מענטשן וואס האבן "אויסגעפיגערט לייף".

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 564
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1419 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1242 מאל

מענטשן וואס האבן "אויסגעפיגערט לייף".

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

יעדער קוקט אן לעבן אנדערש, איך פארשטיי, יעדער האט דאך מיטגעלעבט אנדערע זאכן און יעדנס מח איז געווייערט אנדערש.

איך קום נישט היינט אראפרייסן מענטשן וואס האלטן אנדערש פון מיך, אדער אפילו מענטשן וואס האלטן אז מיינע שיטות און אקטן זענען אפגעפרעגט אדער נעריש, שלעכט און וואטעווער איינער קלערט נאר. "טעקניקלי", טיילמאל האלטן די חברה אויף מיין היינטיגע באשולדיגונגס באנק גענוי די זעלבע ווי מיך (טו סאם עקסטענד).

ווואס נעמען מיך ארויס פון די כלים זענען די קליין געקעסטעלטע מוחות וואס האלטן אז זיי האבן שוין "אויסגעפיגערט לייף"

דער דרייסיג יעריגן אינגערמאן לעבט זיך אין א וועלטל וואס עקזיסטירט שוין לענגער ווי דאס פאנטאזיע קען בכלל באגרייפן. שוין פאריבער הינגער, מלחמות, אומפעריעס און בייאלאגישע טוישונגען. און פלוצלום צו די איבעריישונג פון אלע פארשער און פילעזאָפן האט ווי אויפגעשיינט א ליכטל, דער דרייסיג יעריגן נחום בער פון טרייסטעיט ניו יאָרק האט "אויסגעפיגערט לייף!".

ער פארשטייט וויאזוי מען דארף זיך פירן, ער ווייסט וואס מיינט "נארמאל" ער האט ארויס וויאזוי ס'איז די ריכטיגע וועג צו מחנך זיין די קינדער. ווי כאילו דאָס זענען געגאסענע פאקטן.

פארגעס פון רעליגיע, נישט פון דעם רעד איך. רעליגיע איז א גלויבן וואס מען גייט נאך בלינדערהייט, פיין און וואויל! מען מאכט זיך צו די אויגן, און מען לעבט א גוט לעבן.

אבער נחום בער (סתם געהאקט א נאמען, ס'זענען דא נחום בער'ס און אלע זיבן קאנטינענטן) ער פאר זיך מיט זיין גאט געבענטשטע גלוגשאפט קומט צו צו זיכערע מסקנות און **האט ארויס לעבן**.

דו קענסט זיין די קלוגסטע באשעפעניש צו אמאל האבן געטרויטן אויף ערד, קענסט זיין קריעטיוו לייק העלל, קענסט זיין שארף און שעפעריש.

זאג אז עס זעהט דיר אויס א' און ב', אדער לויט די אינפארמאציע וואס דו האסט פארשטייסטו אזוי און אזוי. דו קענסט נישט קריעטן קיינע פאקטן **און דו קענסט נישט אפמאכן וואס איז די ענטגילטיגע "רייט אָר ווראָנג".**

און צווישן מיר און ענק מיינע שטיבל חברים שטילערהייט, -די חברה וואס האבן "אויסגעפיגערט לייף ,נו שוין, נישט זייער קלוג.-

איך האף אז איך האב זיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט אין דעם קורצן עסיי. אז נישט איז נישט, גיי ווייטער. דאס איז די בעסטע וויאזוי כ'האב עס יעצט געקענט מסביר זיין. ס'איז אביסל א קאמפלעקס נושא, ס'האט אסאך גרויע געגענטער.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר