איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גראמאטישער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 23, 2023 10:37 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

שליחה דורך גראמאטישער »

איך וואלט געוואלט אראפשרייבן א ווייטאגליכע געשיכטע וואס האט זיך און שפילט זיך נאך ווייטער אפ ממש פאר מיינע אויגן.

איך דריי זיך געווענליך נישט דא אויף קאווע שטיבל אבער אזוי ווי די געשיכטע איז אידיש סענסעטיוו האב איך פארשטאנען אז ס'בעסטע פלאץ צו עס פובליצירן וועט זיין דא אין קאווע שטיבל.



דער מסובב כל הסיבות האט צוגעפירט אז איך זאל געבוירן ווערן און וואוינען אין איינס פון די מערסט ערליכסטע און אויסגעהאלטענסטע שטעט אינעם היזיגן גלות אמעריקא, זייענדיג א שטייער צאלער פאר איינע פון די חשוב'ע קהילות וואס האט אין זייערע ראמען א סוקסעספולע חבורה פון גמרא רש"י האב איך זיך שוין יארן צוריק איינגעשריבן דערינען, צוליב געוויסע סיבות האט מיר מיין חברותא פארלאזט, האט מיר דער שדכן צוגעשטעלט א חשוב'ע צוואנציג יעריגער ארבעטס אינגערמאן וואס זאל פארזעצן דעם שיעור מיט מיר.

נאכן לערנען און פארברענגען מיט דעם אינגערמאן האט ער זיך צו מיר איינמאל אויסגערעדט און ארויסגעשיילט זיין פערזענדליכע לעבנס געשיכטע און פיינפולע לעבנס שטייגער.

דער חשוב'ע אינגערמאן האט אנגעהויבן אראפ לייגן זיין לעבנס געשיכטע וואס האט מיר באנומען ביז טרערן דאס הארץ ווערט מיר פארקלעמט ווען איך טראכט אריין וואס דער אינגערמאן גייט דורך אויפן טאג טעגליכע לעבנס שטייגער.


אנגעהויבן האט זיך עס ביי די פופצן ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אינגערמאן האט א ספעציעלע נשמה וואס פאסט זיך נישט אזוי אריין אין די איינגעצוימטע חסידישע געזעלשאפט ער איז אלץ געווען נייגעריג וואס עס קומט פאר אין די דרויסנדע וועלט אנגעהויבן האט זיך עס מיטן איינהאנדלען "טריפה'נע מיוזיק" וואס זיינע עלטערן האבן אים נישט געלאזט הערן, נאכן זיך דרייען מיט די חבירים וואס האנדלען מיט די זאכן איז עס געגאנגען צו מיוזיק ווידיאוס פון דארט צו אידישע מאָוויס און פון דארט ביז טריפה'נע מאָוויס איז שוין א קאצן שפרינג.

ביי די זעכצן האט שוין דער בחור געהאט א גאלעקסי פון וואס זיין טאטע האט זיך שפעטער דערוויסט דערפון און אנגעהויבן די שדים טאנץ פון ציכאפן קויפן ציכאפן קויפן וחוזר חלילה.

יארן זענען דורכגעלאפן, הונדערטע מאוויס, טויזענטע שעות פון האליוואד פילמ'ס האט געטאן דא זייניגע און נישט מער און נישט ווייניגער דער בחור האט זיך דעוועלאפט א "טעיסט" וואס עס באדייט א שיינע פרוי.

אדערווייל איז דער בחור געווארן דערשטיקט אין ישיבה און אינדערהיים, נישט די עלטערן און נישט די מנהלים זענען געווען צופרידן פון אים פסקים איז געווען אין די טעגליכע מעניו, ער איז פשוט געווען דערוואָרגן!

ווען זיין טאטע האט אים געזאגט אין די פריע אכצנטע יאר אז ער האט א מיידל פון א שיינע משפחה פאר אים האט עס פאר דעם בחור געמיינט איין זאך, ארויס פון מיין טאטעס הויז! ארויס פון ישיבה!

ער האט נישט געלייגט צופיל געוויכט אויפן אויסזעהן פון די מיידל וואס מען האט אים פארגעשלאגן, ד'עיקר, געב מיר דעם וועג ארויס פון ישיבה! נאך איין קורצע בעשאו האט מען זיך געשטעלט טרונקן א לחיים.


די פרייליכע פארפאלק האט צו מזל און ברכה חתונה געהאט, די נאכט פון די חתונה אין שלאף צימער איז דורך גאנץ געשמאק.

גייט אריבער אפאר חדשים אין דער בחור האט אנגעהויבן כאפן וואס ער האט דא אפגעטאן, ער גלייכט נישט דעם מיידל! ער האט איר נישט ליב!

די צוויי מאל א וואך האט ער נאך דורכגעשטיפט ד'עיקר אז מען האט אים גע'געבן וואקאציע איינמאל א חודש, די בראך איז געקומען ווען זיין ווייב איז געווארן טראגעדיג, וואך איין וואך אויס און דער אינגערמאן לייגט זיך אריין אין בעט מיט זיין ווייב ווען עס קומט אים צו ברעכן! ער עקל'ט זיך!

זייענדיג שוין אריין אפאר חדשים וואס זיין ווייב טראגט און זי האט אנגעהויבן טוישן איר אויסזען האט עס ממש געקראכט, ווען ער קוקט נאר אויף איר ברענגט עס אים ארויף אן איבלעניש.

דער אינגערמאן זאגט מיר, "ער וואלט איר שוין לאנג פארשיקט ווען נישט ער האט מורא פון וואס די גאס וועט שמועסן", עס איז איום ונורא!

ער זאגט מיר, זי פארלאנגט עס קאטאגאריש אבער טוט נישט די מינימום איר אויסזען זאל זיין קרוב צו ציענד, ער שפירט ווי ער ווערט אויסגעניצט.

חוץ מזה איז איר רוחניות'דיגע ערווארטונגען פון אים העכער ווי וואס ער קען באווייזן.

דער איז אן ערליכע אינגערמאן און ער זיכט זיך נישט קיין גליקן פון דרויסן, ער פרובירט דאס בעסטע צו היטן זיינע אויגן ער איז איינגעהאלטן ביז וויפיל ער קען.

דער אינגערמאן האט נישט קיין שמחת החיים! דער האט נישט קיין גשמיות און דאס קלאפט גאר שטארק אויס אויף רוחניות, דער אינגערמאן איז א לעבעדיגע שאָטן אָן וויסן פארוואס ער לעבט, די וועלט האט ער נישט, און יענע וועלט לייגט זיך אים צוזאם פאר זיינע אויגן!

דער אינגערמאן איז טויט אין באשיינפערליכן זין פון ווארט.

עד כאן המעשה.

ווער עס האט סיי וואספארא עצה פאר דעם אינגערמאן זאל ביטע לאזן וויסן.

איך קען דעם אינגערמאן ליידער נישט צופיל העלפן, אבער טייערע עלטערן ביטע ווען איר זיכט א שידוך פאר אייער קינד שטעלט אייך אראפ טראכטן פאר איין מינוט צו די שידוך איז פאסיג פאר דיין זון!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גראמאטישער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 81 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר