אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סקעפטיקער: לשיטתך ביסטו גערעכט. נאר 90% פון מענטשן אין די וועלט האלטן נישט אזוי...!

אין ענגליש איז דא א ווערטל...Put up or shut up...!
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:סקעפטיקער: לשיטתך ביסטו גערעכט. נאר 90% פון מענטשן אין די וועלט האלטן נישט אזוי...!

אין ענגליש איז דא א ווערטל...Put up or shut up...!
העפענס טו בי אז די חרד'ישע ציבור זענען פון די איבעריגע 10%
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

berlbalaguleh האט געשריבן:סקעפטיקער: לשיטתך ביסטו גערעכט. נאר (90% פון מענטשן אין די וועלט) חרדישע אידן האלטן נישט אזוי...!

אין ענגליש איז דא א ווערטל...Put up or shut up...!
מיין יונגל האט מיר געפרעגט לעצטע וואך, טאטי? אמת ס'דא מער אידן ווי גוים אויפן וועלט? אידן וואוינען איבעראל אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל... און כמעט וואס מען זעט נישט קיין גוים...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

שמן למאור האט געשריבן:
אייגענארטיג האט געשריבן: Are you aware of the concept "Beyond a reasonable doubt" ?

This is google's explanation
This means that the prosecution must convince the jury that there is no other reasonable explanation that can come from the evidence presented at trial. In other words, the jury must be virtually certain of the defendant's guilt in order to render a guilty verdict.

The only thing that was proven at trial is that Riki is a very sick person with emotional issues. and Nechamya was jailed for that.

And in my opinion everyone who defends her actions is either a child in their mind or is not on planet earth (and for that i offered you a GPS to find your way back...
וואו קומט דאס אריין יעצט? דאס האט עפעס שייכות מיט די בקשה פון די DA? פארוואס ציטירסטו די גאנצע שמועס? ביזט געווארן אפגעפרעגט פון איין טענה שפרינגסטו יעצט צו א צווייטע טענה?

פארוואס 'איך' בין איבערצייגט אז ער איז יא א שולדיגער האב איך שוין מסביר געווען און אנדערע תגובות. צו איך בין אויף די דרגה פון ביאנד ריזאנעבל דאובט איז נישט נוגע, איך בין נישט אין די דזשורי. איך וואלט אים מסתמה נישט אנגעקלאגט בלויז על סמך די אינפערמאציע וואס איך האב דערווייל, איך וואלט געוואלט אליין הערן פון די וועקטעם און זיין מער אינוואלווד פאר איך אליין געב ארויס א פסק צו מאכן איינעם זיצן פאר אזוי פיל יאר. איך בין אבער גענוג איבערצייגט פאר זיך אז ער איז א מאלעסטער און איך נעם אן אזוי פאר מיר פערזענליך און איך לאז הערן מיין מיינונג דערוועגן. אבער אויף אויסצופארשן און געבן א פסק האט מען טאקע א דזשורי... די דזשורי האט געהאלטן אז ס'איז יא ניכרים דברי אמת, און מען קען אים אנקלאגן ביאנד ריזענעבל דאבט, סאו כ'זע נישט וואס דו דרייסט איבער.
הרב שמן איך זעה נישט וואו איך האב געטוישט טענה אדער וואס,

איך האב דיר גענטפערט אמאל איז די תירוץ ראובן און אמאל שמעון.

ווען דו האסט געפרעגט פארוואס דער די.עי. האט מסכים געווען צו שרייבן אזא בריוו איז געוואלדיג פשוט.. ער ווייסט אויך אז עס איז געווען אן אומ'יושר'דיגע אורטייל און אזוי אויך די גאנצע קארט קעיס איז געווען מורא'דיג פאליטיקלי דריווען.. יעצט ווען די דאסט איז געסעטעלט און דער די.עי. איז מער נישט אין אמט קען מען שרייבן א בריוו טא רעקטיפיי א ראנג.

וועגן די טענה אז נחמי' איז א מאלעסטאר והא ראי' עס זענען דא אסאך וויקטעמס, און דו שפרינגסט אויב איך בין געזיצען ביים טרייעל...
ניין איך בין נישט געזיצען דארטן (איך האב דיר געזאגט פריער אז איך האב מיט דעם מענטש גארנישט) אבער עס מיינט נישט אז איך האב נישט געוואוסט וואס עס טוט זיך ביהיינד די סיענס און סטראטעגיע. און יא די עדות וואס האבן געדארפט אויפטרעטן זענען יא געזיצן מיטן פראסעקיוטער פאר טרייעל פרעפ און האבן ארויסגעבעקט איינמאל זייער מעשה איז צופאלן ווי א זייפן בלאז.

