אנטיאיזמיזם

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

אנטיאיזמיזם

שליחה דורך דיכטער »

מיר לעבן היינט אין א וועלט וואו אלעס ווערט געלעיבלט און געסטעמפעלט. יעדער געדאנק, אידיאלאגיע, מהלך מחשבה, וועג פון לעבן, גלויבונג און אנהענגערשאפט, ווערט קלאסיפיצירט, קטאגאריזירט, ארדערנירט און באקומט אן אייגענארטיגע נאמען וועלכע געהערט אויסשליסליך בלויז פאר איהם. ביסט אויפגעקומען מיט נאך א קנייטש אינעם רעיון? נאך א קוועטש אינעם געדענקענגאנג? א נייע נאמען. דאס איז שוין א בריאה פאר זיך.

דו האלסט פון געלט – האלסטו פון קאפיטאליזם, פון געזעלשאפט – סאציאליזם.
דו האלסט אז דער וועלט דארף מען באשיצן? נאטוריסט.
עס איז דא א באשעפער? טאיסט, נישט דא? אטאיסט.
דער פאלק פאר אלעם? נאציאנאליסט, דער מענטשהייט קומט פריער? הומוניסט.
דו לעבסט אינעם פארגאנגענהייט - ביסטו א פעסימיסט, אינעם הווה – פרעזענטיסט.
דו האלטסט זיך פאר א בעל דעה - ביסטו אן אידיאלאגיסט, דו האסט נישט קיין דעה? אגנאסטיקיסט.
פארסט מיט א קאר? מאטאריסט, מיט א באן אדער אן עלעקטריק קאר - דאן ביסטו אן אינווייראמענטאליסט, מיט א ביציקל גאר? ביציקליסט.
דו ווילסט פארן וואוינען אין ארץ ישראל? דאס שמעקט פון ציוניזם, ווילסט בלייבן אין דער היים? דאס גרעניצט זיך מיט משיחיזם.

האב איך זיך געטראכטיזירט אז עס איז שוין העכסט צייט אז עס זאל זיך ערוועקן א נייע באוועגונג וועלכע זאל דוגל זיין אויף אנטי'איזמ'יזם. דאס הייסט, עס זאל פאראויסשטופן דעם געדאנק אז נישט יעדער געדאנק אדער געוואוינהייט קען מען געבן אן אקאדעמישע טיטל אדער א וויסנשאפטליכע צונאמען. די שיטה וועט הייסן: אנטי-איזמ'יזם - די שיטה וואס איז קעגן באטיטלען אידיאלאגיעס מיט דער 'איזם' נאכזילבע. דאס איז אביסל ענליך צו נאטורליזם דערמיט וואס עס שטערבט צו לאזן זאכן אין זייערע נאטירליכע פארם, עס שמעקט אביסל פון הומוניזם מיט דעם וואס עס איז עטוואס מענטשן-רעכטן גענויגט, עס האט אויך אביסל קאמוניזם אין זיך, ווייל עס איז נישט אינגאנצן דערקעגן און עס לאזט עס הפנים, צו, און אויך פארמאגט עס געוויסע ענליכקייטן צו פאסטמאדערניזם ווייל עס אנערקענט נישט אין איין אידיאלאגישע ווארהייט. אבער אזוי ווי עס איז נישט ממש ענליך צו די אלע איזמס, וועלן מיר מוזן ערפינדן דעם שפאגל-נייעם טערמין.

ברוכים הבאים צו דער וועלט פון אנטיאיזמיזם…
דער אנטיאיזמיסט וועט האלטן אז נישט יעדערס מאל וואס מען כאפט א מענטש עסן גרינצייג, האט מען איהם געפאקט מיט וועדזשיטעריעניזם אדער ווען איינער רעגט זיך אויף א צווייטן איז ער אן אנטיסאציאליסט. יעדער האט זיין פולסטער רעכט צו טוהן וואס עס שמעקט איהם אויפן מינוט, אן דעם וואס ער זאל דארפן זיין געבונדן צו עפעס אן 'איזם'.

איך ווייס וואס דו ווילסט פרעגן, וועל איך דיך ענטפערן.

דער שיטה וואס האלט קעגן דער אידיאלאגיע, גייט הייסן:
אנטיאנטיאיזמיזמיזם.


אקעי, דערווייל האלט נאך קיינער נישט קעגן אנטיאנטיאיזמיזמיזם…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 316 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל

Re: אנטיאיזמיזם

שליחה דורך איך הער.. »

איך מיין דיין נייע שיטה ברויך נישט קיין נאמען, מ'קען עס ריפען סתם "נארמאל"..
.Commen sense is not commen
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

דאס אליין איז געלעבעלט. דער געדאנק פון לעיבלען איעדע זאך איז א לינקע קרענק. עס פאנגט זיך אן מיט זיין א דעמאקראט און וואס מער לינק מען טראכט פאנגט מען אן צו לעיבלין. דיין געדאנק איז וואס נארמאלע מענטשן טראכטען אין די מידיא רופט מען דאס ריפאבלקען רעכטע טראמפ-יסט
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט