פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!
מאכט זיך א מעשה.
עס איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן היינט מיט א דיין בנוגע פאסטן מארגן – שבעה עשר בתמוז – פאר פרויען. צו זענען זיי מחוייב, פטור, אפשר גאר אסור, און בנוגע געוויסע תקופות זייערע וואס די הלכה איז דאן.
נאכן דורכגיין די הלכה אספעקטן זאגט ער מיר: אין אונזער חסידישע מקומות פלעגן פרויען קיינמאל נישט פאסטן חוץ תשעה באב און יום כיפור.
דערנאך האט ער מיר פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים ערשטן בעלזן רב זי"ע – וועלכע פלעגט האבן יעדן תענית א שורה פון מענטשן וואס פלעגן דארפן/וועלן אן היתר נישט צו פאסטן, און ער פלעגט עס גרינג פארשרייבן.. ביז עפעס א בר בי רב איז דאס אמאל נישט געפאלן, און האט זיך געשטעלט אין ליניע און געזאגט אז ער האט בויך-וויי אין די פיס, דעמאלס האט בעלזא רב אויפגעהערט דערמיט (נישט נאכגעגאנגען מקור...)
ענליך, האט ער געזאגט איז געשען ביים פשעווארסקן רבי – ר' לייבוש – וועלכע איז ידוע צו מקיל זיין בפרט צום גדליה (און יום החופה). אז ווען איינער האט אים אמאל געזאגט אז מ'שמועסט אין גאס אז ער איז מקיל, האט ער אויפגעהערט 'טיילן' די היתרים.
עס האט מיר געשטעלט טראכטן נאכדעם, וואס איז די פשט אין דאס לייכטקייט היינטיגע צייטן לגבי תענית, ובפרט כלפי פרויען?
די פשוטע פשט – דאס וואס אלע זאגן הויך – איז אז היינט האט מען נישט די כוחות ווי אמאל. פרויען אודאי נישט וכו' וכו'.
קען זיין דאס איז ריין אמת, הגם תעניתים איז נישט ממש די איינציגסטע מצוה וואס 'קאסט כוחות' – וועלכע מיר האבן נישט..
אבער מער פון דעם, עס מאכט מיר טראכטן אז דאס אראפנידערן פרויען סיי און זייער אייגענע אויגן און סיי און די אויגן פון די עזרת אנשים, איז גאר נאך א טאקטיק (לכאו' סאב-קאנשעסלי) צו האלטן – און גאר פארמירן א שטארקע misogynistic סאסייעטי – און האלטן די מאכט אויפן מענער זייט, בפרט ווען ס'איז גאנץ אן עקסיסטנציאלן נושא ווי די 'כוחות' פונעם מענטש. זאגן, חזר'ן, און קאנפערמירן, אז זיי 'האבן נישט קיין כח' – זיי דארפן זיך אפגעבן מיט די קינדער – ארבייט געוואלדיג, בבחינת האמנתי כי אדבר.
אביסל א פאקערטע מחשבה'לע האב איך אויך געהאט, נעמליך, די גאנצע געדאנק פון פאסטן 5 מאל א יאר אויף זאכן פון צוויי טויזנט יאר צוריק, האט שוין היבש פארלוירן די משמעות. אדרבה, אויף זייער אסאך האט די גאנצע נושא גאר א קאנטע אפעקט כידוע. האבן די פריערדיגע גדולים שוין געזען א געוויסע צורך לויזער צו מאכן דעם שטריקל (אזא רעפארם שטיקל..) אבער פארשטייצעך מיט א גוטע סיבה..
אזוי צו אזוי וואס מיינט דאס פאר אונז כהיום? און וויאזוי זעט איר דעם נושא - אויב עס איז א נושא בכלל?

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
איך האב איינמאל געגעסען קנאבל פון א פדיון הבן און יעצט האב איך קרעדיט פון פ״ד תעניתים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
לויט די גמרא אין מס' ר"ה דף י"ח ע"ב קומט אויס אז בזמן הזה וויבאלד די בית המקדש איז נישט אויפגעבויעט און ס'נישט פארהאן קיין רדיפות פון די מלכות, אין שלום ואין גזירת המלכות קען מען טוהן וויאזוי ס'שמעקט, ווילסטו פאסטן קענסטו, אויב ווילסטו נישט איז נישט. ס'טייטש דאס יא פאסטן די ד' צומות ברויך גאר אן עקסקיוז. די ראשונים און אחרונים רעדן שוין ארום פארוואס בזמן הזה איז יא פארהאן א חיוב צו פאסטן, כאטשיג פון גמ' איז משמע אנדערש.
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
ניין. די איינציגסטע תענית וואס שטייט קלאר אין שו"ע אז מען איז מקיל פאר א "מיחוש" איז תענית אסתר, ואכ"ז שטייט אין שו"ע אז מען דארף עס משלים זיין א צווייטע מאל.שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין געהערט פארשידנס דערויף, אבער די "היתרים" פאר יעדע מיחוש איז סטרעיט ארויס פון שו"ע.
די היתרים איז פון פוסקים אחרונים, און די לעצטערע דורות חסידישע האבן זייער זייער מקיל געווען, און די היינטיגע טרייען שוין צוריקצודרייען..
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 76
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 387 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!
לכאורה איז עס א געמיש פון צוויי זאכן. איינס, ביי תלמידי ליזענסק האט מען שטארק מקיל געווען (לכאורה נאר פארן המון עם) אין תעניתים. צוויי, ביי די מקומות איז לגבי נשים אייביג געווען א געוויסע לויזקייט אז "פרויען זענען פטור."
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איך בין נישט דוקא באקאנט מיט דעם מציאות פון צוריקצודרייען וואס דו זאגסט געשעט היינט צו טאגס.יין שרף האט געשריבן:ניין. די איינציגסטע תענית וואס שטייט קלאר אין שו"ע אז מען איז מקיל פאר א "מיחוש" איז תענית אסתר, ואכ"ז שטייט אין שו"ע אז מען דארף עס משלים זיין א צווייטע מאל.שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב שוין געהערט פארשידנס דערויף, אבער די "היתרים" פאר יעדע מיחוש איז סטרעיט ארויס פון שו"ע.
די היתרים איז פון פוסקים אחרונים, און די לעצטערע דורות חסידישע האבן זייער זייער מקיל געווען, און די היינטיגע טרייען שוין צוריקצודרייען..
עס מאכט אבער סענס לויט ביידע פון מיינע טעאריעס. סיי ווערט די וועלט מער פעמעניסטיש מיט די צייט - פרויען שטעלן זיך מער און מער אויף זייער רעכטן (ובדרך אגב - דאס איז לכאו' די הויפט סיבה צו די פארמערטע צאל גיטין היינט - נישט סתם ווייל זיי פארמאגן 'טעקסט מעסעדזעס'..)
בנוגע די צווייטע פוינט - איז די וועלט אויך פרומער היינט, ס'קען זיין מ'דרייט אביסל צוריק פון די לויזקייטן פון אמאל וועלכע שטימען נישט מיט די היינטיגע - מער פארמאכטע - אגענדע!
די צוויי זאכן ביינזאם שטימען לויט וואס @מי אני ברענגט ארויס אינמיטן דעם שמועס
לגבי דער חרדי׳שער געזעלשאפט באופן כללי איז פון מיין פערספעקטיוו זע איך אן אינטערעסאנטע פאראדאקס. פון איין זייט, פון א מעקרא לעוועל פערספעקטיוו, ציהט עס מער רעכטס, וכמבואר באריכות בספרי שמואל היילמאן ועוד, והחוש מוכיחו והמפורסם אינו צריך ראיה, אבער פון די אנדערע זייט, פון א מייקרא פערספעקטיוו ציהט עס מער לינקס. (איך וואלט געפרעגט א לעגיטימע פראגע צי, צי די אלטע טעמעס פון קאווע שטיבל זענען נאך היינט אזוי קאנטראווערסיאל?)
א דוגמא פון די פראצענט ״אויפגעקלערטע״, דאס הייסט לאו דוקא עכטע אינטעלעקטואלס; ווי אזוי דער טערמין ווערט גענוצט בסתם, אדער ״קילע״ וואס מ'זעט היינט אין דער היימישער געזעלשאפט וואס איך גלייב האט זיך געהעכערט.
דאס האט אויך א פרעצעדענט אין סאציאלאגיע, אז ווען א גרופע וואקסט פאלט די קאנפארמיטעט. למעשה ווייס איך נישט וויאזוי צו פאראייניגן די אינטערעסאנטע טענשאן.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך האלט אז מ'דארף פארשפרייטן דאס עסן קנאבל צווישן דעם היימישן עולם. דאמאלס 'עמיר האבן א פנים ווי מר. (עיברעהעם) שטערן דער עלעקטרישן. ער האט א יעדן (אריינגערעכנט מיר) מייעץ געווען צו עסן א סאך צוויבל און קנאבל פאר געזונטהייט. ווע ער פלעגט אריינקומען אין דעם עלעקטריקל סופליי געשעפט (על.ענד בי.) האבן זיך אלע ארבייטערס באהאלטן. זיי האבן נישט געקענט ליידן דעם גערוך פון זיין צוויבל און קנאבל...!קהל'ס נער האט געשריבן:איך האב איינמאל געגעסען קנאבל פון א פדיון הבן און יעצט האב איך קרעדיט פון פ״ד תעניתים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
מיסטער אלפא, פארוואס האלסטו אז מ’פטר’ט פרויען ווייל מ’שאצט זיי אונטער? צו דען זענען זיי נישט טאקע שוואכער? קענסט דאך זעהן יום כיפור און תשעה באב ווען זיי פאסטן יא, מוטשענען זיי זיך מער צו פאסטן ווי די מענער, לכבוד דעם ארויפווארפן די שולד אויף די מענער וואס ווילן קלענער מאכן די כבוד פון די פרויען? זיי זענען שוואכער און ס’איז זיי שווערער צו פאסטן.
אפשר האב איך א טעות, איך בין נישט קיין פרוי, אפשר איז עס בלויז אן איינרעדעניש וואס איך בין געפאלן דערפאר.
אפשר האב איך א טעות, איך בין נישט קיין פרוי, אפשר איז עס בלויז אן איינרעדעניש וואס איך בין געפאלן דערפאר.