לענינינו ווען דו פרעגסט די וועטער באקומסטו די וועטער און ווען דו פרעגסט די טאג באקומסטו אן אנדערע תירוץ און עס איז נישט תרתי דסתרי אפי' צו דיין מוח קוקט עס אויס פרעמד.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

און צום שלוס וויל איך ארויסברענגען אפאר פונקטן און איך האף אז דער יצר העט מיך נישט אריינשלעפן נאכאמאל מגיב זיין אין דעם ענין:

1) עס איז נישט געווען קיינע פראף אז נחמי' האט געטאטשט דעם ריקי.
2) דער די עי איז אויסגעשטאנען א שווערע עלעקשאן און ער האט געהאפט אז דעי טרייעל וועט אים העלפן דערמיט.
3) דער דזשאדש האט געשטערט יעדע דיפענס מיטן תירוץ אז עס איז נישט רעלעווענט אדער אנדערע תירוצים אויף אנדערע זאכן (למשל זאגן אז דאס מיידל איז ברוגז אויף נחמי' צוליב שאלאמאן וכו').
4) לו יצוייר אז נחמי' וואלט באקומען א פעיר טרייעל וואס וואלט געפראווד אז ער איז שולדיג איז דער עונש וואס ער האט באקומען נאכקיינמאל נישט געגעבן געווארן ביז דאן און פון דאן (וואס זאגט אליינס אז דא זענען געווען פערזענליכע נגיעות פונעם פראסיקיושען).

על אחת כמה וכמה...

דארף מיר נאר מתפלל אז יודע בגוים לעינינו אז נחמי' איז אן ערליכער וואס איז געפאלן א קרבן פאר א מושחת וזונה וואס האט מיט שקר אים מסדר געווען און ער זיצט יעצט פאר אונזערע חטאים, און השי"ת זאל העלפן אז עס זאל געלונגען פאר די עסקנים אין סיי וועלכע געביט זיי זענען עוסק אים צו באפרייען און והשיב לב אבות על בנים
בב"א.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך אונטער חכם »

דא האט איר די אסיסטענט די כי דערציילט וועגן זעקס אנדערע וויטנעסעס.
https://twitter.com/Shmarya/status/1658 ... zgbFw&s=19

בילדבילדבילד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בת קול האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן: @בת קול וואס איז עמדים?
עמודים איז א מענטל העלט ארגעניזאציע וואס טוהט אסאך פאר סקסואל אביוס וויקטימס.
https://amudim.org/
אפפ טאפיק: עמודים איז א סקעם ארגאניזאציע וואס טוט נישט גארנישט. זיי זוכן צו שאפן געלט און זיין פאפולער. קען זיין זיי האבן גוטע רצונות אבער זיי טוען גארנישט.
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

אייגענארטיג האט געשריבן: 3) דער דזשאדש האט געשטערט יעדע דיפענס מיטן תירוץ אז עס איז נישט רעלעווענט אדער אנדערע תירוצים אויף אנדערע זאכן (למשל זאגן אז דאס מיידל איז ברוגז אויף נחמי' צוליב שאלאמאן וכו')
berlbalaguleh האט געשריבן: מיין גאנצע סטעיטמענט אין די סוגיא איז נאר אז (לויט מיין מיינונג) ער האט נישט באקומען קיין יושר'דיגן טרייעל. סיי מיט די עווידענס וואס וואלט אפשר געוויזן אז די הויפט באשולדיגערין האט געהאט א פערזענליכע אינטרעס צו פארבייגן די אמת'ע פאקטן. וואס דער דזשאדזש האט נישט צוגעלאזט אז די דזשורי זאלל הערן. אדער דאס זאל זיין א טייל פון דעם אפיציעלן טרענסקריפט.
איך האלט אינאיין זען די טענה אז די פראצעס איז נישט געווען יושר'דיג צוליב וואס די דזשאדזש האט נישט צוגעלאזט געוויסע פאקטארן וואס זענען געווען לטובת נחמיה. קען איינער אנצייכענען א מקור דערצו? ביי יעדע טרייעל האלט דער פארלירער אז מען האט אים באקריוודעט און ס'נישט געווען יושר'דיג און אלעמאל וועלן די וואס זענען געווען אויף זיין זייט אננעמען אלעס וואס מען פארציילט, אבי זיך ארויפצוכאפן אויף עפעס.

לויט וואס איך האב געזען האבן די לויערס פון נחמיה גענומען די וויקטעם אויפן צימבל פאר דריי טעג אין א ציה, (זעלטן אז א קראס-עקזעמענעישן פאר א וויקטעם זאל נעמען אזוי לאנג) און זיין לויער האט יא דערמאנט אין קאורט אז זי האט מעגליך געהאט בייעס וועגן די שאלאמאן פרשה.

אויב איינער האט א מקור, ביטע צוצייכענען.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אייגענארטיג האט געשריבן:און צום שלוס וויל איך ארויסברענגען אפאר פונקטן און איך האף אז דער יצר העט מיך נישט אריינשלעפן נאכאמאל מגיב זיין אין דעם ענין:

1) עס איז נישט געווען קיינע פראף אז נחמי' האט געטאטשט דעם ריקי.
2) דער די עי איז אויסגעשטאנען א שווערע עלעקשאן און ער האט געהאפט אז דעי טרייעל וועט אים העלפן דערמיט.
3) דער דזשאדש האט געשטערט יעדע דיפענס מיטן תירוץ אז עס איז נישט רעלעווענט אדער אנדערע תירוצים אויף אנדערע זאכן (למשל זאגן אז דאס מיידל איז ברוגז אויף נחמי' צוליב שאלאמאן וכו').
4) לו יצוייר אז נחמי' וואלט באקומען א פעיר טרייעל וואס וואלט געפראווד אז ער איז שולדיג איז דער עונש וואס ער האט באקומען נאכקיינמאל נישט געגעבן געווארן ביז דאן און פון דאן (וואס זאגט אליינס אז דא זענען געווען פערזענליכע נגיעות פונעם פראסיקיושען).

על אחת כמה וכמה...

דארף מיר נאר מתפלל אז יודע בגוים לעינינו אז נחמי' איז אן ערליכער וואס איז געפאלן א קרבן פאר א מושחת וזונה וואס האט מיט שקר אים מסדר געווען און ער זיצט יעצט פאר אונזערע חטאים, און השי"ת זאל העלפן אז עס זאל געלונגען פאר די עסקנים אין סיי וועלכע געביט זיי זענען עוסק אים צו באפרייען און והשיב לב אבות על בנים
בב"א.
איך ווייס נישט פארוואס דו שרייבסט "נאכאמאל" איבער אלע טענות וואס מען האט שוין לאנג געענטפערט אויף דעם... אבער אז דו מאכסט חזרה... איז לאמיר אויך אביסל איבערגיין... חזרה שאדט נישט, פלעגט מיין רבי זאגן.

לאמיר איבערגיין דיינע טענות איינס ביי איינס.
אייגענארטיג האט געשריבן: "1) עס איז נישט געווען קיינע פראף אז נחמי' האט געטאטשט דעם ריקי."
נישטא קיין שום פרוף!!! נישטא קיין עדים!!! וואס מיינט ביי דיר פרוף? האסט געמיינט אז נחמיה האט באשטעלט עדים זאלן קומען קוקן ווי ער רעיפט מיידלעך? "דריי" שלעסער האט ער געהאט אויף זיין אפיס ווי ער פלעגט ליידער מאלעסטן אידישע קינדער! וואס האסטע געוואלט אלס פרוף אויב זאל די מעשה ווען זיין אמת? אז א וויקטעם זאל קומען פארציילן? דאס איז גענוי וואס האט פאסירט!!!

ווייסט וואס עס מיינט מסיח לפי תומו? אין הלכה איז אפילו א גוי באגלייבט אויף דעם. כ'גיי בכלל נישט דא אריין אין די הלכה חלק שבו ווייל די קאורט אין אמעריקע פירט זיך נישט על פי תורה, אבער יעדער איינער פארשטייט אז א מעשה וואס מען פארציילט מסיח לפי תומו האט אסאך א שטערקערע נאמנות.

די מיידל איז נישט גלייך געלאפן צו די פאליציי, זי האט פארציילט די מעשה פאר א טעראפיסט אזוי בדרך אגב אין א שמועס. (א לייסנסט טעראפיסט אנדערש ווי נחמיה.) עס נעמט נישט קיין פאר מינוט פאר א לייסנסט טעראפיסט צו זען אויב א וויקטעם באקט א מעשה אדער איז דא דערין עכטע אמת'ע טראומא, זיי זענען געלערנט פאר דעם. זי האט עס באריכטעט וועגן אזוי פארלאנגט די געזעץ, און פון דארט האט זיך די זאך אנגעהויבן.

די וויקטעם האט מען גע'רודפ'ט, טערארעזירט מיט גוטן און מיט בייזן, אויסגעצאפלט געווארן פאר טעג אין קאורט דורך געשולטע לויערס, זי האט אפגעזאגט 500,000$ קעש וואס מען האט איר געאפערט (דאס איז קלאר באשטעטיגט, יש אומרים אסאך מער) זי האט אבער נאר געוואלט זען איר רעיפיסט אין תפיסה. דאס מאכט עס זייער שווער צו טראכטן אז ס'בלויז געווען וועגן זייטיגע מאטיוון.

בנוסף לזה איז דא א קלא דלא פסיק פון אנדערע וויקטעמס וואס זענען געקומען פארציילן זייער געשיכטע, און האבן עס נאר נישט גענומען אין קאורט וועגן זיי האבן צוגעזען וויאזוי די חרדישע געמיינדע נעמט זיך אן פאר נחמיה און מען רודפ'ט די וויקטעם.

(יעדער שרייט, "וואו זענען די אנדערע וויקטעמס"??? ווי כאילו ווען עס טרעט ארויף נאך א מיידל וואלט יעדער פלוצלונג שטיל געווארן... מען וואלט אויפגעהערט אים צו באזינגען אין דער איד, מען וואלט זאפארט געסטאפט אלע קאמפיינס לטובתו, יעדער וואלט שוין גלייך איינגעזען אז ער איז שולדיג... גיב מי א ברעיק... ווען עס קומט ארויס נאך א מיידל וואלט יעדער גלייך געשריגן אז זי זיכט סתם עטענשאן, זי וויל זיך ארויפכאפן אויפן וואגאן... און מען וואלט שוין געטראפן סיבות פארוואס זי איז נישט קיין באגלייבטער... יא יא, איינרעדן זאלסטו א צווייטן. די וויקטעמס ווייסן דאס גאר גוט און טאקע דערפאר מאכן זיי א שווייג. זיי זיכן זיך נישט יעצט חרוב צו מאכן דאס לעבן פון פריש פאר גארנישט, שוין נאך וואס א פעדאפיל האט זיי שוין איין מאל חרוב געמאכט זייער לעבן, נאר דאס פעלט זיי יעצט אויס...)

זייער זעלטן אז א מיידל זאל סתם אויסטראכטן אזא מעשה און שטיין דערביי קעגן אויספארשונגען, לויער, פרעשור, און געלט אפערס. ס'איז סתם אזוי א געפערליכע בושה פאר א מיידל ארויסצוקומען מיט אזא מעשה, די גאנצע וועלט ווייסט יעצט אז מען האט איר באלעסטיגט פאר יארן, און ווען נישט זי טוט עס צו באקומען קלאוזשער און יוסטיץ פאר איר באלעסטיגער איז זייער שווער צו טראכטן אז זי האט דאס אלעס געטון בלויז פאר זייטיגע אינטערעסן.

דערצו האבן מיר אנהייב פון די אשכול א הודאה און בקשת מחילה, וואס מאכט נישט געהעריג קיין סענס אויב האט זי אים בלויז איינגעזעצט צוליב א בלבול.

דאס אלעס מאכט 'מיר' גלייבן אז נחמיה איז א מאלעסטאר. צו בין איך 100 פראצענט זיכער? ניין! זיכער איז דער טויט, אבער כ'האב שוין געזען און געהערט גענוג אז איך גלייב אז ער איז א שולדיגער. מיין מיינונג איז אבער נאר א מיינונג, וואס מאכט אויס איז די מיינונג פון די דזשורי, און זיי זענען אויך אנגעקומען צום מסקנה אז ער איז א שולדיגער.

לסיכום, צו איז דא פרוף? ווענדט זיך וואס דו פארלאנגסט פאר פרוף, קיין ווידיאו האט ער נישט געלאזט כאפן בשעת ער האט גערעיפט... אבער אז די פארלאנגסט שטארקע רגלים לדבר, דאס איז דא. כ'מיין אז ווען מען קוקט מיט א ניכטערן בליק אן קיין נגיעות לייגט זיך מער אויפן שכל אז ער איז א שולדיגער.
אייגענארטיג האט געשריבן: " 2) דער די עי איז אויסגעשטאנען א שווערע עלעקשאן און ער האט געהאפט אז דעי טרייעל וועט אים העלפן דערמיט."
ווי שוין געשריבן האט ער געהאט פרעשור פון ביידע זייטן, ער האט טאקע געהאט פרעשור פון די צייטונגען און פון די וויקטעמס. אבער פון דער אנדערע זייט האט ער געהאט משונה'דיגע פרעשור פון אלע היימישע עסקנים און כלל טוה'ערס וואס האבן שוין פאר יארן לאנג גאר נאנטע אנגעקניפטע באציאונגען מיט די באהערדע. בנוסף לזה קען מען נישט אזוי אוועקמאכן די היימישע וואוטס. (ואגב, ער האט טאקע פארלוירן די וואלן, אפילו נאכן באשולדיגן נחמיה... זעט אויס אז עס האט אים נישט געהאלפן...)

איך זע נישט קיין סיבה צו זאגן אז די פרעשור פון איין זייט איז געווען שטערקער ווי די אנדערע.

אייגענארטיג האט געשריבן: "3) דער דזשאדש האט געשטערט יעדע דיפענס מיטן תירוץ אז עס איז נישט רעלעווענט אדער אנדערע תירוצים אויף אנדערע זאכן (למשל זאגן אז דאס מיידל איז ברוגז אויף נחמי' צוליב שאלאמאן וכו')."
כ'ווארט פאר א געהעריגע מקור פאר דעם, (דער איד מיט דער בלאט, אזוי אויך "דיין זכרון" קוואליפיצירן נישט פאר דעם צוועק. כ'וויל זען א געהעריגע נייעס באריכט, אדער א סטעיטמענט פונעם לויער, וכדומה.) ס'איז אלעמאל דא טענות פון די פארלירער אז ס'נישט געווען יושר'דיג און מען האט נישט צוגעלאזט דאס אדער יענץ, און כמעט אלעמאל איז טאקע דא זאכן וואס דער לויער פראבירט אריינצודרייען אינעם קעיס צו פארטושן די מוחות, און באמת האט עס גאנץ ווייניג שייכות מיטן קעיס און די ריכטער איז גערעכט פארן עס נישט אריינלאזן...

אויב וואלט געווען געהעריגע אבוויעס ביסברויכן, וואלט מען געקענט אפיעלן און מאכן א מיסטרייעל.

אייגענארטיג האט געשריבן: 4) לו יצוייר אז נחמי' וואלט באקומען א פעיר טרייעל וואס וואלט געפראווד אז ער איז שולדיג איז דער עונש וואס ער האט באקומען נאכקיינמאל נישט געגעבן געווארן ביז דאן און פון דאן (וואס זאגט אליינס אז דא זענען געווען פערזענליכע נגיעות פונעם פראסיקיושען).
ווי שוין געשריבן אויבן, בין איך מסכים דערצו אז אין פרידנס צייטן איז אזא שטראף ארויס פון פערפארציע, אבער אמאל איז דא וואס מען דארף געבן א שטערקערע שטראף למען ישמעו ויראו. אז ער קען נאך פרעכערהייט ווייטער לייקענען און זיין א שיינע איד אינעם קאמיוניטי נאך וואס די אלע באשולדיגונגען זענען שוין ארויסגעקומען, צייגט דאס אז ס'נישטא קיין שום אפהאלט פאר פיוטשער מאלעסטערס, און די איינציגסטע מהלך איז צו גיין ביד תקופה און דערמיט אפשרעקן צוקומפטיגע פרעדעטארן וואס ווילן לאקערן אויף מיינע און דיינע קינדער. דאס צייגט נישט אויף קיין פערזענליכע נגיעות פונעם פראסיקיוטער, און זיי האבן נישט געזיכט צו שיקן קיין מעסעדזש פאר 'חרדישע אידן'. זיי האבן געוואלט שיקן א מעסעדזש פאר די נידריגע עלעמענטן בתוכינו, "האלט די הענט ביי זיך" אז נישט וועלן ענק ביטער אפשניידן. און זיי האבן אלע רעכטן דאס צו טון.
אייגענארטיג האט געשריבן: דארף מיר נאר מתפלל אז יודע בגוים לעינינו אז נחמי' איז אן ערליכער וואס איז געפאלן א קרבן פאר א מושחת וזונה וואס האט מיט שקר אים מסדר געווען און ער זיצט יעצט פאר אונזערע חטאים, און השי"ת זאל העלפן אז עס זאל געלונגען פאר די עסקנים אין סיי וועלכע געביט זיי זענען עוסק אים צו באפרייען און והשיב לב אבות על בנים
בב"א.
קעגן די טענה האב איך טאקע נישט קיין אפפרעג, דאס איז אייגנטליך דיין בעסטע טענה, און ס'איז ממש א שאד אז דו ברענגסט בכלל אנדערע סברות און טענות. מיטן זיך איינ'טענה'ן אויף זייטיגע סברות מאכסטו דעם אנשטעל כאילו ביסט אפן פאר שכל'דיגע סברות, און ביסט גרייט צו הערן אז אפשר איז ער גאר יא שולדיג...

דו האסט שוין אפגעמאכט דיין מיינונג נאך פארן הערן סיי וועלכע טענות, אז נחמיה איז זיכער אן ערליכע איד וואס איז פשוט געפאלן א קרבן צו א שקר...ער זיצט גאר פאר אונזערע חטאים... (זאג, ביסט אפשר אויך א מאלעסטער?) דעם בת היענה תירוץ איז אלעמאל די בעסטע...

בשעת איך בין נאכנישט זיכער מיט גארנישט, כ'בין גרייט צו אנעלעזירן פאקטן, אלעס זעט מיר דערווייל אויס אז עס מאכט סענס אז ער איז יא א שולדיגער, און אזוי 'גלייב' איך דערווייל. אבער דו... עהה ביסט שוין פונלאנג זיכער 1000 פראצענט... אז ער איז ריין פון סיי וועלכע זינד... אההה בביאת גואל צדק בב"א!!! שרייטס אלע הויעך, אמן ואמן!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

לגבי די דריי שלעסער וואס די זאגסט, רעדט מען פון איינס וואס איז געווען צובראכן, א צווייטע איז די הענטל וואס מען דרייט צו עפענען די טיר, און די דריטער איז געוועהן א נאמבער שלאס וואס יעדער אין שטיב האט געקענט.
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

שמן למאור האט געשריבן: "דריי" שלעסער האט ער געהאט אויף זיין אפיס ווי ער פלעגט ליידער מאלעסטן אידישע קינדער!
סיסטעם האט געשריבן:לגבי די דריי שלעסער וואס די זאגסט, רעדט מען פון איינס וואס איז געווען צובראכן, א צווייטע איז די הענטל וואס מען דרייט צו עפענען די טיר, און די דריטער איז געוועהן א נאמבער שלאס וואס יעדער אין שטיב האט געקענט.
שמן, פון וואו נעמסטו אז ער האט געהאט דריי שלעסער אויפן טיר? און סיסטעם, פון וואו נעמסטו אז די דריי שלעסער זענען געווען אויף דעם אופן וואס דו זאגסט?
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך סיסטעם »

שלמה משנתו האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: "דריי" שלעסער האט ער געהאט אויף זיין אפיס ווי ער פלעגט ליידער מאלעסטן אידישע קינדער!
סיסטעם האט געשריבן:לגבי די דריי שלעסער וואס די זאגסט, רעדט מען פון איינס וואס איז געווען צובראכן, א צווייטע איז די הענטל וואס מען דרייט צו עפענען די טיר, און די דריטער איז געוועהן א נאמבער שלאס וואס יעדער אין שטיב האט געקענט.
שמן, פון וואו נעמסטו אז ער האט געהאט דריי שלעסער אויפן טיר? און סיסטעם, פון וואו נעמסטו אז די דריי שלעסער זענען געווען אויף דעם אופן וואס דו זאגסט?
ווי באקאנט ןןען עס קומט צו פאפיר אין אמעריקע איז יעדער זאך גאר דאטעלירט אראפגעשריבן, איז דא געשטאנען אין די אויפציעלע קלאגע אז די טיר האט געהאט דריי שלעסער, ווייל ביי זיי ווערט יעדע זאך אנגעריפן א שלאס, וועגן דעם האבן די פארטיידיגער פון קרויס געשריגן אין גאס אז עס איז געווען דריי שלעסער, וואס הערט זיך גאנץ שרעקעדיג.
אבער למעשה איז דיקאסירט געווארן אין קאורט נאר די נאבער שלאס, וואס אויף דעם האט א יתומה וואס ער האט געהאדעוועט אינדערהיים, עידות געזאגט אז אלע האבן געוויסט די נאמבער פון דעם (ווייל מען רעדט פון א אפיס ביי אים אינדערהיים) און די איבעריגע צוויי איז בכלל נישט געווארן אויסגעשמוסט וועגן די אויבן דערמאנטע סיבה.
אגב קען איך נישט די גאנצע מעשה און איך האב נישט קיין מיינונג בכלל, נאר דעס האט מיר איינער צאפעליג אמאל מסביר געווען.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

דאס עצם געדאנק פון א מאַן טערעפיסט זיצן מיט א מיידל שמעקט צו מיר פון חזיר'יי.

און ניין קום נישט מיט די נערישקייטן אז איך בין קראנק פארן עס אנקוקן אזוי, און אז נישט אלעס מיינט... ס'איז דא נארמאלע מענטשן. ניין! ס'איז נישט דא קיין נארמאלע מענטשן, אלע מענער (איך קען נאר רעדן פאר מענער) וועלן האבן פייגלעך אין קאפ ביים זיצן מיט א מיידל אין א צימער.

האפענטליך זענען רוב מענטשן געניג סטאביל און פארשטייען אז ס'איז נישט קיין הפקר וועלט און זאכן האבן (האפענטליך) קאנסיקווענצן.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אלע היימישע מענער (איך קען נאר רעדן פאר היימישע מענער)
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

צקון לחש האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אלע היימישע מענער (איך קען נאר רעדן פאר היימישע מענער)
איך האלט אז איך פארשטיי וויאזוי דאס מענערישע מוח ארבעט פינטל. עס קומט נישט אריין דא קולטור. און איך רעדט נישט דא ווער עס טוט למעשה מער.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שלמה משנתו האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן: "דריי" שלעסער האט ער געהאט אויף זיין אפיס ווי ער פלעגט ליידער מאלעסטן אידישע קינדער!
סיסטעם האט געשריבן:לגבי די דריי שלעסער וואס די זאגסט, רעדט מען פון איינס וואס איז געווען צובראכן, א צווייטע איז די הענטל וואס מען דרייט צו עפענען די טיר, און די דריטער איז געוועהן א נאמבער שלאס וואס יעדער אין שטיב האט געקענט.
שמן, פון וואו נעמסטו אז ער האט געהאט דריי שלעסער אויפן טיר? און סיסטעם, פון וואו נעמסטו אז די דריי שלעסער זענען געווען אויף דעם אופן וואס דו זאגסט?
אין דעם באריכט, דערמאנט די נייעס רעפארטער וועגן די דריי שלעסער.

איבער די מצב פון די שלעסער וועסטו זיך מוזן פארלאזן אויף סיסטעם, כ'האב נישט קיין אינפערמאציע דערוועגן. לויט ווי איך פארשטיי איז געווען איין שלאס ביי די הענטל פונעם טיר אזוי ווי אסאך הענטלעך האבן. בנוסף לזה איז געווען א קאמבינאציע שלאס (אויב יעדער האט עס געקענט דאן ווייס איך נישט פארוואס דאס האט זיך בכלל אויסגעפעלט) און חוץ מזה איז געווען נאך א דריטע שלאס...

סיסטעם זאגט אז ס'איז געווען צובראכן, לכאורה פארשטיי איך אז מען האט נישט ארויפגעלייגט א צובראכענע שלאס... זעט אויס אז ערגעצווי האט זיך עס צובראכן, אדער האט מען עס שפעטער צובראכן... אדער איז די גאנצע צובראכן נישט אמת...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
נחבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:23 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך נחבא »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:דאס עצם געדאנק פון א מאַן טערעפיסט זיצן מיט א מיידל שמעקט צו מיר פון חזיר'יי.

און ניין קום נישט מיט די נערישקייטן אז איך בין קראנק פארן עס אנקוקן אזוי, און אז נישט אלעס מיינט... ס'איז דא נארמאלע מענטשן. ניין! ס'איז נישט דא קיין נארמאלע מענטשן, אלע מענער (איך קען נאר רעדן פאר מענער) וועלן האבן פייגלעך אין קאפ ביים זיצן מיט א מיידל אין א צימער.

האפענטליך זענען רוב מענטשן געניג סטאביל און פארשטייען אז ס'איז נישט קיין הפקר וועלט און זאכן האבן (האפענטליך) קאנסיקווענצן.
כבר קידמוך חז"ל ואסרו על היחוד עם הפנויה.
הנה הוא נחבא אל הכלים
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

סיסטעם האט געשריבן: ווי באקאנט ןןען עס קומט צו פאפיר אין אמעריקע איז יעדער זאך גאר דאטעלירט אראפגעשריבן, איז דא געשטאנען אין די אויפציעלע קלאגע אז די טיר האט געהאט דריי שלעסער, ווייל ביי זיי ווערט יעדע זאך אנגעריפן א שלאס, וועגן דעם האבן די פארטיידיגער פון קרויס געשריגן אין גאס אז עס איז געווען דריי שלעסער, וואס הערט זיך גאנץ שרעקעדיג.
אבער למעשה איז דיקאסירט געווארן אין קאורט נאר די נאבער שלאס, וואס אויף דעם האט א יתומה וואס ער האט געהאדעוועט אינדערהיים, עידות געזאגט אז אלע האבן געוויסט די נאמבער פון דעם (ווייל מען רעדט פון א אפיס ביי אים אינדערהיים) און די איבעריגע צוויי איז בכלל נישט געווארן אויסגעשמוסט וועגן די אויבן דערמאנטע סיבה.
אגב קען איך נישט די גאנצע מעשה און איך האב נישט קיין מיינונג בכלל, נאר דעס האט מיר איינער צאפעליג אמאל מסביר געווען.
איז דא ערגעץ וואו מען קען נאכקוקן און באשטעטיגן די אלע זאכן? איך זע טענות לכאן ולכאן, איך וויל עס קענען אליין ליינען און זען.

איז דא ערגעץ וואו מען קען זען די אפעציעלע קלאגע? קען מען זען ווידיאו פון די גאנצע פראצעס? קען מען כאטש זען ווידיאו ווי די יתומה זאגט די עדות אדער כאטש ליינען אן אפעציעלע טראנסקריפט דערפון?

(אין די היינטיגע פעיק נויז עפאכע ווייסט מען שוין ווי גרינג עס איז סתם אויסצוטראכטן א נייעס, עס פארשפרייטן אין מקוה, צי היינט, סאושל מידיא, און פאר ווען וואס איז דאס שוין א באשטעטיגטע פאקט)
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

נחבא האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:דאס עצם געדאנק פון א מאַן טערעפיסט זיצן מיט א מיידל שמעקט צו מיר פון חזיר'יי.

און ניין קום נישט מיט די נערישקייטן אז איך בין קראנק פארן עס אנקוקן אזוי, און אז נישט אלעס מיינט... ס'איז דא נארמאלע מענטשן. ניין! ס'איז נישט דא קיין נארמאלע מענטשן, אלע מענער (איך קען נאר רעדן פאר מענער) וועלן האבן פייגלעך אין קאפ ביים זיצן מיט א מיידל אין א צימער.

האפענטליך זענען רוב מענטשן געניג סטאביל און פארשטייען אז ס'איז נישט קיין הפקר וועלט און זאכן האבן (האפענטליך) קאנסיקווענצן.
כבר קידמוך חז"ל ואסרו על היחוד עם הפנויה.
די משנה זאגט דאך שוין: כל שעסקיו עם הנשים, לא יתייחד עם הנשים. איינער וואס האנדלט מיט פרויען, זאל זיך עקסטער היטן און נישט מתייחד זיין מיט זיי אפילו אויף אן אופן וואס איז סתם אזוי מותר.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שלמה משנתו האט געשריבן:קען מען כאטש זען ווידיאו ווי די יתומה זאגט די עדות?
יתומה?
וירח ה' את ריח הניחוח
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

שמעקעדיג האט געשריבן:
שלמה משנתו האט געשריבן:קען מען כאטש זען ווידיאו ווי די יתומה זאגט די עדות?
יתומה?
ליין די גאנצע תגובה וואס איך האב ציטירט. @סיסטעם שרייבט אז א יתומה וואס נחמיה האט אויפגעצויגן ביי אים אין שטוב, האט עדות געזאגט אין קאורט.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

Re: אויפדעקונג! נחמיה וועבערמאן: כ'האב תשובה געטוהן

שליחה דורך קינות גירושין »

געדענקט איינער וואספארא non-sense טשארלס היינס האט גערעדט יענע מוצ״ש אויף זאב ברענער שוי, ווען ער האט עם געפרעגט פאר פרוף?


Sent from my iPhone using Tapatalk
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
Moshe itche
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 12:42 am
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

שליחה דורך Moshe itche »

קינות גירושין האט געשריבן:געדענקט איינער וואספארא non-sense טשארלס היינס האט גערעדט יענע מוצ״ש אויף זאב ברענער שוי, ווען ער האט עם געפרעגט פאר פרוף?
אפשר ברענגסטו א לינק?
פארשפארט