ר' מענדל בייליס

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

ר' מענדל בייליס

שליחה דורך לייביששרייבער »

היינט געפאלט אויס דעם יארצייט פון די ערשטע פארהער פון ר' מענדל בייליס וואס די פארהער האט זיך געצויגן צו זיין ארעסט בעצם יום התשעה באב וואס פון דארט און ווייטער איז עס שוין געפארן ווי עס איז געגאנגען.
די בייליס פרשה איז שוין געשריבן געווארן און הודערטער פלאטפארמעס איך האב נישט קיין סך צו צן-לייגן, אבער מערקווירדיג איז, איך האב שוין אסאך אינפארמאציע געזעהן איבער די נושא און אין איין פלאץ וואס איז נישט געוועזן באטאנט אויף א צווייטער און א דריטע פאקט וואס איז נישט באטאנט אין די ערשטע צוויי פלעצער א.א.וו

וויל מען האבן קלארערע פאקטן און פונקטליכע היסטאריע דארף מען לעזן אלעס איבער די נושא און דאס בילד ווערט קלארער און קלארער.

די וועג ווי אזוי איך שטעל צוזאם א בילד מיט דעטאלירטע פאקט אריין געשמירט אין א מאמר איז ביי צוזאמענ-נעמען אסאך אינפארמאציע אין די אינטערסאנטע נקידות שרייבן פאר די מעשה, די מעשה זעלבסט איז בעצם נישט די ארבעט, נאר אריין שמירן אלע פאקטן פון אלע פלעצער צוזאמען מיט א פשטות צווישען די שורות נישט צו פארמישען דעם ליינער. ע"כ האבן מיר געפיגערט אז דא זענען אויך דא פאקט'עלעך וואס מאנכע האבן נישט געפיהלט פאר וויכטיג עס צו ארויס ברענגען אין זייער ווערק, איך פארשטיי נישט פארווס אבער אזוי טוהן די ווערק מייסטערס, א יעדע שרייבער האט זיין אגענדע, אדער וואס איז עים אינטערסאנט צו ציטירן דאס וועט ער ציטירן. ע"כ זה יהי' חלקי מכל עמלי.

עס איז גאר א לאנגער מעשה נעמענדיג באטראכט א יעדעס קליינער דיטעיל, איך האף איך וועל עס גומר זיין אבער אויף דערווייל איז דא וואס איך האב פרובירט מיטן בעסטען שוין מגיה צו זיין אטן עס צו-שטעלן פאר א געמיטליכער געשמאקער ארטיקעל. מיר האפן אז עס איז נישט מלא וגדוש מיט טעותים. איך בעהט איבער מע"כ קודם הקראיה.

מנחם מענדל ביילוס - דער לעצטער עלילות דם אין די מאדערנע היסטאריע

יארן פון ביטערניש אנטקעגן דעם מלוכה פון די צארן אין רוסלאנד האבן געברענגט דעם באפעלקערונג צו טראכטן פון מאכן א מרידה אנטקעגן דעם צאר. דער צאר האט אנגעהויבן זעהן כי כלתה אליו הרעה, מיט גרויס שרעק ווי צוביסלאך גליטשט די מלוכה ארויס פון זיינע הענט. האט ער געזוכט צו באנייען די בלוט בילבלים אויף א גרויסן אופן צו פארמושען דעם שטן.

כדי צו ערקלערן פאר די פויערן אז די אידן זענען די ריכטיגע שונאים וכו'. לכבוד דעם האבן זיי האבן אויפגעשטעלט די "שווארצע הונדערטער" (דאס איז די גרופע וואס דער צארישער רעגורונג האט דערנאך גענוצט צו דערשטיקן סיי וואספארא אויפשטאנד) צו קענען דורכפירן זייער אגענדעס.

זייער שווערע צייטן האבן זיך אויף דעם האריזאנט באוויזען פארן רוסישע אידעטום אין יענע תקופה. עס איז געווען אין דער זעלבער צייט וואס דער צאר ניקאליי דער צווייטער האט געהערשט. ניקאליי איז געווען א גרויסער שונא ישראל און א געוואלדיגער אכזר. כאטש די גזירה פון די "קאנטאניסטן" איז שוין דאן געווען בטל, איז נאך-אלטץ געוועזען דער פליכט צו דינען אין דער מיליטער. דאס איז געווען א ביטער פאר די אידן אין רוסלאנד. אסאך האבן ליידער פארלוירן זייער אידישקייט אדער זייער לעבן דורכ'ן דינען אין די מיליטער.
אין יאר ה'תרע"א, האט די דומא אפיציעל מודיע געווען אז דער איד איז א געפערליכער פאלק און זיי זענען זייער מסוכן.

אין יענעם זעלבן יאר, כ' אדר תרע"א, איז אין די צייטונגען פון רוסלאנד געשריבען געווארן מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות אז מ'האט געטראפן א טויט גויאיש קינד אין קיעוו (כאילו דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס א טויט שרצ'ל איז אפיר געפונען געווארן). די פלענער זענען ליידער שוין גרייט געווען פון פריער, ווען דאס שגצ'ל האט נאך געלעבט.

אין יענע יארן האט געדינט אין די צארישער מיליטער א איד מיט'ן ר' נאמען מענדל בייליס. ער האט זיך געהאלטן פעסט ביי זיין אידישקייט און איז ארויסגעקומען נאכן דינען אין די צארישע מיליטער גאנץ ברוחניות ובגשמיות. ווי נאר ער האט פארענדיגט דינען זיין טערמין האט ער חתונה געהאט כדת משה וישראל מיט א וואוילער אידישער מיידל און זיך באזעצט אין מעזשיגוריא, וועלכע איז בערך 13 קילאמעטער פון קיעוו דער הויפטשטאט פון אוקראינע אויף צו שטעלן א אידישער שטוב לשם ולתפאראת. פאר פרנסה האט ר' מענדל געארבעט אין א פאבריק פון ציגל וועלכע האט געהערט פאר זיינס א פעטער. אביסל צייט דערנאך האט ער באקומען אן הצעה צו ארבעטן אין דער שטאט קיעוו, אין א פאבריק וועלכע מ'האט געהאלטן אינמיטן בויען. דער פאבריק האט געהערט צו דעם באוויסטן עושר און נדיב מר. זייטשעב, וועלכע האט געבויט דעם אידישען שפיטאל אין קיעוו, און כדי צו פארזיכערן א קביעות'דיגע רחוותדיגער הכנסה פאר'ן שפיטאל, האט ער געפענט א נייער ציגל פאבריק, אלע הכנסות דערפון זענען געגאנגען צו אויסהאלטן דעם שפיטאל. ר' מענדל האט זיך צוגעכאפט צו די הצעה אין שטאט איז געווען גרינגער דאס אידישקייט פראקטאצירונג ווי אין דארף און האט זיך אריבער געצויגען קיעוו.

דער שטאט קיעוו איז געווען איינגעטיילט אין צוויי געגענטן, פלוסקי און לוקיאנאווסקי. אידן האבן נאר געמעגט וואוינען אין פלוסקי. און אט אין די געגענט איז טאקע געוועזען דער אידישע שפיטאל. דער פאבריק אבער, איז געווען אין לוקיאנובסקי, וואס דאס מיינט אז אידן האבן אין דעם געגענט נישט געמעגט וואוינען. נאר דורך דעם שטארקן השפעה פון זייטשעב, וועלכע איז דאן געוועזען פון די גרעסטע סוחרים אין רוסלאנד (ער האט געהאט אסאך צוקער פאבריקן), האט ר' מענדל זיך געמעגט באזעצן אין דעם הייליגן באדען אפי' ער איז געווען א איד. כאטש ר' מענדל האט געהאט אונטער זיך בערך פינף הונדערט גוי'שע ארבייטער, (לויט'ן רוסישן געזעץ פון דעמאלס האט א איד נישט געמעגט באשעפטיגן א צווייטן איד אין זיין פאבריק.

זייטשעב איז געווען פון די איינסציגסטער וועלכע האט געמעגט האבן נאך איין איד אלס ארבייטער, ער האט מיט זיי קיין שום פראבלעמען נישט געהאט מיט זיי, אדרבה ער האט זיך מיט זיינע גויאישער קאלעגן זייער גוט פארטראגען, אויך מיט די גוים אין די געגענט האט ער זיך גוט געלעבט, אזוי ווייט אז אין יאר תרס"ה, ווען עס זענען געווען שווערע פאגראמען קעגן אידישע קהילות אין רוסלאנד, האט דער גוי'שע גלח פארלאנגט אז מ'זאל שטעלן א ספעציעלע שומר פאר ר' מענדל אז עס זאל עם גארנישט געשען. (עס איז געווען א סיבה דערפאר: ווען דער גלח האט געבויט א הויז פאר יתומים, האט ער געבעטן ר' מענדל ער זאל עם פארקויפן ציגל פאר ביליג. זייטשעב האט מסכים געווען צום בקשה פון ר' מענדל און דער גלח איז עם געווען זייער דאנקבאר. נאך א סיבה איז געווען אז דער וועג צו די שטאטישע בית הקברות איז דורכגעגאנגען צווישן דעם ציגל-פאבריק פון זייטשעב און א גוי'שן ציגל-פאבריק. ווען דער גלח האט געבעטן ר' מענדל רשות אז זייערע לוויות זאלן קענען דארט אדורכגיין האט ער באלד מסכים געווען. ווען ער האט געבעטן דאס זעלבע פון דעם גוי'שן פאבריק אייגענטומער, האבן זיי דעם גלח'ס פארלאנג צוריק געוויזן.

דער גלח פלעגט אפטמאל צייכענען דעם חילוק צווישן זיינע אייגענע מענטשן וואס טוהן נישט קיין טובות איינעם דעם צווייטן, לאפיקי' ר' מענדל וואס וועט אייביג אקאמענדירן ווען און וואס נאר מעגלאך.

פופצן רואיגע יאר זענען אזוי אריבער. כאטש עס האט געהערשט געוויסע אומבאקוועמליכקייטן ווי למשל אז די קינדער האבן געדארפט גיין א ווייטן וועג יעדן טאג אין חדר אריין וכו', איז ר' מענדל געווען צופרידן און שמח בחלקו. ער האט געדאנקט דעם רבונו של עולם אז ער האט א גוטע פרנסה און ער האט געהאפט אזוי אויסצולעבן זיינע יארן בשלו' ובשלוה. ווער האט דאן געקענט וויסן וועגן דעם גרויסן צרה וועלכע גייט עם שוין באלד טרעפן?

אין יאר כב' תמוז תרע"א איז באפאלן ר' מענדל א גרויסער טראגעדיע, דער טראגעדיע פון וועלכע ער און גאנץ כלל ישרא-ל וועט קיינמאל נישט קענען פארגעסן (זכור אשרע עשה לך עמלק), דער טראגעדיע וועלכע האט צובראכן און צושטערט זיין גאנצע לעבן אויף אייביג.

דער טאג כב' תמוז תרע"א האט אויסגעזען ווי א געווענדליכער טאג. ר' מענדל זיצט זיך אין זיין ביורא אזוי ווי יעדן טאג. ער קוקט ארויס פון זיין פענסטער און באמערקט ווי אסאך מענטשן לויפן.. עס זעט אויס ווי אלע לויפן צו איין באשטימטע פלאץ. ר' מענדל איז ארויס געגאנגען אין גאס מברר זיין על מה הבהלה הזאת, וואס גייט דא פאר?. האט מען עם דערציילט אז ערגעץ אינ'ם געגענט האט מען געטראפן א גויאישער גע'הרג'טע קינד. ביז עטליכע שעות האבן שוין אלע איינוואוינער געוויסט אז די טויטע קערפער פון א רוסישן קינד מיט'ן נאמען אנדרושא יושצינסקי איז געפונען געווארן עטליכע קילאמעטער ווייט פונ'ם ציגל-פאבריק. דער קערפער איז געווען אין אן הייל ווי דער רוצח האט דאס געהאט איבערגעלאזט.

נאך אינעם זעלבן אוונט איז איינער פון די רוסישע שכנים געקומען באזוכן ר' מענדל. דער שכן איז געווען א מעמבער אין די שווארצע הונדערטער און האט דערציילט ר' מענדל'ען אז לויט ווי מ'רעדט צווישן זיינע חברים האנדלט זיך נישט דא פון סתם א רציחה נאר דאס קינד יושצינסקי איז גע'הרג'ט געווארן דורך די אידן פאר זייערע רעליגיעזע צוועקן. די סתם רוסישע גוים אבער, וועלכע זענען נישט געווען אזוי פארנומען מיט דעם וויכטיגן ענין פון רייניגן רוסלאנד פון די אידן, האבן גאר עפעס אנדערש גע'טענה'ט. זיי האבן געזאגט אז די רציחה האט געמאכט די מאמע פון יושצינסקי צוזאמען מיט א חבר'טע מיט'ן נאמען טשעביריאק. עס זענען געווען פארשידענע ראיות וועלכע האבן קלאר געוויזן אויף דער ריכטונג.

די ערשטע שאלה וואס די גוי'שע שכנים האבן געפרעגט איז געווען זייער א פשוט'ע. אויסער דעם וואס די מאמע האט נישט באוויזן קיין שום צער אדער זארג איבער איר קינד, איז דאס קינד דאך נעלם געווארן י"ב אדר און איז ערשט געפונען געווארן אפאר חדישם שפעטער. וויאזוי קען איינער מסביר זיין דעם פאקט אז זי האט בכלל נישט מודיע געווען פאר'ן פאליציי אז איר קינד איז פארלוירן. זי האט אפילו נישט געוויזן קיין אינטערעס ווען מ'האט עם געפונען טויטערהייט. די שכנים האבן דאס גוט באמערקט און מיט דער צייט זענען אלס שטארקער געווארן זייערע חשדות. עס איז געווען נאך א סיבה אויפ'ן חשד. דער טאטע פון דעם קינד איז גע'הרג'ט געווארן אינ'ם רוסיש-יאפאן מלחמה (די מלחמה איז פארגעקומען מיט עטליכע יאר פאר די מעשה, ווען די רוסן זענען ארויס אויף מלחמה קעגן איר מזרח שכן יאפאן, כדי צוריקצוהאלטן דעם פארשפרייטונג פון יאפאן אינ'ם ווייטן מזרח. דער מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א גרויסע דורכפאל פאר רוסלאנד, און זי איז ארויס פון דארט בבושת פנים) ער האט איבערגעלאזט פאר זיין זון 500 רובל וועלכע זענען געלגען אין א באנק אלס פיקדון ביז דער קינד וועט אויפוואקסן. דער מאמע איז געווען צוטראגן אז זי האט נישט געקענט לייגן א האנט אויף די 500 רובל. אבער אויב איר קינד איז טויט קען זי דאס ירש'נען. דער פרוי טשעביריאק, וועלכע מ'האט אויך חושד געווען אז זי איז אריינגעמישט אינ'ם מעשה, איז געווען באוויסט אלס איינער וואס האט צוטון מיט קבוצות פון גאר געפערליכע גנבים און רוצחים.

דאס קינד אנדרושה פלעגט זיך אסאך דרייען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג א חבר פון איר'ס א קינד. עס איז זייער מסתבר געווען, אז אויב אנדרושה האט אמאל עפעס געזען דארטן פון די קבוצה רוצחים וואס ער טאר נישט. האבן זיי שוין געזארגט עם צו פירן צו אן אנדערע וועלט כדי ער זאל נישט קענען רעדן. דער פאליציי האט געהאט נאך א סיבה אויפ'ן חשד. ווען מ'איז געוואר געווארן אז מ'האט געפונען א קינד, זענען הונדערטער מענטשן געגאנגען קוקן וואס טוט זיך. קיינער האט נישט געקענט דערקענען ווער דאס קינד איז, אויסער דער פרוי טשעביריאק, וועלכע האט באלד געזאגט זיין נאמען. דאס האט געשטארקט דעם חשד קעגן איר. אויך דער בעה"ב פון דעם הויז ווי טשעביריאק האט געוואוינט, האט געזאגט אז ער איז זיכער אז זי איז דער רוצח. ער אליינס (וועלכע האט גראדע געהערט צו די שווארצע הונדערטער) האט געזאגט פאר ר' מענדל אז ער איז זיכער אז דער רציחה איז פארגעקומען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג אין אן ארט פון פושעים און רוצחים.

נאך אפאר טאג האט דער פאליציי איינגעזעצט מרס. טשעביריאק. אביסל שפעטער האט דער פאליציי אין מאסקווא (היינט דער הויפטשטאט פון רוסלאנד) איינגעזעצט נאך דריי מענטשן בקשר צו דעם ענין. שפעטער האט מען זיי געשיקט קיין קיעוו (וואס האט אין יענע יארן באלאנגט פאר רוסלאנד). די דריי מענטשן זענען געווען פון די ראשים פון די קבוצה פון טשעביריאק, און זענען געזען געווארן אין קיעוו דעם טאג וואס דער קינד איז נעלם געווארן. זיי פלעגן זיך פארשטעלן אלס הויך-ראנקיגע גענעראלן אינ'ם מיליטער, און די פאליציי האבן שווער געקענט גלייבן אז זיי זענען פשוט'ע רוצחים.

ביי דער לוי' פון אנדרושה, וועלכע איז פארגעקומען א וואך נאך דער גוף איז אנפלעקט געווארן, האט מען שוין פארשפרייט צעטלעך צו פארטיליגן די אידן רח"ל, ווייל זיי האבן גע'הרג'ט אנדרושה צו נעמען זיין בלוט פאר זייערע רעליגיעזע צוועקן. מ'דארף נוקם זיין פאר זיין בלוט! האבן די גוים געשריגן. זיי האבן מיט דעם פרובירט אוועקצונעמען דעם חשד פון די אמת'ע רוצחים און אויפקאכן דעם באפעלקערונג קעגן די אידן. אפילו נאכ'ן לוי' האבן די שווארצע הונדערטער נישט אויפגעהערט העצן. איז דאס דען מעגליך? אז די אידן האבן גע'הרג'ט אנדרושה און זיי גייען פריי, בשעת די אומשולדיגע זענען איינגעזעצט אין תפיסה? די שרייערייען האט גע'פועל'ט וואס זיי האבן געוואלט. א גרויסע פראפעסאר א שונא ישראל, מיט'ן נאמען סיקארסקי האט געזאגט אז ער האט געזען דעם גוף פון אנדרושה, און ער זאגט מיט זיכערהייט אז דאס איז נישט געווען סתם א רציחה. דאס איז געטוען געווארן פאר רעליגיעזע סיבות מקיים צו זיין א באפעל פון א געוויסע גלויבונג. ער האט נאך צוגעלייגט זיין גרויסע מבינות אז אין דעם גוף זענען געווען דרייצען שטאכן, און ביי יודן איז דער נומער דרייצען עפעס א וויכטיגע נומער.

אפילו ביי די גוים, האט דער דעקלעראציע אויסגעזען צו זיין א פשוט'ער ליגנט, עס איז ממש געווען א געלעכטער. אלע זענען געווען זיכער אז דער מעשה איז געטון געווארן דורך צעביריאק און דעם קבוצה אירע. קומען מענטשן און רידערן ארום וועגן אידן וכו'. ליידער ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אז דאס איז בכלל נישט געווען קיין געלעכטער. די שווארצע הונדערטער האבן דא געמאכט א בונד אנטקעגן דאס אידישן פאלק. זיי האבן געהאט זייער א גרויסע השפעה בימים ההם, און זיי האבן זיך געגרייט ווייטער צו גיין מיט זייערע פלענער.
די אחריות אויפ'ן פראצעס איז געווארן ארויפגעלייגט געווארן אויפ'ן הויפט-פארשער פענענקו. ער האט אנגעהויבן זיינע חקירות ביים נאכפרעגן ביי די שכנים און מעסטן דעם מרחק פון דעם הויז פון טשעביריאק ביז צום הייל ווי מ'האט געטראפן אנדרושה, ווי אויך דעם מרחק פונ'ם ציגל פאבריק ביז צום הייל. אזוי האט ער חוקר געווען עטליכע חדשים. ביזדערווייל זענען געקומען עטליכע באהאלטענע פאליציי און זיך געדרייט אין דעם פאבריק. זיי האבן געפרעגט די בייליס קינדער אויב זיי האבן געקענט אנדרושה. איינער פון זיי זענען געקומען וואוינען אין א הויז אנטקעגן איבער דעם פאבריק. ערשט שפעטער איז ר' מענדל געוואר געווארן אז ווען זיי האבן געזען אז דער חקירה קומט נישט אויס ווי זיי האבן געוואלט. האבן זיי משחד געווען די רוסישע קינדער מיט ציקערלעך וכו' צו זאגן אז אנדרושה פלעגט זיך דרייען אינ'ם פאבריק און אז די קינדער האבן געשפילט מיט אים.

נאך אפאר טעג איז אנגעקומען א באהאלטענע פאליציי מיט'ן נאמען פוליטשוק, וועלכע איז געקומען עטליכע מאל צו ר' מענדל אין שטוב. איין מאל האט ער עם דערציילט אז ער האט א הרגשה אז דער רציחה איז געטון געווארן אינ'ם געגענט פונ'ם ציגל-פאבריק און אז ר' מענדל איז געווען אין דעם אריינגעמישט. א טאג נאך דעם שמועס, איז אנגעקומען א גרופע פון צען פאליציי צום פאבריק, ובראשם דעם הויפט-פארשער פענענקו (אויף וועמען די ממשלה האט געלייגט דעם אחריות מברר זיין די זאך, ווי דערמאנט פריערדיגע וואך), וועלכע האט אנגעהויבן אויספרעגן ר' מענדל.

איר זענט דער מנהל פון דעם פאבריק?
יא.

פון ווען?
בערך פופצן יאר צוריק.

צו ארבייטן דא אנדערע יודן אויסער דיר?
ניין! איך בין דער איינציגער.

אזוי האט ער עם ווייטער אויסגעפרעגט איבער זיין ארבעט אינ'ם פאבריק. פלוצלינג קערן זיך די שאלות צו גאנץ אן אנדערע ריכטונג.

דו האסט א קוה?

דו פארקויפסט מילעך?
איך האב א קוה ענטפערט ר' מענדל, אבער איך פארקויף נישט קיין מילעך. אלע מילעך ווערט גענוצט דורך מיין משפחה.

לאמיר זאגן אז א חבר. א גוטע פריינד וועט קומען צו דיר, וועסטו עם פארקויפן א גלאז מילעך?
ווען עס קומט צו מיר א גוטן ידיד אין שטוב אריין, געב איך עם צו עסן און טרינקן, אויך מילעך, אבער איך פארקויף נישט פאר קיין פרנסה, איך פארדין שיין אין די פאבריק איך זיך מיך נישט קיינע זייטיגע פארדינסטן.

ר' מענדל האט נישט פארשטאנען פון די שאלות ווי דער אינוועסטיגער ציהלט. וואס גייט זיי אן אויב ער האט א קוה און אויב ער פארקויפט יא מילעך. פענענקו מיט זיינע מיט-העלפער האבן אויסגעזען צופרידן פון זייער אינוועסטיגעישאן און זענען ארויס. פאר'ן פארלאזן די הויז האט איינער פון די באגלייטער גענומען א בילד פון ר' מענדל.

דער טאג פון די אינוועסטיגעישאן איז פונקט געפאלן אין תשעה באב, תרע"א. דער טאג וואס מיר וויינען און קלאגען אויף די צוויי חורבנות פון די הייליגע בתי מקדש, דער טאג וואס האט זיך אנגעהויבן דעם גלות פון כלל ישראל, אט אין דעם זעלבן טאג האט זיך אנגעהויבן דעם פרטית'דיגן גלות פון ר' מענדל בייליס, וועמען די רשעים האבן אויסגעקליבן אלס שעיר לעזאזל פון כלל ישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 338 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך שלמה משנתו »

:like זייער שיין באשריבן!

איך וויל נאר בעטן א טובה, ביטע צוטייל די לענגערע פאראגראפן אויף קלענערע. עס וועט עס מאכן גרינגער פאר די ליינער.

ייש"כ!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

שלמה משנתו האט געשריבן::like זייער שיין באשריבן!

איך וויל נאר בעטן א טובה, ביטע צוטייל די לענגערע פאראגראפן אויף קלענערע. עס וועט עס מאכן גרינגער פאר די ליינער.

ייש"כ!
מיר וועלן עס איצטערט מאכן, גיב מיר צוויי מינוט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

המשך ב'

שליחה דורך לייביששרייבער »

דעם נעקסטן טאג י' אב, וועלכע איז געווען ערב שבת קודש, גאנץ פרי, איז ר' מענדל אויפגעשטאנען צו א גרויסן רעש אינדרויסן. מ'האט געהערט קולות פון אסאך מענטשן און פון פערד. נאך פאר ר' מענדל האט געקענט ארויסקוקן פון טיר זען וואס טוט זיך, האט ער געהערט שטארקע קלאפן.

ער איז געווארן זייער דערשראקן. וואס האט געקענט פאסירן אין אזא פריער שעה? ער האט נאך אזא רעש קיינמאל נישט געהערט. ער האט קודם געמיינט אז עס האט אויסגעבראכן א פייער אינ'ם פאבריק. ער איז געלאפן צום פענסטער און געזען צענדליגע דזשאנדארן שטייען דארטן. וואס קענען זיי דא וועלן? וואס מיינען די קלאפן אויפ'ן טיר? עס איז עם פינסטער געווארן פאר די אויגן ווען דער אמת האט אנגעהויבן אריינזינקען. ער האט כמעט גע'חלש'ט פון שרעק, אבער די עקשניות'דיגע קלאפן האבן נישט געגעבן קיין צייט פאר זיינע מחשבות. ער איז שנעל געלאפן צום טיר און אויפגעעפנט.

א גרויסע גרופע דזשאנדארן זענען אריין, ובראשם דער באוויסטער שונא ישראל, דער הויפט פון די באהאלטענע פאליציי, קולייבקו. נאך ער האט אוועקגעשטעלט א משמר ביים טיר אז קיינער זאל נישט קענען אנטלויפן, איז ער צוגעגאנגען צו ר' מענדל.

דו ביסט בייליס? האט ער געשריגן מיט א געוואלדיגע כעס.
יא.

אין דעם נאמען פון הוד מלכותו דער צאר, ביסטו יעצט איינגעזעצט! קום מיט אונז!

אינצווישן, פון די קולות, האבן זיך אויפגעוועקט די ווייב און קינדער פון ר' מענדל, און די קינדער האבן אנגעהויבן שטארק צו וויינען פון פחד פון די שווערדן אין די הענט פון די פאליציי. די קינדער האבן אנגעכאפט זייער טאטע ער זאל זיי שיצן. די אומגליקליכע קינדער האבן נישט געקענט וויסן אז זייער טאטע אליינס קען זיך ליידער נישט שיצן פון דעם גרויסן בראך וואס איז אים באפאלן.

ר' מענדל איז מיט כח אוועק געריסן געווארן פון זיין משפחה. קיינער האט נישט געטארט מיטעם אפילו א ווארט נישט רעדן. מיט טרערן אין די אויגן, אן צו קענען בארוהיגן זיינע קינדער, איז ער אוועקגעפירט געווארן דורך די פאליציי. עטליכע פאליציי זענען נאך געבליבן אין זיין הויז נאכן ארעסט פון ר' מענדל דורכצוזוכן אלע חפצים. די צייט פון די ארעסט איז געווען די צייט ווען די ארבייטער גייען אין פאבריק.

ר' מענדל האט זיך זייער געשעמט פון זיי און געבעטן די פאליציי ער זאל מעגן גיין ביי די זייט כדי זיינע ארבעטער זאלן עם נישט באמערקן. זיי האבן דאס נישט נאכגעגעבן. שפעטער איז ער געוואר געווארן אז פונקט אין דעם צייט ווען מ'האט עם איינגעזעצט, האט מען באפרייט דעם פרוי טשעביריאק מיט איר קבוצה פושעים אלס אומשולדיגע מענטשן וועלכע מ'האט פאלש חושד געווען. ער האט זיך געווינדערט וואס וועט זיין זיין סוף?

ר' מענדל איז אריין אינ'ם פאליציי-סטאנציע. ער איז נאך געווען זייער דערשראקן און האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס מען וויל פון עם. (ער האט נישט געקענט עולה זיין בדעתו אז מ'טוט עם דא פשוט באשולדיגן אויף א רציחה מיט וועלכע ער האט בכלל נישט געהאט צו טון). עס איז נאך געווען גאנץ פרי און די פאליציי-סטאנציע איז נאך געווען זייער פארשלאפן. די פאר ארבייטער האבן עם אנגעקוקט מיט שטרענגע בליקן. ער איז דארט געזעסן אונטער די וואך פון די שומרים, וועלכע האבן קיין איין רגע נישט אוועק גענומען די אויגן פון עם. נאך א צייט הערט ער די קולות פון די פערד, און פוסטריט פונ'ם אריינגאנג. דאס זענען געווען די פאליציי וועלכע זענען פריער געבליבן ביי עם אינדערהיים. זיי האבן עם געפרעגט אויב ער וויל עפעס עסן, ער האט געענטפערט אז ניין.

א גאנצע צייט האט ער פרובירט צו טראכטן: וואס גייט דא יעצט זיין?
פארוואס האט מען מיר איינגעזעצט?

דערנאך איז אריינגעקומען קולייבקו און עם דערלאנגט א גרויס פאפיר מיט עטליכע שאלות אויף דעם.
ווער ביסטו?
פון ווי שטאמסטו?
ווער איז דיין טאטע?
וואס איז דיין גלויבונג?
צו האסטו קרובי משפחה?
די לעצטע שאלה איז געווען: וואס ווייסטו וועגן דעם הרג'נען פון דעם קינד אנדרושה יושצינסקי?
פאר קולייבקו איז ארויס פון שטוב האט ער געזאגט ווען דו וועסט ענדיגן ענטפערן די שאלות, קלינג מיט דעם גלאק און איך וועל אריינקומען.

ר' מענדל האט דורכגעליינט די שאלות. ווען ער איז אנגעקומען צום לעצטן שאלה, האט ער געפילט א שרעקליכן פחד, כאילו ער ווערט דערשטיקט. יעצט הייבט ער שוין אן פארשטיין וואס דא גייט געשען. ער האט פרובירט זיך שטארקן מיט'ן לשון פון די שאלה:
וואס ווייסטו וועגן דעם הרג'נען פון דעם קינד אנדרושה יושצינסקי?
אפשר דאך וועט ער נאר זיין אן עד אין די מעשה.
ער האט געענטפערט אלע שאלות און אויף דעם שאלה האט ער געשריבן אז ער ווייסט גארנישט מער פון וואס ער האט געהערט פון מענטשן אין די גאס. ווער דער רוצח איז און פארוואס ער האט דאס געטוהן, פון דעם האט ער נישט קיין מושג. ער האט געענדיגט פארשרייבן זיינע ענפטפערס און ער האט געקלאפט מיט'ן גלאק און קולייבקו איז אריין.

ווען קליינבקו האט געליינט דעם תשובה איז ער געווארן זייער כעסיג און געשריגן דאס איז די גאנצע? נארישקייטן!
אויב דו וועסט מיר נישט זאגן דעם אמת וועל איך דיר שיקן צום תפיסה אין פעטרובאבלובסקי (א באוויסטע תפיסה וועלכע האט געווארפן א פחד אויף אלע וואס האבן נאר דערמאנט דעם נאמען).
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

יעדען טאג מיט היסטאריע צו א נייע חידוש
אין קאווע שטיבל מיט ר' לייביש!

זייט אונז ווייטער מהנה!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

המשך ג' מענדל ביילוס

שליחה דורך לייביששרייבער »

י' אב תרע"א איז ר' מנחם מענדל בייליס איינגעזעצט געווארן. אין דעם זעלבן טאג האט מען באפרייט די פרוי טשעביריאק מיט איר קבוצה רוצחים. ר' מענדל האט נישט געוואוסט וואס וועט זיין מיט אים. מ'האט אים געסטראשעט מיט גרויסע עונשים אויב ער וועט נישט מודה זיין וואס ער ווייסט וועגן דעם קינד אנדרושה יוסשיצקי.
פיר אזייגער נאכמיטאג, האט ר' מענדל געהערט דאס געוויין פון א קינד וועלכע האט זיך געהערט ווי דעם קול פון איינעם פון זיינע קינדער. ער האט גוט צוגעהערט און ער איז שוין געוועון זיכער. ער האט זייער מורא געהאט, וויסנדיג אז דער זון זיינע איז א ביישן און האט זייער מורא פון פאליציי. ער האט שוין מורא געהאט צו טראכטן וואס זיי קענען טון מיט עם. בשעת זיין קינד וויינט נאך קומט אריין קולייבקו און זאגט זעסט, אויך דיין זון רעדט שקרים.
וועלכע שקרים? פרעגט ר' מענדל.
זשעניא, קום אריין רופט זיך אן קולייבקו, און ער ברענגט אריין דעם זון פון טשעביריאק אינ'ם שטוב.


ער קערט זיך צו ר' מענדל און זאגט זשעניא זאגט אז דיין זון פלעגט שפילן מיט אנדרושה און ער לייקנט עס.


דאן האט ער ארויס גענומען זשעניא פונ'ם שטוב. אפאר מינוט דערנאך האט ר' מענדל געזען דורך א פענסטער ווי מ'שפארט איין זיין זון אין א שטוב.
כאטש ר' מענדל האט לכחחילה געהאפט אז זיי וועלן באלד זען אז דאס איז א טעות און זיי וועלן עם באלד באפרייען, האט ער שוין יעצט געכאפט אז די מעשה איז נישט אזוי פשוט (ער האט אבער נישט געקענט בשום אופן וויסן די טיפקייט פון דעם רשעות פונ'ם צאר, און זיין ציל צוצוקומען צו א עלילת דם יהי' איך שיהי', דאס האט נאך כמעט קיינער נישט געוואוסט אין יענער צייט). ער האט אבער נישט פארשטאנען וואס זיי ווילן פון זיין קינד, פארוואס האבן זיי אים געברענגט דא אין דעם גיהנם?


צום אוונט איז אריין א רוסישע פרוי און זי האט געזאגט, דיין קינד איז דא, אבער זארג זיך נישט, איך זע צו אים נאך. איך בין אליינס א מאמע און איך פארשטיי אייער ליידן און איך שעץ אייך זייער. זארג זיך נישט, דער אייבערשטער ראטעוועט ערליכע מענטשן.



ר' מענדל איז געבליבן אין אוכראנא איבער שבת. בינו לבינו האט מען אויך געכאפט זיין זון און אים איינגעזעצט. זונטאג, נאך א וואך זיין איינגעשפארט אין אוכראנא, האט מען געפירט ר' מענדל אין דעם געריכט-הויז אין קיעוו אים אויס-צו-פארשן. עס האט אויסגעזען אז די פארשער זענען שוין גוט באקאנט מיט די תוצאות פון די חקירה נאך פאר עס האט זיך אנגעהויבן. די פארשונג איז נאר געווען אגעגאנגען כדי אז ער זאל זיך מודה זיין אז ער האט געהרגעט אנדרושה יושצינסקי. דאס צווייטע מאל ווען ער איז געגאנגען אין געריכט-הויז איז דער חוקר געווען נאר פענענקא אליין. צום סוף זאגט ער אים אז ער וועט דארפן גיין אין תפיסה. נאר מ'האט מסכים געווען אז ער מעג גיין צוריק אויף נאך איין נאכט אין אוכראנא.


בשעת'ן נסיעה איז ארויף אויפ'ן טראם א רוסישע גוי מיט'ן נאמען זאכרטשענקו, וועלכע איז געווען דער בעה"ב פונ'ם הויז ווי עס האט געוואינט דער פרוי טשעביריאק. ער איז געווען א מעמבער אינ'ם דאפלט-קעפיגע אדלער (א חלק פון די שווארצע הונדרטער), און ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און אים אין אויער אריים גערוימט, מיין ברודער! לאז דיין גייסט נישט פאלן. איך אליינס בין טאקע א מיטגליד אינ'ם דאפלט-קעפיגע אדלער אבער איך זאג דיר: די שטיינעא פונ'ם בריק וועלן זיך צוברעקלען און דער אמת וועט געווינען. מיט די דאזיגע רייד איז ער אראפ-געשפרינגען פונ'ם וואגאן און איז זיך געגאנגען זיין וועג. כאטש ער האט עובר געווען אויפ'ן געזעץ, וועלכע האט נישט געלאזט קיינעם רעדן מיט אן איינגעשפארטער, האבן די וועכטער נישט געהויבן קיין פינגער אויף זארטשענקו און עם געלאזט אוועק גיין.


דער וואס האט געטראגן אויף זיך דעם סימבאל פונ'ם דאפלט-קעפיגע אדלער האט געמעגט טון וואס ער האט געוואלט. די רייד פון זאכרטשענקו האבן געמאכט א שטארקן רושם אויף די שומרים און זיי האבן זיך אביסל שענער אויפגעפירט צו עם. זיי זענען אראפ פונ'ם טראם ביים לעצטן סטאנציע, און האבן ממשיך געווען זייער וועג צופוס. ווען זיי זענען אריבער דעם מארק, האט איינער פון די פאליציי געקויפט אפאר בארן און אפערירט איינס פאר ר' מענדל. ער האט נישט געקענט באהאלטן זיין ווינדער. איך האב עס פאר דיר געברענגט. האט ער געזאגט, דו גייסט דאך אין תפיסה, דארט וועסטו נישט קענען באקומען אזעלכע זאכן.


דער רגע וואס ער איז אריין אין תפיסה, האט איינער פון די איינגעשטעלטע אויסגערופן זיין נאמען ביילוס! אלע אנדערע איינגעשטעלטע זענען געקומען קוקן. אלע האבן געמאכט ווערטלעך אויף זיין חשבון און געלאכט פון עם. איינער איז צוגעגאנגען און געזאגט דא וועלן מיר דיר געבן צו עסן מצה מיט בלוט וויפיל דו דארפסט. גיי שנעל און טוה אן די תפיסה קליידער. בערך מיטאגצייט איז ער גענומען געווארן אין זיין צימער. עס זענען דארט געווען בערך פערציג איינגעשפארטער. די טיר האט מען פארשלאסן אונטער עם. עס איז נישט געווען קיין וועג ארויס.


דער שטוב ווי מ'האט עם אריינגענומען איז נישט געווען פון די געווענדליכער צימערן פונ'ם תפיסה, נאר עס איז געווען די שפיטאל. יעדע נייע איינגעשפארטער האט דארט געמוזט זוימען דרייסיג טאג און ערשט דערנאך איז ער אריין אינ'ם תפיסה ממש. בכדי צו קענען איבערלעבן די דרייסיג טאג און אזא טונקעלע און שרעקליכע ארט, האט מען געדארפט זיין אייזן שטארק ביי זיך, אזוי שטארק ווי די אייזערנע גאראטעס איבער די קליינע פענסטערס.


זיין הארץ איז אונטערגעגאנגען ווען ער האט זיך אומגעקוקט אויף זיין סביבה. די ווענט זענען געווען באדעקט מיט פעך, און קוים קוים איז אריינגעקומען אביסל ליכטיגקייט. די רייד פון פענענקו האבן געקלינגען אין זיינע אויערן דאס איז דער געגענט-ריכטער און נישט איך. ר' מענדל האט זיך געזעצט אין איינער פון די פארשטיפעט ווינקלעך און האט זיך פארטראכט איבער זיין ביטערע און שווערע מצב. עס איז עם שווער געווען צו גלייבן אז ער געפינט זיך באמת דא.


נאכ'ן עסן האט מען געגעבן עפעס א מין טיי וואס איז געווען מער ענדליך צו וואסער. איינער פון די איינגעשפארטער איז פלוצלינג צוגעגאנגען און מציע געווען ר' מענדל'ן א שטיקל צוקער. ער האט גארנישט גערעדט אבער ער האט געוויזן מיט די הענט. כנראה האט ער נישט געקענט רעדן, ער האט אבער אויסגעזען ווי א איד.


ער האט געברענגט ר' מענדל אביסל טיי און ערשט דערנאך געטרינקן זיינס. אזוי זענען אויף עם אריבער די ערשטע פאר שעות אין תפיסה. נאך אביסל שפעטער האט מען אריינגעבענגט נאך איינער אינ'ם צימער. אויך ער איז געווען א איד.


ר' מענדל האט זייער געהאפט אז זיין קומען וועט עפעס פארבעסערן זיין מצב, ער האט אזוי שטארק געוואלט טרעפן מיט נאך א איד און קענען רעדן מיט עם. ער האט זיך פארגעשטעלט פאר עם. דער איד איז געווען זייער ערשטוינט ווען ער האט געהערט ווער זיין שכן איז. ער אליינס איז געווען איינגעשפארט וועגן דיני ממונות און האט געהאט גענוג אייגענע צרות אויפ'ן קאפ. פונדעסטוועגן האט ער נישט געטראכט פון זיינע פראבלעמען און האט פרובירט צוהעלפן ר' מענדל.


עס איז נתברר געווארן אז ער איז א גרויסע בעל השפעה, האבנדיג א קאזין וועלכע האט קשרים מיט'ן ממשלה. ער האט געמעגט באקומען עסן פון אינדרויסן אלע טאג פונ'ם וואך די אנדערע האבן נאר באקומען אויף זינטאג, ער האט זיך איינגעטיילט מיט ר' מענדל. ליידער איז ער צומארגנס קראנק געווארן און איז אריבער צום שפיטאל.


וויבאלד זיין נאמען איז נאכנישט געווען אויפ'ן רשימה, האט ר' מענדל נישט באקומען עסן פונ'ם תפיסה די ערשטע צוויי טעג, ערשט אויפ'ן דריטן טאג האט מען אנגעהויבן געבן עסן.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

המשך ד'

שליחה דורך לייביששרייבער »

זינטאג איז געווען דער איינציגסטער טאג וואס מ'האט געקענט באקומען פעקלעך עסן פון אינדערהיים. דעם טאג האבן די בני המשפחה געקענט קומען באזוכן און האבן מיטגעברענגט זאכן פאר די איינגעשפארטע. ר' מענדל האט שוין א גאנצע וואך געווארט צו הערן נייעס פון זיין משפחה. ער האט געווארט בקוצר רוח אויף זינטאג, א יעדער מינוט האט אויס געקוט ווי א טאג, אויף אזויפיל אז ער האט גארנישט געקענט שלאפן דעם נאכט פריער.

ענדליך איז דאס אנגעקומען. זיין משפחה האט פאר עים געברענגט א פעקל עסן וואס האט געדארפט זיין גענוג אויף א גאנצע וואך. ווען זיינע חברים, די תפיסה קאלעגעס, האבן דאס געזען, האבן זיי נישט געקענט באהאלטן זייער שמחה.

זיי האבן אוועקגעריסן דאס פעקל פון זיינע הענט און אין סעקונדן איז שוין דארט נישט געווען קיין זכר . ווי חיות טורפת האבן זיי זיך געשלאגן איינער מיט'ן צווייטן אויף די געשמאקע ווארע וואס דאס פעקל האט אין זיך אנטהאלטן.

ר' מענדל האבט באמערקט ווי די איינגעשפארטע קוקן עם אן מיט די זייט פון זייערע אויגן זעהן וואס ער גייט דא טוהן. האט ער זייער גוט פארשטאנען אז אויב ער וועט דא מאכן סיי וואספארא התנגדות וועלן זיי עם פארדעם גון אן-שלאגן. דערפאר האט ער געמאכט כאילו ער איז צופרידן אז זיי עסן זיינע זאכן, און ער האט זיך געצווינגען צו זאגן עסט מיט אפעטיט.
יענער ווינטער איז געווען ספעציעל א גאר קאלטער. די פענסטערס אינ'ם תפיסה זענען געווען צובראכן, און זיי די אריסטאנטען זענען געפרוירן געווארן דורך די נעכט. צוצולייגן צו זייער פיין און ליידן, איז די ערד געווען פייכט און פיל מיט שרצים ורמשים וועלכע זענען געקראכן אויף יעדן ארט. עס איז זייער שווער צו באשרייבן זיין צער און עגמת נפש אין דעם תפיסה ווי ער שרייבט אין זיין בוך.

ענדליך איז א חודש אויסקעקונדיג ווי צענדליגער יארן אריבער און ר' מענדל ווערט אוועקגעפירט צו זיין אפיצילער צימער אינ'ם תפיסה. דארט אין די צימער זענען געווען איינגעשפארט נאך דריי יודן, און ווען זיי האבן געהערט זיין דערציילונג, זענען זיי זייער נתרגש געווארן און געמאכט דערפון א גרויסן עסק.

ווען עס איז געקומען זינטאג, האבן זייינע נייע חברים עם אויסגעלערנט וויאזוי מ'דארף האנדלען מיט די פעקלעך וואס ווערט צו עים געברענגט פון שטוב. זיי האבן עם געזאגט ער זאל זיי איבערגעבן דעם פעקל, ווייל די אנדערע איינגעשפארטע האבן מורא פון זיי און וועלן זיך נישט דערוואגן זיי צו טשעפען אדער עפעס צוצונעמען פון זיי. אזוי האט ער געטון.
במשך עטליכע וואכן האבן זיי געגעסן און געטרינקען צוזאמען. דערנאך האבן זיי געהאט זייער משפט און זענען באפרייט געווארן. אפילו נאך זיי זענען אוועק האבן די רוסן וועלכע זענען דארט געווען זיך שוין שיין אויפגעפירט צו ר' מענדל. ווי נאר זיי האבן געהערט פארוואס ער איז דארט זענען זיי געווארן זייער אינטערסירט וועגן די שאלות וואס מ'האט עם אויסגעפרעגט.

זיי האבן עם כסדר בארוהיגט און געזאגט אז ער האט זיך נישט וואס צו זארגן. איין ארעסטאנט האט זיך אויפגעפירט זייער פריינטליך צו עם.

ר' מענדל האט נישט געקענט פארשטיין וואס עפעס איז ער אזוי נאנט, און וואס ער מיט זיין פריינטליכקייט. און בכלל האט זיך אזוי דראסטיש געטויזט די עטיטוד פון די ארעסטאנטען צו עם און דער עולם אזוי שיין און פיין. ערשט נאך א צייט איז ער געוואר געווארן דעם אמת, און דאס האט עם זייער טייער געקאסט.

דעם נעקסטן זינטאג האט ר' מענדל באקומען נאך א פעקל פין זיין שטוב. זיינע חברים האבן זיך זייער געפרייט דערמיט און איינער האט געאפערט דאס צו היטן אז קיין בייזע הענט זאלן נישט דערצו צורירען. ער האט אבער אויסגעזען ווי איינער וואס קען דאס אויפעסן ביז אפאר מינוט, האט זיך ר' מענדל עם שיין באדאנקט, אבער אפגעזאגט זיין הצעה און מסביר געווען אז ער קען אויף דעם אליינס אכטונג געבן.

אביסל צייט דערנאך האט מען אריינגעברענגט אינ'ם צימער נאך דריי מענטשן. איין יוד און צוויי רוסן. דער יוד האט געוויינט פאר ר' מענדל אז ער קען נישט עסן דעם עסן וואס מ'געבט עם דא און ער האט אפילו נישט קיין צוקער פאר א טיי. ר' מענדל האט עם געגעבן א שטיקל חלה און אביסל צוקער. דער יוד האט געפרעגט ר' מענדל פארוואס ער איז אין תפיסה. נישט וועלנדיג אריין גיין אין דעם גאנצן סיפור, האט ער זיך ארויסגעדרייט פונ'ם שאלה. דער יוד האט געזאגט אז ער איז דארט ווייל ער האט געצאלט אויף עפעס א געוויסע זאך מיט א שטר פון 500 רובל וואס ער האט באקומען פון עפעס א מענטש, און ווען עס האט זיך אויסגעשטעלט אז דער שטר איז געווען געפעלשט האט מען עם איינגעזעצט.

איין מאל, ווען זיי האבן שפאצירט אינ'ם חצר, האט איינער גערופון ר' מענדל ביין נאמען ביילוס!. דער יוד האט זיך אויסגעדרייט מיט גרויס ערשטוינונג. דו ביסט ביילוס האט ער גשריגן מיט ווינדער. פארוואס האסטו באהאלטן דיין נאמען, עס איז א גרויסע כבוד פאר מיר צו זיין מיט דיר אין איין שטוב. פיינוג זיך נישט ביילוס, דער אייבישטער וועט דיר העלפן.

מ'האט אנגעזאגט ר' מענדל אז עס קומט נאנט די צייט וואס ער וועט מוזן שטיין פאר די חקירה פון די אנדערע איינגעשפארטע. מ'האט עם ערקלערט פונקטליך וואס דאס איז: עס געשענט אפטמאל אז עטליכע לייט זענען באשולדיגט מיט איין עבירה וועלכע זיי האבן געטון צוזאמען. דארפן זיי זיך באגעגענען און מחליט זיין וואס זיי גייען זאגן ביים משפט, כדי אלע זאלן זאגן דאס זעלבע. זיי האבן אבער מורא אז איינער פון די אנדערע איינגעשפארטע, וועלכע שטייט ביי די זייט און הערט זייערע שמועסערייען, וועט דאס איבערגעבן פאר די שלטונות. דארפן זיי עם אויספריוון. זיי געבן עם אפאר גוטע מכות. און זען טאמער וועט ער גיין דאס איבערגעבן פאר די שומרים. אויב בלייבט ער שטיל ווייסן זיי אז זיי קענען עם געטרויען צו בלייבן שטיל אויף אנדערע זאכן אויך. און דעמאלס קען מען רעדן אלע ענינים בשעת ער שטייט נעבן זיי.

יעצט האט ער שוין גוט פארשטאנען דעם סיבה אויף זייער פריינדשאפט. זיי האבן געוואלט ווערן גוט מיט עם כדי אויפצורייצן א קריגעריי מיט עם און אזוי עם אויספריוון. נישט אלע איינגעשפארטע האבן מסכים געווען עם אויסצופריוון אויף דעם וועג, נאר דער גוי וועלכע האט עם געהאט געבעטן אפצוהיטן זיין עסן און ר' מענדל האט נישט מסכים געווען דערצו, ער איז געווען דער וואס האט אויף זיך אונטערגענומען מסדר זיין דעם ענין. ער איז בכלל געווען א שונא ישראל, און דערצו, דער מענטש וואס האט עם באשולדיגט מיט גניבה (דער סיבה פארוואס ער איז געווען אין תפיסה) איז געווען א יוד. ר' מענדל האט גוט געוויסט אז דער מענטש זוכט עפעס צו קריגן מיט עם, אבער וואס קען ער טון?

דער טאג איז טאקע אנגעקומען:
ר' מענדל, אזוי ווי אלע אנדערע, האט געמוזט אנטון די ספעציעלע שיך וואס מ'האט געגעבן דארט אין תפיסה. די שיך האבן געהאט נעגלעך אין וויבאלד ער פלעגט אסאך מאל שפאצירן אינ'ם צימער, זענען זיינע פוס געווארן צובלוטיגט דערפון און ער האט זיך געמוזט אראפזעצן אויף א בענקל. איינמאל ווען דאס איז געשען, איז דער אויבן-דערמאנטע גוי צוגעלאפן צו עם און געבעטן ער זאל עם לאזן זיצן. נאך פאר ער האט עם געקענט ענטפערן, האט ער עם אזוי שטארק געשלאגן אז עס האט גערינען בלוט פון זיין פנים. אלע שטייען יעצט ארום און קוקן. וואס גייט ער דא טון?
זיי האבן געברענגט וואסער צו וואשן זיין פנים, און ווען ר' מענדל האט דאס נישט געוואלט אננעמען, האט איינער געשריגן איר זעט דאך אז ער גייט אויסזאגן. דער יוד וואס איז געווען מיט עם האט עם געבעטן ער זאל אפוואשן די בלוט און ווייטער גיין. דאס וועט זיין בעסער פאר ביידע פון אונז.

ר' מענדל האט טאקע אזוי געטון. ווען איינער פון די איינוואוינער האט דאס געזען, איז ער צוגעגאנגען צו דער וואס האט געמאכט דעם בלבול און עם אנגעשריגן א יוד דארף מען פרואוון אויף אן אנדער וועג. צומארגנס, האט דער שומר באמערקט זיין צובלוטיגטע אויג. נאך פאר ער האט געקענט קלערן וואס דא צו טון, האט אן אנדער גוי געוויזן אויף דעם פויער וואס האט עס געטון. דער שומר האט אים אנגעכאפט ביים האלז און אלע דריי זענען צוזאמען אריין אינ'ם אפיס פונ'ם תפיסה. אויפ'ן וועג זענען זיי אריבער אנדערע שומרים און יעדער האט געפרעגט וואס האט פאסירט. ווען זיי האבן געהערט, האבן זיי אויך צוגעלייגט א מתנת יד פאר'ן פויער. דער לעצטער פון די שומרים האט עם אנגעכאפט און אראפגעווארפן די טרעפ. אינ'ם ביורא האט אן איינגעשטעלטער געפרעגט דעם גוי פארוואס האסטו געשלאגן בייליס?

איך האב עם געבעטן ווי א חבר צו זיצן אויפ'ן בענקל, און ווען ער האט מיר נישט געלאזט האב איך אים געשלאגן. האט דער דערשאקענער פויער געענטפערט. אזוי פירט מען זיך צו א חבר פרעגט ער ווייטער.
אבער ער נעמט אונזערע קינדער און טרינקט זייער בלוט. האסטו אמאל אליינס געזען ווי ער הרג'ט קינדער?
פרעגט ער ווייטער.
ניין! אבער מ'האט מיר דערציילט. אויב אזוי נעם דאס, און דאס. באגלייט מיט כמה וכמה גוטע מכות.
פארשטייט זיך אז ער האט שוין נישט געקענט בלייבן אינ'ם צימער מיט זיין חבר דער פויער, האט מען עם געפירט צו א צווייטן צימער. דארט זענען געווען 12 מענטשן, רוב וועלכע זענען דארט געווען אויף קליינע עבירות. איינער פון זיי קוזטשענקו, איז געווען בידידות מיט ר' מענדל. נאך אפאר טאג האט דער שומר געלאזט רופן ר' מענדל און עם געפרעגט וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו עם אינ'ם נייע צימער. ער האט געענטפערט אז דא איז דער מצב בעסער ווי פריער און יענער איז ווייטער געגאנגען. דא מאכן עפעס די שפיאנען
אפאר טאג דערנאך איז געווען דער משפט פון קוזטשענקו וועלכע האט זיך אויפגעפירט בידידות מיט ר' מענדל. ער האט זיך שוין געגרייט צו פארלאזן דעם ארט. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און געזאגט די גאנצע וועלט ווייסט אז איר זענט ריין פון שולד, ווען איך וועל ארויסגיין לחירות וועל איך טון וואס איך קען נאר פאר אייערט וועגן. די איינגעשפארטע דא האבן מיר געגעבן אפאר ידיעות וועגן די אמת'ע רוצחים! ער איז טאקע געשטאנען למפשט און איז באפרייט געווארן. פאר'ן גיין האט ר' מענדל עם געגעבן א בריוו צו זיין פרוי און ער האט געשריבן אז דער וואס ברענגט דעם בריוו וועט איבערגעבן נייעס וועגן עם.
דאס איז געווען אויף מיטוואך. דאנערשטאג נאכט האט מען גערופן ר' מענדל צום ביורא פונ'ם תפיסה. זיין הארץ האט עם מנבא געווען נישט קיין גוטס. ער איז אריין און דארט געטראפן צוויי וועכטער, א אויבער-וועכטער און נאך איינעם. דער אויבער-וועכטער האט ערשט גערעדט דו האסט געשריבן א בריוו צו דיין משפחה?

ר' מענדל האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. זעט אויס איינער האט אויף עם גע'מסר'ט.

אבער ווער איז עס?
צו ווייסן זיי פון ביידע בריוון אדער נאר פון איינס?

לכחתילה האט ער פארשטאנען אז קוזאטשענקו איז געווען דער מסור. מן הסתם האט ער דאס געטון למצוא חן בעיניהם. ער האט נישט געהאלטן אז דער שומר האט דערציילט, ווייל ער האט דאך געברענגט א תשובה. דערפאר האט ער מחליט געווען נאר צו רעדן וועגן דעם צווייטן בריוו. האט ער געענטפערט איך האב געשיקט א בריוו מיט קוזאטשענקו. דער מענטש האט פשוט פארגעליינט פאר עם ביידע בריוון. ער האט שוין יעצט גוט פארשטאנען אז מ'האט עם לכתחילה געשטעלט א שטרויכלונג כדי דאס צו קענען איבערגעבן צו די שלטונות. למעשה איז אבער גארנישט געשטאנען אין די בריוון מיט וואס מ'קען עם באשולדיגן און ער איז צוריק אריין אינ'ם צימער. וואס ר' מענדל האט דא נישט געוויסט איז, אז קוזעטשענקו איז געווען א באהאלטענעם שליח פון די פאליציי, וועלכע איז געדינגען געווארן ספעציעל זיך צו חבר'ן כאילו מיט עם און אזוי געפונען סיבות עם צו באשולדיגן. דער בריוו אבער איז געווען אן קיין שום זאך ארויפצולייגן אויף עם. קוזעטשענקו וועט שפעטער עדות זאגן אז ר' מענדל האט עם געהייסן פאר'סם'ען עטליכע פון די עדים!.

יענע נאכט איז געווען ליל שבת. ער האט פון גארנישט געקענט טראכטן אויסער דעם חילוק צווישן זיין מצב און די מצב פון יודן ברחבי העולם. זיי זיצן ביי א סעודה און זענען מענג דעם שבת, מ'זינגט זמירות וכו' וכו'. זיינע מחשבות זענען געווארן אפגעהאקט מיטאמאל ווען פלוצלינג עפנט זיך די טיר מיט א זעץ און דער שומר הייסט עם קומען מיט אלע זיינע חפצים. מ'האט עם געפירט צו א קליינעם צימע, וועלכע איז געווען גאר קאלט. איין קוק איז עם געווען גענוג צו זען אז דער צימער איז אינגאנצן ליידיג. ער האט געבעטן ביים שומר זאל עם געבן לפחות א מאטראץ.
איך וועל זארגן אויף דעם מארגן. יעצט איז דאס נישט וויכטיג ווייל במשך דעם נאכט וועסטו אוודאי שטארבן. מיט די רשעות'דיגע ווערטער האט ער צוגעמאכט די טיר און איז ווייטער געגאנגען.
ציטערדיג פאר קעלט און פון פחד האט ר' מענדל זיך געזעצט אויפ'ן קאלטע און נאסע ערד. דאס איז געווען א אומבאשרייבליכע פיין און צער. ער האט נאר געקענט ווארטן ביז צופרי און האפן אז ער וועט בלייבן ביים לעבן ביז דאן.

ער האט זייער מורא געהאט אז מ'האט איינגעזעצט זיין ווייב אויך וועגן די בריוון. צופרי איז געקומען א שומר און ר' מענדל האט זיך געבעטן ביי עם ער זאל עפעס אנווארעמען דעם שטוב. איך קען פון זיך
אליינס גארנישט טון. אבער איך ווען פרעגן. ווארט א שעה. איז געווען די תשובה.

נאך א שעה איז ער טאקע געקומען און עם גענומען צו א קליינעם אבער ווארעמע צימער.
ער האט געווארט אויף זינטאג ווען די פעקלעך זענען געקוען פונדערהיים. ווען דאס איז אנגעקומען, האט עם קיינער נישט געברענגט קיין עסן. ער איז זיכער געווען אז זיין משפחה איז איינגעשפארט און זיצט אין תפיסה. ער האט נישט געקענט מחליט זיין אויב עס זענען זיינע דמיונות אדער נישט, אבער ער הערט קולות פונ'ם חצר בית הסוהר און עס דאכט זיך עם אז ער הערט די קולות פון זיינע קינדער.

מאנטאג קומט נאכאמאל דער שומר און ר' מענדל פרעגט עם אויב די בריוון זענען די סיבה פארוואס ער האט נישט באקומען קיין עסן אויף זינטאג. דער שומר האט געענטפערט אז ער איז אין דעם שטוב אליינס וועגן די בריוון דא האט ער עם מוסר געזאגט אז מ'טאר אזעלכע זאכן נישט טון. אבער בנוגע דעם פעקל, זעט אויס עפעס איז מיט די משפחה און ער וועט מברר זיין. ער האט שפעטער באקומען א בריוו פון זיין ווייב אז זי איז נישט געווען געזונט און האט נישט געקענט קומען. ר' מענדל האט עם געבעטן אויב ער קען ברענגען עפעס אן אהנטליכע מענטש צו זיין מיט עם אינ'ם צימער. ער האט געזאגט אז ער וועט דאס ערלעדיגן. נאך א שעה זענען אריין צוויי יונגע מענטשן וועלכע האבן אויסגעזען ווי די געפערליכסטע רוצחים. ר' מענדל וואלט שוין גוט געקענט באשטיין מוותר זיין אויף דעם גרויסן טובה אבער ער האט געמוזט שטעלן א פנים כאילו ער איז זייער צופרידן.

נאך אפאר טאג האט ער באקומען א בריוו פון זיין ווייב. ער איז געווען זייער צופרידן צו וויסן אז אלע בני הבית זענען בשלו'ם. ער נאר נישט געוויסט איין זאך: פארוואס איז ער אליינס נאך אלס איינגעשפארט אינ'ם תפיסה? ווער ווייסט וויפיל צייט וועלן זיך נאך ציען זיינע פיינונגען? ווען וועט שוין קומען דעם סוף צו זיין ביטערע פרשה? די שאלות האבן עם נישט געגעבן קיין מנוחה יומם ולילה. ער פלעגט ארום גיין דעם שטוב פון איין עק צום צווייטן און זיך געווינדערט אויב עס איז דא איינער וואס טוט צו זיין באפרייאונג.

איין טאג אין טבת תער"ב, האט מען מודיע געווען פאר ר' מענדל אז מ'גייט עם ברענגען צום געריכט און עם איבערגעבן זיינע "באשולדינגס-פאפירן". זיין שמחה איז געווען גרויס לויט זיין מצב, ענדליך וועט ער שוין וויסן מיט וואס מען באשולדיגט עם און ווי ער שטייט. פאר ער איז ארויס פונ'ם תפיסה, האט מען עם געגעבן א בריוו פון זיין ווייב און זיין ברודער, אין וועלכע עס איז געשטאנען אז ער זאל מודיע זיין פאר'ן בית המשפט אז ער באשטעטיגט אז ער האט געדינגען די אדוואקאטן גרוזענבערג, גריגאראוויטש-בארסקי און מרגאלין, עם צו פארטרעטן אינ'ם געריכט. ווען איינער איז באשולדיגט אין געריכט, בדרך כלל טוט ער נישט אליינס פארשלאגן זיינע טענות, נאר ער דינגט אן אדוואקאט זאל עס טון פאר עם. די אויבן-דערמאנטע נעמען זענען געווען פון די בעסטע אדוואקאטן אין גאנץ מדינת רוסלאנד. ער איז גענומען געווארן אונטער שווערע וואך צום געריכט. כאטש זיין ווייב און ברודער, וועלכע ער האט שוין א לאנגע צייט נישט געזען, זענען געזעסן אינ'ם בית המשפט, האט ער נישט געמעגט רעדן מיט זיין קיין איין ווארט.

