די קלא דלא פסיק ארום די פילע קרבנות פון נחמיה וועבערמאן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
- האט שוין געלייקט: 133 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
ס׳איז א טובה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך אויב בלייבט ער דארט.עמעזאן האט געשריבן:רבונא דעלמא כולא פארוואס אין די וועלט האט ער נישט גענומען א פליע בארגען וואס מען האט עם געאפערט
אפילו ווען מען איז באמת ריין איז שווער אדורך צו מאכן א טרייעל כ''ש א בין אדם לחברו סיטואציה למען האמת איז דאס געווען א שטארקע הוכחה אז עס איז נישט אמת ווייל ער וואלט זיכער גענומען א פליע
מען דארף געדענקען אז אפילו נניח אז עס קומט עם וואטעווער האט ער א שטוב מיט קינדער און אייניקליך - וואס גאנץ מעגליך זיי ליינען דא - וואס זענען זיכער אומשולדיגט
ס׳איז גרינגער צו וואטשן די קינדער פון א זיידע א פעדאפייל אויב איז ער נישט אויף די פריי.
.I got voices in my head.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:40 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
נניח אויב אלעס וואס ריקי האט געזאגט איז 100% אמת, אפילו די סתירות און נאן סענס..
דו האלטסט באמת ער איז א סכנה אפילו יעצט נאך זיצן אזוי לאנג, נישט אין קיין קעמפ נאר אין א געהעריקע תפיסה? חתונה מאכען זיינע קינדער אן זיין אנוועזנהייט? דו האלטסט מענטשן גייען אים נאך נוצן פאר הילף נאך אזא היסטארי? אויב ער גייט בכלל זיין ביכולת.
ער איז נישט ארומגעלאפן אין מקווה אדער אין גאס נאך קרבנות, מ'איז געקומען צו אים, אבער ער איז א סכנה
סתם א שלעכטקייט מיט רשעות, שנאת חנם.
אדרבה, ווי לאנג דארף ער זיצן אז ער זאל ווערן אויס מסוכן?

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
איך בין נישט קלאר וויאזוי דו פסקנסט די זאכן, און נניח ער איז א רשע (וואס לאמיר זאגן בינו לבין קונו האט ער שוין תשובה געטוהן) אבער ווי האסטו געטראפן א בי"ד פון מוסמכים וואס האבן געפסקנ'ט אז מ'דארף אים יעצט בארעדן, און מאכן אומפארעכטבארע שאדנ'ס פאר אים און זיין משפחה?די אנדערע זייט האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ער איז שילדיג, אדער ער האט שוין פארדינט זיין שטראף,
אבער די טענה פון זיין משפחה קומט נישט אריין,
אויב נעמט מען אהן אז ער איז יא שילדיג, און ער איז נאכנישט ריין באיזה אופן שהוא, איז ער פונקט ווי יעדע רשע, וואס מ'רעכענט זיך נישט מיט זייערע קינדער אפילו זיי זענען גארנישט שילדיג
קענסט זיין רואיג, עלי ועל צוארי.איזה נשמה האט געשריבן:I am not saying he should still be in jail or not, but based on what i see here so many ppl think he is innocent, I am not sure people wont use him for therapy if he gets out
ס'איז דא א איד וואס מ'נוצט מער נישט אלץ מוהל, יעדער ווייסט פארוואס, און ניין מ'דארף אים נישט לייגן אין תפיסה, אדער מעלה גירה זיין די מעשה צו דערמאנען אויף צו היטן דעם ציבור פון אים (און מ'רעדט שוין אין א פאל ווי ס'איז דא באמת חשובע רבנים וואס שטיצן אים)
די אלע וואס פאסמאקעווען זיך די מיט יענעם'ס בלוט מיינען נישט טובת הציבור אדער כבוד שמים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
אפשר אים ממית'ן אויך? לכאורה וועט מען דעמאלטס זיין 100% אינשורד, ניין?בת קול האט געשריבן:ס׳איז א טובה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך אויב בלייבט ער דארט.עמעזאן האט געשריבן:רבונא דעלמא כולא פארוואס אין די וועלט האט ער נישט גענומען א פליע בארגען וואס מען האט עם געאפערט
אפילו ווען מען איז באמת ריין איז שווער אדורך צו מאכן א טרייעל כ''ש א בין אדם לחברו סיטואציה למען האמת איז דאס געווען א שטארקע הוכחה אז עס איז נישט אמת ווייל ער וואלט זיכער גענומען א פליע
מען דארף געדענקען אז אפילו נניח אז עס קומט עם וואטעווער האט ער א שטוב מיט קינדער און אייניקליך - וואס גאנץ מעגליך זיי ליינען דא - וואס זענען זיכער אומשולדיגט
ס׳איז גרינגער צו וואטשן די קינדער פון א זיידע א פעדאפייל אויב איז ער נישט אויף די פריי.
איך קען אלטע אידן פעדאפיילס (גראדע זייט די pride באוועגונג קוק איך עס מער נישט אראפ, איך פאנג עס שוין אן צו שעצן... איך האלט אז די גאווערמענט איז דיסקרימינעטארי מיט'ן מאכן די עדאלט יארגאנג ביי די אכצן, מ'ברויך עס צוריקרוקן אפאר יאר - ווי אין געוויסע סטעיטס - וועלן די אלע חזירים זיין געשעצט ביז גאר' אויס פארברעך) וואס די משפחה נעמט פיין קעיר פונעם ראש אן אים איינזעצן אין טורמע.
דיין תגובה רעפרעזענטירט דיין לעוועל אהבת ישראל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
מיינע אויגן זעען גוט?!?! דו "שעצט" פעדאפיליע? מען דארף נאך נעמען דיינע איבריגע ווערטער ערנסט?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
און איך קען משפחות ווי מען שטיפט עס אינטערן טעפיך און די זיידע האט ווייטער צוטריט צו קינדער ווי גארנישט.יעקב מענטש האט געשריבן:אפשר אים ממית'ן אויך? לכאורה וועט מען דעמאלטס זיין 100% אינשורד, ניין?בת קול האט געשריבן:ס׳איז א טובה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך אויב בלייבט ער דארט.עמעזאן האט געשריבן:רבונא דעלמא כולא פארוואס אין די וועלט האט ער נישט גענומען א פליע בארגען וואס מען האט עם געאפערט
אפילו ווען מען איז באמת ריין איז שווער אדורך צו מאכן א טרייעל כ''ש א בין אדם לחברו סיטואציה למען האמת איז דאס געווען א שטארקע הוכחה אז עס איז נישט אמת ווייל ער וואלט זיכער גענומען א פליע
מען דארף געדענקען אז אפילו נניח אז עס קומט עם וואטעווער האט ער א שטוב מיט קינדער און אייניקליך - וואס גאנץ מעגליך זיי ליינען דא - וואס זענען זיכער אומשולדיגט
ס׳איז גרינגער צו וואטשן די קינדער פון א זיידע א פעדאפייל אויב איז ער נישט אויף די פריי.
איך קען אלטע אידן פעדאפיילס (גראדע זייט די pride באוועגונג קוק איך עס מער נישט אראפ, איך פאנג עס שוין אן צו שעצן... איך האלט אז די גאווערמענט איז דיסקרימינעטארי מיט'ן מאכן די עדאלט יארגאנג ביי די אכצן, מ'ברויך עס צוריקרוקן אפאר יאר - ווי אין געוויסע סטעיטס - וועלן די אלע חזירים זיין געשעצט ביז גאר' אויס פארברעך) וואס די משפחה נעמט פיין קעיר פונעם ראש אן אים איינזעצן אין טורמע.
דיין תגובה רעפרעזענטירט דיין לעוועל אהבת ישראל.
לכאורה נאכן אפהרגענען אפאר נשמות קומט אים טאקע מיתה.
זאל ער דאנקבאר זיין אז מען האט אים נאר אוועקגענומען אקסעס ווייטער צו רודפ׳ן די מענטשהייט.
מיין תגובה רעפרעזענטירט די טויזנטע אפגעשאכטענע אידישע קינדער.
דיין רחמנות איז מיספלעיסד.
.I got voices in my head.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך האב בדרך כלל זייער שטארק נישט ליעב צו פיהרן דיזקוסיעס און דעבאטעס מיט דעם ניק וואס רופט זיך "בת קול". נאר יעצט ועל איך מאכן אן אויסנאם. און זיך אדרעסירן בלשון נסתר (עז אפפאוז'ד צו לשון נוכח)
ווייל איינע(ר) האט סימפאטיע צו אומשולדיגע וויקטימס פון ס*** עביוז, מיינט נאכנישט אז מ'דארף "רעילראודן" א (מעגליך) אומשולדיגן מענטש.
די אישו דא איז אז ספעציפיש מר. נחמיה וועבערמאן האט נישט באקומען קיין יושר'דיגן טרייעל. און ווילאנג דאס ווערט נישט קארעקטעד, קענמען נישט ארויפווארפן אויף איהם דעם לעיבל "מאלעסטער". אויב ער וועט געפונען ווערן שולדיג אין א יושר'דיגן משפט . דאמאלס קענמען לאזן פאללן אויף איהם אלע נעגאטיווע זאכן ווי שטראף, און אפסטעמפלען איהם אלס א מאלעסטער. ביז דאמאלס איז ער, ווי א יעדער מענטש אין אמעריקע אנגענימען אלס נישט שולדיג.
ווייל איינע(ר) האט סימפאטיע צו אומשולדיגע וויקטימס פון ס*** עביוז, מיינט נאכנישט אז מ'דארף "רעילראודן" א (מעגליך) אומשולדיגן מענטש.
די אישו דא איז אז ספעציפיש מר. נחמיה וועבערמאן האט נישט באקומען קיין יושר'דיגן טרייעל. און ווילאנג דאס ווערט נישט קארעקטעד, קענמען נישט ארויפווארפן אויף איהם דעם לעיבל "מאלעסטער". אויב ער וועט געפונען ווערן שולדיג אין א יושר'דיגן משפט . דאמאלס קענמען לאזן פאללן אויף איהם אלע נעגאטיווע זאכן ווי שטראף, און אפסטעמפלען איהם אלס א מאלעסטער. ביז דאמאלס איז ער, ווי א יעדער מענטש אין אמעריקע אנגענימען אלס נישט שולדיג.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די דעמאגאגיע קענסטו ווייטער פרעדיגן פאר די גאנצע שטאט, אבער נישט פאר איינער וואס קען פערזענליך "צוויי" וויקטעמס פון נחמיה!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
מצד שני איז יענע ניק שוין דא פאר גענוג א לאנגע צייט און האט שוין איבער טויזנט הודעות. דעריבער זענען מיר שוין גאנץ באקאנט און ס'דא אזעלכע וואס ווערן נישט נתפעל פון אירע 'ערשט האנטיגע' עקספיריענס. וד''ל.שמן למאור האט געשריבן:די דעמאגאגיע קענסטו ווייטער פרעדיגן פאר די גאנצע שטאט, אבער נישט פאר איינער וואס קען פערזענליך "צוויי" וויקטעמס פון נחמיה!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קורקלענד: די מענטשן "דערהערן" נישט וואס די נושא איז דא...!
יא! א יעדער האט סימפאטיע מיט די וויקטימס. אבער דאס מיינט נאכנישט אז מ'קען נעמען א מענטש און חרוב מאכן זייין לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה צוליעב "היער-סעי". די אלע מענטשן גייען ארום אין סוירקלס. זיי קומען צוריק צו די זעלבע טענה. ..."אבער די וויקטימס"... זיכער... ווייז אויף מיט אומ-אפפרעגבארע עווידענס די פאקטן פון דיין באשולדיגונג.
ווי רש"י זאגט אין פ' בהר..."מה עניין שמיטה אצל הר סיני"...! שטעל אהער א יושר'דיגן טרייעל און נאכדעים זאלסטו רעדן
יא! א יעדער האט סימפאטיע מיט די וויקטימס. אבער דאס מיינט נאכנישט אז מ'קען נעמען א מענטש און חרוב מאכן זייין לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה צוליעב "היער-סעי". די אלע מענטשן גייען ארום אין סוירקלס. זיי קומען צוריק צו די זעלבע טענה. ..."אבער די וויקטימס"... זיכער... ווייז אויף מיט אומ-אפפרעגבארע עווידענס די פאקטן פון דיין באשולדיגונג.
ווי רש"י זאגט אין פ' בהר..."מה עניין שמיטה אצל הר סיני"...! שטעל אהער א יושר'דיגן טרייעל און נאכדעים זאלסטו רעדן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אבי געהאקט אין קאפ אריין. האסט אמאל געכאפט בת קול ביי א ליגנט אז דו קענסט אזוי גרינג דיסמיסן אירע ווערטער? זי שרייבט קלאר אז זי קען אליין 2 פון די וויקטעמס פון נחמיה, וואס דרייסטו א קאפ וועגן איר רעקאורד? בלויז ווייל בת קול שרייבט אסאך מאל שיטות וואס דו ביסט נישט איינשטימיג דערמיט, איז שוין איר ערשט האנטיגע עקספיריעס נישט באגלייבט?קורקלענד האט געשריבן:מצד שני איז יענע ניק שוין דא פאר גענוג א לאנגע צייט און האט שוין איבער טויזנט הודעות. דעריבער זענען מיר שוין גאנץ באקאנט און ס'דא אזעלכע וואס ווערן נישט נתפעל פון אירע 'ערשט האנטיגע' עקספיריענס. וד''ל.שמן למאור האט געשריבן:די דעמאגאגיע קענסטו ווייטער פרעדיגן פאר די גאנצע שטאט, אבער נישט פאר איינער וואס קען פערזענליך "צוויי" וויקטעמס פון נחמיה!
א בושה וחרפה צו שרייבן אזא זאך. בת קול שרייבט קלאר אז זי קען וויקטעמס, און די רייסט איר אראפ דערפאר בעיסט אויף גארנישט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
איך גיי נאך איין מאל ענטפערן, און בל"נ מער וועל איך נישט אריינגיין אין א הין און צוריק.שמן למאור האט געשריבן: אבי געהאקט אין קאפ אריין. האסט אמאל געכאפט בת קול ביי א ליגנט אז דו קענסט אזוי גרינג דיסמיסן אירע ווערטער? זי שרייבט קלאר אז זי קען אליין 2 פון די וויקטעמס פון נחמיה, וואס דרייסטו א קאפ וועגן איר רעקאורד? בלויז ווייל בת קול שרייבט אסאך מאל שיטות וואס דו ביסט נישט איינשטימיג דערמיט, איז שוין איר ערשט האנטיגע עקספיריעס נישט באגלייבט?
א בושה וחרפה צו שרייבן אזא זאך. בת קול שרייבט קלאר אז זי קען וויקטעמס, און די רייסט איר אראפ דערפאר בעיסט אויף גארנישט.
אז א ניק זאגט א געוויסע אנגעבליכע פאקט מיינט נישט אז עס איז א ווירקליכע מציאות. (ס'איז דא א אור-אלטע קוואוט פון פרעזידענט לינקאלן אז נישט אלעס אויף די אינטערנעט איז אמת.....). ספעציעל ווען דער ניק איז שוין דא גענוג לאנג און מ'קען שוין אפשאצן אקוראטקייט.
אויך ווייסט יעדער וואס איז אביסל באקאנט מיט די 'פעדעראלע' יוסטיץ סיסטעם אז מ'קען נישט גלויבן קיין פעדעראלע אנקלאגע פאר ריין איין מינוט אויף קיין איין ווארט אפי' זיי זאגן אז זיי האבן טעקסט מעסעדזשעס.
איך בין אויך א ניק וואס זאגט מציאות וואס איך ווייס. און אויב ווילסטו קענסטו מיר גלייבן אזויווי דו גלייבסט איר. אדער קענסטו האלטן אנדערש. איך וועל בל"נ נישט ווערן צו פארנומען זיך צו דינגען און טענה'ן.
הצלחה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך האב איבערגעקוקט דעם גאנצן מעסעדזש דארטן, און ס'איז כמעט נישטא קיין פאקטן אינעם תגובה וואס דו קענסט בכלל וויסן ערשט האנטיג אנדערש. איך האב א חשד אז דיין 'ערשט האנטיגע' אינפערמאציע איז אויף די זעלבע שורה וואס א צווייטער דארט האט זיך געדינגען דערויף, און דאס איז:ריכטיג האט געשריבן:איך האב געשריבן א אישי צו בת קול טאקע אויף יענע תגובה אז לכה"פ איין פרט וואס זי שרייבט איז קלאר נישט אמת (מטעמי גילוי האב איך עס נישט געשריבן ברבים, היות איך האב דארט געשריבן וויאזוי איך ווייס ערשטהאנטיג אנדערש). איר תשובה? איגנארירט...
מסתמה ווייסטו ערשט האנטיג צו פארציילן וואספארא שיקצה און טראבל מעיקער זי איז געווען. יעצט, כ'ווייס נישט צו אויף דעם דעטאל האסטו גערעדט, אבער כ'מיין אז פון דעם רעדט מען. די זאך איז נאר אז דעם פאקט איז זייער סוביעקטיוו ווי שוין ארויסגעברענגט דארטן. קען זיין אז בת קול האט איר געקענט, און דאס איז די רושם וואס זי האט געמאכט פאר איר, אבער פון די אנדערע זייט איז פאר דיר גיין אנגעטון מיט די נישט ריכטיגע שטרימפ שוין א סימן אז זי איז נישט shy... איידל, מאן דכר שמיה...זי איז געווען א זיס איידעלע נשמה. אזוי shy, און צוריק געצויגן. בכלל נישט קיין טראבל מעיקער.
הקיצור, כ'קען נישט אריינרעדן אן וויסן וואס דו מיינסט, און אן הערן וואס זי האט געמיינט דערויף. אז זי איגנארירט מיינט נאכנישט אז דו ביסט גערעכט. קען זיין אז זי קען דיר שוין אלס דעם רעכטער וואס זיכט סתם אינטערצוברענגען א לינקער, אדער קען זיין אז זי האט סתם אזוי א פאלעסי נישט צו ענטפערן אישי'ס (איך האב איר שוין אויך לאנג צוריק געשיקט אן אישי וועגן עפעס און זי האט מיר נישט געענטפערט)
אזוי צי אזוי, איז פון דאס, ביז צו זאגן אז בת קול האט סתם אויסגעטראכט א מעשה אין געשריבן א שקר אז זי קען אליין צוויי וויקטעמס ווען די גאנצע מעשה הייבט זיך באמת נישט אן, היבש היבש מער ווי א קאצן שפרינג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
האסט אלע רעכטן צו ענטפערן בלויז וויפיל דו ווילסט, ביסט נישט מחוייב אריינגעשלעפט צו ווערן און שמועסן וואס דו ווילסט נישט (פינקט ווי בת קול האט אלע רעכטן צו איגנארירן אישי'ס.) דאך וועל איך יא רעספאנדן, ווייל כ'האלט אז ביסט אינגאנצן נישט גערעכט.קורקלענד האט געשריבן:איך גיי נאך איין מאל ענטפערן, און בל"נ מער וועל איך נישט אריינגיין אין א הין און צוריק.שמן למאור האט געשריבן: אבי געהאקט אין קאפ אריין. האסט אמאל געכאפט בת קול ביי א ליגנט אז דו קענסט אזוי גרינג דיסמיסן אירע ווערטער? זי שרייבט קלאר אז זי קען אליין 2 פון די וויקטעמס פון נחמיה, וואס דרייסטו א קאפ וועגן איר רעקאורד? בלויז ווייל בת קול שרייבט אסאך מאל שיטות וואס דו ביסט נישט איינשטימיג דערמיט, איז שוין איר ערשט האנטיגע עקספיריעס נישט באגלייבט?
