זייענדיג עוסק מיט IV fluids ערב יום כיפור פאר פרויען, עלטערע אידן, תשושי כח וחולים (שאב"ס), רופט מיר א גויאישע נורס מיט א שווערע שאלה. פארוואס אלע אידן ווילן די IV דוקא אויבן אויפן ארעם אפילו עס איז אסאך מאל שווערער צו טרעפן א גוטע אדער, און בשום אין אופן אויפן האנט, ווי עס איז אסאך גרינגער און מאכט ווייניגער פראבלעמען"טמיר האט געשריבן:וואס איז די בושה צי זיין קראנק? און איז דאס א היימישע קרענק, אדער אין די אלגעמיינע וועלט איז אויך אזוי?
לכאורה איז די ביאור, א מענטש האט נישט ליב צי ווערן באטראכט ווי א שוואכלינג, דוגמת צי ארימקייט וואס מענטשן שעמען זיך מיט. אבער עס איז נישט דומה, עניות (הגם אז "לא לחכמים לחם" וכן להיפך, דאך איז דא א מקום צי) קען מען זאגן אז ער איז נישט אזוי קליג / טויגליך, אבער געזונט איז דאך נישט עפעס וואס האט מיט א מענטשנ'ס מעלות אדער חסרונות בעצם. טא וואס איז די בושה?
ער פרעגט וואס איז די בושה אז מען גייט פאסטן, און מען נעמט אביסל fluids..?
איך האב עם ארויסגעקעקעצט א תירוץ religion מיט בלא בלא... צו עס נישט מאכן obvious, אבער קשיא במקומו מונח.