איך מיין א תירוץ צו פארענטפערן אז עס זאל נישט זיין קיין סתירה, פארדעם דארף מען טאקע ווארטן אויף דעם תשביברוך שפינוזה האט געשריבן:כ'האב שוין געמיינט אז ס'קומט עפעס טיפער... גראדע אז דו ווילסט ווארטן אויף דעם תישבי קענסטו ווארטן, אבער די תירוץ מיין איך ווייסטו אליין.
שו"ת אין ביקורת המקרא
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: שו"ת אין ביקורת המקרא
כ'זעה נישט פארוואס די ערשטע תירץ איז שטימפיג? קורח איז געווען מן השרופים ס'טייטש ער איז געשטארבן אין די מגפה מיט די אנדערע צוויי הונדערט און פופציג ווי דער פסוק זאגט אין פרשת קורח און דערנאך איז ער געווארן איינגעשלינגן מיט אלע אנדערע וואס זענען געווארן איינגעשלינגן ואת כל האדם אשר לקורח ואת כל הרכוש.סקעפטיקער האט געשריבן:קרח איז געווארן פארברענט אדער איינגעשלינגען?
ווען מ'לערנט אפ די מעשה בפשיטות איז קורח געווארן פארברענט, ווייל ער איז דאך געווען דעמאלטס ביים אהל מועד מיט די ר"נ איש און איז נישט געעוען ביי דתן ואבירם. און אזוי אויך שטייט זייער קלאר אין פסוק (יז ה) אז מ'זאל מאכן ציפוי למזב פון די מחתות החטאים "למען אשר לא יקרב איש זר אשר לא מזרע אהרן הוא להקטיר קטרת לפני ה' ולא יהיה כקרח וכעדתו".
אבער די וואך פרשת פינחס שטייט קלאר אז קורח איז געווארן איינגעשלינגען, עס שטייט אזוי: ובני אליאב נמואל ודתן ואבירם הוא דתן ואבירם קריאי העדה אשר הצו על משה ועל אהרן בעדת קרח בהצתם על ה': ותפתח הארץ את פיה ותבלע אתם ואת קרח במות העדה באכל האש את חמשים ומאתים איש ויהיו לנס:
וואס זאגן די מפרשים אויף דעם? איך האב געטראפן פיר מהלכים
1) די גמרא אין סנהדרין זאגט: במתניתא תנא קרח מן השרופין ומן הבלועין מן הבלועים דכתיב ותבלע אותם ואת קרח מן השרופין דכתיב ואש יצאה מאת ה' ותאכל את חמשים ומאתים איש וקרח בהדייהו.
2) די אבן עזרא שרייבט: ופירוש פסוק ואת קרח איננו דבק עם ותבלע אותם, רק עם במות העדה.
3) ר"י בכור שור שרייבט: והא דכתיב ותבלע אותם ואת קרח במות העדה – כיון שנבלע אהלו וכל אשר לו קורא אותו נבלע.
4) נאך א פשט זאגט ער: אי נמי בליעה בלשון מיתה, כמו אזי חיים בלעונו.
כמובן זענען אלע תירוצים שטומפיג, די ערשטע איז פשוט מאדנע אז איינער זאל שטארבן צוויי מאל, און אויב איז ער שוין געשטארבן פון די שריפה וואס איז די רבותא אז ער איז נאכדעם געווארן איינגעשלינגען? אויך אין פסוק זעהט אויס אז די שריפה איז געווען נאך די בליעה.
בכלל זענען אזעלכע סארט מהלכים פראבלעמאטיש, אויב די פסוק וויל פארציילן אז ער איז געווארן פארברענט און נאכדעם איינגעשלינגען זאל ער עס קלאר זאגן. אבער ווען איין פלאץ שטייט איין זאך און ערגעץ אנדערש שטייט א צווייטע זאך, איז דאס פשוט א געשמאקע וועג זיך ארויסצודרייען פון די סתירה
די תירוץ פונעם אבע"ז נעמט אינגאנצן ארויס די פסוק אין פ' פינחס פון משמעות, ואת קורח גייט זיכער אויף ארויף
די ערשטע תירוץ פונעם ר"י בכור שור איז נאך מסתם די בעסטע (יש"ר און שד"ל גייען מיט דעם), אבער למעשה שטייט אין פסוק קורח, און צוזאגן אז עס מיינט די רכוש קורח איז א סטרעטש
די צווייטע תירוץ זיינע איז זייער נאריש, אין די קאנטעקסט דא אין פסוק זעהט מען קלאר מ'רעדט פון די בליעה פון פתיחת הארץ
נו? וואס איז די תירוץ? תיק"ו
און ווייטער אין פרשת פנחס פסוק י' ותפתח הארץ את פיה ותבלע אותם ואת קורח במות העדה באכול האש את החמשים ומאתים איש וגו' דא פארציילט די תורה פינקטלעך וויאזוי ס'געשעהן אז די ערד האט יעדן וואס איז געווען אינוואלווד אפילו די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די מגפה אויך איינגעשלינגן
איי אויב אזוי, דאמאלטס פארוואס נאך די גאנצע מעשה וואס די תורה פארציילט וועגן די ערד עפענען הערשט דעמאלטס אין פסוק ל"ה פארציילט די תורה וועגן די פייער וואס האט פארברענט די צוויי הונדערט און פופציג כאילו ס'זענען צוויי עקסטערע זאכן?? דאס קען זיין ווייל די תורה שרייבט קודם אראפ די גאנצע דערציילונג ווי משה רבינו האט זיי געווארענט וועגן עפעס נייע מין בריאה פון טויט ווי די ערד גייט זיך עפענען און אריינשלינגן יעדן וואס איז אינוואלווד, ענדיגט די תורה צו, און נאכדעם דערציילט די תורה די אנדערע חלק פון די פייער. אין מוקדם ומאוחר בתורה, ודיברה תורה כלשון בני אדם.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
ואת כל האדם אשר לקורח מיינט נישט די ר"נ איש נאר זיינע ווייבער, עבדים ושפחות וכדו'. און די פסוק דא אין פינחס זאגט אז די ערד האט איינגעשלינגען זיי [דתן ואבירם] און קורח "ווען" די געמיינדע איז געשטארבן "ווען" די פייער האט פארברענט די ר"נ איש. קיינער זאגט נישט אז די ר"נ איש זענען געווארן איינגעשלינגען. דיין ביאור האט נאך אסאך שוועריגקייטן אבער כעת די בזהדער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'זעה נישט פארוואס די ערשטע תירץ איז שטימפיג? קורח איז געווען מן השרופים ס'טייטש ער איז געשטארבן אין די מגפה מיט די אנדערע צוויי הונדערט און פופציג ווי דער פסוק זאגט אין פרשת קורח און דערנאך איז ער געווארן איינגעשלינגן מיט אלע אנדערע וואס זענען געווארן איינגעשלינגן ואת כל האדם אשר לקורח ואת כל הרכוש.
און ווייטער אין פרשת פנחס פסוק י' ותפתח הארץ את פיה ותבלע אותם ואת קורח במות העדה באכול האש את החמשים ומאתים איש וגו' דא פארציילט די תורה פינקטלעך וויאזוי ס'געשעהן אז די ערד האט יעדן וואס איז געווען אינוואלווד אפילו די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די מגפה אויך איינגעשלינגן
איי אויב אזוי, דאמאלטס פארוואס נאך די גאנצע מעשה וואס די תורה פארציילט וועגן די ערד עפענען הערשט דעמאלטס אין פסוק ל"ה פארציילט די תורה וועגן די פייער וואס האט פארברענט די צוויי הונדערט און פופציג כאילו ס'זענען צוויי עקסטערע זאכן?? דאס קען זיין ווייל די תורה שרייבט קודם אראפ די גאנצע דערציילונג ווי משה רבינו האט זיי געווארענט וועגן עפעס נייע מין בריאה פון טויט ווי די ערד גייט זיך עפענען און אריינשלינגן יעדן וואס איז אינוואלווד, ענדיגט די תורה צו, און נאכדעם דערציילט די תורה די אנדערע חלק פון די פייער. אין מוקדם ומאוחר בתורה, ודיברה תורה כלשון בני אדם.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
(אגב, אין מוקדם ומאוחר בתורה, און דיברה תורה כלשון בני אדם זענען נישט היינו הך)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
לייג צו די פסוק (דברים יא, ו) וַֽאֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֜ה לְדָתָ֣ן וְלַֽאֲבִירָ֗ם בְּנֵ֣י אֱלִיאָב֮ בֶּן־רְאוּבֵן֒ אֲשֶׁ֨ר פָּֽצְתָ֤ה הָאָ֨רֶץ֙ אֶת־פִּ֔יהָ וַתִּבְלָעֵ֥ם וְאֶת־בָּֽתֵּיהֶ֖ם וְאֶת־אָֽהֳלֵיהֶ֑ם וְאֵ֤ת כָּל־הַיְקוּם֙ אֲשֶׁ֣ר בְּרַגְלֵיהֶ֔ם בְּקֶ֖רֶב כָּל־יִשְׂרָאֵֽל. דא זאגט ער נאר אז דתן ואבירם זענען איינגעשלינגען געווארן.
דארט אין סנהדרין איז דא נאך שיטה שלא היה מן הנבלעין ולא מן הנשרפין. (ער וועט אויך דארפן נוצן א דוחק תירוץ ליישב הפסוק בפרשת פנחס).
אגב, (נישט אז עס מאכט עס מער מסתבר), די מדרש תנחומא (קרח, סימן ט) איז מסביר וויאזוי עס האט געארבייט די קרח מן הבלועין והנשרפין.
והא לך לשונו, ואש יצאה מאת ה' וגו', אלו היו נבלעים ואלו היו נשרפין, וקרח עומד בין השרופים, שאמר לו משה: ואתה ואהרן איש מחתתו. וקרח לקה יותר מכלם, שנשרף ונבלע. ולמה נעשה בו שני דינין? שאילו נשרף ולא נבלע, הרי הבלועים מתרעמין ואומרים: שלא הביא עלינו את כל הפורעניות הזה אלא קרח, והרי הן נבלעין וקרח ניצול. ואילו נבלע ולא נשרף, היו השרופים מתרעמין ואומרין: שלא הביא עלינו את הפורעניות הזה אלא קרח, והרי הן נשרפין והוא ניצול. לפיכך נדון בשני מיתות. להט האש תחילה לעיני כל השרופים, בידו הייתה המחתה והקטרת בה, וקפלתו האש ככדור, והאש מגלגלת בו עד שהביאתו לפי הארץ לבין הבלועים, שנאמר: ותפתח הארץ את פיה וגו':
די פנים יפות וויל זאגן אז קרח שהיה עם השרופים לא נבלע עד יום המחרת בעידן ריתחא של הנגף.

- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
גאלדענע, פון די פסוק אין פרשת פנחס איז קלאר משמע אז די 250 איש זענען נישט איינגעשלינגען געווארן אין דר'ערד.דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: אין פרשת פנחס פסוק י' ותפתח הארץ את פיה ותבלע אותם ואת קורח במות העדה באכול האש את החמשים ומאתים איש וגו' דא פארציילט די תורה פינקטלעך וויאזוי ס'געשעהן אז די ערד האט יעדן וואס איז געווען אינוואלווד אפילו די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וואס זענען געשטארבן אין די מגפה אויך איינגעשלינגן.
דיברה תורה כלשון בני אדם.
זע די לשון הפסוקים:
וּבְנֵ֣י אֱלִיאָ֔ב נְמוּאֵ֖ל וְדָתָ֣ן וַאֲבִירָ֑ם הֽוּא־דָתָ֨ן וַאֲבִירָ֜ם קְרִיאֵ֣י הָעֵדָ֗ה אֲשֶׁ֨ר הִצּ֜וּ עַל־מֹשֶׁ֤ה וְעַֽל־אַהֲרֹן֙ בַּעֲדַת־קֹ֔רַח בְּהַצֹּתָ֖ם עַל־ה'׃ וַתִּפְתַּ֨ח הָאָ֜רֶץ אֶת־פִּ֗יהָ וַתִּבְלַ֥ע אֹתָ֛ם וְאֶת־קֹ֖רַח בְּמ֣וֹת הָעֵדָ֑ה בַּאֲכֹ֣ל הָאֵ֗שׁ אֵ֣ת חֲמִשִּׁ֤ים וּמָאתַ֙יִם֙ אִ֔ישׁ וַיִּהְי֖וּ לְנֵֽס׃
זאגסט דברה תורה כלשון בני אדם... אויב איז די מעשה געווען לויט ווי דו זאגסט, אז אלע (דתן ואבירם, קרח, און די 250 איש) זענען סיי פארברענט געווארן און סיי איינגעשלינגען געווארן, דאן פארוואס צוטיילט עס די פסוק? די פסוק זאגסט אז דתן ואבירם מיט קרח זענען איינגעשלינגען געווארן 'אינדערצייט' וואס די 250 איז זענען פארברענגט געווארן.
לויט דיין ווערסיע אין די מעשה וואלט געדאפט צו שטיין אזוי:
וַתִּפְתַּ֨ח הָאָ֜רֶץ אֶת־פִּ֗יהָ וַתִּבְלַ֥ע אֹתָ֛ם וְאֶת־קֹ֖רַח "ו"אֵ֣ת חֲמִשִּׁ֤ים וּמָאתַ֙יִם֙ אִ֔ישׁ ואכל אֹתָ֛ם הָאֵ֗שׁ בְּמ֣וֹת הָעֵדָ֑ה וַיִּהְי֖וּ לְנֵֽס׃
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 385
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל
אור החיים הק׳ על דברים לד פסוק ו׳
עד היום הזה. הם דברי ה' שהיה אומר ומשה כותב, וכמו כן מאמרים הקודמים לזה וימת שם משה ויקבור אותו:
וראיתי להרב רבי אברהם בן עזרא שכתב שיהושע כתב כן, ואין ראוי לכתוב כדברים האלה בפשטי הכתובים שמשה לא השלים הספר תורה כשמסרו ללווים, שבאזני שמעתי מבני עמנו מסתבכים בדבר זה ומסתעפים מזה כפירה בתורה, וזו היא טענת העכו"ם שמבני ישראל תיקנו המכתב ונמצא בה מה שלא היה ולא היה מה שהיה, וישתקע הדברים ודומיהם הסבי עיניך מנגדם, והעיקר שכל הספר תורה כתבו משה וכאומרם (בבא בתרא דף טו.) השלימו בדמע:
עד היום הזה. הם דברי ה' שהיה אומר ומשה כותב, וכמו כן מאמרים הקודמים לזה וימת שם משה ויקבור אותו:
וראיתי להרב רבי אברהם בן עזרא שכתב שיהושע כתב כן, ואין ראוי לכתוב כדברים האלה בפשטי הכתובים שמשה לא השלים הספר תורה כשמסרו ללווים, שבאזני שמעתי מבני עמנו מסתבכים בדבר זה ומסתעפים מזה כפירה בתורה, וזו היא טענת העכו"ם שמבני ישראל תיקנו המכתב ונמצא בה מה שלא היה ולא היה מה שהיה, וישתקע הדברים ודומיהם הסבי עיניך מנגדם, והעיקר שכל הספר תורה כתבו משה וכאומרם (בבא בתרא דף טו.) השלימו בדמע:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
גאר מאדנע, דארט אין די גמרא וואס ער צייכנט צו איז דאך דא א מחלוקה איבער די שמונה פסוקים שבתורה וואס לויט איין דיעה יהושע כתבם. און דא האט ער טענות אויפן אבן עזרא? ועי' כאןcictim האט געשריבן:אור החיים הק׳ על דברים לד פסוק ו׳
עד היום הזה. הם דברי ה' שהיה אומר ומשה כותב, וכמו כן מאמרים הקודמים לזה וימת שם משה ויקבור אותו:
וראיתי להרב רבי אברהם בן עזרא שכתב שיהושע כתב כן, ואין ראוי לכתוב כדברים האלה בפשטי הכתובים שמשה לא השלים הספר תורה כשמסרו ללווים, שבאזני שמעתי מבני עמנו מסתבכים בדבר זה ומסתעפים מזה כפירה בתורה, וזו היא טענת העכו"ם שמבני ישראל תיקנו המכתב ונמצא בה מה שלא היה ולא היה מה שהיה, וישתקע הדברים ודומיהם הסבי עיניך מנגדם, והעיקר שכל הספר תורה כתבו משה וכאומרם (בבא בתרא דף טו.) השלימו בדמע:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
ווי אזוי טייטשט מען די ווערטער אויף אידיש:
ותצלח עליו רוח אלקים (אדער רוח ה'), וואס ווערט דערמאנט פיל מאל אין ספר שופטים, און אויך אין ספר שמואל.
ווי אזוי טייטשט מען אויף אידיש דאס ווארט "ותצלח"?
...
נאך א שאלה:
ווי אזוי טיישטט מען די ווערטער:
וילכד שבט יהודה.... וילכד משפחת הזרחי... וילכד זבדי...
אויך אין ספר שמואל - וילכד משפחת המטרי...
ווי אזוי טיישטט מען אויף אידיש דאס ווארט "וילכד"?
ותצלח עליו רוח אלקים (אדער רוח ה'), וואס ווערט דערמאנט פיל מאל אין ספר שופטים, און אויך אין ספר שמואל.
ווי אזוי טייטשט מען אויף אידיש דאס ווארט "ותצלח"?
...
נאך א שאלה:
ווי אזוי טיישטט מען די ווערטער:
וילכד שבט יהודה.... וילכד משפחת הזרחי... וילכד זבדי...
אויך אין ספר שמואל - וילכד משפחת המטרי...
ווי אזוי טיישטט מען אויף אידיש דאס ווארט "וילכד"?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
וילכד איז טייטש "פארכאפט"צפת האט געשריבן:ווי אזוי טייטשט מען די ווערטער אויף אידיש:
ותצלח עליו רוח אלקים (אדער רוח ה'), וואס ווערט דערמאנט פיל מאל אין ספר שופטים, און אויך אין ספר שמואל.
ווי אזוי טייטשט מען אויף אידיש דאס ווארט "ותצלח"?
...
נאך א שאלה:
ווי אזוי טיישטט מען די ווערטער:
וילכד שבט יהודה.... וילכד משפחת הזרחי... וילכד זבדי...
אויך אין ספר שמואל - וילכד משפחת המטרי...
ווי אזוי טיישטט מען אויף אידיש דאס ווארט "וילכד"?
ותצלח איז אביסל שווער, עס איז א לשון פון אויספירן, גיין ביז צום סוף, אנקומען צום ציל. איך וואלט עס געטייטשט "עס האט אים דורכגענומען/איבערגענומען א גייסט פון גאט"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ביקורת ותירוצים אויף די פסוקים פון נבילות וטריפות
איינע פון די פלעצער וואס די מבקרים כאפן זיך ארויף דערויף איז אויף די פסוקי התורה וואס רעדן וועגן די איסור פון נבילה וטריפה.
די איסור פון 'טריפה' ווערט געברענגט אין שמות כב, ל; וְאַנְשֵׁי קֹדֶשׁ תִּהְיוּן לִי וּבָשָׂר בַּשָּׂדֶה טְרֵפָה לֹא תֹאכֵלוּ לַכֶּלֶב תַּשְׁלִכוּן אֹתוֹ. אן אפענע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין טריפה פלייש. די איסור פון 'נבילה' שטייט אין דברים יד, כא; לֹא תֹאכְלוּ כָל-נְבֵלָה לַגֵּר אֲשֶׁר-בִּשְׁעָרֶיךָ תִּתְּנֶנָּה וַאֲכָלָהּ, אוֹ מָכֹר לְנָכְרִי--כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה, לַה' אֱלֹקיךָ; ווידער א קלארע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין נבילה.
דאס איז אין ספר שמות און אין ספר דברים, אבער ווען מען כאפט א בליק אין ספר ויקרא זעט מען א שטיקל אנדערע בילד, עס זעט שטארק אויס אז די גאנצע איסור פון עסן נבילות וטריפות איז בלויז א טומאה וטהרה פראבלעם, און איז דעריבער נאר אסור פאר כהנים, משא"כ ישראלים וואס מעגן ווערן טמא, זעט אויס ווי ס'נישט קיין איסור צו עסן נבילות וטריפות.
דאס קען מען מדייק זיין פון עטליכע מקומות דורכאויס ספר ויקרא, לאמיר כאפן א בליק אויף די פסוקים און אליינס זען.
קודם לאמיר געבן א קוק אין פרק יא, ווי די תורה רעכנט אויס די גאנצע ליסטע און תנאים פון 'כשר'ע' און 'נישט כשר'ע' חיות ובהמות, פישן, פייגלעך, און שרצים. שרייבט די תורה אזוי פסוק לט:
וכִי יָמוּת מִן-הַבְּהֵמָה, אֲשֶׁר-הִיא לָכֶם לְאָכְלָה--הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָהּ, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. מ וְהָאֹכֵל, מִנִּבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב; וְהַנֹּשֵׂא, אֶת-נִבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
די תורה שרייבט אז אויב עסט מען נבילה פון א כשר'ע בהמה, ווערט מען טמא... ער דערמאנט בכלל נישט אז ס'איז אסור צו עסן...
וועט מען וועלן זאגן, אז די תורה איז נישט נחית דא צום איסור פון עסן, ער דערמאנט נאר די חלק פון טומאה. אבער אויב אזוי ווערט שווער אז ווען מען קוקט צוריק אין די גאנצע פרשה ווען ער רעדט פון נישט כשר'ע באשעפענישן, דערמאנט ער קיינמאל דער חלק אז אויב מען עסט דערפון ווערט מען טמא. עס זעט שטארק אויס אז די סיבה דערצו איז ווייל עס פעלט נישט אויס צו זאגן, ווייל ס'איז דאך ממילא אסור צו עסן... משא"כ נבילה פון א כשר'ע בהמה איז יא מותר צו עסן, און דעריבער מוז די תורה זיך באווארענען אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא.
זע למשל פסוק כד, ווען ער רעדט וועגן שרץ העוף:
וּלְאֵלֶּה, תִּטַּמָּאוּ; כָּל-הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָם, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. כה, וְכָל-הַנֹּשֵׂא, מִנִּבְלָתָם--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
קיין ווארט וועגן טומאה אויב מען עסט עס... ווייל ס'איז דאך אסור באכילה בכל אופן. אזוי אויך אין די גאנצע פרשה דערמאנט ער נישט קיין טומאה פון עסן חיות אדער בהמות וואס מען טאר סייווי נישט עסן.
עס זעט ווייטער שטארק אויס, אז די תורה האט א פראבלעם מיט די 'חלב' פון נבילות וטריפות, אבער די פלייש אליין מעג מען יא עסן, ווען נישט, דארף דאך עס נישט די תורה עקטער ארויסשרייבן, ס'איז דאך נכלל אין די איסור פון נבילה וטריפה...
יג וְאִישׁ אִישׁ מִבְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וּמִן-הַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם, אֲשֶׁר יָצוּד צֵיד חַיָּה אוֹ-עוֹף, אֲשֶׁר יֵאָכֵל--וְשָׁפַךְ, אֶת-דָּמוֹ, וְכִסָּהוּ, בֶּעָפָר. יד כִּי-נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר, דָּמוֹ בְנַפְשׁוֹ הוּא, וָאֹמַר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, דַּם כָּל-בָּשָׂר לֹא תֹאכֵלוּ: כִּי נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר דָּמוֹ הִוא, כָּל-אֹכְלָיו יִכָּרֵת. טו וְכָל-נֶפֶשׁ, אֲשֶׁר תֹּאכַל נְבֵלָה וּטְרֵפָה, בָּאֶזְרָח, וּבַגֵּר: וְכִבֶּס בְּגָדָיו וְרָחַץ בַּמַּיִם, וְטָמֵא עַד-הָעֶרֶב--וְטָהֵר. טז וְאִם לֹא יְכַבֵּס, וּבְשָׂרוֹ לֹא יִרְחָץ--וְנָשָׂא, עֲוֺנוֹ.
א סקונדע פריער זאגט ער גאר שארף אז מען טאר נישט עסן קיין בלוט, און אויב יא באקומט מען כרת, און א רגע שפעטער רעדט ער מיט אזא גלייכגילטיגקייט וועגן עסן נבילות וטריפות. ער זאגט נאר אז אויב עסט מען נבילות וטריפות זאל מען זיך וואשן די קליידער, גיין אין מקוה, ווארטן ביז ביינאכט... און... ער ווערט טהור... דעסט איט...! און די נעקסטע פסוק פירט אויס; און אויב וועט ער זיך נישט מטהר זיין, ערשט דעמאלטס 'ונשא עונו'! וואס גייט דא פאר? ער האט דאך לכאורה שוין אן עבירה בלויז פונעם עסן די נבילה וטריפה?
וואס גייט דא פאר? עס איז דאך אן איסור פאר גאנץ כלל ישראל צו עסן נבילות וטריפות? טענה'ן די מבקרים אז דער שרייבער פון ספר ויקרא האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז בכלל נישט קיין איסור נאר א טומאה פראבלעם... און ממילא איז עס נאר אסור פאר כהנים צו עסן. ווידערום די שרייבערס פון שמות און דברים האבן יא געהאלטן אז ס'איז אן איסור צו עסן.
די מבקרים ברענגען אויך צי דער פסוק אין יחזקאל פרק מד, פסוק לא: כָּל-נְבֵלָה וּטְרֵפָה, מִן-הָעוֹף וּמִן-הַבְּהֵמָה--לֹא יֹאכְלוּ, הַכֹּהֲנִים. זיי טענה'ן אז דאס איז דער זעלבער שרייבער פון ספר ויקרא וואס האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז נאר אן איסור פאר כהנים.
קודם כל לאמיר מקדים זיין אן הקדמה, וואס וועט זיין וויכטיג שפעטער צו פארשטיין די תירוצים.
דאס אז נבילה וטריפה איז אסור צו עסן, שטייט דאך שוין אין שמות און דברים, און היות די תורה איז דאך יא געשריבן געווארן דורך איין שרייבער דארף ער עס נישט איבערשרייבן נאכאמאל אין ספר ויקרא. נאר דאס אז די תורה שרייבט יא דערוועגן אין ויקרא איז בלויז צו מחדש זיין געוויסע הלכות דערינען.
יעצט לאמיר דורכגיין די אלע דיוקים איינס ביי איינס און זיי פראבירן צו פארענטפערן דאס בעסטע וואס שייך.
די ערשטע דיוק איז געווען אין פרק יא, ווי ער דערמאנט אז מען ווערט טמא אויב עסט מען נבילה. אוודאי איז עס טאקע יא אסור צו עסן, נאר היות דא אין די פרשה דערמאנט ער אויך וועגן די דיני טומאה וואס געשעען ווען מען טראגט אדער רירט אן די די טויטע טמא'נע חיות, דערמאנט ער אויך וועגן די טומאה פון טויטע כשר'ע חיות. און ער דערמאנט בתוך הדברים אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא. איי פארוואס דערמאנט ער דאס נאר ביי נבילה פון כשר'ע חיות און נישט ביי נבילה פון טמא'נע חיות? זייער פשוט! טמא'נע חיות זענען מענטשן ממילא מובדל פון דעם און מען עסט עס קיינמאל נישט, דערפאר וועט מען זיך נישט פארגעסן און עסן דערפון, און וועגן דעם דארף נישט די תורה שרייבן אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא, משא"כ נבילה פון כשר'ע בהמות, וואס איז מער שכיח אז מענטשן זאלן פון דעם עסן, אויף דעם דארף די תורה שרייבן אז דער וואס עסט דערפון ווערט טמא.
כנלע"ד לפרש...
איי פארוואס דארף עקסטער שטיין אז חלב פון נבילות וטריפות איז אסור? ס'איז דאך לכאורה נכלל אינעם איסור פון עסן נבילות וטריפות בכלליות? אויף דעם קען מען זאגן צוויי תירוצים.
קודם קען מען זאגן, אז עס וואלט נישט געווען ממש פשוט אז עס גייט אריין אין די גדר פון איסור נבילה וטריפה. מען וואלט געקענט לערנען אז די איסור איז נאר אויף די פלייש, אבער נישט אויף די חלב. דהיינו אויב שחט מען א בהמה און עס קומט אויס כשר, דאן איז מותר צו עסן די פלייש, און די חלב איז אסור (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כ"ג.) אבער אויב ווערט א בהמה נבילה אדער טריפה, דאן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער יא די חלב. (דהיינו א כשר'ע שחיטה איז סיי מתיר די פלייש און סיי אוסר די חלב) אויף דעם קומט די תורה דאס אויסצושליסן און קלארט אויס אז חלב פון נבילות וטריפות איז אויך אסור.
אדער קען מען ענטפערן די תירוץ וואס די גמרא ענטפערט אויף דעם אין חולין לז. כלשונו: "וחלב נבלה וחלב טרפה יעשה לכל מלאכה ואכל לא תאכלוהו" ואמר מר, למאי הלכתא? אמרה התורה יבא איסור נבלה ויחול על איסור חלב יבא איסור טרפה ויחול על איסור חלב. עכ"ל
פשט איז, סתם אזוי וואלט די איסור פון נבילה וטריפה נישט חל געווען אויפן חלב, ווייל חלב איז דאך שוין אסור פון פריער, און מיר ווייסן דאך אז אין איסור חל על איסור. אויף דעם קומט אן עקסטערע פסוק ארויפצולייגן אז עס וועט דא יא חל זיין די איסור, און דער וואס עסט דאס וועט עובר זיין צוויי לאווין.
דאס קומט נישט אויסצושליסן אז פריער האט ער נישט געהאט קיין עוון פונעם עסן אליינס, אוודאי איז דא אן עוון בלויז פונעם עסן, ווי עס שטייט שוין אין ספר שמות און דברים. דא רעדט מען אבער בלויז וועגן די חלק העוון פון די טומאה אויב גייט יענער נאכדעם און עסט קדשים אדער גייט אריין אינעם בית המקדש אן זיך וואשן פון פריער. (וואס על כרחך רעדט די תורה אויף אזא פאל, ווייל מען רעדט דאך דא צו ישראלים, וואס ס'איז דאך נישט אסור פאר זיי צו ווערן טמאה סתם אזוי)
דא מוז מען אנמערקן, אז די פסוקים דא זענען דאך לכאורה סתם איבריג, ווייל אויבן אין קאפיטל י"א פסוק מ, שטייט דאך שוין געשריבן אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא? מען וואלט געקענט ענטפערן אז דא ווערט נתחדש אז ער אליין מוז זיך טובל'ען, וואס דאס שטייט נישט דארטן, עס ווערט נאר דערמאנט דארט וועגן וואשן די קליידער. (הגם מען וואלט געקענט ווייטער פרעגן אז עס פעלט נישט אויס די גאנצע חזרת הפסוקים, מען וואלט געקענט אריינלייגן און יענע פסוק אויך וועגן זיך טובל'ען.) אבער למעשה זאגן שוין חז"ל א גאנצע פשט אז די פסוקים דא רעדן זיך וועגן נבלות עוף טהור, און עס איז דא צו מחדש זיין טומאת בית הבלועה... מיר וועלן נישט אריינגיין אין דעם יעצט ווייל ס'איז נישט קיין חלק פונעם נושא... כ'ברענג עס נאר ארויף אז מען זאל וויסן דערפון.
האבן מיר שוין פארענטפערט די פסוק אין יחזקאל אויך מיט דעם תירוץ...! צוויי פייגלעך מיט איין שאס!
אבער די בעסטע און שטערסקטע תירוץ פאר די אלע קשיות, איז דאס וואס די גמרא זאגט אויך דארטן אין מנחות; (שם) א"ר יוחנן: פרשה זו, אליהו עתיד לדורשה!!!
יה"ר שנזכה ונראה במהרה בימינו אמן.
די איסור פון 'טריפה' ווערט געברענגט אין שמות כב, ל; וְאַנְשֵׁי קֹדֶשׁ תִּהְיוּן לִי וּבָשָׂר בַּשָּׂדֶה טְרֵפָה לֹא תֹאכֵלוּ לַכֶּלֶב תַּשְׁלִכוּן אֹתוֹ. אן אפענע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין טריפה פלייש. די איסור פון 'נבילה' שטייט אין דברים יד, כא; לֹא תֹאכְלוּ כָל-נְבֵלָה לַגֵּר אֲשֶׁר-בִּשְׁעָרֶיךָ תִּתְּנֶנָּה וַאֲכָלָהּ, אוֹ מָכֹר לְנָכְרִי--כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה, לַה' אֱלֹקיךָ; ווידער א קלארע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין נבילה.
דאס איז אין ספר שמות און אין ספר דברים, אבער ווען מען כאפט א בליק אין ספר ויקרא זעט מען א שטיקל אנדערע בילד, עס זעט שטארק אויס אז די גאנצע איסור פון עסן נבילות וטריפות איז בלויז א טומאה וטהרה פראבלעם, און איז דעריבער נאר אסור פאר כהנים, משא"כ ישראלים וואס מעגן ווערן טמא, זעט אויס ווי ס'נישט קיין איסור צו עסן נבילות וטריפות.
דאס קען מען מדייק זיין פון עטליכע מקומות דורכאויס ספר ויקרא, לאמיר כאפן א בליק אויף די פסוקים און אליינס זען.
קודם לאמיר געבן א קוק אין פרק יא, ווי די תורה רעכנט אויס די גאנצע ליסטע און תנאים פון 'כשר'ע' און 'נישט כשר'ע' חיות ובהמות, פישן, פייגלעך, און שרצים. שרייבט די תורה אזוי פסוק לט:
וכִי יָמוּת מִן-הַבְּהֵמָה, אֲשֶׁר-הִיא לָכֶם לְאָכְלָה--הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָהּ, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. מ וְהָאֹכֵל, מִנִּבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב; וְהַנֹּשֵׂא, אֶת-נִבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
די תורה שרייבט אז אויב עסט מען נבילה פון א כשר'ע בהמה, ווערט מען טמא... ער דערמאנט בכלל נישט אז ס'איז אסור צו עסן...
וועט מען וועלן זאגן, אז די תורה איז נישט נחית דא צום איסור פון עסן, ער דערמאנט נאר די חלק פון טומאה. אבער אויב אזוי ווערט שווער אז ווען מען קוקט צוריק אין די גאנצע פרשה ווען ער רעדט פון נישט כשר'ע באשעפענישן, דערמאנט ער קיינמאל דער חלק אז אויב מען עסט דערפון ווערט מען טמא. עס זעט שטארק אויס אז די סיבה דערצו איז ווייל עס פעלט נישט אויס צו זאגן, ווייל ס'איז דאך ממילא אסור צו עסן... משא"כ נבילה פון א כשר'ע בהמה איז יא מותר צו עסן, און דעריבער מוז די תורה זיך באווארענען אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא.
זע למשל פסוק כד, ווען ער רעדט וועגן שרץ העוף:
וּלְאֵלֶּה, תִּטַּמָּאוּ; כָּל-הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָם, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. כה, וְכָל-הַנֹּשֵׂא, מִנִּבְלָתָם--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
קיין ווארט וועגן טומאה אויב מען עסט עס... ווייל ס'איז דאך אסור באכילה בכל אופן. אזוי אויך אין די גאנצע פרשה דערמאנט ער נישט קיין טומאה פון עסן חיות אדער בהמות וואס מען טאר סייווי נישט עסן.
*
יעצט לאמיר זיך ריקן צו א פרישע פרק, ויקרא פרק ז' פסוק כב , דא זעט מען אז די תורה אסר'ט צו עסן 'חלב' פון נבילות וטריפות... זע די פסוקים. וַיְדַבֵּר ה', אֶל-מֹשֶׁה לֵּאמֹר. כג דַּבֵּר אֶל-בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לֵאמֹר: כָּל-חֵלֶב שׁוֹר וְכֶשֶׂב, וָעֵז--לֹא תֹאכֵלוּ. כד וְחֵלֶב נְבֵלָה וְחֵלֶב טְרֵפָה, יֵעָשֶׂה לְכָל-מְלָאכָה; וְאָכֹל, לֹא תֹאכְלֻהוּ.עס זעט ווייטער שטארק אויס, אז די תורה האט א פראבלעם מיט די 'חלב' פון נבילות וטריפות, אבער די פלייש אליין מעג מען יא עסן, ווען נישט, דארף דאך עס נישט די תורה עקטער ארויסשרייבן, ס'איז דאך נכלל אין די איסור פון נבילה וטריפה...
*
יעצט לאמיר זיך ווידער אריבערריקן צו א פרישע פרק אין ספר ויקרא. פרק י"ז, פסוק יג:יג וְאִישׁ אִישׁ מִבְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וּמִן-הַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם, אֲשֶׁר יָצוּד צֵיד חַיָּה אוֹ-עוֹף, אֲשֶׁר יֵאָכֵל--וְשָׁפַךְ, אֶת-דָּמוֹ, וְכִסָּהוּ, בֶּעָפָר. יד כִּי-נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר, דָּמוֹ בְנַפְשׁוֹ הוּא, וָאֹמַר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, דַּם כָּל-בָּשָׂר לֹא תֹאכֵלוּ: כִּי נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר דָּמוֹ הִוא, כָּל-אֹכְלָיו יִכָּרֵת. טו וְכָל-נֶפֶשׁ, אֲשֶׁר תֹּאכַל נְבֵלָה וּטְרֵפָה, בָּאֶזְרָח, וּבַגֵּר: וְכִבֶּס בְּגָדָיו וְרָחַץ בַּמַּיִם, וְטָמֵא עַד-הָעֶרֶב--וְטָהֵר. טז וְאִם לֹא יְכַבֵּס, וּבְשָׂרוֹ לֹא יִרְחָץ--וְנָשָׂא, עֲוֺנוֹ.
א סקונדע פריער זאגט ער גאר שארף אז מען טאר נישט עסן קיין בלוט, און אויב יא באקומט מען כרת, און א רגע שפעטער רעדט ער מיט אזא גלייכגילטיגקייט וועגן עסן נבילות וטריפות. ער זאגט נאר אז אויב עסט מען נבילות וטריפות זאל מען זיך וואשן די קליידער, גיין אין מקוה, ווארטן ביז ביינאכט... און... ער ווערט טהור... דעסט איט...! און די נעקסטע פסוק פירט אויס; און אויב וועט ער זיך נישט מטהר זיין, ערשט דעמאלטס 'ונשא עונו'! וואס גייט דא פאר? ער האט דאך לכאורה שוין אן עבירה בלויז פונעם עסן די נבילה וטריפה?
*
יעצט לאמיר כאפן א בליק וואס די תורה זאגט אין פרק כב, דאס איז אין פרשת אמור וואו די תורה שרייבט די הלכות וואס זענען ספעציעל פאר כהנים, און ווי די פרשה הייבט זיך טאקע אן דארטן פסוק א: וַיְדַבֵּר ה', אֶל-מֹשֶׁה לֵּאמֹר. ב דַּבֵּר אֶל-אַהֲרֹן וְאֶל-בָּנָיו וכ'... יעצט כאפ א בליק אין פסוק ח' נְבֵלָה וּטְרֵפָה לֹא יֹאכַל, לְטָמְאָה-בָה, אֲנִי, ה': די תורה ווארנט אן פאר כהנים אז זיי טארן נישט עסן קיין נבילות וטריפות!!!וואס גייט דא פאר? עס איז דאך אן איסור פאר גאנץ כלל ישראל צו עסן נבילות וטריפות? טענה'ן די מבקרים אז דער שרייבער פון ספר ויקרא האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז בכלל נישט קיין איסור נאר א טומאה פראבלעם... און ממילא איז עס נאר אסור פאר כהנים צו עסן. ווידערום די שרייבערס פון שמות און דברים האבן יא געהאלטן אז ס'איז אן איסור צו עסן.
די מבקרים ברענגען אויך צי דער פסוק אין יחזקאל פרק מד, פסוק לא: כָּל-נְבֵלָה וּטְרֵפָה, מִן-הָעוֹף וּמִן-הַבְּהֵמָה--לֹא יֹאכְלוּ, הַכֹּהֲנִים. זיי טענה'ן אז דאס איז דער זעלבער שרייבער פון ספר ויקרא וואס האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז נאר אן איסור פאר כהנים.
*******
איז וויאזוי פארענטפערט מען די אלע פסוקים? לאמיר פראבירן, ובשם השם נעשה ונצליח.קודם כל לאמיר מקדים זיין אן הקדמה, וואס וועט זיין וויכטיג שפעטער צו פארשטיין די תירוצים.
דאס אז נבילה וטריפה איז אסור צו עסן, שטייט דאך שוין אין שמות און דברים, און היות די תורה איז דאך יא געשריבן געווארן דורך איין שרייבער דארף ער עס נישט איבערשרייבן נאכאמאל אין ספר ויקרא. נאר דאס אז די תורה שרייבט יא דערוועגן אין ויקרא איז בלויז צו מחדש זיין געוויסע הלכות דערינען.
יעצט לאמיר דורכגיין די אלע דיוקים איינס ביי איינס און זיי פראבירן צו פארענטפערן דאס בעסטע וואס שייך.
די ערשטע דיוק איז געווען אין פרק יא, ווי ער דערמאנט אז מען ווערט טמא אויב עסט מען נבילה. אוודאי איז עס טאקע יא אסור צו עסן, נאר היות דא אין די פרשה דערמאנט ער אויך וועגן די דיני טומאה וואס געשעען ווען מען טראגט אדער רירט אן די די טויטע טמא'נע חיות, דערמאנט ער אויך וועגן די טומאה פון טויטע כשר'ע חיות. און ער דערמאנט בתוך הדברים אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא. איי פארוואס דערמאנט ער דאס נאר ביי נבילה פון כשר'ע חיות און נישט ביי נבילה פון טמא'נע חיות? זייער פשוט! טמא'נע חיות זענען מענטשן ממילא מובדל פון דעם און מען עסט עס קיינמאל נישט, דערפאר וועט מען זיך נישט פארגעסן און עסן דערפון, און וועגן דעם דארף נישט די תורה שרייבן אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא, משא"כ נבילה פון כשר'ע בהמות, וואס איז מער שכיח אז מענטשן זאלן פון דעם עסן, אויף דעם דארף די תורה שרייבן אז דער וואס עסט דערפון ווערט טמא.
כנלע"ד לפרש...
*
יעצט לאמיר גיין צום נעקסטן דיוק אין פרק ז' ווי די תורה אסר'ט בלויז די 'חלב' פון נבילות וטריפות. די תורה דערמאנט טאקע נישט דא די איסור פון עסן נבילות וטריפות... ווייל נישט דא איז זיין פלאץ. ווי געשריבן אינעם הקדמה, שטייט דאך עס שוין אין שמות און דברים, און עס פעלט נישט אויס איבערצושרייבן. דא רעדט מען בלויז וועגן די איסור פון חלב. איי פארוואס דארף עקסטער שטיין אז חלב פון נבילות וטריפות איז אסור? ס'איז דאך לכאורה נכלל אינעם איסור פון עסן נבילות וטריפות בכלליות? אויף דעם קען מען זאגן צוויי תירוצים.
קודם קען מען זאגן, אז עס וואלט נישט געווען ממש פשוט אז עס גייט אריין אין די גדר פון איסור נבילה וטריפה. מען וואלט געקענט לערנען אז די איסור איז נאר אויף די פלייש, אבער נישט אויף די חלב. דהיינו אויב שחט מען א בהמה און עס קומט אויס כשר, דאן איז מותר צו עסן די פלייש, און די חלב איז אסור (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כ"ג.) אבער אויב ווערט א בהמה נבילה אדער טריפה, דאן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער יא די חלב. (דהיינו א כשר'ע שחיטה איז סיי מתיר די פלייש און סיי אוסר די חלב) אויף דעם קומט די תורה דאס אויסצושליסן און קלארט אויס אז חלב פון נבילות וטריפות איז אויך אסור.
אדער קען מען ענטפערן די תירוץ וואס די גמרא ענטפערט אויף דעם אין חולין לז. כלשונו: "וחלב נבלה וחלב טרפה יעשה לכל מלאכה ואכל לא תאכלוהו" ואמר מר, למאי הלכתא? אמרה התורה יבא איסור נבלה ויחול על איסור חלב יבא איסור טרפה ויחול על איסור חלב. עכ"ל
פשט איז, סתם אזוי וואלט די איסור פון נבילה וטריפה נישט חל געווען אויפן חלב, ווייל חלב איז דאך שוין אסור פון פריער, און מיר ווייסן דאך אז אין איסור חל על איסור. אויף דעם קומט אן עקסטערע פסוק ארויפצולייגן אז עס וועט דא יא חל זיין די איסור, און דער וואס עסט דאס וועט עובר זיין צוויי לאווין.
*
יעצט לאמיר זיך ריקן צום נעקסטן דיוק פון פרק י"ז. דא דארף מען ווידער געדענקן אונזער הקדמה אז די תורה קומט דא נישט רעדן וועגן איסור אכילה, דאס שטייט דאך שוין. (הגם די איסור פון עסן דם שטייט שוין אויך אין אנדערע פלעצער, זע למשל ויקרא ז, כו-כז, און דאך חזר'ט עס די תורה איבער דא ממש א פסוק פריער, אבער דאס איז שוין א פרישע קשיא, אויב עפעס דארף מען גיין פארענטפערן פארוואס דם שטייט יא מער ווי איין מאל.) וואס מען רעדט דא איז בלויז וועגן די הלכות פון טומאה וטהרה פון נבילות וטריפות. די תורה רעדט דא וועגן איינער וואס עסט נבילה וטריפה, און די תורה זאגט אויף דעם אז ער ווערט טמא. אבער זיין טמא אליין איז נאכנישט קיין עבירה, ער קען זיך מטהר זיין פארן עסן קדשים אדער אריינגיין אין בית המקדש. נאר טאמער וועט ער זיך נישט וואשן (און ער וועט אריינגיין אין ביהמ"ק אדער עסן קדשים) נאר דעמאלטס ונשא עונו.דאס קומט נישט אויסצושליסן אז פריער האט ער נישט געהאט קיין עוון פונעם עסן אליינס, אוודאי איז דא אן עוון בלויז פונעם עסן, ווי עס שטייט שוין אין ספר שמות און דברים. דא רעדט מען אבער בלויז וועגן די חלק העוון פון די טומאה אויב גייט יענער נאכדעם און עסט קדשים אדער גייט אריין אינעם בית המקדש אן זיך וואשן פון פריער. (וואס על כרחך רעדט די תורה אויף אזא פאל, ווייל מען רעדט דאך דא צו ישראלים, וואס ס'איז דאך נישט אסור פאר זיי צו ווערן טמאה סתם אזוי)
דא מוז מען אנמערקן, אז די פסוקים דא זענען דאך לכאורה סתם איבריג, ווייל אויבן אין קאפיטל י"א פסוק מ, שטייט דאך שוין געשריבן אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא? מען וואלט געקענט ענטפערן אז דא ווערט נתחדש אז ער אליין מוז זיך טובל'ען, וואס דאס שטייט נישט דארטן, עס ווערט נאר דערמאנט דארט וועגן וואשן די קליידער. (הגם מען וואלט געקענט ווייטער פרעגן אז עס פעלט נישט אויס די גאנצע חזרת הפסוקים, מען וואלט געקענט אריינלייגן און יענע פסוק אויך וועגן זיך טובל'ען.) אבער למעשה זאגן שוין חז"ל א גאנצע פשט אז די פסוקים דא רעדן זיך וועגן נבלות עוף טהור, און עס איז דא צו מחדש זיין טומאת בית הבלועה... מיר וועלן נישט אריינגיין אין דעם יעצט ווייל ס'איז נישט קיין חלק פונעם נושא... כ'ברענג עס נאר ארויף אז מען זאל וויסן דערפון.
*
יעצט צום לעצטן דיוק אין ויקרא כב, וואו ער רעדט צו די כהנים, און ער אסר'ט דווקא זיי צו עסן... זאגט די גמרא פשט אין מנחות מה. (די גמרא ענטפערט עס אויף די פסוק אין יחזקאל וואס מיר האבן אויבן געברענגט, אבער די מפרשים ניצן די זעלבע תירוץ דא אויך) אז בעצם איז טאקע אסור פאר גאנץ כלל ישראל צו עסן נבילת וטריפת, נאר אונז ווייסן דאך אז ביי א קרבן עוף מאכט מען מליקה וואס סתם אזוי וואלט דאס געווען נבילה, און דווקא ביי א קרבן איז עס די תורה מתיר. קומט דאך אויס אז כהנים וואלטן אפשר מזלזל געווען אין די איסור פון נבילה וטריפה, אדער אפשר גאר וואלטן זיי געמיינט אז ס'איז טאקע מותר פאר זיי (מיט א בנין אב פון מליקה) אויף דעם דארף די תורה זיי עקסטער באווארענען נישט צו עסן קיין נבילות וטריפות. האבן מיר שוין פארענטפערט די פסוק אין יחזקאל אויך מיט דעם תירוץ...! צוויי פייגלעך מיט איין שאס!
***
אבער די בעסטע און שטערסקטע תירוץ פאר די אלע קשיות, איז דאס וואס די גמרא זאגט אויך דארטן אין מנחות; (שם) א"ר יוחנן: פרשה זו, אליהו עתיד לדורשה!!!
יה"ר שנזכה ונראה במהרה בימינו אמן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
הערליך!! עטליכע מראה מקומות
לויט חז"ל (ספרי וכעי"ז הובא ברש"י) איז בכלל נישט דא קיין טומאה אויף אכילה, די גאנצע פסוק איז נאר דא צו זאגן אז די שיעור טומאה פאר נגיעה און משא איז די שיעור אכילה דהיינו כזית. אבער כמובן איז דאס נישט כפשוטו כלל
רנ"ה וויזל שרייבט אויף דעם אין נתיבות השלום (ביאור רמ"ד): גם אין דבריו נכונים, כי מה לי בשר נבלה וטרפה מה לי חלבו, והבהמה שנתנבלה נתנבלה כלה, כמו חלב טמאה שדומה באיסור לבשרה.
רד"צ הופמן: ואפילו אחר פירסום האיסור בדברים י״ד:כ״א, היה מקום לחוק זה בשביל אלה שאוכלים נבלה, משום שהחוק חל גם על האוכלים בשוגג וגם לגר שהיה מותר לו לאכול נבלה (אולם השוה י״ז:ט״ו). אגב: גם בפרק ט״ו:כ״ד ניתן חוק לשוכב עם הנידה, אעפ״י שלפי כ׳:י״ח הוא חייב כרת. (הערה: ערבך ערבא צריך)שמן למאור האט געשריבן: קודם לאמיר געבן א קוק אין פרק יא, ווי די תורה רעכנט אויס די גאנצע ליסטע און תנאים פון 'כשר'ע' און 'נישט כשר'ע' חיות ובהמות, פישן, פייגלעך, און שרצים. שרייבט די תורה אזוי פסוק לט:
וכִי יָמוּת מִן-הַבְּהֵמָה, אֲשֶׁר-הִיא לָכֶם לְאָכְלָה--הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָהּ, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. מ וְהָאֹכֵל, מִנִּבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב; וְהַנֹּשֵׂא, אֶת-נִבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
די תורה שרייבט אז אויב עסט מען נבילה פון א כשר'ע בהמה, ווערט מען טמא... ער דערמאנט בכלל נישט אז ס'איז אסור צו עסן...
רמב"ן: והזכיר זה בבהמה טהורה בעבור שיטעה בה אדם ויאכלנה, שיחשוב שהיא שחוטה, ואין דרך לטעות כל כך במינים האסורים, ודרך התורה לדבר בהווה.שמן למאור האט געשריבן:איי פארוואס דערמאנט ער דאס נאר ביי נבילה פון כשר'ע חיות און נישט ביי נבילה פון טמא'נע חיות? זייער פשוט! טמא'נע חיות זענען מענטשן ממילא מובדל פון דעם און מען עסט עס קיינמאל נישט, דערפאר וועט מען זיך נישט פארגעסן און עסן דערפון, און וועגן דעם דארף נישט די תורה שרייבן אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא, משא"כ נבילה פון כשר'ע בהמות, וואס איז מער שכיח אז מענטשן זאלן פון דעם עסן, אויף דעם דארף די תורה שרייבן אז דער וואס עסט דערפון ווערט טמא.
כנלע"ד לפרש...
לויט חז"ל (ספרי וכעי"ז הובא ברש"י) איז בכלל נישט דא קיין טומאה אויף אכילה, די גאנצע פסוק איז נאר דא צו זאגן אז די שיעור טומאה פאר נגיעה און משא איז די שיעור אכילה דהיינו כזית. אבער כמובן איז דאס נישט כפשוטו כלל
אבן עזרא: על כן הזכיר בפרשה הזאת וחלב נבלה וחלב טרפה יעשה לכל מלאכהו ואכל לא תאכלהו, וידוע כי הנבלה והטרפה אסורות, והאסור הוא הבשר. ובעבור שאין החלב קרב על גבי המזבח, שמא יחשוב אדם שהוא מותר, על כן הזהיר ואכל לא תאכלוהושמן למאור האט געשריבן: קודם קען מען זאגן, אז עס וואלט נישט געווען ממש פשוט אז עס גייט אריין אין די גדר פון איסור נבילה וטריפה. מען וואלט געקענט לערנען אז די איסור איז נאר אויף די פלייש, אבער נישט אויף די חלב. דהיינו אויב שחט מען א בהמה און עס קומט אויס כשר, דאן איז מותר צו עסן די פלייש, און די חלב איז אסור (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כ"ג.) אבער אויב ווערט א בהמה נבילה אדער טריפה, דאן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער יא די חלב. (דהיינו א כשר'ע שחיטה איז סיי מתיר די פלייש און סיי אוסר די חלב) אויף דעם קומט די תורה דאס אויסצושליסן און קלארט אויס אז חלב פון נבילות וטריפות איז אויך אסור.
רנ"ה וויזל שרייבט אויף דעם אין נתיבות השלום (ביאור רמ"ד): גם אין דבריו נכונים, כי מה לי בשר נבלה וטרפה מה לי חלבו, והבהמה שנתנבלה נתנבלה כלה, כמו חלב טמאה שדומה באיסור לבשרה.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
די עיקר שוועריגקייט וואס איך האב אויף הלכות טריפות איז אז אין לשון המקרא מיינט א טריפה א פארצוקטע באשעפעניש, ווי ס'שטייט אין פסוק טרוף טורף יוסף, טריפה לא הבאתי אליך, א.א.וו. די פסוק נבילה וטריפה זאגט סך הכל אז מ'זאל נישט עסן א בהמה וואס איז געשטארבן אן שחיטה. איך פארשטיי אז די בבלישע גוים פלעגן נישט עסן בהמות מיט א לאך אין די לונגען און אזויווי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך, מיין קשיא איז נאר פארוואס ווען די משנה האט געזוכט אן אסמכתא אין די תורה פאר'ן (דאן) נייעם אידישן מנהג האט מען זיך עפעס אנגעלייגט אויפ'ן פארצוקטן בהמה, סתם אזוי זיך ארויפגעכאפט אויף א רענדאם ווארט אין די תורה? אויב שוין יא פארוואס האט מען עס נישט געקענט אריינזעצן אין דוכיפת ועטלף? דוכיפת איז צומת הגידין און עטלף איז א סירכא... כ'מיין עפעס א resemblance צום אריגינעלן טייטש דארף עס דאך האבן. איך געדענק נישט נאך אזא סארט טייטש פון חז"ל, אפשר קענען די לומדים דא אנצייגן אן ענליכן דרשה פון חז"ל וואס איך האב פארזעהן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
טריפה מיינט אז די בהמה איז פארציקט געווארן. נבילה איז טייטש אז די בהמה איז סתם אזוי געשטארבן, אדער נישט נשחט געווארן כהלכה ווי די פסוק ברענגט אין דברים י"ב, כ"א, וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך כאשר צוויתיך, ואכלת בשעריך.
די מפרשים זענען מסביר אז א בהמה וואס איז געשטארבן דורכן ווערן נטרף ווערט דאך שוין לכאורה נכלל אינעם איסור האכילה פון נבילה, און דערפאר קומט דער פסוק פון איסור אכילת טריפה אויף צו לערנען אז אפילו די בהמה האט באקומען א מום וואס ער וועט דערפון שטארבן עווענטועל, און מען גייט עס שנעל שחט'ן איז עס אויך אסור באכילה אלס טריפה.
למעשה איז דאס טאקע נאר אויף א בהמה וואס איז פארציקט געווארן פון א צווייטע באשעפעניש וואס דאס איז טאקע די אפטייטש פון טריפה. די מקור האיסור אויף א בהמה וואס מען שחט כהלכה נאר מען טרעפט שפעטער א לאך אין די לינגען, לערנען טאקע חז"ל נישט פון די פסוק פון טריפה נאר פון א צווייטע פסוק. זע חולין מב. ווי די גמרא לערנט עס ארויס פונעם פסוק אין ויקרא יא, ב, וזאת החיה אשר תאכלו; דרש'נט די גמרא, חיה אכול, שאינה חיה לא תיכול, עיי"ש.
די מפרשים זענען מסביר אז א בהמה וואס איז געשטארבן דורכן ווערן נטרף ווערט דאך שוין לכאורה נכלל אינעם איסור האכילה פון נבילה, און דערפאר קומט דער פסוק פון איסור אכילת טריפה אויף צו לערנען אז אפילו די בהמה האט באקומען א מום וואס ער וועט דערפון שטארבן עווענטועל, און מען גייט עס שנעל שחט'ן איז עס אויך אסור באכילה אלס טריפה.
למעשה איז דאס טאקע נאר אויף א בהמה וואס איז פארציקט געווארן פון א צווייטע באשעפעניש וואס דאס איז טאקע די אפטייטש פון טריפה. די מקור האיסור אויף א בהמה וואס מען שחט כהלכה נאר מען טרעפט שפעטער א לאך אין די לינגען, לערנען טאקע חז"ל נישט פון די פסוק פון טריפה נאר פון א צווייטע פסוק. זע חולין מב. ווי די גמרא לערנט עס ארויס פונעם פסוק אין ויקרא יא, ב, וזאת החיה אשר תאכלו; דרש'נט די גמרא, חיה אכול, שאינה חיה לא תיכול, עיי"ש.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
נישט ריכטיג, די דרש פון זאת החיה ברענגט די גמרא פאר עפעס אנדערש (א רמז צום "פאקט" אז א בהמה מיט א לאך אינעם לונג קען נישט לעבן), די אסמכתא פאר'ן מנהג עס נישט צו עסן איז פונעם פסוק ובשר בשדה טריפה לא תאכלו. בכלל איז פאני ווי די משנה/גמרא דארט זאגט איבער דאס ווארט "טריפה" איינמאל און נאכאמאל ביז מ'פארגעסט דעם אריגינעלן טייטש... ווען האט די ווארט טריפה אנגעפאנגען מיינען א לאך אינעם קרום שבמוח? (כ'האב יארן צוריק געפרעגט א חשוב'ן תלמיד חכם דעם קשיא, ער האט פשוט אויסגעפלאצט אין געלעכטער ווען ער האט געכאפט ווי פאני דאס איז... זעלבסטפארשטענדליך אז קיין ענטפער האט ער נישט געהאט, דאס איז מער א שאלה פאר א היסטאריקער.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
בפשטות מיינט כאשר צויתיך אז דו קענסט עסן איבעראל אין פסוק טו, וכעי"ז כתב שד"ל, ועי' מש"כ ע"ז רד"צ הופמן ואין דבריו מוכרחיםשמן למאור האט געשריבן:טריפה מיינט אז די בהמה איז פארציקט געווארן. נבילה איז טייטש אז די בהמה איז סתם אזוי געשטארבן, אדער נישט נשחט געווארן כהלכה ווי די פסוק ברענגט אין דברים י"ב, כ"א, וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך כאשר צוויתיך, ואכלת בשעריך.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
כ'האב גלייך געזען אז דו לערנסט אנדערש פשט ווי מיר אין די גמרא, כ'האב געדארפט צייט זיך מעמיק צו זיין צו זען ווער ס'איז גערעכט.ברוך שפינוזה האט געשריבן:נישט ריכטיג, די דרש פון זאת החיה ברענגט די גמרא פאר עפעס אנדערש (א רמז צום "פאקט" אז א בהמה מיט א לאך אינעם לונג קען נישט לעבן), די אסמכתא פאר'ן מנהג עס נישט צו עסן איז פונעם פסוק ובשר בשדה טריפה לא תאכלו. בכלל איז פאני ווי די משנה/גמרא דארט זאגט איבער דאס ווארט "טריפה" איינמאל און נאכאמאל ביז מ'פארגעסט דעם אריגינעלן טייטש... ווען האט די ווארט טריפה אנגעפאנגען מיינען א לאך אינעם קרום שבמוח? (כ'האב יארן צוריק געפרעגט א חשוב'ן תלמיד חכם דעם קשיא, ער האט פשוט אויסגעפלאצט אין געלעכטער ווען ער האט געכאפט ווי פאני דאס איז... זעלבסטפארשטענדליך אז קיין ענטפער האט ער נישט געהאט, דאס איז מער א שאלה פאר א היסטאריקער.)
איך האב געלערנט פשט אזוי:
רמז לטרפה שאינה חיה מן התורה מנין דקתני סיפא זה הכלל כל שאין כמוה חיה טרפה מכלל דטרפה אינה חיה מנא לן דכתיב וכ'
רמז לטרפה שאינה חיה מן התורה מנין:
ווי האבן מיר א רמז אז א טריפה בהמה 'דהיינו' אזא איינער וואס קען שוין נישט לעבן, איז אסור מן התורה צו עסן?
דקתני סיפא זה הכלל כל שאין כמוה חיה טרפה:
ווייל אין די סיפא מאכט ער א כלל אז ווער עס קען נישט לעבן, דער הייסט טריפה.
מכלל דטרפה אינה חיה:
זעט מען פון דעם, אז טריפה הייסט (אויך) איינער וואס קען נישט לעבן
מנא לן? דכתיב... וזאת החיה אשר תאכלו חיה אכול שאינה חיה לא תיכול
דהיינו, אויב קען די בהמה נישט לעבן, דאן טאר מען נישט עסן די בהמה.
איך האב געלערנט אז טאקע דאס פרעגט די גמרא, ער זיכט א מקור אויף א בהמה וואס קען נישט לעבן אז דאס איז אויך טריפה. למעשה איז קלאר אז פשט איז וויאזוי דו האסט געלערנט, די גמרא זיכט בלויז א מקור אויף דעם מציאות אז א טריפה בהמה קען נישט לעבן.
כ'בין אבער נישט זיכער וואס די מקור וועט יעצט זיין אויף די איסור האכילה פון א בהמה וואס קען נישט לעבן. דו ווילסט זאגן אז דאס גייט מען אויך לערנען פון ובשר בשדה וכ' און דיין תמיה אויף דעם איז אז דאס הייסט דאך נישט טריפה. איך מיין אז מען קען דאס למעשה נאכאלץ ארויסלערנען פון וזאת החיה, וואס די גמרא דרש'נט דאך אויף דעם קלאר, חיה אכול שאינה חיה לא תיכול. דהיינו אפילו א בהמה וואס איז בכלל נישט פארציקט געווארן, אויב קען עס נישט לעבן דאן איז עס נאכאלץ אסור האכילה.
די רמב"ם זאגט אז די סיבה פארוואס מען ריפט עס מיט א שם כלל פון טריפה אפילו די איסור איז אויך אויף בהימות וואס זענען נישט פארציקט געווארן נאר קענען מער נישט לעבן, איז ווייל דיבר הכתיב בהווה, דאס איז די געווענליכע וועג וואס א בהמה גייט אריין אין א מצב וואס ער וועט צום סוף שטארבן.