אונגארן הקדמה.
די טויזענט יעריגער אידישע היסטאריע איז ווייניג באקאנט פאר אידישע ליינער ווייל עס איז נישטא קיין סאך באשרייבונגען מיט דעליטירטע דיטעילס, די איינציגע ביכער וואס עס יא גערשריבען ביי די היסטארישע פאכלייט זענען געשריבען געווארן אין די אונגערישע שפראך וואס איז פאר אידישע ליינער נישט אזוי באקאנט, און ווי אויך האבן די פאכלייט געשריבען זייערע ביכער פאר די גויעאישע און אידישע ליינער גלייך, דערפאר איז די אידישע היסטאריע אין זייערע ווערק בכלל נישט ספעציעל ציטירט.
פון די דאזיגע היסטארישע דענקער פאכלייט זענען פון זיי ווייט באקאנט מיט זייערע אונגערישע גשריבענע ווערק, קאהן, ביכלער, און ווענעציאנער.
די דריי שרייבער, אונגארישע אידן פרובירן צו ווייזן פאר דאס אונגארישער פאלק אז מיר אידן זיצן שוין אין אונגארען אריבער 1000 יאר, נאך אסאך בעפאר די אונגארישע אלגעמיינער פאלק איז געקומען אהין אסאך שפעטער. דער באשרייבונג האט נישט געברענגט די ריכטיגע רעזאלטאטן פאר צוויי סיבות. איינס זיך גרויסען מיטן אידענטום אז מיר זענען גאר די גרינדער פונעם לאנד און ארויס העלפער צו בויען דאס אונגערישער באדן. און אויך איז עס געשריבען מיט גאר שטארק חניפה און אינטערטענקייט צו די מאדיארן וואס האבן פארפיגט אויף אונגארען אין די יארן וואס די ביכער זענען געווארן געשריבען.
יקתוא-ל יודא גרינוואלד, א שריפט שטעלער פון אונגארישע היסטאריע האט שוין געשריבען אין יאר תש"ד 1945 אריבער 18 ביכער אויף אונגארן אין אויך דער העברעאישער שפראך, און איצט, איז דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס דער אונגארישער היסטאריע ווערט אריבער געטייטשט אויף די אידישע שפראך כלשון הבני אדם מדברים היום.
יקתוא-ל יודא גרינוואלד איז אן איינערקענטער שריפט שטעלער מיט צענדליגער תעודת פאר זיין פארשארבייט און ליטעראטור. אין מדינת ישראל איז זיין ווערק געווארן אויס געלויבט אין יאר תש"ד אין אינעם בלאט "במישור" אבער בעפאר אין יאר תרפ"ד האט ער באקומען אין אייראפא אסאך תעודות פון היסטאריע אינסטאטוטן פון איבער גאנץ אייראפא ווי עס איז דעמאלס אןיסגעלויבט געווארן אין די אידישע פאפיר "העולם" און געדריקט דאן אלע זיינע תעודות.
איצטערט אין יאר תש"ד 1945 נאך וואס די אייראפעישער אידענטום האט פארלארן אריבער 6 מיליאן נפשות קדושות אנישם נשים וטף, דערפון א מיליאן זענען געווען 1 מלילאן אונגארישע אידן וואס זענען נעקד געווארן על מוקדה אין א צירקע פון בלויז 9 חדשים שטייט דאס גאנצע אידישער וועלט און באוויינט אט די 6 מיליאן קדושים וואס זענען רח"ל אומ-געברענגט געווארן מיט אלע ארבעה מיתות בי"ד ווערן מיר דערנענטערט צו אט די אידן.
עס בויערט און לעכערט אין קאפ די ברענעדיגע שאלות ווי-אזוי האט דאס פאסירט, זענען די אונגארישע גוים געוועזען אריין געמישט אין אט די דאזיגע רציחות מיט די דייטשע חיות ימש"ו, האט דאס אונגארישער גאווערמענט צו געלאזט די רציחות אדער גאר מיט געאארבעט מיט א פריינטליכע חברותא'שאפט מיטן דייטש צו אומ-ברענגן, און צו העלפן ענטפערן די אידן פראגע וואס האבן געדריקט די נאציאליסטישע פארטיי אין דייטש-לאנד. וויפיהל אידן זענען פארבליבען אין אונגארן אלץ שארית הפלטה, ווי-אזוי איז געקומען אז די מדינת אונגארן זאלן לאזן פארניכטען אט טאקע די פאלק וואס האט האט מיט זייער בלוט און שווייס געהארלפן אונגארן זיך אנטוויקלען דורך-אויס די לעצטע טויזענט יאר?
נאכן אריין טראכטן אין די מחשבה'ס האב איך מחליט געוועזען צו אפיר נעמען אלטע פארוועלקטע ארכיוון און אלטע צייטונגען און פרובירן צו עטוואס ענטפערן די אט פריערדיגע פראגעס מיט די היסטאריע ארונטער די דאזיגע געוואלדטאטן מיט וואס די אונגארוישע רוצחים צוזאמען מיט די עמלקים דער דייטש האבן זיך צוזאם גענומען און אונטער ברענגען דעם עם ישראל.
יקתוא-ל יודא גרינוואלד ווי פריער דערמאנט מיט זיין געוואלדיגער טאלאנט, האט שוין פון א גאר אינגער עלטער פון 13 שוין זיך אנ-געזאמעלט א געוואלד מיט היסטארישע ווערק, געגאנגען באזוכען ביביאלטעקן צו פארשן און שטודירן זיין לאנדס היסטאריע. מיט די אלע ווערק האט אס גלותער מיט געמאכט, אבער כסדר געוואכט אויף דעם אוצר און עס מיט געשפלעפט מיט זיך די אלע גלותער, מיט די ארכיוון אין די האנט איז ער אנטלאפן פון די רוסן און שםעטער פון די רומעינער ביזן אנקום קיין סטעטן איילענד פארט. פון דעם אוצר וועט מען בעז"ה קענען ערפילן א שיינער סכום פון די אינפארמאציע וואס ער האט זיך מיט זיך מיטגעבערנגט.
פיר יאר האט יקתואל יודא גרינוואלד געדינט אין דער אונגארישער מיליטער, געגעסען און געשלאפן מיט זיינע קאלעגען די גויאישע זעלנער פון זיין געווארדיע, מיט אים מלחמה געפירט זיי געראטעוועט מער וויי איין מאל ביי אנגעשטרענגטע שווערע שלאכטן. איך האב געשריבען פאר זיי זייערע בריווען, און געלעזט פאר זיי זייערע בריווער. דאן מיט זיי געזעצען אין די פארלימענט פארן זיין א סינאגרעפער און נאטירן די מיטונגען און די רעזעלוציעס פון די מיטינגס. דער אונגארישער רעוועלוציע צוזאמען מיט זיי אדורך געמאכט, און צום לעצט געלעבט צוויי יאר אונעם לאד ווען טעראר און בלוט זענען געוועיזען דעם טאג טעגליכער לעבן אינעם לאנד וואס ער האט מיט זעהל פארטיידיגט אין די צייט וואס אידיש בלוט איז געווארן הפקר אין אונגארן די פינצטערע צייט איז ער אויך אדורך מיט די זעלביגע גוים וואס ער איז די פריעדיגע זאכין אדורך אבער דא אנטשאט צו זיין מיט עים זענען זיי געוועזען אנטקעגען עים. די צוויי כוליגאנעס היאש און פראנאי האבן זיך ציוטשעט און טערארעזירט אין בודא-פעסט און ווי אויך אין אנדערע שטעט אין אוגארן.
יקתואל יודא האט זייער געגלויבט ביז ווען דער אמת האט געפראסקעט אין פנים אז די אונגארישע גוים און די גאווערמענט וועט באשיצן אירע אידישע בירגער, אפגערעדט ווען אונגארן איז נאך געווען די דעה זאגער אין זייער אייגען לאנד פאר דער דייטש האט איבער גענומען דעם ווירטשאפט אין די אונגארישע גובענעטאריע. אפי' דאן האבן זיי נישט געגעבען קיין ביסעל שוץ פאר די אידישע בירגער און נאך מער זיי האבן אפי' געשטיצט די ווילדע אונגארישע אנטיסמיטן זיי פילעווען אין די אידישע געגענטער אנטעקעגן די אידן. אן קיין שום סיבה זענען די אידן אויס געשטאנען די צרות דייקא פון די אונגארישע רוצחים מיט וועמען מיר די אידן האבן זיך געשלאגען פאר אונגערן מיט זיי זייט ביי זייט צו פארטיידגען די אונגארישע מדינה מיט אונזער בלוט און פלייש.
יקתוא-ל יודא שרייבט אין די הקדמה פון זיין בוך זאלן אונזערע קינדער פן די שפעטערדיגע דור וויסען און איר זאלט דאס פאר די קינדער איבער געבן אז דער אונגארישער וואלק האט פאראכטעטע די אידישע בירגער פונקט ווי די נאצי'ס ימ"ש די אונגארישער פאלק האבן באפאלן און דערמארדערט אונזערע אידישע ברידער און שוועסטער פונקט אדער נאך ערגער ווי די נאציס אליינס, א פערזענליכע פאראכטונג על לא דבר האבן זיי געהאט צו די אידישע בירגער ביז ממש להרגם ולאבדם אומגעברענגט קינד און קייט אן קיין שום רחמנות.
זאל דער וועלט וויסען אז די אידן וואס האבן אויפ-געבויעט די מאטריאלער און גייסטיגער קולטור אין אונגארן זענען פארמשפט געווארן זיי די אונגארישע גובערנעטאריע צו זיין ווי די אונדן אין וואלד הפקר לכל פאר א יעדעס בלוט דורשטיגע חיה וואס האט געזוכט אויס צו געבען זיין תאוות רציחה האט זיך אויף א איד געקענט פילעווען אן קיין שום שרעק אז איינער וועט אפי' מאנען זיין בלוט.
אין יאר 1935 תרצ"ה האט אין די שטאט דעברעצין די אונגארישער גוי אנגעפירט מיט ווילדע אנטעסמיטיסע פראפאגאנדע מאשין אנטקעגען די אידן. פון דארט האבן זיי פארשפרייט די אנטעסמיטיזעם איבער גאנץ אונגארן. זיי האבן צוגעקוקט ווי דער פארפלוכטער סאדיסט מאיאר פראנץ סאלאשי (די שפערטעדיגע פריימיער אין אונגארן) פרעידיגט "מארד צו די אידען" קיינער האט אים נישט געשטערט נאר אדרבה ער האט באקומען שטיצע פון רוב מנין און רוב בנין פון די פארלימענט צו זיינע ווילדע אנטיסמיטישע אנטשאוינגען.
איינמאל ער איז שוין יא ארעסטירט געווארן וועגען די דריק וואס דער מינאריטעט גרופע האבן פארפירט אז ער אוועטורט וויילענס האבן זיי עים נאר געהאלטן אין זיין ארעסט פאר ווייניגער ווי איין טאג.
אין דעם 20'סטען אין סעפטעמבער פון יאר 1943 תש"ג בערך 9 חדשים פאר דער דייטש האט אינוואדירט אונגארן,איז דער שוהל אין דעם שטאט פעשט סענט לערינץ אום שבת באפאלן געווארן פון די כיליגאנעס, אריבער 100 מתפללים זענען דאן געווען אין שוהל אינמיטען די תפיךה'ס ווען דער שוהל האט אנגעהויבען פלאקערן א ווילדער פייער האט אויס געבראכן אין שוהל מיט אלע מתפללים דערינען. עס איז אבער געקומען צו א שווערער קאמף צווישען די מתפללים און די כוליגאנעס וואס האבן דאס געטוהן. עס זענען געווען פארוואונדעטע פון ביידע זייטן. 16 אידען זענען זייער שווער פארוואנדעט געווארן אין די אטאקע, און 9 אונגארישע גוים זענען אויך גאר שווער פארוואונדעט געווארן אין די שלאכטן.
דער שוהל מיט אירע מתפללים זענען טאקע דאן געראטעוועט געווארן פון אומקומם, אבער די פאברעכער זענען ארויס פריי אן קיין שום שטראף מטעם דער ריגירונג.
און ווי אויך דעם 24'טער אין מאי תש"ד 1944 האט דער איטא (דער אידישער טעלעגראף אגעטור) געבראכט די פאלגענדע נייעס פון דער שווייץ. עס האט געלויטעט אז לאסלא ענדרע, דער אונגארישער קאמיסיאר פאר אידישע אנגעלעגענהייטן, אז 34 געטאז זענען געפענט געווארן פאר די אידן פון אונגארן (מייסטענעס זענען די געטאס געוווען פלאצירט אין די שטעט וואס אונגארן האט צוריק באקומען פון סלאוואקיי און ראמעיניא. די שטעט וואס די לעמטע 25 יאר האבן די אידען געהאפט אז די שטעיט וועלן נאך אמאל צוריק געהערן פאר אונגארן) אין די שטעיט קאשוי, איהעל, אונגוואר, סעליש, בערגסאזס, נירדעהאז, טעיטש, חוסט, שומלוי, סלאטפינא, סיגעט, נאדי-באניא, סאקמיר (סאטמאר) סאלקא, קליינווארדיין, טשיקשומלוי, דיארדז סענט מיקלאש, מונקאטש, סעפשיסטנדיארז, טשיסקע-רערא, ביסטריץ, דעש, סאמאשאויוואר, גרויסווארדיין, קלויזענבורג, נאדי-סאלאטנא, דיולע, מאקעווע, סעגעד, סאבאדקא, סאבאטיש, שפעטער זענען שוין איינגעפירט געווארן די געטאס אין אלע גרעסערע שטעיט אויכעט.
זאל דער וועלט וויסען אז אוננגארן האט אויסגעמארדעט גאר אסאך אידען נאך בעפאר די דייטשען האבן אפי' געהאט א פלאן צו אינוואדירן אונגארן און מערץ תש"ד 1944 טויזענטער אידן פון מונקאטש, חוסט, סעיליש, אונגוואר, און פון אנדערע שטעיט און זיי באגראבן אין די שטאט אוזשאק יי זענען שפעטער אנטדעקט געווארן דורך די רוסן אין יאנאווער 1945 תש"ה נאך וואס דער דייטש האט פארלוירן דעם קריג דארט צו די רוסן.
דער אונגארישער איז גארנישט געווען אינטערשטעלינג פונען דייטש, קליינע קינדער אין די הענט פון זייערע מאמעס זענען אויסגעהארגעט געווארן אין טראנסילוואניע און די איבעריגע פארשלעפט (קיינער וויסט נישט ווי, פון די פארשלעפונג איז קיינער נישט צוריק געקומען וואס קען מעיד זיין אויף וואס איז דארט פארגעקומען - דאס איז נאך געווען בעפאר דער דייטש האט פארפיגט אויף אונגארן)
און די שטאט טראנסילוואניע האבן געוואינט אן ערך פון 175 טויזענט אידן ווען די רוסן האבן זיך אריינגעריסען דארט איז געווען ווייניגער ווי 6 טויזענט דארטן, קיין איין ינד אדער פרוי איז נישט געווען צו געפונען אלע זענען אומגעברענגט געווארן פון די אונגארישע רוצחים וואס האבן קאלאברירט מיט די נאציס אן זיי אפי' טרעפן די 6 טויזענעט וואס זענען יא געראטעוועט געווארן זענען געווען די וואס האבן זיך אויסבאהאלטן אין די וועלדער ארום אדער האבן זיך געראטעוועט מיט פארלשע דאקומענטן זיך אריבער כאפענדיג די גרעניצען פון יענע שטעיט צו די לענדער ארום.
אין דער 8'טער אין מאי תש"ד האבן די אונגארישער מיליטער גענומען אלע פרויען און מיידלעך פון 17-30 צו פיזישע צוואנגס ארבעט אין די געגענטער ווי זיי וואוינען און אסאך פון זיי זענען פארשיט געווארן קיין דייטשלאנד וואו די מערהייט זענען מער קיינמאל נישט געזעהן געווארן נאכאמאל.
עס איז נאך דא צענדליגער דעטעלירטע דאקומענטן פון הריגות און רציחות וואס די אונגארישער מיליטער האט אנגעפירט אנטקעגען די אידן אן די גוטהייסונג פונעם דייטש. דער דייטש איז שוין געווען דאן פארנומען צו אנטלויפן פון די אליערטע ארמייען וואס האבן זיי געטריבען און זענען געווען צו פארנומען זיך אפצוגעבען מיט די אידן פראגע, האבן די אונגארשיע גוים איבער גענומען דעם דזשאב פונעם דייטש צו מאכן זיכער אז וואס מער אידן ווערן אפגעשיגט מיט טראנספארטן צו די ךאגערן וואס האבן נאך פינקצויאנירט יענע יאר ווי בערקאנוי.
דער ערשטער טראנספאטר פון די אונגארישע אידן זענען אנגעקומען קיין בירקענאוי דעם 10'טען אין מאי תש"ד 1944 און פון דאן איז א יעדען איינציגער טאג אנגעקומען אן ערך פון 14-15 טויזענט אידן טעגליך וואס ווייניגער פון 10 % זענען בכלל אנגעקומען אין קעמף אריין די ריביריגע 90% זענען גלייך ארויף אויפן שייטער הויפן די גאז קאמערן פון די לאגערן. מען האט ניאמאל געהאט צייט צו אויס ליידיגען די גופים און מען האט שוין אריינגעשטופט נאך א טראנספאטר, זיי האבן זוין אפי' נישט פראבירט צו ניצען דעם אזוי געריפענע איינרעדענישט אז מען גייט זיך ארום וואשען זיי האבן גלייך געזעהן וואס עס גייט מיט זיי פאסירן.
דעפ 19'טען אין יולי תש"ד 1944 האבן פיגערירט אין די צייטונגען רעקלאמעס אז די דעפארטאציעס פון די אידן ווערן אפגעשטעלט און דער רויטער קרייץ וועט אריין קומען העלפן די רעפיודזשיס ווערן אוועקיואירט קיין א"י פאר די וואס האבן וויזעס ארויף צו גיין קיין פאלעסטינא.
די בארואיגונג האט אבער נישט צו לאנג אנגעהאלטן, ווי נאך דעם זעלבען טאג פון די רעקלאמע האט דער סעקרעטאר האך פון וואשינגטאן דערקלערט אז די מיליאן אידן פון אונגארן אין די די אומגעגענטער זענען אין א סכנה צו ווערן דערמארדעדט, און די וואס וועלן האבן אין דעם א חלק וועלן שטרענג באשטראפט ווערן. האבן מיר פון דעם געזעהן אז די גאנצע רעקלאמע איז אן אויפגעבלאזענער ידעה פון די ציוניסטישע פאראיין צו מאכן א ווינט צווישען די אידן צו רעוואלטירן אבער דאס האט בכלל נישט געארבעט די גוים זענען געווען שטערקער פון די אפגעשוואכטע אויגעהינגערטע אידעלעך וואס זענען שוין אדורך געגאנגען ביז דאן דאס טוי צעהן מאל די אידען זענען געווען דערשלאגן ביזן מארך אז קיין גליד האבן זיי נישט געקענט רירן, ווער רעדט נאך פון א רעוואלט.
די רעדע פונעם אמעריקאנעם סעקריטערי האל האט געהאלפן א רעטעך אפי' די שטארקע ווערטער וואס זענען געניצט געווארן דערינען. די אויסצאגען פון די רעדע איז ווי פאלגענד.
"פארטרויענטסע באריכטן פון אונגארן באשטעטיגען די שרעקליכע נייעס אז די נאציס און זייערע אונגארישע קוויזלינגס מארדן אויס די אידן מאסנ-ווייז. די צאל קרבנות פון אט די טייווילונישע פארברעכענס איז זייער גרויס. די גאנצע אידישע געמיינדע אין אונגארן וואס האט געציילט צו קרוב צו א מיליאן נפשות איז אין געפאר פון אויסראטונג די שוידער און די אויפרעגונג פונעם אמעריקאנעם פאלק איבער די דאזיגע קאלטבלוטיגע מערדערייען זיינען אויסגעדריקט געווארן דורכן פרעזידענט, דעם קאנגרעס און הודערטער פריוואטע ארגאנאזאציעס איבערן גאנצער לאנד.
דורכדעם וואס די איצטיגע אונגארישע רעגירונג האט פארלעצט די מענטשליכע רעכטן און דורכדעם וואס זי האט אנגענומען די ערגסטע פונקטן פון דעם נאצישען ראסן-פאליטיק, האט זי זיך אליינס פארמשפט אין די אויגען פון דער געשיכטע. עס איז אפשר נומלאז צו אפעלירן צו דער מענטשליכקייט פון די, וואס באגייען אזעלעכע געוואלדטאטן. זאלן זיי אבער וויסען, אז זיי קענען זיך נישט ארויס דרייען פון דער שראף וואס וועט זיי צוגעטיילט ווערן ווען די מאכט פון די רשעים וואס קאנטראלירן איצט און אונגארן וועט געבראכען ווערן"
המשך יבוא אי"ה
אונגארישער היסטאריע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

2'טע פארזעצונג
דער פוילישער טעלעגראפן אגענטור האט איין געמאלדן אז אין יענעם חודש יולי תש"ד 1944 זענען 100 טויזענט אידן געברענגט געווארן אין די בהמה וואגאנען קיין אשוויענטשים ווי זיי ווערן געהארגעט אין די גאז קאמערן ווי נאר דער טראנספארט קומט אן.
דער איטא האט געשיקט דער רעפארט קיין דזשענעווע אינצומאלדן און אויס מוסערן די די אונגארישע אז זיי האבן אויך פרלעצט די דזשענעווע מלחמה אויסלאגע פראטאקאלן.
דער דייטש האט אריין מארשירט קיין אונגארן מערץ דעם 21'צטן דאן האבן די אונגארישע נאציס אנגעהויבען מיט די דערפארטאציעס אסך שנעלער ווי בעפאר ווייל זיי האבן באקומען הילף פון די וואס האבן שוין געהאט די עקסםיריענסע פון די לעצטע 5 יאר אין פוילן.
דער ערשטער זאך וואס די דייטשע נאציס האבן געלערנט די אונגארישע נאציס אז אויב זיי ווילן האבן א גרינגערע ארבעט מיט די דערפאטאציעס, דארפן קודם איינגעזאמעלט ווערן אלע אידן אין די געטאס און פון דארט איז שוין אסך גרינגער צו האבן די געטא איינגעשפארטע דעפאטירט מיט א שנעלקייט.
די דעפארטאציעס זענען געגאנגען אזוי שנעל אזש אין יולי איז שוין אויף די ביכער נישט געווען קיין איין אין אין די גאנצער טראנסילאווישער און די קארפאטישע חלקים פון אונגארען, אן ערך פון אריבער 150- 200 טויזענט אידן אנשים נשים וטף. אין די ערטע צוויי חדשים זענען דעפארטירט געווארן פון די פראווינצען איבער 60 טויזענט אידן און ווי א טאג עס איז דורך געגאנגען האבן זיך די ציםערן געהויבן פער טאג.
דער רוס איז שוין געשטאנען ביי די גרעניצען פון אונגארן ארטילעריע קאנאנען האבן זיך געהערט העכער אונגארן אבער פארט האבן זיך די אונגארישע מיט די דייטשע נאציס נישט אפגעשטעלט צוריק צו שלאגען דעם רוס נאר איידער זיך מטפל געווען מיטן טראנספארטירן די אידן קיין אשוויענטשים אין די דייטשע אקופירטע פוילן.
פון בודא-פעסט זענען נאר דעפאטירט געווארן 10 טויזענט אידן אין די צייטט וואס 250 טויזענט זענען געבליבען ארפאגעהאלטן ווייל די טראנספארטן הטאבן שוין נישט געהאט קיין גאנצע שינעס אויף ווי אזוי צו פארן גלייך צו די לאגערן די וועגן האבן שוין געדארפט ווערן פארדרייט כדי עס זאל נישט קענען ווערן דערטאפט פון די אליאירטע וואס זענען שוין געשטאנען ממש דארט ביי די גרעניצען צו אינוואדירן און צוריק איינעמען די איינגענומענע געביטן פונעם דייטש.
אבער ווי נאר די פארפלוכטער סאלאשי ריגערונג איז אריינגעקומען אין מאכט אקטאובער 10 תש"ד 1944 האט ער דאס אויסגעארבעט אז די דערפארטאציעס זאלן ווייטער קענען אנגיין על דרך אשר לא דרך אבער פארט קענען ווייטער אנגיין מיט די דעפארטאציעס. אבער אזוי ווי עס איז געווען כמעט אום-מעגלאך צו קענען רייזען איבער די שינעס אפי' מיט זיינע דרכים, האט ער אין א רעפארענדום ערקלערט די אידישע בלוט הפקר אויף די בודאפעסטער גאסן זעלבסט מען דארף שוין נישט באהאלטן פון קיינעם די רציחות א יעדער ווייסט שוין ממילא און מיטן הילף פונעם דייטשער נאצי מארד צאשין האט מען פאגראמירט אין די גאסן פון בודאפעסט ווי די איבעריגע טויזענטער מענטשען וואס האבן נישט געקענט ווערן דעפאטירט זאלן זיך נישט קענען ארויס דרייען פונעם זעלבען שיקזאל ווי זייערע אידישע ברידער און שוועסטער און די רציחות אין די גאסען וואס בודא-פעסט זענען אנגעגאנגען אויף א מאסן שטערבליכער פארנעם בלוט איז גערינען אויף דער ערד ווי וואסער נאך א שטורם אפ-לויף.
נאך א שרעקליכער זאך וואס דער סאלאשי רעגירונג האט אפ געווהן ווייזענדוג מיט דעם ווי שטארק ער איז מיט די נאציס צו פאר ענטפערן די שווערע אידן פראגע. ווי נאר דער סאלאשי איז אריין געקומען אין די דעצעמבער תש"ד רעגירונג האט ער די ערשטע זאך מבטל געווען די שוץ פאספארטן פון די אידן וואס וואלטן זיך ווען געקענט ראטעווען. די 14 טויזענט אידן וואס האבן געהאט אזאנע פאספארטן צו האבן רשות אריין צו גיין קיין פאלעסטינא פון שווייץ און שוועדן. די אלע מיט די פאספארטן זענען זיין צוזאם געשלעפט געווארן אין דער טאבאק גאס שוהל און דארט זיי ברוטאל געשלאגען און צוריסען זייערע שוץ פאספארטן.
זאל די וועלט וויסען, אז דער אונגארישער גובארנאטאריע האבן די אונגארישער אויפגעריסען מיט דינימייט אין בודאפעסט 32 שוהלן און טויזענטער ספרים און הודערטער ספרי תורה זענען דערביי פארברענט געווארן. ווען קארדינאל סערעדי און געוויסע ליבעראלע מאגנאטן האבן פראטאסטירט צום אינערן מיניסטער און צו דעם מערדער פאול וואגא, וועלעכער אין דעמאלט געווען אויסערן מיניסטאר קעגען די שענדליכע טאהטן האט וואגא געענטפערט אז איז געווען זיין לעבענס אמביציע צו מאכן בודאפעסט אידן ריין דאס איז אבער דעם רשע נישט געלונגען.
זאל די וועלט וויסען אז די בארבארן די אונגארישער זשאנדאריעם האט טויזענטער מייל געטריבען צופוס איו די גרעסטע פרעסטן פון בודאפעסט קיין פראנקרייך. און א פערטעל פון די אידישע מארשירער זענען אומגעקומען אין די מארש וואס איז שפעטער אין די היסטאריע גערופן געווארן דעם טויטן מארש.
אלע ניטעראלע לענדער האבן דאן פראטאסטירט דעם רשעותדיגען אקט פון די אונגארישער רוצחים. אבער זיי האבן זיך בכלל נישט וואוסענדיג געמאכט און ווייטער אנגעגאנגען מיט די רציחה אקציע פונעם טויטן מארש.
אין דעם 30'סטען אין נאוועמבער האט איטא דורך לאנדאן איבערגעגעבען דעם אפיציעלן רעפארט פון די רוסן.
אזוי ליינט זיך דער ריפארט "אריינמארשירענדיג אין די אונגארישער שטעט טאקאי מוהאטש און האט וואן האט די רויטע ארמיי געפונען די אידישע געטאס אויסגעליידיגט פון איינוואוינער און טויזענטער פארברענטע קערפער פון אידן און די חרובע הייזער פון די געטא. אויף די תליות וואס זענען געווארן אויפגעשטעלט געווארן אויפן מארק זיינען געהאהגען דערשאסענע קערפער. די נישט אידישע פירערע פון די געטא וואס זענען דאן געהאנגען געווארן איידער די געטאס זיינען פארניכטעט געווארן די אונגארישע אפיצירן האבן גערקלערט אז זיי האבן פארניכטעט די געטאס.
לאמיר ציטירן די נומבערס פון די 964 טויזענט אומגעקומענע פון אונגארן, סאלאוואקיע, טראנסלאוויע, קארפאטן רוס-לאנד, יוגאסלאוויע, בורגלאנד, פיומע איז ווי פאלגענד.
דעם 21'סטען אין פעברואר האבן זיך געליינט אין די צייטונגען די רעדע פונעם נייעם אונגארישער פרעזידענט בעלא שעדעני, וועלעכער האט אינצווישען אנדערע געזאגט די פאלגענדע ווערטער, "דאס אוםגליק פון די אונגארישער אידנטום איז פיהל שוידערליכער ווי מען האט זיך געקענט פארשטעלן. די נאציס און די מערדער פון די סאלאשי רעגירונג האבן אויסגעקוילעט איבער א האלבע מיליאן אונגארישע אידן. אלץ וואס מיר קענען טוהן איז באוויינען די מוארעדיגער אידישע טראגעדיע און באשטראפן די שולדיגע אין די דאזיגע מאסן מערדערייען.
איך וויל האפן אז דער סכום פון די אויסגעקוילטע אידן איז איבערטריבען הגם ד"ר בעלא פאביאן דער באוואוסטער פירער פון דער דעמעקראטישער פארטיי וועלעכער איז אויך געווען פאראורטיילט צום טויט האט באשטעטיגט דעם אויבן דערמאנטע סכום האף איך דאך אז נאך דער מלחמה וועט זיך ארויס שטעלן אז דאס אומגליק איז דאך קלענער.
לעת אתה איז פעסטגעשטעלט געווארן דאס פאלגענדע
אין אונגארען אליינס זיינען געהארגעט געווארן 440 טויזענט. געבליבען אן ערך פון 200 ביז 250 טויזענט אידן. דאס האט פארסירט נאר ווייל נאך איידער בודאפעסט איז געווארן איינגענומען געווארן האט די ליבעראלע גרעגירונג אין אונגארן אין דעברעצין דגעשיקט רעטער רעטן די שארית הםליטה וואס די אונגארן האבן נאך נישט אנגעיאגט צו פארשיקן. די רוסען האבן עספיעט אריין צו קומען גענוג שנעל אז די סכום אידן זענען ברוב טובו וחסדו יא געראטעוועט געווארן פון א זיכערער טויט ווען עס נעמט א משהו לענגער די רוסען זאלן זיך באווייזען.
די קריגס אינפארמאציע אגענטור האט ארויס געגעבען אין מערץ דער 10'טער די ציפעןר ווי פאלגענד. פון די 250 טויזענט וואס זענען יאר געראטעוועט געווארן פון די דירעקטע נאצישע רציחות זענען אבער נישט לעבן געבליבען די גאנצע 250 טויזענט און איבער געלעבט דעם קאשמארישער קריג.
150 דירעקט איבער געלעבט. פון די איבעריגע 100 טויזענט זיינען 20 טויזענט ל"ע אויסגעגאנגען פון הונגער וואס די אלאירטע קרעפטן האבן שוין נישט געקענט ראטעווען זייערע לעבנס וואס איז ממש געהאנגען אויף א האר 30 טויזענט זענען פארשקלאפט געווארן אין דייטשלאנד וואס מען האט נאך דאן נישט געוואוסט צו זיי האבן עס א דורך געלעבט צו נישט (אבער צווישען די אונגארישע געהארגעטע זענען די נעמען נישט אנטשטאנען) 159 טויזענט זענען געווארן פארשיקט קיין עסטרייך (וואס זענען אויך נישט אויף די ליסטע פון הרוגים) און 35 טויזענט זענען געהארגעט געווארן אואפיציעל דורך די אונגארישע פאשיסטן אדער די גאסטאפו אין די שוץ שטאפל (עסץ עס) געווארדיע וואס זענען אויך נישט אנשטאנען אויף די הרוגים ליסטע (איז וויפיהל זיי האבן געהאט אויף זייערע ליסטעס זענען נאך דא 100 טויזענט אומפארצייכענטע)
עס איז דא אן אינטערסאנטער פראטאקאל פון די ערשטע אסיפות הרבנים וואס איז פארגעקומען אין מישקאלץ ווי דארט איז פראטאקלירט אז עס איז לויטן חשבון איבער געבליבען אין אונגארן אן ערך פון 200 טויזענט אידן, אבער באותו מימד האט מען ל"ע געדארפט אראפ נעמען פון די ליסטע 6141 אידן וואס מען האט רח"ל געטראפן ליגען אונטער צו ווארפענע געביידעס וואס זיי זענען לכאורה אומגעקומען אין די באמבאדירונגען דאן האט מען געמאכט א מאסן לויה מיט א מאסען קבר ווי מען די אלע מתים געברענגט לקבר ישראל.

הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לייביששרייבער: ייש"כ פאר דין גרונטליכע און היסטארישע ארבעט. נאר מ'דארף מדגיש זיין (אונטערשטרייכן) אז די מאסן דעפארטאציעס פון די אונגארישע אידן און פון אנדערע פלעצער האבן זיך אנגעהויבן ערשט ווען דער צורר ישראל און מאסן מערדער אדאלף אייכמאן ימ"ש וזכרו איז אנגעקומען קיין אונגארן. ווייל צו טראנספארטירן אזא גרויסע צאל אידן אין אזא קורצע צייט איז געווען לאגיסטיש כמעט אוממעגליך. און ער דער גרויסער צורר ישראל איז געווען אן "עקספערט" אין אנפיהרן די טויזנטער דיטעילס וואס האבן זיך פארלאנגט. ער האט געארבעט זייער מעטאדיש. צוערשט האט ער אויפגעמאכט אן "אפיס" אין א פלאץ וואס די לאקאלע שונאי ישראל האבן איהם געגעבן. נאכדעים האט ער איינגעזאמלט אלע סקעדזשולס פון די באנען אפעראציע. און ער האט אויך ארגאניזירט אז די אונגארישע זשאנדארמאריע זאלל צונויפזאמלען די אידן און זיי אריינטרייבן אין די וואגאנען.
די לאקאלע, אונגארישע נאציס האבן אין די זעלבע צייט באראבעוועט אידישע הייזער און זיי האבן געשאסן סיי וועלכן איד זיי האבן באגעגנט. און אריינגעווארפן אין דעם טייך דונאי. אויך הונדערטער פאר שיך פון די אידישע קינדער וועלכע זיי האבן דערשאסן געפינען זיך נאך היינט ביי דעם טייך...!
דאס אלעס איז זיך פארלאפן נאכדעם וואס די רעגירונג פון אדמיראל הארטי, דער רעגענט איז געפאללן. ווייל ער (הארטי) האט געהאט אין פלאן צו העלפן פאר די אומגליקליכע אידן אין אונגארן. ער האט געוואלט אויפלעזן די קאנצענטראציע לאגערן און צוריקקערן די אידן צו זייערע
היימען.
ומעשה שהיה כך היה. די נאציס ימ"ש האבן געהאט איינעם א זייער קלוגן און טאלאנטפולן גענעראל. אטא סקארזעני. ער האט זיך פארשטעלט אלס ציווילער מענטש. און ער איז אנגעקומען קיין בודאפעסט כדי אויסצושפיאנירן וויאזוי איינצונעמען די שטאט. די אונגארישע מיליטערישע סיקרעט סערוויס האט איהם געהאט ארעסטירט אלס שפיאן. נאר ס'איז איהם געלונגען זיך ארויסצודרייען פון זייערע הענט. זיי האבן איהם באפרייט. ווען ער איז צוריקגעקומען צו די דייטשע באזע האט ער אויסגעארבעט א פלאן וויאזוי איינצונעמען אונגארן מיט א גאנץ קליינע גרופ פון קאמאנדאס. זיין פלאן איז געווען צו פארכאפן די נאציאנאלע ראדיא סטאנציע. און ער האט אנגעהויבן צו בראדקעסטן נאצישע לגיונות כאילו זיי האבן באזיגט די אונגארישע ארמיי פון פרעזידענט הארטי. און זיי האבן געגעבן אנדערע פאלשע אינפארמאציע צו פארפיהרן דאס אונגארישע מיליטער. וועלכע זענען געווען גאנץ שטארק. אויסערדעם האבן די דייטשע נאיס ימ"ש פארכאפט דעם זון פון פרעזידענט הארטי. און זיי האבן געזאגט אז זיי גייע איהם שיסן. אויסע אז זיין טאטע געט זיך אונטער און לאזט אריינמאשירן די דייטשע מיליטער קיין אונגארן. האט ער שוין נישט געהאט קיין ברירה און ער האט זיך אונטערגעגעבן. דאמאלס איז אריינגעקומען די רעגירונג פון דעם צורר ישראל סאלאשי...! וועלכער האט באלד אנגעהויבן צו רצחנ'ען די אידן. מיט די הילף פון די לאקאלע נאציס/נילאש'עס...!

די שיך דערציילן
זייער ריכטיגע דעטאלן!berlbalaguleh האט געשריבן:לייביששרייבער: ייש"כ פאר דין גרונטליכע און היסטארישע ארבעט. נאר מ'דארף מדגיש זיין (אונטערשטרייכן) אז די מאסן דעפארטאציעס פון די אונגארישע אידן און פון אנדערע פלעצער האבן זיך אנגעהויבן ערשט ווען דער צורר ישראל און מאסן מערדער אדאלף אייכמאן ימ"ש וזכרו איז אנגעקומען קיין אונגארן. ווייל צו טראנספארטירן אזא גרויסע צאל אידן אין אזא קורצע צייט איז געווען לאגיסטיש כמעט אוממעגליך. און ער דער גרויסער צורר ישראל איז געווען אן "עקספערט" אין אנפיהרן די טויזנטער דיטעילס וואס האבן זיך פארלאנגט. ער האט געארבעט זייער מעטאדיש. צוערשט האט ער אויפגעמאכט אן "אפיס" אין א פלאץ וואס די לאקאלע שונאי ישראל האבן איהם געגעבן. נאכדעים האט ער איינגעזאמלט אלע סקעדזשולס פון די באנען אפעראציע. און ער האט אויך ארגאניזירט אז די אונגארישע זשאנדארמאריע זאלל צונויפזאמלען די אידן און זיי אריינטרייבן אין די וואגאנען.
די לאקאלע, אונגארישע נאציס האבן אין די זעלבע צייט באראבעוועט אידישע הייזער און זיי האבן געשאסן סיי וועלכן איד זיי האבן באגעגנט. און אריינגעווארפן אין דעם טייך דונאי. אויך הונדערטער פאר שיך פון די אידישע קינדער וועלכע זיי האבן דערשאסן געפינען זיך נאך היינט ביי דעם טייך...!
דאס אלעס איז זיך פארלאפן נאכדעם וואס די רעגירונג פון אדמיראל הארטי, דער רעגענט איז געפאללן. ווייל ער (הארטי) האט געהאט אין פלאן צו העלפן פאר די אומגליקליכע אידן אין אונגארן. ער האט געוואלט אויפלעזן די קאנצענטראציע לאגערן און צוריקקערן די אידן צו זייערע
היימען.
ומעשה שהיה כך היה. די נאציס ימ"ש האבן געהאט איינעם א זייער קלוגן און טאלאנטפולן גענעראל. אטא סקארזעני. ער האט זיך פארשטעלט אלס ציווילער מענטש. און ער איז אנגעקומען קיין בודאפעסט כדי אויסצושפיאנירן וויאזוי איינצונעמען די שטאט. די אונגארישע מיליטערישע סיקרעט סערוויס האט איהם געהאט ארעסטירט אלס שפיאן. נאר ס'איז איהם געלונגען זיך ארויסצודרייען פון זייערע הענט. זיי האבן איהם באפרייט. ווען ער איז צוריקגעקומען צו די דייטשע באזע האט ער אויסגעארבעט א פלאן וויאזוי איינצונעמען אונגארן מיט א גאנץ קליינע גרופ פון קאמאנדאס. זיין פלאן איז געווען צו פארכאפן די נאציאנאלע ראדיא סטאנציע. און ער האט אנגעהויבן צו בראדקעסטן נאצישע לגיונות כאילו זיי האבן באזיגט די אונגארישע ארמיי פון פרעזידענט הארטי. און זיי האבן געגעבן אנדערע פאלשע אינפארמאציע צו פארפיהרן דאס אונגארישע מיליטער. וועלכע זענען געווען גאנץ שטארק. אויסערדעם האבן די דייטשע נאיס ימ"ש פארכאפט דעם זון פון פרעזידענט הארטי. און זיי האבן געזאגט אז זיי גייע איהם שיסן. אויסע אז זיין טאטע געט זיך אונטער און לאזט אריינמאשירן די דייטשע מיליטער קיין אונגארן. האט ער שוין נישט געהאט קיין ברירה און ער האט זיך אונטערגעגעבן. דאמאלס איז אריינגעקומען די רעגירונג פון דעם צורר ישראל סאלאשי...! וועלכער האט באלד אנגעהויבן צו רצחנ'ען די אידן. מיט די הילף פון די לאקאלע נאציס/נילאש'עס...!
דער באקאנער פאזיע דער ניגון וואס איז געווארן נאך געזינגען פון הצדיק נחמד למעלה ולמטה ר' מיכאל ז"ל דער אלטער ניגון פון די שיך און די לעדער עדות קומט דאך פון דעם וויי-שרייענדער שטיקעל פון טאקע אט די היסטאריע, אזוי ווי מע"כ שרייבט, ווען מען שטייט היינט ביים דונא טייך זענען דא דארט די שיך מאניומענטן וואס פאראייביגט די היסטאריע וואס מע"כ ציטירט דא.
לגבי די סאלאשי רעגירונג וויאזוי ער האט איבער גענומען די מאכט איז זייער אן אינטערסאנטער פרט אין די היסטאריע, איך האב נישט געהאט דעם טיים-ליין צווישען מיינע ארכיוון א ישר כח פאר די אינפארמאציע.
ווען מיר שרייבען אזא מאמר פרובירן מיר מיט אלע כוחות נישט צו אויס לאזען וויכטיגע פרטים אין די טיים ליינס, און מיר זוכען כסדר נאך און נאך אינפארמאציע בעפאר מיר לייגען עס אויס אין א מאמר פארמאט.
זאגט דאך שוין דער חכם מכל אדם שגיאות מי יבין, עס זענען דא אזויפיהל נקידות וואס הזמן יוכלי, והם לא יכלו, איך אנטשולדיג זיך פון פארנאויס אויף די גאר וויכטיגע נקידות אין די היסטאריע וואס קען צומאהל ארויס פאלן פון די אזוי פיהלע אינפארמאציע וואס דארפן ווערן צוזאם געשטעלט פונעם אידישען זייט פון די היסטאריע אזש, ביז צו די וועלטליכע היסטאריע און פרובירן צו צוזאם שטעלן די צוויי היסטאריעס וואס קומען פון פארשידענ-ארטיגע ארכיוון אין די היסטאריע און זיין צו קאמבאנירן און שרייבען דערפין אין איין מאמר.
א ריזיגער ישר כח פאר די הערה, עס גוט מיר דעם מוט און חשק עס צוזאם צו שטעלן אין איין לאנגער ארטיקעל עס גוט דעם געשמאק צו ליינען און שרייבען ווייטער.
מיר זענען שיך מיר זענען לעצטע עדות
מיר זענען שיך פון אייניקלעך און זיידעס
פון פראג פאריז פון אמסטערדאם
און ווייל מיר זענען בלויז פון שטאך פון לעדער
און נישט פון בליט און פלייש דערפאר האט יעדער
געמיטן דעם גיהנום פלאם.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לייביששרייבער: אויף דיר פאסט צו זאגן דער פסוק..."תן לחכם ויחכם עוד"...!
דו פארשסט אויס אלע קליינע און גרויסע דעטאלן פון א היסטארישע געשעהעניש. און אלעס ארום. מיט א פונקטליכע טיים-ליין.
נאכאמאל. א יישר כח פאר די גרונטליכע ארבעט. און די כוחות וואס ווערן אריינגעלייגט ארויסצוברענגען א דבר השלם.
איך בין זיכער אז א יעדער האט אזא הנאה פון די רייכע אינפארמאציע. אזוי ווי איך...!
דו פארשסט אויס אלע קליינע און גרויסע דעטאלן פון א היסטארישע געשעהעניש. און אלעס ארום. מיט א פונקטליכע טיים-ליין.
נאכאמאל. א יישר כח פאר די גרונטליכע ארבעט. און די כוחות וואס ווערן אריינגעלייגט ארויסצוברענגען א דבר השלם.
איך בין זיכער אז א יעדער האט אזא הנאה פון די רייכע אינפארמאציע. אזוי ווי איך...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
אונגארישער היסטאריע אין קורצען פון 1600 - 1945 (ש"ז - תש"ה)
אידן האבן זיך באזעצט אין די לענדער וואם מיר באצייכענען ווי אונגארן אין דעם דרייצענטן יארהונדערט, און דער ערשטער בארימטער רב איז געווען ר׳ יצחק. וועלכער ווערט דערמאנט אין דעם בארימטן ספר ״אור זרוע״. א באקאנטער רב אין דעם פערצענטן יארהונדערט ר׳ אייזיק פון טירנוי באשרייבט דאם אידישע לעבן אין אונגארן אין זייער טרויעריגע טערמינען: ״עס זענען איבערהויפט נישטא קיין בני־ תורה, אפילו נישט צוויי אדער דריי וואם קענען א געהעריגן מנהג״, אבער עווענטועל האט זיך דער מצב דארט געענדערט צום בעסערן, ווייל נישט לאנג שפעטער אין 1450 האט די שטאט אפען (די אלטע טייל פון בודאפעסט) שוין שטאלצירט מיט א אידישע קהילה וועלכע האט צווישן זיך געהאט א צאל בארימטע תורה-פערזענליכקייטן.
אינעם 16טן יארהונדערט האט מען באשולדיגט די אידן אין פעזינג (היינט אין סלאוואקיי) אז מען האט געפייניגט א ניין־יעריג אינגל ביז ער האט געבלוטיגט צום טויט; פאר דעם האט מען פֿארברענט דרייסיג אידן. אבער אין אמת׳ן האט מען געפונען דאס קינד לעבעדיגעהייט אין ווין, וואן דער גראַף וואלף פֿון פעזינג האט אים גענומען כדי פטור צו ווערן פון זיינע חובות צו אידן אין פעזינג.
ווען די אטאמאנישע טערקן האבן דעראבערט אונגארן און עס איינגעשלאסן אין זייער אימפעריע אינמיטן פון זעכצנטן יארהונדערט, האבן א צאל אידן פון אפען עמיגרירט קיין טערקיי וואו זיי האבן זיך אויסגעמישט מיט די ספרדישע אידן. עטליכע יאר שפעטער, מיט דער הילף פון דער פריינטליכער טערקישער רעגירונג, האבן אידן צוריק אויפגעשטעלט זייער קהילה אין אפען און אנגעהויבן פראספערירן. דער צענטער פון תורה, האט זיך אבער שנעל אריבערגעטראגן קיין אייזנשטאט, וואו רבי שלמה ליבערמענש האט געשאפן איינע פון די ערשטע אונגארישע ישיבות.
נישט לאנג נאכדעם האט די שטאט אפען צוריקגעוואונען איר פראמינענץ אין די רבנישער וועלט עס האט נישט לאנג גענומען און די שטאט האט געהאט פיר גרויסע ישיבות: רבנים פון ווייטע קהילות האבן געשיקט זייערע שאלות צו אירע פוסקים. אין דעם יאר 1655 האט אפען אויפגענומען אלם איר הויפט־רב הרב ר׳ אפרים הכהן, א דיין וועלכער איז אנטלאפן פון ווילנע פון די אנטיסעמיטישע קאזאקן. אונטער זיין הנהגה האט דאס תורה־לערנען דערגרייכט אומגעהרערע הויכן. אט דער שיינער פעריאד פון מנוחה און גייסטיקן וואוקס, איז געקומען צו א סוף ווען די עםטרייך-אונגארישע ארמיי האט ארויסגעטריבן די טערקן פון אפען און דארט אויך ליקווידירט דעם אידישן ישוב און דעם בליענדן תורה-צענטער.
תורה אין אונגארן האט זייער שנעל געפונען א נייעם צענטראלן פונקט אין דעם אזוי־גערופענעם בורגנלאנד, וואו דער גרויסער שתדלן ר׳ שמשון ווערטהיימער האט געעפנט עטליכע ישיבות אין די דארטיקע ״זיבן קהילות״, וועלכע ער האט אויסגעהאלטן פון זיינע אייגענע געלטער. די וויכטיקסטע פון די איז געווען די ישיבה אין אייזענשטאט, אנגעפירט פון ר׳ מאיר אייזנשטאט, דער מחבר פון ״פנים מאירות״. אנדערע ישיבות זענען אויפגעשטעלט געוואק אין מאטערסדארף און אין רעכניץ. אויך פרעשבורג איז מפורסם געווארן מיט דעם בארימטן גאון רבי משולם איגרא.
א נייע בליענדע תקופה פון תורה-וואוקס האט זיך אנגעהויבן אין אנהויב פון דעס ניינצענטן יארהונדערט אונטער דער הנהגה פון ר׳ משה סופר, דער גרויסער און בארימטער ״חתם סופר״ פון פראנקפורט, וועלכער האט מיט זיין גאונות, צדקות און גייסטרייכער הנהגה אינספירירט זיין דור צו נייע גייסטיקע פארמעסטן אין תורה און אין אידישקייט. אונטער זיין הנהגה איז די ישיבה אין פרעשבורג געווארן דער גרעסטער און איינפלוסרייכסטער מקום־תורה אין צענטראל-אייראפע. א סך פון דעם ״חתם־סופר׳ס״ תלמידים, צווישן די דער בארימטער מהר"ם שיק, האבן אליין געגרינדעט אייגענע קהילות און ישיבות איבער גאנץ אונגארן און פארזעצנדיק זיין דרך, זענען זיי געווארן שטארקע פעסטונגען וועלכע האבן געשטעלט א דערפאלגרייק ווידערשטאנד אנטקעגן די כוחות פון רעפארם און אסימילאציע אין דער אידישער מחנה. אין די דאזיקע יארן האט ר׳ שלמה גאנצפריד מחבר געווען זיין ״קיצור שולחן ערוך״ און אנדערע וויכטיקע ספרים.
דאס ארט פון ״חתם־סופר״, וועלכער איז נפטר געוואק אין 1839 האט איבערגענומען זיין גרויסער זון ר׳ אברהם שמואל בנימין סופר (1871-1815), באקאנט אלם דער ״כתב סופר״. אן אנדער זון ר׳ שמעון סופר, איז געוואק רב אין מאטערסדארף און אין 1860 האט ער איבערגענומען דאם רבנות אין קראקע. די ווייטערע דורות פון דעם ״חתם-סופר׳ס״ תלמידים, האבן מיט גרויס הצלחה מרביץ תורה געווען און פארוואנדלט די אונגארישע קהילות אין בליענדע אאזיסן פון פרוכטבארן תורה־לעבן.
איינע פון די גרויסע אויפטוען זייערע איז געווען דאס ארגאניזירן דאם קהילה־ לעבן אונטער דער שטרענגער פירערשאפט פון די רבנים און באזונדערס דאם שאפן פון סעפעראטע ארטאדאקסישע קהילות, וועלכע האבן באוויזן איינצוהאלטן די פארשפרייטונג פון רעפארם און צו צעמענטירן די דארטיקע פרומע אידן קעגן די מאדערנע שטרעמונגען וואס האבן זיי באדראעט אין די ווייטערע יארן.
דאס חסידות אין אונגארן
צוזאמען מיט דעם געבענשטן גייסט, וואס עס האט איינגעפלאנצט דער ״חתם- סופר״, זענען א גרויםע צאל פון אונגארישע אידן געווארן געטרייע אנהענגער פון חסידות ווען אדמו״ר רבי יצחק אייזיק טויב פון קאלעוו (1821-1751), א תלמיד פון ר׳ שמעלקע פון ניקאלשבורג, האט אריבערגעפירט דעם בעל-שם־טוב׳ם תורה קיין אונגארן. אן אנדערער גרויסער חסידישער מנהיג פון דער צייט איז געווען אדמו״ר רבי משה טייטלבוים פון אוהעל (1841-1759), דער בעל ״ישמח משה״, א תלמיד פון דעם ״חוזה״ פון לובלין און דער שטאם-פאטער פון דאס וואס עס איז היינט דאס פארצווייגטע סאטמארער חסידות.
דאם חסידות אין אונגארן האט אויך געוואונען אנהענגער דורך אדמו״ר ר׳ מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו (1826-1768), א תלמיד פון ר׳ משה לייב פון סאסאוו און אויך דורך זיין אייניקל דער ״צמח צדיק״, אן איידעם פון הייליקן ריזשינער, וועלכער איז געווען דער גרינדער פון דער וויזניצער דינאסטיע און אדמו״ר ר׳ צבי אלימלך שפירא פון דינאוו, דער ״בני יששכר״ (1841-1783) ,א תלמיד פון דעם ״חוזה״ פון לובלין, וועלכער איז געווען דער שטאם־פאטער פון מונקאטשער חסידות. א גרויסן חלק אין פארשפרייטן אידישקייט און חסידות האט געהאט דער ״מראה יחזקאל״, דער הויפט-רב פון קארלסבורג, א תלמיד פון ר׳ מנחם מענדיל פון רימאנאוו און שטאם־פאטער פון דעישער חסידות.
אויפן אונגארישן אידנטום האבן אויך אויסגעאיבט א גרויםע חסידישע השפעה דער גאון און צדיק רבי חיים פון צאנז און זיינע ממשיכים. אנדערע אידן פון א טייל אונגארן זענען געווארן נאכפאלגער פון ספינקער חסידות, דער גרינדער פון דער ספינקער דינאסטיע אדמו״ר ר׳ יוסף מאיר ווייס פון ספינקע (1909-1838) דער ״אמרי יוסף״, וועלכער איז געווען א תלמיד פון ר׳ יצחק אייזיק פון זידיטשויב. מען דארף דערמאנען, אז אויך בעלז האט געהאט א גרויםן איינפלוס אין אונגארן בפרט אינעם אזוי-גערופענעם ״אויבערלאנד״.
מיט די געבענשטע השפעות פון די רבנים גאונים פון ״חדר״ פון ״חתם־סופר״ און גרויסע חסידישע מנהיגים, וועלכע האבן, אגב, אויך געפונען צווישן זיך א געמיינזאמע שפראך (נישט געווען דארט אין אונגארן דאס פראבלעם פון ״מתנגדים״ און חסידים), איז דאס אונגארישע אידנטום ביים סוף פון פריערדיקן יארהונדעדט און אנפאנג פון איצטיקן יארהונדערט אויסגעוואקסן בכמות ובאיכות צו א גוואלטיקן גרויסן כוח אינערהאלב דעם תורה-אידנטום.
אונגארן צווישן די צוויי מלחמות
נאכן אפשלוס פון דער ערשטער וועלט מלחמה, האט אונגארן גופא פארלוירן א גרויסן טייל פון איר אמאליקע טעריטאריע, און אזוי אויך זענען די אונגארישע אידן פארטיילט געווארן צווישן א גאנצע ריי לענדער. דאס קארפאטן־רוסלאנד ווי די סלאוואקיי, איז געווארן א טייל פון טשעכאסלאוואקיי; מאראמאראש און זימבערגן איז געווארן א טייל פון רומעניע, און דאס בורגנלאנד א טייל פון דער קליינער עסטרייכישער רעפובליק.
דער עקאנאמישער ווי דער פאליטישער מצב פון דעם וואס איז א מאל געווען דאס אונגארישע אידנטום, איז געווען א פארשידנארטיקער. אין דער טשעכאסלאוואקיי, וואו עס האט געהערשט א ליבעראלער רעזשים, האבן אידן גענאסן פון אלע בירגערליכע רעכט, און אזוי אויך האבן די אידן אין עסטרייך געלעבט אין רעלאטיווער מנוחה. די אידן פון רומעניע זענעז געווען אויסגעשטעלט צו די פארשידענע פאליטישע אומוואנדלונגען אין יענעם לאנד, און געליטן פון דארטיקן אנטיסעמיטיזם.
אבער סיי די שפע און מנוחה און סיי די קריטישע מצבים האבן נאר ווייניק וואם בארירט דאם אינערליכע גייסטיקע לעבן פון די דארטיקע אידן, וועמענס קהילות האבן טריי ממשיך געווען די מסורת אבות. אין אונגארן גופא, האט צום רוב געהערשט דער אשכנזישער גייסט פון ״חתם-סופר״ און אט דעד גייסט האט אויך באהערשט דאס רוב קהילות פון דער סלאוואקיי, אויך די פראכטפולע קהילה אין וויען. אין די אנדערע לענדער האט געהערשט דער גייסט פון חסידות, און ווען אפילו אין געוויסע ארטשאפטן האט די רעפארם באוועגונג פארטריבן גרעסערע צאלן פון אידן אין די ארעמס פון אסימילאציע און אפטריניקייט און קלענערע איינברוכן האבן אויך געמאכט אנדערע מאדערנע שטרעמונגען, האבן טראצדעם אונגארישע ארטאדאקסישע קהילות געבליט און זיך געווייקט אין מסורהדיגער אידישקייט.
כמעט אלע באדייטענדע אידישע קהלות אין די ערטער וואס איז אמאל געווען אונגארן, האבן געהאט ישיבות וואס זענען אנגעפירט געווארן פון זייערע רבנים ווי פילע טויזנטער יוגנטליכע זענען דערצויגן געווארן אין גייסט פון תורה און אפגעהיטנקייט אין מצוות מעשיות! די קהלות זענען אנגעפירט געווארן דורך חשובע רבנים גדולים בתורה והוראה, מחברים פון קלאסישע ספרים, און פון פרנסים וואס האבן זיך אפגעגעבן לטובת הציבור מיט גרויס טריישאפט און מיט רדיפת החסד. מיט דעם אינטענסיוון ישיבה־חינוך פון אזויפיל יוגנטליכע זענען אין א סאך קהילות נישט נאר רבנים, נאר אויך א סך בעלי־בתים, וואס האבן זיך פארנומען מיט מסחר און אינדוסטריע, געווען תלמידי-חכמים מובהקים.
ביים חורבן
ס׳איז זיך כלל נישט צו חידוש׳ן, וואס נאך אזא גרויסן חורבן, האבן אונגארישע אידן בראש פון זייערע רביים און רבנים פארנומען אזא וויכטיקן ארט אין אויפלעבן דאס אידישקייט צווישן דער שארית הפליטה. זיי האבן מיט זיך מיטגעברענגט די מסורה פון זייערע אמאליקע גרעסערע און קלענערע פראכטפולע קהילות וואו תורה-אידישקייט האט געהערשט מיט א גוואלטיקן שעפערישן כוח.
איינע פון די גרויסע חורבן טראגעדיעס איז זיכער געווען דאס וואס די צווייטע וועלט-מלחמה האט אין א געוויסער מאס ווידער אזוי צו זאגן "פאראייניקט" דאס אונגארישע אידנטום. ביים אנפאנג פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט היטלער־דייטשלאנד, וואם האט שנעל באהערשט יענעם טייל אייראפע, צוריקגעגעבן יענעם טייל אייראפע א טייל טעריטאריעס וואם זי האט פארלוירן ביים שלוס פון דער ערשטער וועלט־מלחמה. מערערע הונדערט טויזנט וואס זענען צווישן די צוויי וועלט־מלחמות געווארן בירגער פון טשעכאסלאוואקיי און רומעניע זענען צוריק ארונטער דער ממשלה פון אונגארן, וועלכע איז געווארן א פארבינדעטער צו נאצי-דייטשלאנד און אויך גענומען רודפ'ן אירע אידישע איינוואוינער.
די טראגעדיע איז נאך גרעסער געווארן ווען דייטשלאנד האט אין פרילינג פון 1944 אליין באזעצט אונגארן און דארט מיט די הילף פון זייערע אונגערישע פארבינדעטע אנגעפאנגען דורכפירן די מאסן־הריגות און שחיטות דורך פארשיקן די אונגארישע אידן אין די נאצישע פארניכטונגס-לאגערן, בעיקר קיין אוישוויץ. אין משך פון בלויז אייניקע חדשים זענען אויף דעם וועג פארטיליגט געווארן העכער א האלבער מיליאן אידן און ס'איז דערמיט געקומען דער טרויעריקער חורבן אונגארן.

לייביששרייבער: צוערשט א גרויסן יישר כח פאר די גרונטליכע און קאמפרעהענסיווע (ארומנעמענדע) ארבעט וואס דו האסט דא אראפגעלייגט.
איך ווייס פון אנדערע מקורות אז אלעס וואס דו שרייבסט איז אמת ויציב. און זייער גרונטליך ארויסגעפארשט.
מ'קען זאגן אויף דיינע מאמרים פארשידענע פסוקים פון משלי און קוהלת. נאר איך קען זיי נישט אלע. נאר איין פסוק שווימט אייביג ארויף...."כמים קרים על נפש עייפה"... ליינען דיינע מאמרים וועלכע זענען זייער שטארק אינפארמאטיוו מאכט מיר פיהלן ווי גלייך איך בין דארט בשעת די געשעהענישן האבן זיך אפגעשפיעלט...!