אינ'ם בית המשפט האט מען עם געגעבן די באשולדינגס-פאפירן. ווען ער האט דאס געליינט האט עם אנגעכאפט א קאלטע שרעק. ער איז נישט באשולדיגט בפירוש אויף הרג'נען פאר רעליגיעזע סיבות (פאר מצות וכו') אבער ער איז יא באשולדיגט מיט'ן הרג'נען דעם קינד, אליינס אדער מיט שותפים.

די אדוואקאטן
אכט חדשים זענען אריבער פון דעם שווערן טאג וואס מ'האט איינגעזעצט ר' מענדל. אכט טונקעלע חדשים און ער זעט נישט קיין שום עק צו זיין ליידן. ער ווייסט נישט וואס ווערט געטון פאר עם אין די וועלט, און ווער ס'גייט עם פארטרעטן בשעת'ן משפט. זיין פרוי און ברודער האבן עם שוין לאנג צוריק געהאט מודיע געווען אז זיי האבן געדינגען אן אדוואקאט מיט'ן נאמען מארגולין.

ער האט נאך אבער קיין איינער פון זיי נישט געטראפן. דער סיבה אויף דעם איז געווען ווייל לויט'ן געזעץ האט ער נישט געמעגט זיך טרעפן מיט קיין אדוואקאט ביז מ'האט עם איבערגעגעבן די באשולדינגס פאפירן. יעצט נאכ'ן באקומען די פאפירן האט ער שוין געמעגט זיך טרעפן און רעדן מיט זיי.

איין טאג עפנט זיך די טיר און עס קומט אריין איינער מיט א יודישן אויסזעה, און ער שטעלט זיך פאר אז ער הייסט גרוזענבערג. ער האט מסביר געווען אז ער איז איינער פון זיינע אדוואקאטן אבער ער האט עם נישט געקענט ביז יעצט טרעפן וועגן די געזעץ. יעצט אבער, נאך ר' מענדל האט שוין באקומען די פאפירן, קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט נאר וועלן. ר' מענדל האט זייער הנאה געהאט פון זיין ערשיינונג, און עם באדאנקט אויף זיין הילף און חיזוק. זיי שטארק האט ער געזאגט מיט ווארעמקייט, איך קום צו דיר בשם דעם יודישן פאלק, איר מוזט אונז מוחל זיין אז איר מוזט ליידן פאר אונז אלע. איך זאג דיר, איך וואלט געווען צופרידן צו טוישן מיט דיר און זיצן דא אין תפיסה און דו וועסט קענען גיין צו פרייהייט. מיט די ווערטער האט ער מחזק געווען און מעודד געווען ר' מענדל בפני הבאות.

איך האב צו אייך איין בקשה, מר גרוזענבערג האט ר' מענדל געענטפערט, איך מוז וויסן וואס גייט פאר, איר מוזט מיר זאגן וואס איז מיין מצב געזעצליך, איך זאג צו איך וועל זיך נישט מייאש זיין נישט קיין חילוק ווי נישט גוט דער מצב איז. אבער איך קען נישט ווייטער גיין מיט דעם מצב פון חוסר ידיעה. איך בעט אייך, זאגט מיר דעם אמת!

איר זענט גערעכט האט ער באלד געזאגט. איר דארפט טאקע וויסן אלעס, אבער עס איז זייער שווער צו שאצן דער מצב פונקטליך. איך האב געהאט אן ענדליכע געשעהניש אין ווילנא, דארט איז בלאנדעס באשולדיגט געווארן מיט הרג'נען פאר זיין גלויבונג. (אין יאר תר"ס איז באשולדיגט געווארן א יוד מיט'ן נאמען דוד בלאנדעס מיט'ן הרג'נען זיין גוי'שן דינסט צו נוצן איר בלוט פאר מצות. לבסוף האט גרוזענבערג עם געהאלפן ארויסקומען אומשולדיג). עס איז שווער צו זאגן יעצט וויאזוי די ענינים וועלן זיך אויסשטעלן און וויאזוי זיי וועלן זיך ענדיגן.

ר' מענדל האט עם נאכגעזאגט עפעס וואס ער האט געהערט פונ'ם חוקר פענענקו נאך מ'וועט מאלן די ווייץ, וועט די מעל זיין זייער דין. (ד.ה. מ'וועט גוט מברר זיין דער זאך).

גוט גוט! האט גרוזענבערג געזאגט מיט א טרויערדיגע קול און ער האט געשאקלט דעם קאפ. מיר זענען אומשטאנד צו באקומען מוקה. (דא האט ער גענוצט א קלוגע שפיל אויף ווערטער, ווייל אויף רוסיש קען דאס ווארט מוקה מיינען מעל און אויך צרות). פאר ער איז אוועק געגאנגען האט ער נאכאמאל מעודד געווען ר' מענדל און עם דערציילט אז זיין באשוצינג (דיפענס) וועלן פירן די בעסטער אדוואקאטן אין גאנץ רוסלאנד: זארודני, מאקלאקאף, גריגוראוויטש-בארסקי און אנדערע. ער האט צוגעלייגט אז בקרוב וועלן אלע עם קומען באזוכן.

נאך זיין באזוך האט ר' מענדל זיך געשפירט אסאך בעסער. כאטש דער אדוואקאט האט נישט אריינגעגעבן קיין פאלשע האפענונג, איז פארשטארקט געווארן אין עם דער געפיל אז לבסוף וועט ער ארויסגיין פריי. דער ידיעה אז עס זענען דא מענטשן וועלכע לייגן אריין דעם הארץ אינ'ם ענין און אז ער איז נישט פארגעסן געווארן, האט עם געטרייסט, און דאס וויסן אז די בעסטער מוחות אין רוסלאנד זענען גרייט עם צו באשיצן, האט עם זייער מחזק געווען.

דער נעקסטע אדוואקאט צו קומען איז געווען מר גריגוראוויטש-בארסקי.
איז דען נישט שייך צו ערלעדיגן אז מ'זאל מיר באפרייען אויף ערבות? (ד.ה. בעיל BAIL אז מ'געבט א גרויסע סכום געלד אלס משכון אז יענער וועט נישט אנטלויפן פאר'ן משפט. דאס איז זייער איינגעפירט היינט אויך אין די בתי משפט), און אפשר צו בעטן ביים צאר אליינס פאר א באפרייאונג? פרעגט ר' מענדל.

דער אדוואקאט האט געשמייכלט און געשאקלט מיט'ן קאפ: צו ווייסטו אז דער צאר האט לעצטנס באזוכט אין קיעוו?
יא!

די פרישע איינגעשפארטע האבן מיר דערציילט דערוועגן. איך האב אויך געהערט אז בשעת דעם באזוך האט מען פרובירט צו הרג'נען דעם ראש הממשלה סטאלין, אינ'ם אנוועזנהייט פונ'ם צַאר. איך פארשטיי אז דאס האט גורם געווען גרויס זארג פאר דער הויפט פון די באהאלטענע פאליציי, קולייבקו, (ער האט איינגעזעצט ביילוס) ווייל עס איז געווען זיין אחריות צוריקצוהאלטן אזעלכע געשעהנישן. ריכטיג!

האט גריגוראוויטש באשטעטיגט. אויב אזוי ווייסט איר שוין אז דער צאר איז געווען אין קיעוו. אינ'ם צייט פון דעם באזוך האב איך געארבעט אלס העלפער צום הויפט-פארשער. אלס מיין ארבעט בין איך געווען פון די מענטשן וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם צאר. איינער פון די וואס זענען געווען מיט מיר איז געווען טשאפלינסקי, דער באשולדיגער (פראסעקיוטער) פונ'ם קיעווער געגענט.

ווען מ'האט עם פארגעשטעלט פאר'ן צאר האט ער געזאגט הוד מלכותך! איך בין צופרידן איבערצוגעבן אז מ'האט געטראפן דעם שולדיגער אינ'ם רציחה פון אנדרושה יוסטשינסקי, זיין נאמען איז ביילוס און ער איז א יוד! ווען דער צאר האט דאס געהערט האט ער געדאנקט זיין אפגאט. יעצט פרעג איך דיר ביילוס, צו וועמענס געפילן וויסלטו זיך ווענדן?
צו די געפילן פון איינער וואס דאנקט אז א יוד איז געפונען געווארן שולדיג אין רציחה? דער סיפור האט זייער דערשראקן ר' מענדל. מיט שוועריגקייט האט ער געקענט צוזאמנעמען זיינע מחשבות. אלע האבן געוויסט אז דער צאר ניקאליי ימ"ש האט נישט ליב קיין יודן. אבער ער האט זיך זייער דערשראקן צו הערן אז בפניו פון זיינע גרויסע הערן האט ער אפן געוויזן זיין צופרינדהייט אז מ'רודף'ט א יוד.

גריגוראוויטש האט צוגעלייגט נאך סיפורים צו ווייזן דעם גרויסן שנאה צו יודן וואס הערשט צווישן די שרי המלוכה, און ער האט צוגעלייגט אז דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער האט זיך אפגעזאגט פון זיין פאסטן און איז געווארן א פריוואטע אדוואקאט.

נאך פאר גריגוראוויטש-בארסקי איז געקומען, האט מען געגעבן א פאפיר צו ר' מענדל צו חתמ'נען. דארט איז געשטאנען אז איינער מיט'ן נאמען שמאקוב, דער אדוואקאט מטעם משפחת יוסטשינסקי, פארלאנגט פון ר' מענדל דעם סכום פון זיבן טויזנט רובל פאר'ן רציחה. (כאטש דער ממשלה איז געווען דער וואס האט געברענגט דעם תביעה קעגן ר' מענדל, איז דעמאלס געווען דער חוק אז דער משפחה פונ'ם גע'הרג'עטן האט געקענט פארלאנגען געלט פונ'ם באשולדיגטן, און האבן געקענט דינגען א פריוואטן אדוואקאט, חוץ פונ'ם קטיגור מטעם דער ממשלה, צו זארגן פאר זייער תביעה).

וויבאלד דעם תביעה איז פארבינדן מיט'ן כללות'דיגן משפט קעגן ר' מענדל, האט דאס געגעבן די מעגליכקייט פאר שמאקוב מיטצוהאלטן דעם גאנצן משפט אלס אדוואקאט. בשעת'ן זיך טרעפן מיט גריגוראוויטש, האט ר' מענדל עם געפרעגט ווער דאס איז שמאקוב. ער האט געענטפערט אז שמאקוב איז א אלטן באוויסטן שונא ישראל, וועמענס דיעות האבן נישט קיין גרויסן חשיבות ביים עולם.

ער האט געזאגט אז קעגן דעם שורה פון גרויסע אדוואקאטן וועלכע גייען זיין ביים משפט, וועט שמאקוב אויסזען גוט חוזק. ער האט זיך געזעגנט ווי אן אלטן פריינד.
נאך דעם האבן די אדוואקאטן באזוכט רעגלמעסיג. מר מארגאלין פלעגט שטענדיג קומען און ער איז אויך געשטאנען בקשר מיט די בני משפחה. ער איז געווען א מקור פון טרייסט און חיזוק פאר ר' מענדל.

ר' מענדל בעט ווייטער אז מ'זאל עם צושטעלן איינער צו זיין מיט עם אין צימער. מ'האט אריינגעשיקט א פולישער מיט'ן נאמען פאשלובסקי, וועלכע איז שוין גע'פסק'נט געווארן צו ווערן געשיקט קיין סיביר און ארבעטן שווער. ער איז יעצט געווען אין תפיסה ווארטנדיג דעם אויספיר פון זיין פסק. איין טאג האט מען עם גערופן צום ביורא פונ'ם תפיסה. וויבאלד ער איז שוין געווען גע'פסק'נט איז לכאורה נישט געווען קיין סיבה דערויף. ער איז באלד צוריק און איז געווען זייער גוט געלוינט. ער איז צוגעגאנגען צו ר' מענדל און כמעט אויסגעפלאצט מיט א געלעכטער.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

המשך ה'

שליחה דורך לייביששרייבער »

פארוואס לאכסטו? האט ר' מענדל עם געפרעגט, וואס איז געשען אין ביורא?

ביילוס! עוטפערט ער, איך וואלט דיר געזאגט אבער דו ביסט צו נערוועז, אויב איך וועל דיר דערציילט דעם גאנצן סיפור וועסטו ווערן צו נתרגש, דערפאר איז בעסער אז דו ווייסט נישט!

ר' מענדל געבט אבער נישט אויף. איך זעה איז דו ביסט א גוטע מענטש, איך דאנק דיר אז דו זארגסט דיך פאר מיין געזונט, אבער דו ביסט דאך אריין געקומען אינ'ם צימער לאכעדיג, ווען נישט פאר דעם וואלט איך דאך נישט געוויסט אז עפעס איז פארגעקומען, דערפאר, וויבאלד דו ביסט מיין חבר, מוזט דו מיר אלס דערציילן, בעסער איך זאל וויסן דעם אמת אפילו עס איז נישט געשמאק". ער האט דאס שוקל געווען אביסל צייט און האט מחליט געווען מיטטיילן זיין סוד.

גוט! אויב דו שטעלסט דיך אויף דעם הייבט ער אן, וועל איך דיר דערציילן וואס איז געווען.

זיין האבן מיר אריין געברענגט אינ'ם ביורא און דארט זענען געווען אסאך מענטשן, דער בעה"ב פונ'ם תפיסה און אנדערע. זיי האבן אנגעהויבן שמועסן מיר מיר. דו קענט דיך פארשטעלן מיין ערשטוינונג. קלער אריין ווער זיי זענען געווען. און זיי שמועסן מיט מיר, אן איינגעשפארטע. איך האב גוט פארשטאנען אז זיי ווילן דא עפעס האבן. דער בעה"ב האט אנגעהויבן רעדן מיט מיר ערנסטערהייט, ער האט גערעדט כאילו דא האנדלט זיך עפעס גאר וויכטיג און זיין גאנצע לעבן הענגט אויף מיין תשובה.

דו ביסט דאך א קריסט, הייבט ער אן, דו ביסט איינער פון אונז. איך בין זיכער אז עס גייט דיר אן דעם גורל פון דיינע ברודער די נוצרים. איך האב נישט קיין ספק אז דאס גיסן בלוט פון די נוצרים איז דיר גורם א דאגה נישט ווייניגער ווי צו אונז. ער האט געזוימט א רגע און דאן ממשיך געווען דו ביסט אין איין צימער מיט ביילוס! זאג מיר וואס ער זאגט! צו האט ער דיר דערציילט עפעס?

מיין תשובה איז געווען זייער פשוט, ער באוויינט זיין שלעכטע מזל און ער רעדט זיך אפ אז ער ליידט אומגערעכט און עס קומט עם נישט. דער אנקלאגער רעדט אריין אין מיינע רייד מיט א שמייכל אויפ'ן פנים.

מיר ווייסן אז דאס איז וואס ער זאגט, דאס איז דאס די סדר הדברים, אבער דו ביסט דאך א קלוגע בחור וואס פארשטייט מענטשן. דו קענסט וויסן ווען ער זאגט אמת און ווען ער זאגט ליגנט. צו האט ער נישט אפאר מאל געגליטשט און געזאגט עפעס אנדערש?

איך האב באלד געזען אז איך בין דא פאר א קבוצה שפילערס, און איך האב פארשטאנען אז איך דארף דא קלאר מאכן ווער איך בין. קוקט אהער מיינע געעהרטע הערן האב איך געזאגט, איך בין אויפגעוואקסן צווישן יודן. ווען איך בין געווען זעקס יאר האב איך פארלוירן מיינע עלטערן און איך בין געבליבן א יתום. די קרובים מיינע האבן מיר געשיקט ארבייטן ביי א יודישע סטאלעריי און איך האב זיך דארט אויסגעלערנט דעם פאך.

איך בין געווען ביי עם אינדערהיים מער ווי צוועלף יאר. ווען איך בין פון דארט אוועק בין איך געווען אן ערוואקסענע מענטש, איך האב געהאט א פאך אין די האנט און איך האב געקענט חתונה האבן. איך האב געהאט חברים צווישן די יודן ווי אויך צווישן די גוים. איך ערלויב מיך צו זאגן אז איך קען אלע מנהגים פון די יודן איך וועגן אלע זייערע שטייגערן. איך בין צווישן זיי אויפגעוואקסן ווי איינער פון זיי, איך ווייס אז זיי וועלן נישט עסן א איי אויס עס געפונט זיך דארטן אפילו איין טראפ בלוט, ווייל דעמאלס איז די איי נישט כשר צום עסן. איך האב זיי געזען דאס טון (בודק זיין די אייער) הונטערטער מאל.

איך האב געזען וויי זיי זאלצן פלייש, איך האב געפרעגט דעם בעלת הבית פארוואס זי טוט דאס, און זי האט געזאגט אז דאס איז צו דערווייטערן די בלוט פון די פלייש ווייל מ'טאר נישט עסן קיין בלוט בשום אופן.

ווען מענטשן קומען יצעט צו מיר און זאגן אז יודן באנוצן זיך מיט בלוט פון א מענטש, ווען זיי זאגן מיר אז יודן האבן גע'הרג'ט א גוי'שן קינד כדי צו נוצן זיין בלוט, קען איך - אלס גלויביגע קריסט - אייך זאגן אז די אלע סיפורים זענען א פאק נארישע שקרים.

ווען איך האב געענדיגט מיינע רייד, האבן זיי מיר אלע אנגעקוקט מיט רציחה אין די אויגן. זיי האבן פארשטאנען אז זיי האבן דא געכאפט דעם פאלטשן מענטש, און אז די צייט וואס זיי האבן מיר אוועקגעגעבן איז געווען אומזינסט. זיי פארלירן שוין זייער געדולט. גוט!

זאל זיין ווי דו זאגט, אבער ער זאגט דאך אוודאי עפעס אין זיין שלאף!!

איך האב געענטפערט אז איך האב קיינמאל נישט געהערט ווי דו רעדסט אין דיין שלאף.

סוף כל סוף האבן זיי שוין פארשטאנען אז פון מיר וועלן זיי נישט קיין סאך ארויסבאקומען, און זיי האבן מיר צוריק געשיקט אינ'ם צימער. דערפאר האב איך געלאכט ווען איך בין דא צוריק.

דו פארשטייסט נישט?! זיי האבן נישט קיין שום הוכחה קעגן דיר! זיי זוכן דעם פאריעריגן שניי!

פאשלאווסקי איז נישט לאנג געבליבן אינ'ם צימער מיט ר' מענדל. ווען זיי האבן געזען אז ער ווערט צו גוט מיט עם, און נאך זיי האבן פארשטאנען אז זיי וועלן עם נישט קענען נוצן פאר זייערע מטרות, האבן זיי עם ארויסגענומען פון דארט. פון דעס וואס פשאלאווסקי האט דערציילט האט ר' מענדל געזען אז דער ממשלה ווייסט גוט אז דעם באשולדינג קעגן עם איז גאר שוואך. ער האט גוט געוויסט אז אויב די שווארצע הונדערטער וואלטן געהאט עפעס א פעסטע יסוד וואלטן זיי נישט געדארפט צוקומען צו אזעלכע שפיאנען וכו'.

ארום יענע צייט האבן זיך אנגעהויבן דרייען שמועות אינ'ם תפיסה. פאר ר' מענדל האבן זיי ענהאלטן אינטערסאנטע נייעס. מ'האט געשמועסט אז איינער מיט'ן נאמען בראזול-בראשקאפסקי האט געשריבן צום הויפט פראסעקיוטער אז ער האט ביי זיך ראיות וועלכע ווייזן קלאר אז דער רציחה האט געהאט צוטון מיט'ן פרוי טשעביריאק און בכלל נישט מיט ביילוס.

וואס איז באמת געשען איז געווען אזוי: אינ'ם פרילינג פון תער"ב האט זיך אנגעהויבן א נייע אויספארשונג דורך בראזול בראשקאפסקי, צוזאמען מיט א חבר זיינע מיט'ן נאמען קראסובסקי, וועלכע האט אנגעהויבן מגלה זיין דעם אמת פונ'ם פרשה.

בראזול האט געשריבן זיינע ראיות צום הויפט פארשער, און וועגן דעם האבן זיי געשריבן א נייעם באשולדינגס פאפיר (אינדייטמענט) קעגן דעם פרוי טשעביריאק און האבן איר איינגעזעצט.

ווען ר' מענדל האט דאס געהערט, איז זיין האפענונג זייער געשטארקט געווארן, אבער ליידער נישט אויף לאנג. נאך אין דעם זעלבן זומער איז געשיקט געווארן (דורך די וואס האבן געהאט אן אינטערעס אין דעם) א נייעם הויפט פראסעקיטער פון פעטערבורג, און ער האט שנעל איבערגעקענט דעם גאנצן חקירה על ראשו. בראזול האט טייער באצאלט פאר זיין ארבעט. אלס שכר פאר'ן אויפדעקן דעם אמת, וואס דאס האט דער ממשלה בכלל נישט געוואלט, איז ער באשטראפט געווארן מיט רדיפות און איז אויך געזעסן אין תפיסה.

עס איז געווען א טאג אדער צוויי נאך דעם דערציילונג פון פאשלובסקי. ר' מענדל איז גערופן געווארן צום בית המשפט. ער איז געגאנגען צופרידנערהייט, פרייליך צו זיין אינדרויסן פון תפיסה אביסל און שעפן פרישע לופט. דאס מאל האט מען עם גענומען מיט'ן שטאט-באן, אבער אינמיטן וועג האט אויסגעבראכן א שריפה אין איינער פון די וואגאנען און זיי האבן געדארפט גיין דעם איבריגן וועג צופוס.

אסאך מענטשן האבן געוויסט אז מ'פירט עם צום בית המשפט און עטליכע האבן זיך אפגעשטעלט עם אנקוקן און כאפן בילדער. ווען ער איז אנגעקומען האט מען עם אריינגענומען אין א גרויסע שטוב ווי עס איז געווען דעם נייעם אנקלאגער "מאשקעוויץ" מיט נאך עפעס א פראפעסאר.

קוק ביילוס הייבט מאשקעוויץ אן, מיר האבן געפונען דריי הארן אויפ'ן קלייד פון אנדרושה. אויב עס שטערט דיר נישט ווילן מיר דיר בעטן דו זאלסט אונז געבן אביסל האר פון דיר כדי מיר זאלן דאס קענען בודק זיין. ר' מענדל איז זייער דערשראקן געווארן פון דעם בקשה, וואס ער האט בכלל נישט ערווארטעט, אבער ער האט געענטפערט אז זיי זאלן נעמען וואס זיי ווילן. ניין! דו מוזט עס אליינס געבן. ר' מענדל האט גענומען דעם שערל און זיי געגעבן אביסל האר. דערנאך האט ער חרטה געהאט, ווער ווייסט וואס פארא עלילות זיי קענען דא אויפמאכן. אפשר וועלן זיי פארבן דער האט כדי אויפצוווייזן אז דאס איז די זעלבע וכו'. ער האט זיך אבער בארוהיגט מיט'ן מחשבה אז זיי קענען טון וואס זיי ווילן אן זיין הילף אויך. האבנדיג באקומען וואס זיי האבן ביזדערווייל געוואלט, האבן זיי עם צוריק געשיקט אין תפיסה.
נאך דריי טאג האט מען עם ווייטער גערופן, דאס מאל צום ביורא פונ'ם תפיסה. דאס מאל האבן זיי געוואלט זיינער פינגער-צייכענעס (פינגער-פרינט). ווען ר' מענדל האט זיי געפרעגט אויב דאס איז די שטייגער ביי יעדן איינגעזעצטע, האט מען עם געענטפערט אז דאס איז נאר ביי אזעלכע וואס דער קלאגער פארלאנגט אן עונש וואס איז כולל עבודת פרך רח"ל.

פארוואס טוט איר דאס פרעגט ער ווייטער.

זיי האבן עם געענטפערט אז מ'האט געטראפן פינגער צייכענעס אויפ'ן קלייד פון אנדרושה און מ'דארף האבן זיינע כדי צוצוגלייכן צווישן די ביידע. נאך זיי האבן דאס פון עם גענומען איז ער צוריק געפירט געווארן צו זיין צימער.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

המשך ו'

שליחה דורך לייביששרייבער »

איין טאג האט ר' מענדל באקומען די גוטע בשורה אז זיין ווייב און קינדער מעגן עם קומען באזוכן. דער שומר האט עם באגלייט צום ביורא פונ'ם תפיסה, אבער ווען ער איז אריין זענען זיי נאכנישט דארט געווען. ער האט זיך געגרייט צו ווארטן מיט סבלנות, אבער ער איז נישט געווען רוהיג. ער האט שוין אזא לאנגע צייט נישט געזען זיינע קינדער, וואס טוט זיך מיט זיי??

ער האט נאר געקענט משער זיין וואס זיי האבן געמוזט מיטמאכן דעם גאנצן צייט. און פארוואס?? ענדליך זענען אריינגעקומען זיין ווייב, קינדער און ברודער. ווען ר' מענדל האט געזען זיין יונגסטן קינד, וועלכע איז אלט געווען פיר יאר, האט ער עם אריינגענומען אין זיינע הענט מיט ליבשאפט. דער שומר איז שנעל צוגעגנאגען און עם ארויסגענומען פון זיינע הענט. ער האט געזאגט אז ער האט אויף דעם נישט קיין רשות. דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען, ער איז דערשראקן געווארן פונ'ם ווילדקייט פונ'ם שומר און פון די מענטשן מיט די שיינעדיגע קנעפלעך.

ר' מענדל האט אנגעהויבן שרייען בקולי קולות און מיט טרערן אין די אויגן: וואס פארא רעכט האט איר דאס צו טון? איר האט נישט קיין אייגענע קינדער? איר ווייסט נישט וואס דאס איז די רגשות פון א טאטע? וויאזוי קענט איר זיין אזוי אן קיין הארץ"? ר' מענדל האט באמערקט ווי עטליכע פון די אנוועזנדע (עס זענען דארט געווען זעקס שומרים) האבן זיך אויסגעדרייט און געטריקנט זייערע אויגן.

דאן האבן זיי עם געגעבן רשות צו נעמען דאס קינד. ער האט געפרעגט זיין ווייב וואס איז די מצב. אפילו אויב עס איז דא גענוג אויף צו עסן האט זי געענטפערט מיט טרויער, אבער וואס פארא ווערט האט דאס ווען דו ליידסט אויף אזא אכזריות'דיגע אופן? נאך אפאר מינוט האבן זיי געזאגט פאר די משפחה אז די צייט איז געקומען צו גיין.

ר' מענדל איז יעצט געבליבן אליין. דער הויפט פראסעקיוטער (פאר מאשקעוויץ איז אנגעקומען) טשאפלינסקי האט אנגעהויבן רעדן מיט א קול פול מיט רחמנות.. אט אזוי ביילוס! אזוי ארבעטן דיינע חברים די יודן. ווען זיי האבן דיר געדארפט (צו הרג'נען א גוי'שן קינד.) האבן זיי דיר געגעבן געלט און זיי האבן דיר געלויבט אז דו ביסט באגלייבט וכו'. יעצט אבער, ווען זיי דארפן דיר שוין נישט, האבן זיי אינגאנצן פארגעסן פון דיר. דיין אומגליקליכע פרוי ליידט אזעלכע צרות. זי איז אויך אוודאי אויפגערעגט אויף די יודן. טשאפלינסקי האט גערעדט לאנגזאם, ער האט געזאגט יעדער ווארט מיט אזא פריינדליכן קול.

אבער יעדער ווארט האט געשטאכן ר' מענדל אינ'ם הארץ אריין. דאס אויסזען פון זיין פנים האט נאך געמערט זיין ביטערקייט. ער האט געבעטן רשות צו זאגן אפאר ווערטער. פארשטייט זיך, איז געווען די תשובה. אויב מ'וואלט געקענט דינגען איינעם צו הרג'נען אן אומשולדיגן קינד, און מען ווייסט אז די רציחה וועט צוברענגען גרויסע צרות און פאגראמען פאר יודן, פארוואס, לויט דיין מיינונג, וואלטן די יודן גענומען א חלק אין אזא זאך? פארוואס וואלטן די יודן געוואלט גורם זיין פאגראמען פאר זיי אליין? איך בין געווארן א סבלן. דער משפט וועט אויפווייזן מיין אומשולדיגקייט. טשאפלינסקי האט נאך א ווארט נישט גערעדט, אבער עס איז קלאר געווען אז ער איז נישט צופרידן פון די רייד פון ר' מענדל. מ'האט עם ארויסגעפירט פונ'ם ביורא.

ר' מענדל איז שוין געווען איינגעשפארט מער ווי א יאר. פיר הונדערט טעג זענען שוין אריבער פון דעם טאג ווען קוליאבקו האט עם אוועק געריסן פון זיין ווייב און קינדער. ער האט אלס געהאפט אז מארגן וועל איך זיין פריי.

איין אווענט, ווען ר' מענדל זיצט אליינס מיט זיינע מחשבות, האט די טיר זיך געעפנט און פיר מענטשן זענען אריין געקומען. דער גענעראל האט גערעדט צו ר' מענדל:

זיי ריאליסטיש ביילוס בעט ער זיך כמעט. דו ווייסט גאנץ גוט אז דו ליידסט נישט מיט גערעכטיגקייט. אין דיין פלאץ וואלט איך מסתמא אויך געטון ווי דיך. דו ביסט אן אומגליקליכער און דו האסט געטון וואס מ'האט דיר געהייסן. אויב דו וועסט אונז זאגן דעם אמת - וועט דאס זיין זייער א קלוגע שריט פון דיין זייט. מ'וועט דיך אוועק שיקן פון לאנד און מ'וועט זארגן פאר דיר אויף דיין גאנץ לעבן. אויב דו וועסט נאר קאאפערירן מיט אונז און דו וועסט געבן א תשובה צום שאלה וואס באנעמט די גאנצע וועלט. אויב אבער דו וועסט ווייטער שווייגן, טוסטו ווייטער פארהוילן דעם אמת. דו קלערסט טאקע אז דו שיצט אויפ'ן יודישן פאלק מיט דעם וואס דו צושמעטערסט דיך אליינס? פארוואס דארפסטו ליידן לחינם? די החלטה אבער איז אין דיינע הענט. אויב דו וועסט נאר עפענען דאס מויל, קענסטו זיין גליקלעך א גאנץ לעבן.

ר' מענדל האט זיך בקושי געקענט איינהאלטן בשעת דער גענעראל האט געזאגט זיין דרשה. יעדער ווארט האט עם פאר'מיאוס'ט. דער גענעראל קומט עם געבן א עצה. ער האט אוודאי געגלייבט אז ער נעמט זיך טאקע אן פאר עם. לויט ווי ער ווייסט האבן די יודן געדינגען ר' מענדל צו הרג'נען דעם קינד און יעצט וויל ער עם גאר ראטעווען דורכ'ן עם איבעררעדן צו זאגן דעם אמת. ער האט געגלייבט אז ער וועט קענען משפיע זיין. ר' מענדל האט געזען אז ממשיך זיין דעם שמועס איז נישט קיין שום תכלית. האט ער געענפערט א שנעלע תשובה.

איר זענט גערעכט. דאס גאנצע וועלט ווארט אויפ'ן אמת, און דער אמת וועט נתברר ווערן בשעת'ן משפט. גוט! דאס וועלן מיר נאך זען האט דער גענעראל געזאגט שטילערהייט. ער איז באלד אוועק פונ'ם צימער מיט זיין פמליא.


דאס ערשטע יאר אין תפיסה איז שוין כמעט אריבער. ר' מענדל האט דא באמערקט א זאך וואס ער האט שווער געקענט גלייבן. ער האט אויסגעהאלטן אזא לאנגע צייט אין דעם ארט. דורכ'ן ווינטער איז געווען זייער ווייניג ווארעמקייט אינ'ם צימער און די ווענט זענען געווען באדעקט מיט אייז. ער פלעגט עטליכע מאל זיך אויפוועקן אינמיטן ווינטער און זען אז זיינע הענט זענען צוגעפרוירן צו די וואנט. אין די הייסע טעג האט זיך צולאזט דער קאלעך פון דער דאך און עס האט אויף עם געטראפט. דאס האט עם כמעט נישט געלאזט שלאפן. חוץ פון דעם האבן זיך געדרייט פארשידענע מחלות ל"ע אינ'ם תפיסה, און זעקס אדער זיבן מענטשן זענען געשטארבן יעדן טאג! דאס איז בכלל נישט קיין חידוש אויב מ'נעמט אין אכט די שרעקליך נאכגעלאזטע מצב דארט. עס האבן קיין שרצים אויך נישט געפעלט.

דעם טיר פון זיין צימער'ל איז געווען צוגעשפארט מיט נישט ווייניגער ווי 13 שלעסער! ד.ה. אז יעדע מאל איינער האט געעפנט די טיר האט ער זיך געמוזט באשעפטיגן מיט אן א שיעור שלעסער. די קולות האבן עם פשוט קראנק געמאכט. זיין מצב איז אזוי שוואך געווארן אז ער האט זיך פארגעשטעלט ווי איינער שטייט אונטער עם און קלאפט עם די גאנצע צייט אויפ'ן קאפ, א קלאפ נאך א קלאפ. ער האט אסאך מאל נישט געקענט גלייבן אז דאס געשענט טאקע צו עם. ער פלעגט אנקוקן דעם שומר מיט ווינדער און קלערן איז דאס טאקע איך? צו איז דער מענטש וועלכע איז דא אין דעם תפיסה דאס זעלבע מענדל ביילוס דער מנהל פונ'ם ציגל פאבריק? א מענטש מיט א שטוב און א ווייב און קינדער? ער האט אויך זייער געליטן פון שרעקליכע חלומות וועלכע האבן עם געשטערט דאס שלאף.

ער האט כסדר געחלום'ט ווי מ'נעמט עם צו הרג'נען רח"ל, אדער ווי מ'לויפט עם נאך און שלאגט עם. ער האט זיך אויפגעוועקט בקוצר רוח פון דעם פחד און האט געפילט אביסל גרינגער צו זען אז ער איז אין תפיסה. בנוסף צו דעם פלעגן די שומרים עם כסדר פייניגן און טשעפען. זעקס מאל אין טאג זענען זיי געקומען זוכן אויב ער האט אפשר עפעס באהאלטן. אסאך מאל האט מען עם געשטאכן ביז עס איז געקומען בלוט. זייער שטענדיגע ווערטל איז געווען דו האסט הנאה געהאט ווען דו האסט געשטאכן דעם קינד אנדרושה, ווען דו האסט ארויסגענומען זיין בלוט. מיר וועלן צו דיר טון וואס דו האסט צו עם געטון. ער האט קיינמאל נישט געקענט וויסן צו זיי מאכן סתם ליצנות אדער מיינען עס ערנסט.

כמעט א יאר איז שוין אריבער מיט די אומדערטרעגבארער יסורים. ר' מענדל גלייבט אליינס נישט אז דאס איז שייך בכלל. זיי האבן עם געוואלט פייניגן ווי ווייט מעגליך, זיי האבן געהאפט אז ער וועט שטארבן [ח"ו] פון די יסורים אן דעם וואס זיי זאלן עם הרג'נען בפועל ממש. אזוי וועט די זאך קיינמאל נישט קומען צום משפט און זיי וועלן אלעמאל קענען זאגן אז דער חשד איז געווען אמת.

זיין לעבן האט געהאנגען אויף א חוט השערה. ער האט אמאל געזען אן איינגעשפארטע וועלכע מ'האט געשאסן אויף טויט ווייל ער האט זיך דערוואגט צו קריגן מיט איינער פון די שומרים. דער שומר האט זייער פשוט פארענטפערט וואס ער האט געטון. ער האט צוריסן איינער פון זיינע ארבל און דערנאך געזאגט אז יענער האט פרובירט עם צו הרג'נען און ער האט עם געמוזט שיסן כדי זיך צו ראטעווען.

כמובן ער האט קיין שום עונש נישט באקומען. אויף איינער פון די ווענט פונ'ם תפיסה איז געווען געשריבן די תקנות. איינער פון זיי איז געווען אז אויב אן איינגעשפארטע פאלגט נישט א באפעל אדער אטאקירט א שומר איז אחת דתו להמית דורכ'ן שומר. דער נישט פאלגן א באפעל איז זייער א ברייטע תקנה. אויב דער שומר האט געהייסן איינעם גיין אביסל שנעלער אדער שטארטער און יענער האט נישט געפאלגט אינ'ם רגע, האט דער שומר שוין געקענט זאגן אז ער האט נישט געפאלגט. ער האט אפילו באקומען א מתנה פון דריי רובל פאר'ן "אכטונג געבן אויפ'ן סדר. דער אטאקירן א שומר האבן די שומרים אויך אויסגעטייטשט וויאזוי זיי האבן נאר געוואלט.

ר' מענדל האט גוט געוויסט אז די שלטונות זוכן עם פטור צו ווערן און וועלן נוצן יעדן מעגליכקייט אנצוקומען צו דעם. ער האט זייער זייער אכטונג געגעבן זיי נישט צו געבן קיין שום תירוץ צו גיין מיט עם בכח. ער האט געוויסט אז דא איז באשולדיגט דעם גאנצן יודישן פאלק און דער אחריות אנצוקומען צום משפט און אויפווייזן דעם שקר ליגט אויף עם. דאס איינציגע וועג ער קען ערפילן זיין אחריות איז דורכ'ן בלייבן ביים לעבן. ער האט געדארפט אלע כח וואס ער האט נאר געהאט כדי צו ליידן שטילערהייט און נישט געבן די נצחון צו די שונאים פון כלל ישראל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט