רויטע וואנצעס האט געשריבן:מ'גייט דארט רעדן די זעלבע זאכן, אבער עטליסט ס'וועט זיין איבער א גריל, אדער א מיטנאכט שווימן וואלי באל.
איך בין שוין מוחה נאך פאר דעס הוללות װערט ר״ל אפגעטוהן...
פליקער האט געשריבן:לכבוד אשכול אויפוועקער
איך באגריס זייער דיין אויפוועקן אלטע אשכולות, פאר עטליכע סיבות,
קודם די אלטע אשכולות זענען געוועין מלא טעם, די חברה פינעם אמאל נישט אזוי לאנג ציריק, אפילו ביז אפילו איין יאר ציריק, זענען געוועין ריכטיגע חברה מיט וועימען מען האט געקענט מיט זיי צים טיש גיין, דעריבער יעדע עלטערע אשכול באזינדער ברעינגט מיר א נאסטאלדזיע צים אמאל.
היינט איז נאר דא נערישע אשכולות, ווי כוכב האט שוין ערוועינט, פאליטיק צימעס וואס האט איבער געגאסן און פארפלייצט דעים אויבן אן פון אקטיווע, עס ברעינגט מיר א איבל.
על כן קלער איך א פלאן, אז די זאלסט חוץ פון זיין א אשכולות אויפוועקער, זיי א ניק אויפוועקער, עס בעינקט זיך גאר שטארק צי זר זהב, איחוד פעלד, קאווע טרינקער, הוגה, ידען, לעיקוואד, אחד העם, פשוט קאמפלצירט, קיפערניקוס, לעמאן דזשאס, מאראנצען זאפט, ועוד וואס איך האב שוין אפילו פארגעסן, ווי זענען זיי, וועקט זיי אויף, שוין געניג הייברענירט. אפילו די וואס זענען דא, זענען מער נישט אויסן צי שרייבן, זיי האבן מחליט געוועין נאר צי מגיב זיין, און האלטן זייערע טאלאנטען פאר א אנדערע זמן, פארוואס זאל מען נישט הארן עפעס פון יאיר, יואב, ראשעקאל, עפעס שמעקעדיג, בן תמליון, וועקט אייך אויף, איידער עס איז צי שפעיט, לעצטענס געפין איך שוין אפילו איי וועלט אינטערעסאנטער, עס איז שוין באלט אויס וועלט.
איך וואלט געטעגט יעדען פשוט פאר ליידיגיין, יהא רעווא כאילו טעגני את הכל.
מאראנצןזאפט האט געשריבן:ידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.