווענט צו די קעיס... סיריעסלי... נאר דאס איז רעלעווענט.
פראוו ? נישטא
מאטיוו ? קענסט נישט רעדען דערפון
מיט וואס בלייב מער אינז איבער צו דן זיין דא ?
אה! אינז וועלן לערנען די אידישע קאמיונעטי אז אינז לאז מער זיך נישט פון מאלעסטערס... שוטה שבעולם, כדי דעס צו לערנען דארפסטו קודם פראווען אז ער איז א מאלעסטאר.
יעצט צו דו טענה אז איינער האט צאמגעשטעלט דא אונעם שטיבל א אשכול ווי ער ברענגט עדות אז נחמי' איז א מאלעטאר...
ווי זענען זיי אלע געווען ווען די פראסיקיוטער האט זיי געוואלט אינטערוויען... יא יא ער האט געאפערט אז מגייט נישט דארפן גיין אויפן סטענד. און ער האט געהאט 2 מיידלעך אזוי ווי ריקי און זיי האבן זיך ארויסגעצויגען איינמאל זייערע מעשיות זענען צופאלען ווען די פראסיקיוטער האט זיי אינטערוויוד.
סאיז הימל שרייענד ווי די שטעלסט אויף טווין טאוערס אויף הינערנע פיסלעך.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
איז אזוישמן למאור האט געשריבן:קענסט אפשר מסביר זיין וועלכע פאקטן איך האב מיך געהאלטן צו, און וועלכע פאקטן איך האב אוועקגעמאכט? אפשר האב איך אריינגעווארפן א נאדל אין דיין ביז היינטיגע פאקט באלון, דעטס אלל...האי פרושא האט געשריבן: שעפעלע איך האף אז די ווייסט אז די טענהסט דיר דא מיט א וואנט .... יעדע זאך וואס ער קען אלס פאקט פארבלייבט פאקט , אויב פרובירט איינער צו ברענגען פרישע פאקטן דאן באשיצט ער א מאלעסטאר, דאס אז די פראסעקיוטער אליין האט א פארדארבענע רעפוטאציע אין האט געשריבן א בריוו אז נחמיה קען ארויסקומען א זאך וואס קיין איין פראסעקיוטער שרייבט נישט אויף א זיכערע מאלעסטאר, די סיבה פארוואס מיר האבן נאך מאלעסטאר איז זייער פשוט, מאך א חשבון וויפיל מאלעסטארס זיצן פארן אנכאפן קינדער אין די היימישע קאמיוניטי "קרוב צו זערא" בעת וואס די גאנצע כעס גיבט מען אויס אויף איינער וואס איז געפאלן א קלארע קרבן צו שנאת ישראל, איינער וואס האלט אז ער האט געהאט א יושערדיגע פסק איז אינגאנצן נישט מיט אונז.
איין זאך בין איך זיכער אז אויב די מעשה איז נישט אמת וואס עס איז דא אסאך צדדים אז נישט דאן איז נחמיה א קלארע קדוש.
דאס אז די DA האט געשריבן א בריוו צו קאומא און געבעטן פאר א פארדאן, קען מען זייער גרינג פארשטיין אז דאס האט מיט די פולע פרעשור פון עסקנים וואס ארבעטן רונדע דעם זייגער ארויסצוזען וועבערמאן פון תפיסה. אוודאי האט ער דאס נישט געטון פאר קיין שום אנדערע מאלעסטאר, ווייל קיין שום אנדערע קאמיוניטי מיט א שטארקע כוח, לייגט נישט קיין פרעשור אויפן DA אז ער זאל פראבירן צו שתדל'ען פאר א מאלעסטער.
דו שרייבסט אז די סיבה פארוואס מען האט נאך מאלעסטערס ביי אונז איז ווייל מען זעצט זיי נישט איין און מען נעמט זיך נאר צו די ביינער פון אן אומשילדיגע קרבן. הגע בעצמך, די ניו יארקע פראסיקיוטערס זענען דאך אזאנע שונאי ישראל אז זיי זענען גרייט איינצוזעצן אן אומשילדיגע איד, פארוואס זאלן זיי נישט וועלן איינזעצן 'שילדיגע אידן'?
דו ווייסט גאנץ גוט אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס מיר האבן נאך א מאלעסטעישן פראבלעם... די סיבה איז ווייל ס'נישטא וועמען איינצוזעצן... ס'דאך 'נישטא' קיין מאלעסטערס... אז איינער קומט יא ארויס מיט א באשולדיגונג מאכט מען יענער שנעל שטיל מיט גוטן אדער מיט בייזן, און אז יענער איז שוין יא דער טיפ פון זיך שלאגן און נעמט עס ווייטער אין קאורט איז שוין יענער אטאמאטיש א פייטער און שקרן טיפ וואס מען קען נישט געטרויען. יעצט פארוואס זאל א פרישע וויקטעם וועלן עפעס טון אויב ווערט זי היינט אביוזט? עס איז אסאך גרינגער צו שווייגן ווי צו רעדן, גלייבן וועט מען איר דאך סייווי נישט, איז בלייבט מען שטיל...
און דאס איז די סיבה פארוואס מאלעסטערס וואקן נאכאלץ פריי אין די גאסן.
די פארשטייסט אז די פראסיקיוטער האט נגיאות נאך פרעשאר פון היימישע עסקנים נאכן רעטייערען אז פארדעם האט ער עס געטון..
אבער ברענגען טשארדשעס ווען ער וויל געוואנוען א שווערע עלעקשאן.. נעה... דעס איז נישט קיין נגיאות...
איר דארפט א זשי פי עס ?
אייער מיינד איז ניקס דאהי
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
שעפעלע איך קען נישט דעם איד מער ווי עני וואן עלס... איך האב מיט אים קיינמאל נישט גערעדט. אבער דא און דעם קעיס איז ער זיכער בעוולט געווארןשמן למאור האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געשריבן אז איך בין 'זיכער' אז די מעשה איז אמת, איך 'גלייב' פשוט אז ס'איז אמת, צוליב די סיבות וואס איך האב שוין אנגעגעבן אין פריערדיגע תגובות. דו אבער האסט די געמיינע פרעכע חוצפה צו זאגן אז זי איז 'זיכער נישט' גערעיפט געווארן דורך נחמיה, פון וואו 'ווייסטו' דאס מיט א וודאית? אפילו לאמיר זאגן אז זי איז די טייפ צו זאגן ליגנט, אבער וויאזוי קענסטו זאגן מיט א וודאית אז זי איז נישט זיינס א וויקטעם? ביסט סתם א שקרן! מיט שטארק ניכר'דיגע נגיעות...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך גיי דיר נאר ענטפערן אויף די תגובה. ווייל דא קומסטו מיט א נייע סברה וטענה. דיין פריערדיגע תגובה איז סתם איבערגעקייעט זאכן וואס מען האט שוין אויסגעשמועסט אין פריערדיגע תגובות, און ווי געשריבן אויבן איז א שאד סתם אלעס איבערצוקייען. דיין טענה ווערט נישט שטערקער ווען די שרייבסט עס איבער נאכאמאל נאך וואס מען האט דיר שוין געענטפערט דערויף. אגב, אפשפעטן און שרייבן אז איך בין נישט דאהי געבט אויך נישט צו קיין האפט צו דיינע טענות.אייגענארטיג האט געשריבן: איז אזוי
די פארשטייסט אז די פראסיקיוטער האט נגיאות נאך פרעשאר פון היימישע עסקנים נאכן רעטייערען אז פארדעם האט ער עס געטון..
אבער ברענגען טשארדשעס ווען ער וויל געוואנוען א שווערע עלעקשאן.. נעה... דעס איז נישט קיין נגיאות...
איר דארפט א זשי פי עס ?
אייער מיינד איז ניקס דאהי
יעצט צו דיין טענה דא, בשעת די טרייעל איז געווען נגיעות לכאן ולכאן. פארשטייט זיך אז ער האט באקומען אסאך פרעשור פון די מידיא ועוד איינצוזעצן דעם מאלעסטאר און ווייזן פאר די קאמיוניטי וכ', אבער פון די אנדערע סייט מאכסטו אוועק די כוח און איינפלוס פון די עסקנים וואס האבן שוין פאר יארן לאנג גוטע אנגעקניפטע באציאונגען מיט די באהערדע, דאס איז אויך נישט אוועקצומאכן. ס'איז געווען פרעשור פון ביידע זייטן און איך זע נישט קיין סיבה צו טראכטן אז די נגיעות איז געווען שטערקער איין וועג אדער די אנדערע.
אנדערש איז אבער געווען מיט יארן שפעטער, ווען זאכן זענען שוין מער ווייניגער געווען שטיל, און דער DA האט שטילערהייט באקומען פרעשור פון די עסקנים (מען האט עס געטון אויף א שטילע וועג טאקע דערפאר ווייל מען האט נישט געוואלט אז די צד שכנגד זאל זיך דערוויסן דערפון און מאכן א ווינט און לייגן פרעשור אויף פארקערט.) דא האט ער פאר א לענגערע תקופה באקומען פרעשור נאר פון איין צד, ביז ער האט זיך געבראכן און געשריבן דעם פארדן רעקאמענדאציע פאר קאומא. מען קען עס זייער גרינג פארשטיין, זייער פשוט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:23 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
עס איז נאך אלץ איר באשלוס צו מאכן.Nanach האט געשריבן:דאנק די אייבערשטער אז דיין ווייב איז נישט געווארן מאלעסטעט, און זאלסט עס קיינמאל נישט פארשטייןנחבא האט געשריבן:פארוואס דארף באארי דייטש מסכים זיין?מן הסתם האט געשריבן:כפארשטיי נישט די גאנצע געדאנק פון די איבערגעבעיטאכץ, נניח ער בעט איר איבער אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות פון הלכות איבערבעטן, און נניח זי איז עם מוחל במחילה גמורה, און באארי דייטש איז אויך מסכים צו די מחילה, און אלע חברים דא אינעם שטיבל וועלן אויך עקסעפטן די מחילה גדולה. וואס מאכט דאס אלעס אויס אויף למעשה? די טורמע אורטייל איז צוגעטיילט געווארן פונעם געריכט, און אפילו יעדער איז מסכים צום מחילה בלייבט ער נאכאלץ אין חד גדיא..
עס ווענדט זיך נאר אין איר.
הנה הוא נחבא אל הכלים