מזל טוב: קטלא קניא ווערט 10 יאר אלט!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
מזל טוב: קטלא קניא ווערט 10 יאר אלט!
אונזער אלעמען באליבטער קטלא קניא האט היינט געמאלדן אויף זיין בלאג אז ער ווערט צען יאר אלט. שוין צען יאר וואס ער בארייכערט די היימישע מבקשים מיט רייכע, הומאריסטישע גלייכצייטיג קאנטראווערסיאלע ליין-מאטריאל.
קטלא קניא האט זיך איינגעקויפט א נאמען אלץ א טיפער טראכטער, אלץ איינער וואס רעפרעזענטירט פולע פון אונז וועלכע האבן אייניגע ספיקות און קווענקעלנישן, מען וואלגערט זיך צווישן דעם טאג טעגליכע לעבן און די אמונה פון אונזערע עלטערן. ער האט זיך אראפ געמאלן אלץ אזא איינער וועלכער איז איינגעשפארט אין זיין אייגענע חסידישע טורמע, ער איז צוגעבינדן צו געבן א היימישע חינוך פאר זיינע קינדער, זיי חתונה מאכן מיט מיידלעך וועלכע גייען מיטן גאנצע טראגע און וועלן ווייטער ציען די שלשלת פונקט ווי אונזערע עלטערן און זיידעס, אין די זעלבע צייט האלט קטלא פון דעם א רעטעך, ער גלייבט נישט אין א סיסטעם וועלכע ארבעט נישט, ער איז נישט אנציקט מיט די קאמפ קעגן זיך בילדען, קעגן דאס ניצן אינטערנעט. ער קיקט אן די וועלט גאר אנדערש ווי זיינע שכנים, ברידער און פריינד.
קטלא קניא האט דורכאויס די צען יאר גענומען זיינע ליינער אויף א רייזע איבער זיין פערזענליכע לעבן, אונז אלע האבן מיט געהאלטן זיינע ספיקות, די נחת וואס ער האט געהאט פון זיינע קינדער אמאל ווען זיי האבן געפרעגט א גוט ווארט, זיינע געדאנקן אויף אונזערע רבנים און מנהגים, זיינע טענות אויף אונזער חינוך א.א.וו.
חוץ פון זיינע טיפע געדאנקן האט ער אויך א גאלדענע פעדער, אזאנס וואס מען טרעפט כמעט נישט היינט, אוודאי נישט אין די היימישע גאס. די "פארווערטס" האט אים באטיטלט אלץ דער מאדערענער שלום עליכם.
קטלא קניא שטעלט זיך ארויס צו זיין א היבשער תלמיד חכם, כאטש וואס ער שרייבט אז ער גייט נישט קיין סאך אין בית המדרש לערנען, ער פולט זיך ווי א האן אין בני אדם. מענטשן קוקן אים אן מיט א רחמנות'דיגער בליק, שרייבט ער, ווי צו זאגן אז דער קטלא איז שוין ליידער א פארפאלענער. גאר א רחמנות זיין ווייב וואס דארף וואוינען מיט אים...
קטלא קניא האט באגריסט זיינע ליינער היינט אינדערפרי מיט א קורצע מודעה אויף זיין בלאג: "העשירי יהיה קודש! מורי ורבותי, היינט פאר צען יאר צוריק דרך כוכב מיעקב און נתמלא הבית כולו אורה מיט דער שיין פון קטלא קניא. הודו לה' שזכינו לזה"!
צען יאר איז טאקע א שטארקע און וויכטיגע דערגרייכונג. צען יאר מיינט הונדערטער ארטיקלען, צענדליגע טויזענטע ווערטער, און הונדערטע טויזענטע ליינער. אבער צען יאר מיינט אויך גאר ווייניג. ווי איך שטעל מיך פאר, לויט ווי ס'שיינט פון קטלא'ס ארטיקלען, איז ער היינט שוין א בן ארבעים. דאס הייסט אז ער האט אנגעהויבן מיט זיין בלאג ווען ער איז אלט געווען בערך דרייסיג יאר. אין אנדערע ווערטער: דאס רוב פון זיינע יארן האט ער געלעבט פונקט ווי מיר און דיר, מיט קווענקעלנישן, שאלות, אינערליכע ראנגלענישן, מיט מחשבות אויב ער זאל יא איבער לאזן אונזער לעבנס שטייגער אדער ענדערש בלייבן מיט די ווייב און קינדער. ער האט דאס אלעס דערשטיקט אינערליך. ער האט נישט געהאט א פלאץ וואו דאס אויסצוליפטערן.
פולע פון אונז וועלכע האבן די זעלבע פראבלעמען טרעפן אבער נישט א טאלאנט וואו דאס אויסצוגעבן. מען דערשטיקט דאס טיף אינעווייניגע וואו קיינער האט נישט קיין צוטריט. ווייניג פון אונזערע אידן האבן די קוראזש און טאלאנט אויסצושמועסן זייערע פריוואטע געדאנקען אויף א בלאג. אנדערע האבן אפילו נישט די מעגליכקייט צו רעדן דערוועגן מיט נאנטע פאמיליע מיטגלידער, די אייגענע ווייב וועט לויפן צום רב שרייען אז דער מאן אירע איז געווארן אן אפיקורס איבערנאכט. זיי לעבן א טרויעריגע לעבן און נעמען מיט די שווארצקייט אין קבר.
וואס האלט עטץ וועגן די פארמאכטקייט וועלכע הערשט אין אונזער סביבה, און דאס מאכט אז די אינגעלייט און פרויען וועלכע עפענען זיך די אויגן טרעפן זיך אין א קלעם, זיי שפירן זיך ווי משכנות צווישן א אפענע וועלט פול מיט מעגליכקייטן און זייער משפחה וועלכע וועלן אפשניידן אלע פארבינדונגען אויב יענער ווערט "אפגעפארן", צווישן אן אמונה וואס זיי זענען אויפגעצויגן געווארן פונעם טאג פון זייער געבורט און פאקטן וועלכע פרובירן דאס אפצופרעגן.
און אז מען רעדט שוין פון קטלא קניא איז אינטערעסאנט צו הערן פון אנדערע מעמבערס וועלכע ליינען זיין בלאג: וועלכע ארטיקל פון אים האט איר דאס מערסטע הנאה געהאט צו ליינען (אויב מעגליך ברענגט אראפ א לינק)? אויך בין איך אינטערעסירט: געדענקט איינער קטלא קניא אין זיינען ערשטע צייטן? איז ער געווען אזוי גוט ווי היינט? וויאזוי האט ער באוויזן צו באהאלטן זיין אידענטיטעט אזוי לאנג (איך בין זיכער ס'זענען דא אסאך וועלכע ווילן אויסגעפינען זיין אידענטיטעט פאר אלע געלטער)? זיינע ארטיקלן פון זיין פערזענליכע לעבן איז פיקציע אדער אמת? צו וועלכע חסידות געהערט ער? זעט ער טאקע אויס ווי א חסידישער איד פון אינדרויסן אדער בלויז למחצה ולשליש?
שעמט אייך נישט, נעמט א בענקל און לאמיר זיך אויסשמועסן.

לייק מיין הודעה -- אבער ערשט לאמיר מאכן א סעלפי
- a1b2
- היימישער באניצער
- הודעות: 558
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
העשירי יהיה קודש! מורי ורבותי, היינט פאר 10 יאר דרך כוכב מיעקב און נתמלא הבית כולו אורה מיט דער שיין פון קטלא קניא. הודו לד' שזכינו לזה!
שזכינו לזה!
רב קטלא ביומא דבלאגיתא אמר עבדי לי עגלא תלתא אמר אי לא האי יומא דקא גרים כמה קטלי קנין איכא בשוקא
katlekanye on Twitter

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום a1b2, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
בן תמליון האט געשריבן:איך געדענק קטלא'ס פארזעצונג די געשיכטע מיט ר' אפרים וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין גאט פאר היטלער און ווי ער האט באשלאסן צו לייגן תפילין יום כיפור איז געווען עפעס געוואלדיק. קען איינער דאס געפונען? עס איז ארגינאל געווען אויף אלגעמיינער אבער נישטא מער אנליין.
דער חסידישער קעניג ליר
ערשטער טייל
צווייטער טייל
דריטער טייל
פערטער טייל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
יידל האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:איך געדענק קטלא'ס פארזעצונג די געשיכטע מיט ר' אפרים וואס האט זיך געוואלט נוקם זיין אין גאט פאר היטלער און ווי ער האט באשלאסן צו לייגן תפילין יום כיפור איז געווען עפעס געוואלדיק. קען איינער דאס געפונען? עס איז ארגינאל געווען אויף אלגעמיינער אבער נישטא מער אנליין.
דער חסידישער קעניג ליר
ערשטער טייל
צווייטער טייל
דריטער טייל
פערטער טייל
אה א דאנק. איך געדענק די נשמה איז מיר שיעור ארויסגעפלויען פון געלעכטער ליינענדיק דער חסידישער קעניג ליר בשעתו.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
ביי ר’ אפרים האָבן די אויגן געפליסט. “ה’ הוא האלקים” - ער האָט געוויינט אויף זיין לעבן. אויף מלכה מרים, אויף לאהלע און אויף חנחלע וועמען ער האָט נישט געטאָרט געדענקען. “ה’ הוא האלקים” - די הייליקע מאַמע ווי זי האָט זיך געשלעפּט פון דער באַן האַלטנדיק אַ צווייטנס קינד אויפן אָרעם. ווער ווייסט צי זי וואָלט אומגעקומען ווען זי זאָל עס האָבן צוריקגעגעבן? “ה’ הוא האלקים” - ער האָט זיך געוואָרפן אויף זיין פאַרקראָכנקייט. ער האָט צוריק געוואָלט זיין קרעכץ פון “שובי שובי השולמית,” ער האָט ווידער געוואָלט זען אין פייגאן וואָס ער האָט אַמאָל געזען. “ה’ הוא האלקים” - ער האָט זיך נישט מוחל געווען אויפן תפילין לייגן פון יענעם אינדערפרי. “ה’ הוא האלקים” - ער איז באַשטאַנען מוחל צו זיין דעם באַשעפער אויף אַלעס אַבי ער זאָל אים צוריקשטעלן וואו ער איז געווען פאַר יענער נאַכט. ר’ אפרים האָט זיך געוואָרפן און געשריגן “אַדוינוי הוא האלקים” צום זעקסטן מאָל.
מען האַלט שוין ביים זיבעטן “ה’ הוא האלקים.” די קולות רייסן זיך. מען קומט שוין ממש אום. און ביי ר’ אפרים גיסן זיך די טרערן. ער האָט געדענקט דער מעשה פון ר’ אליעזר בן דורדיא וואָס ער האָט געלערנט אין עין יעקב. ווי ער האָט געלייגט זיין קאָפּ אין זיין שויס און אַזוי געיאָמערט און אַזוי געוויינט אַז נאָך בעטן דעם הימל מיט דער ערד, דעם זון מיט דער לבנה זאָלן אויף אים מתפּלל זיין, איז זיין נשמה אַרויס. אויך ר’ אפרים האָט אויף דעם זיך געוואונטשן. ר’ אפרים האָט זיך געזען מיט מלכה מרים און די צוויי קינדער ווי מען פירט זיי אַוועק נאָך דער סעלעקציע, ווי ער האָט זיי געוואָלט נאָכגיין און מען האָט אים נישט געלאָזט. ער האָט זיי יעצט ווידער געוואָלט נאָכגיין.
דער עולם האָט זיך צוריקגעוואָרפן די טליתים אויף צו הערן דעם קדיש תתקבל. אַ ווייכן שמייכל ליגט ביי יעדן אויפן פּנים. מען שפּירט, ס’איז געלונגען, מען האָט עפּעס אויפגעטאָן. אין דעם מאָמענט שפּירט זיך עס ווי די גאַנצע וועלט עקזיסטירט נאָר אין דעם בית המדרש און פון דאַנען דורכן הימל קאָנטראָלירט מען אַלעס. ר’ אפרים איז אָבער נאָך איינגעהילט אינעם טלית. די טרערן האָבן זיך נאָך נישט אָפּגעשטעלט. דער בעל מקריא שרייט “תקיעה” און דער בעל תוקע בלאָזט. ר’ אפרימס טאַטע פלעגט האָבן דעם כיבוד פון אויסרופן די תקיעות. מען רופט אויס “תקיעה גדולה” און די לאַנגע תקיעה וואָס הייבט זיך אָן מיט אַ קראַפט פאָכעט אויס ביסלעכווייז מיט די לעצטע כוחות פונעם בעל תוקע. ווי די תקיעה האָט געשפּאָלטן די פענצטערס פון הימל האָט ר’ אפרים איינגעזאַמלט זיינע לעצטע כוחות און צוזאַמן מיט דער אויסגעדינטער ענדע נאָט פונעם שאַל אַרויסגעזאָגט די נעמען וואָס ער האָט קיין מאָל ביז יעצט נישט געזאָגט. “מלכה מרים בת חיים שלמה דוד.” “לאה בת אפרים.” “חנה בת אפרים.”
דער בעל תפלה האָט געשריגן דריי מאָל און דער עולם האָט נאָכגעזאָגט, “לשנה הבאה בירושלים, לשנה הבאה בירושלים, לשנה הבאה בירושלים הבנויה.” דער ‘הבנויה’ האָט נאָך וויברירט ווען ר’ אפרימס שכן איז צוריקגעשפּרונגען מיט אַ געוואַלד: “אוי! ר’ אפרים!” דער יונגערמאַן וואָס איז געזעסן ביי דער שורה אונטער ר’ אפרימן איז אַרויפגעטאַנצן אויפן באַנק און געשריגן “וואַסער! הצלה!”
ווי נעמט זיך אזא פעדער.

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
איך מיין אז קטלא'ס בעסטע ווארע אלס סאציאל חסידישער קריטיק איז געקומען אין די בראשית יארן ווען ער האט געהאט א דראנג צו זיך אויסגעבן. ווי א מאראנץ וואס ווער צודריקט און דאן קומט די זאפט ארויס, שיינט מיר אז ר' קטלא איז דאנמאלס דורכגעגיינגן אינערליכע קאנפליקט)- מכאוב פון דעת - וועלכע האט זיך ארויסגעריסן פון אים ווי א וואלקענא, אין די ארטיקלן געשריבן מיט הייסע לאווע איז געווען ווי חמין במוצ"ש פאר די אינגע אודיענץ בימים ההם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
[justify]גוט אז ער איז שוין נישט אקטיוו.
ער איז געוועהן דער סאמע ערשטע אשר קרך וואס האט תופס געוועהן די מאמע לשון צו אפלאכן פון כל הקודש לנו. שוין אין יארע 2002, ווען די אינטערנעט איז נאך געוועהן אין די ווינדלען, האט ער שוין אויסגעשארפט זיין שפיז און אריינגעשטאכן סם המוות אין זיינע לייענער, פשוט'ע טרוקענע עצמות יבשות וועלכע האבן אויפגעלעבט פון זיין קאלירפולע שפראך און שמאלציגע מאמע לשון. זיינע חוזק רייד האבן ביי יעדן טיף אריינגעדרינגן - עס איז נאך געוועהן פאר די צייטן ווען מען האט זיך אימיונירט צו די היימישע אויבער-חכמים'דיגע מאמרים אויף אינטערנעט בלאגס, און מען קען נישט זאגן אז עס האט נישט געלאזט א רושם אויף אייביג אין די איידעלע נשמות.
זאל ער לעבן גליקלעך באשר הוא שם, אבער גוט אז ער איז אונטערגעגאנגען.[/justify]
נ.ב. א שרייבער איז ער אבער א וואוילע. אין בדומה לו אויף אויפצולעבן א מעשה.

(- - -)