פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 805
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3748 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2536 מאל

פאסטן תעניתים היינטיגע צייטן?!

שליחה דורך אלפא »

מאכט זיך א מעשה.
עס איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן היינט מיט א דיין בנוגע פאסטן מארגן – שבעה עשר בתמוז – פאר פרויען. צו זענען זיי מחוייב, פטור, אפשר גאר אסור, און בנוגע געוויסע תקופות זייערע וואס די הלכה איז דאן.

נאכן דורכגיין די הלכה אספעקטן זאגט ער מיר: אין אונזער חסידישע מקומות פלעגן פרויען קיינמאל נישט פאסטן חוץ תשעה באב און יום כיפור.
דערנאך האט ער מיר פארציילט א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים ערשטן בעלזן רב זי"ע – וועלכע פלעגט האבן יעדן תענית א שורה פון מענטשן וואס פלעגן דארפן/וועלן אן היתר נישט צו פאסטן, און ער פלעגט עס גרינג פארשרייבן.. ביז עפעס א בר בי רב איז דאס אמאל נישט געפאלן, און האט זיך געשטעלט אין ליניע און געזאגט אז ער האט בויך-וויי אין די פיס, דעמאלס האט בעלזא רב אויפגעהערט דערמיט (נישט נאכגעגאנגען מקור...)
ענליך, האט ער געזאגט איז געשען ביים פשעווארסקן רבי – ר' לייבוש – וועלכע איז ידוע צו מקיל זיין בפרט צום גדליה (און יום החופה). אז ווען איינער האט אים אמאל געזאגט אז מ'שמועסט אין גאס אז ער איז מקיל, האט ער אויפגעהערט 'טיילן' די היתרים.

עס האט מיר געשטעלט טראכטן נאכדעם, וואס איז די פשט אין דאס לייכטקייט היינטיגע צייטן לגבי תענית, ובפרט כלפי פרויען?

די פשוטע פשט – דאס וואס אלע זאגן הויך – איז אז היינט האט מען נישט די כוחות ווי אמאל. פרויען אודאי נישט וכו' וכו'.
קען זיין דאס איז ריין אמת, הגם תעניתים איז נישט ממש די איינציגסטע מצוה וואס 'קאסט כוחות' – וועלכע מיר האבן נישט..

אבער מער פון דעם, עס מאכט מיר טראכטן אז דאס אראפנידערן פרויען סיי און זייער אייגענע אויגן און סיי און די אויגן פון די עזרת אנשים, איז גאר נאך א טאקטיק (לכאו' סאב-קאנשעסלי) צו האלטן – און גאר פארמירן א שטארקע misogynistic סאסייעטי – און האלטן די מאכט אויפן מענער זייט, בפרט ווען ס'איז גאנץ אן עקסיסטנציאלן נושא ווי די 'כוחות' פונעם מענטש. זאגן, חזר'ן, און קאנפערמירן, אז זיי 'האבן נישט קיין כח' – זיי דארפן זיך אפגעבן מיט די קינדער – ארבייט געוואלדיג, בבחינת האמנתי כי אדבר.

אביסל א פאקערטע מחשבה'לע האב איך אויך געהאט, נעמליך, די גאנצע געדאנק פון פאסטן 5 מאל א יאר אויף זאכן פון צוויי טויזנט יאר צוריק, האט שוין היבש פארלוירן די משמעות. אדרבה, אויף זייער אסאך האט די גאנצע נושא גאר א קאנטע אפעקט כידוע. האבן די פריערדיגע גדולים שוין געזען א געוויסע צורך לויזער צו מאכן דעם שטריקל (אזא רעפארם שטיקל..) אבער פארשטייצעך מיט א גוטע סיבה..

אזוי צו אזוי וואס מיינט דאס פאר אונז כהיום? און וויאזוי זעט איר דעם נושא - אויב עס איז א נושא בכלל?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר