כ'וויל ווידער קלארשטעלן אז אלעס איז נאכגעשריבן בלויז פון חז"ל און פון די פסוקים. ובזה החלי בס"ד.
בלק האט געהערט אז בשעת זיי גייען אויפן וועג, שפאצירן זיי אדורך לענדער און בעטן שיין רשות אדורכצוגיין. זיי האבן למשל געבעטן פון 'אמורי' רשות אריבערצוגיין, די קעניג סיחון האט עס קאטאגאריש אפגעזאגט, און זיי זענען ארויס מיט א מלחמה קעגן די אידן. דער באשעפער האט געהיטן זיין באליבטע פאלק און זיי האבן באזיגט די מלחמה און איינגענומען גאנץ סיחון. יעצט איז בלק געווען אין א שווערע פחד... וואס טוה איך דא??? די אידן קומען באלד צו מיר... וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט זיי? (זעט אויס אז זיין שיין צו די אידן איז נישט געווען קיין אפציע... עס וואלט מעגליך אויפגערעגט זיין פאלק און געפירט צו א פוטש).
איז בלק איינגעפאלן א געוואלדיגע פלאן! אונז האבן דאך דא בשכינות אונזער הייליגע נביא בלעם וואס רעדט כסדר צו גאט, ער האט א כוח צו בענטשן און שעלטן. מיר וועלן אים רופן צו שעלטן די אידן און אזוי וועלן מיר זיי קענען בייקומען!!!
אומר ועושה! ער האט צאמגעשטעלט א חשובע דעלעגאציע, און זיי געשיקט צו בלעם אים צו אפערן דעם פארשלאג.
בלעם האט שיין אויפגענומען די דעלעגאציע, און זיך געזעצט צו א מיטינג צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן. נאכ'ן הערן זייער פארשלאג האט ער געזאגט פאר זיי: "הערטס אויס, ענק בעטן דא זייער נישט קיין פשוט'ע זאך, ענק ווילן אז איך זאל שעלטן די פאלק וואס גאט אליינס האט אויסדערוועלט אלס זיין באליבטע פאלק. אזא זאך קען איך בשום אופן נישט טון אן פריער באקומען רשות פון גאט. ער רעדט געווענליך צו מיר ביינאכט, בלייבטס דא נעכטיגן און איך וועל אנפרעגן גאט, און מארגן וועל איך ענק ברענגען אן ענטפער".
אין די שטילקייט פון די נאכט... גאט באווייזט זיך צו בלעם, און פרעגט אים, "זאג נאר... ווער זענען די מענטשן וואס זענען געקומען איינשטיין ביי דיר"? בלעם האט געזאגט... "אה גוט אז דו פרעגסט, כ'האב דיר טאקע געהאט בדעה צו פארציילן וועגן דעם... זיי זענען דא בשליחות פון בלק, ווייסט וועמען איך רעד פון...? דער קעניג פון מואב... ער וויל איך זאל שעלטן די אידן... וואס זאגסטו צו דעם"?
גאט האט גלייך געזאגט פאר בלעם, "ביזט משוגע? האסט געהאט א הוא אמינא אז כ'גיי דיר לאזן גיין שעלטן מיין פאלק? עם ישראל איז א געבענטשטע פאלק! דו וועסט זיי נישט שעלטן בשום אין אופן! זאלסט זיך נישט דערוואגן צו גיין מיט זיי"!
בלעם איז אויפגעשטאנען אינדערפרי, און געזאגט פאר די משלחת, "אם ווערי סארי, אבער גאט לאזט מיר בשום אופן נישט גיין שעלטן זיין פאלק. כ'מיין, טעקניקלי איז עס א נאו ברעינער, כ'ווייס נישט וואס ענק האבן בכלל געטראכט. גייט צוריק צו בלק און זאגטס פאר ענקער קעניג אז כ'קען אים נישט העלפן".
די משלחת איז צוריקגעקומען צו בלק און אים פארציילט וואס בלעם האט געזאגט. ס'איז א שאד צו פראבירן אויף דעם סטראטעגיע, בלעם קען נאר שעלטן אויב גאט לאזט, און כמובן לאזט נישט גאט שעלטן זיין אויסדערוועלטע פאלק.
בלק האט זיך נישט מייאש געווען. ער איז געגאנגען און צאמגעשטעלט א שענערע דעלעגאציע פון חשוב'ערע מיניסטארן, און זיי צוריקגעשיקט צו בלעם. ער האט זיי געזאגט "זאג פאר בלעם אז כ'וועל אים געבן די גרעסטע כבוד וואס נאר שייך, כ'וועל אים געבן וואס ער וויל, דער עיקר אז ער מוז קומען שעלטן דאס פאלק"!
די נייע גרופע איז אנגעקומען צו בלעם און אים ווידער פארגעלייגט וואס בלק פארלאנגט. בלעם האט זיי געזאגט אין א שטרענגן טאן "האבן ענק נישט פארשטאנען דאס ערשטע מאל?? וויפיל מאל מוז איך איבערזאגן א זאך? אפילו ענק וועלן מיר געבן א גאנצע שטוב אנגעפילט מיט געלט וועל איך נישט קענען שעלטן אויב גאט לאזט נישט! נישטא קיין שום מהלך דאס זאל ארבעטן...!!! אבער... אז ענק רעדן וועגן כבוד און געלט... ווייסטע וואס? בלייבטס דא נעכטיגן, און כ'וועל אנפרעגן גאט, אפשר וועט ער טשעינדזשן זיין מיינד... נאכאמאל, כ'גלייב נישט אז ער וועט געבן רשות, ס'איז דאך זיין פאלק וואס ער האט ליב, און ער האט מיר שוין קלאר געזאגט פאריגע מאל נישט צו גיין בשום אופן... אבער ווייסטעך... אז עס האנדלט זיך פון מיין געלט און כבוד... אפשר וועלן זיך זאכן טוישן"...
גאט האט זיך באוויזן צו בלעם ביינאכט און אים געזאגט, ווייסטע וואס... די חברה רופן דיך... גיי מיט זיי! אבער וועסט נאר מעגן רעדן דאס וואס איך וועל דיר לאזן!
בלעם איז אויפגעשטאנען מיט איין שמחה און געלאפן צום משלחת... און פארציילט, "הערסטע! גאט האט געזאגט אז איך זאל גיין! זאכן האבן זיך זעט אויס געטוישט... שפאן שוין איין די פערדן מיט די אייזלען, גיימיר"!!! די חברה האבן זיך אזוי געווינקען מיט די אויגן... יא יא... מען האט גערעדט פון כבוד מיט געלט און פלוצלונג הייסט אים גאט גיין...
דער מלאך האט זיך געמאכט זעעדיג נאר פאר דעם אתון אבער נישט פאר בלעם, און זיך געשטעלט פארנט פונעם אייזלין. דער אייזעלע האט געזען אז איינער שטייט אינמיטן וועג, האט זי אפגענייגט פון וועג צו אויסקרויזן דעם שטרויכלונג. בלעם וואס האט נישט געזען וואס גייט פאר האט געשלאגן זיין אייזלין איר צוריקצונייגן אויפן גוטן וועג. אביסל שפעטער איז דער אייזל אריבערגאגאנגען א שמאלע פלאץ וואס האט געהאט ווענט פון ביידע זייטן. דער מלאך האט זיך געשטעלט ביי איין זייט און די אייזלין האט זיך געריקט צו די אנדערע זייט נישט אריינצוהאקן אינעם מלאך. בלעם'ס פיס איז צוקוועטשט געווארן אין די וואנט, און ער האט ווידער אריינגעטיילט שווערע מכות פאר זיין אומשולדיגע אייזלין.
אביסל ווייטער זענען זיי אנגעקומען צו גאר א שמאלע פלאץ, דער מלאך האט זיך דאן געשטעלט אינמיטן וועג און אויפגענומען די גאנצע וועג, מען האט נישט געקענט גיין רעכטס אדער לינקס. די אייזלין האט געזען אז זי איז סטאק, מען קען נישט ווייטער גיין, האט זי אראפגעקניט און געהויערט. בלעם איז געווארן גאר בייז, וואס מאכט זי עפעס קונצן היינט? און ער האט ווידער אריינגעשמיסן שטארקע קלעפ אין זיין אייזעלע.
דאן האט פאסירט א וואונדערליכע זאך!!! דער אייזלין האט זיך געעפנט דאס פיסקל און זיך גענומען צו רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו, זי האט געזאגט פאר בלעם, "וואס האב איך דיר שלעכטס געטון אז דו האסט מיר געשלאגן די דריי מאל"!?!? בלעם האט זיך בכלל נישט דערשראקן פון דעם מאדנעם ספעקטאקל, ער איז בכלל נישט געווען אין א שאק... ער האט זיך נישט געציפט צו זען אויב ער חלום'ט, ער האט גלייך זיך גענומען צוריק'טענה'ן מיט'ן אייזלין כאילו ער טוט דאס שוין פאר יארן, כאילו ס'איז א העכסט נארמאלע ערשיינונג... ער האט איר געזאגט, "וואס הייסט פארוואס כ'האב דיר געשלאגן? דו מאכט חוזק פון מיר, דו גייסט נישט ווי א נארמאלע אייזל היינט, האסט מיר צעקוועטשט דעם פיס, ווען איך האב ווען יעצט א שווערד וואלט איך דיר דער'הרג'עט אויפן פלאץ"!
די אייזלין האט ווייטער גערעדט, "זאג נאר בלעם'ל, איך בין דאך דיין אתון וואס דו רייטסט שוין אויף מיר יארן לאנג, האב איך אפילו איינמאל געטון אזאנס פאר דיר"? בלעם האט געמוזט מודה זיין צום אייזלין אז נישט...
פלוצלונג האט גאט געעפנט די אויגן פון בלעם, און עס האט זיך אים אנטפלעקט דער מלאך וואס איז געשטאנען פארנט פון אים, מיטן אויסגעשטרעקטע שווערד. בלעם האט זיך געביקט ביזן ערד. די מלאך האט מיט א שטרענגע טאן פארגעהאלטן בלעם, "פארוואס האסטו געשלאגן דיין אייזלין די דריי מאל? ער האט אפגענויגט פון וועג ווייל ער האט מיר געזען! ווען ער גייט ווען ווייטער וואלט איך דיר דער'הרג'עט"! (כ'האב נישט קיין השגה פארוואס, מעג מען דען נישט שלאגן אן אייזלין? ער האט דאך נישט געזען קיין מלאך... און גאט האט דאך אים געזאגט צו גיין... )
בלעם האט זיך געבעטן ביים מלאך, "אם סארי, כ'האב דאך נישט געזען אז דו שטייסט אינמיטן וועג. איי געס גאט האט דיר געשיקט מיר צו שטערן ווייל ער וויל נישט איך זאל גיין, זעט אויס אז ער האט צוריקגעטוישט זיין מיינד. איך דריי מיך שוין אויס און איך גיי צוריק אהיים און פטור אן עסק". אבער דער מלאך האט אים געזאגט... "נעע, וואס עפעס, קענסט רואיג ווייטער גיין צו בלק, ( ) נאר געדענק אז נאר דאס וואס גאט וועט דיר הייסן, נאר דאס וועסטו קענען רעדן". בלעם האט פארגעזעצט זיין וועג צו מואב.
דעם אנדערן אינדערפרי, די חברה זענען אויפגעשטאנען פרי, און זיך געגרייט צום שעלטעריי... זיי זענען ארויף אויף א הויכע בארג ווי זיי האבן פון דארט געקענט זען א חלק פון די שרעקעדיגע אידן. בלעם האט געזאגט פאר בלק, בוי מיר דא אויף זיבן מזבחות, און גרייט מיר אן זיבן קיען און זיבן ווידערן. (מסתמא קעגן די ז' ספירות...) בלק האט באלד צוגעשטעלט פארן געטליכן מאן זיינע וואונטשן. זיי האבן מקריב געווען א קוה מיט אן איל פאר א קרבן עולה, און דאן האט בלעם געזאגט פאר בלק "יעצט מוז איך אוועקגיין צו א פלאץ ווי קיינער וועט מיר נישט זען, אפשר וועט גאט זיך באווייזן צו מיר און מיר אריינלייגן ווערטער אין מויל".
בלעם איז געגאנגען צו א ווייטערע שטילע פלאץ, גאט האט זיך באוויזן צו אים און אריינגעלייגט ווערטער און מויל. בלעם האט זיך צוריקגעקערט צו בלק און די חברה, און זיך גענומען צו רעדן... אבער... ס'איז ארויסגעקומען ברכות פון זיין מויל... ס'האט געפלאסן ברכות איינס נאכן אנדערן. בלק האט זיך גענומען צו שרייען "וואס גייט פאר מיט דיר?? איך האב דיר געהייערט צו שעלטן די אידן, קומסטו מיר יעצט געבן ברכות"? בלעם האט אבער קלאר געמאכט, "דו ביזט געווען דער וואס האט געדרייט א קאפ אז איך זאל קומען. איך האב דיר קלאר געזאגט אז גאט וועט נישט וועלן אז איך זאל שעלטן די אידן, נאר דאס וואס גאט לייגט מיר אריין אין מויל, נאר דאס קען איך רעדן"!
בלק האט געזאגט, "ווייסטו וואס? כ'האב א פלאן! לאמיר גיין צו א צווייטע בארג!!! אונז וועלן גיין צו א צווייטע פלאץ, אפשר דארטן וועט גאט יא לאזן שעלטן די אידן"... בלעם האט אזוי אנגעקוקט בלק, און געזאגט "עעעהם, הער.. איך גלייב נישט אז ס'איז א גרויסע חילוק וואו אונז גייען, גאט האט ליב זיין פאלק און ער לאזט נישט שעלטן, פינטל. אבער אז דו עקשן'סט דיך איין... זאל זיין אזוי, לאמיר טרייען ערגעץ אנדערש"...
זיי זענען אריבער צו א צווייטע פלאץ און ווידער אויפגעשטעלט זיבן מזבחות און מקריב געווען עולות פאר'ן באשעפער. בלעם איז ווידער געגאנגען זיך אפזינדערן און טרעפן גאט, גאט האט זיך באוויזן און אריינגעפאקט ווערטער אין די מויל פון בלעם. ער האט זיך צוריקגעקערט צו בלק... דער עולם איז געשטאנען מיט אנגעשפיצטע אויערן... אפשר יעצט וועט ארויסקומען די לאנג ערווארטעטע קללות... אבער ניין!!! עס האבן זיך ווידער גענומען צו פליסן ברכות...
בלק איז געווארן היסטעריש, און זיך גענומען צו שרייען "סטאפ סטאפ! אז גאט לאזט דיר נישט שעלטן דאן כאטש זאלסטו נישט בענטשן אויך נישט, פארמאך דיין מויל און פארטיג"!!! בלעם האט אבער קלארגעשטעלט... "איים ווערי סארי, אבער דאס איז אלעס געווען דיין עצה, איך האב דיר זייער קלאר געזאגט אז איך קען נאר רעדן דאס וואס גאט זאגט מיר צו רעדן".
בלק האט זיך גענומען צו קראצן זיין שטערן... וואס טוט מען דא... מען מוז דאך פטור ווערן פון די אידן, מען קען נישט לאזן די זאך לויפן, עפעס מוז מען טון... מיטאמאל בליצט אים אויף א מורא'דיגע איינפאל אין קאפ, און ער רופט זיך אן, "הערט מיר אלע איין, עס פאלט מיר איין א געוואלדיגע עצה... לאמיר גיין צו א 'דריטע' פלאץ!!! אפשר דארטן וועט גאט יא לאזן שעלטן!!! בלעם געט א קוק אן בלק, "וואט די העק? ביסט אינגאנצן משוגע געווארן? האסט דאך געזען אז טוישן פלעצער העלפט נישט, כ'ווייס ניטאמאל וואס דו האסט געטראכט די ערשטע מאל... וואס איז א נפק"מ וואו מען שעלט? גאט גייט עפעס טוישן זיין מיינונג בלויז וועגן אונז גייען יעצט טוישן לאקאציעס?
בלק האט זיך נישט צו טון געמאכט און גענומען בלעם מיט זיין חבריה צו א דריטע בארג, אויפגעשטעלט פרישע זיבן מזבחות און געווארט פאר בלעם'ן צו שעלטן. בלעם איז זיך געגאנגען שפאצירן אויפן בארג, זיינע אויגן זענען געפאלן דארטן ווי די אידן האבן גערוהט, און עס האט אים געכאפט דעם געטליכן גייסט, ער איז שנעל צוריקגעלאפן צו בלעם מיט א פרישע נבואה...
בלק האט זיך שוין געריבן די הענט... יעצט קומט עס שוין זיכער... ענדליך וועט ער שוין שעלטן... אבער... צו יעדעמס באדויער און שאק האט ער זיך ווידער גענומען צו בענטשן! בלק איז געווארן געפערליך גערעגט, ס'האט זיך גענומען צו ברענען א גרימצארן אין זיין געדערים און ער האט זיך גענומען צו שרייען, "איך האב דיר גערופן צו שעלטן, און אנשטאט דעם האסטו זיי דריי מאל געבענטשט!!! גיי דיר שוין צו וואו די שווארצע פעפער וואקסט! געמיינט האב איך אז כ'וועל דיר קענען געבן כבוד... אבער זעט אויס אז ס'איז דיר נישט באשערט"... בלעם האט אבער קלאר געשטעלט, "כ'האב נישט קיין השגה וואס דו ווילסט, שוין פאר דיינע שליחים האב איך קלארגעשטעלט אז גאט וויל נישט שעלטן זיינע אידן און נאר וואס ער הייסט מיר זאגן נאר דאס קען איך רעדן".
בלעם האט נאך אספיעט אפצוזאגן נאך אפאר נביאות'ער און איז זיך צוריקגעגאנגען לחיים ולשלום צו זיין היים.