א בושה וחרפה צו שרייבן אזא זאך. בת קול שרייבט קלאר אז זי קען וויקטעמס, און די רייסט איר אראפ דערפאר בעיסט אויף גארנישט.
אז א ניק זאגט א געוויסע אנגעבליכע פאקט מיינט נישט אז עס איז א ווירקליכע מציאות. (ס'איז דא א אור-אלטע קוואוט פון פרעזידענט לינקאלן אז נישט אלעס אויף די אינטערנעט איז אמת.....). ספעציעל ווען דער ניק איז שוין דא גענוג לאנג און מ'קען שוין אפשאצן אקוראטקייט.
אויך ווייסט יעדער וואס איז אביסל באקאנט מיט די 'פעדעראלע' יוסטיץ סיסטעם אז מ'קען נישט גלויבן קיין פעדעראלע אנקלאגע פאר ריין איין מינוט אויף קיין איין ווארט אפי' זיי זאגן אז זיי האבן טעקסט מעסעדזשעס.
איך בין אויך א ניק וואס זאגט מציאות וואס איך ווייס. און אויב ווילסטו קענסטו מיר גלייבן אזויווי דו גלייבסט איר. אדער קענסטו האלטן אנדערש. איך וועל בל"נ נישט ווערן צו פארנומען זיך צו דינגען און טענה'ן.
הצלחה.
ביסט גערעכט מיט דעם אז סתם א ניק וואס זאגט עפעס, מיינט נאכנישט אז ס'איז אמת. דעט ביאינג סעד, גלייבסטו און איך און יעדער וואס עס שטייט אויפן אינטערנעט, זה בכה וזה בכה. כמעט אלע נייעס וואס דו ווייסט, אלעס אלעס קומט דירעקט פונעם אינטערנעט... אהה, גלייבסט נאר הארטע צייטונגען..? פון וואו מיינסטו האט די צייטונג שרייבער די אינפארמאציע? נישט פונעם אינטערנעט? פון וואו ווייסטו בכלל צו זאגן אז 'עפעס' איז פארגעגאנגען ביי די 2020 אלעקשנס??? ביסט אליין געשטאנען ביי די פאולס און געזען ווי עס קומען פאר פעלשערייען? דו גלייבסט אויך דער וועמען עס קוקט דיר אויס באגלייבט...
דער אמת איז אז מען קען טאקע נישט טראסטן קיינעם אויפן וועלט 100 פראצענט. אפילו איינער מיט יארן פון א גוטע רעקארד קען אויך אמאל זאגן ליגנט מיט אינטערעסן וכדומה. דאך וועסטו ענדערש טראסטן איינער מיט א גוטע רעקארד ווי איידער איינער וואס זאגט קלארע אפענע שקרים וכזבים אן קיין בושה. איינער וואס זאגט למשל עפעס וואס איז מזוייף מתוכו (א שטייגער אז פרעזידענט לינקאלן האט עפעס געזאגט וועגן די אינטערנעט... ) וועט מען טאקע נישט גלייבן, אדער פארלאנגען שטארקע פרוף אז ס'איז אמת.
די מציאות פון די וועלט איז אז מען טראסט זיך. איינעם וואס מען קען גוט, און האט א גוטע רעקאורד טראסט מען מער ווי איינער וואס מען קען טאקע נישט. אן אנאנימע ניק אן קיין שום רעקארד וואס זאגט עפעס איז טאקע כמעט גארנישט ווערד. ס'איז אזוי פיל ווערד עס אליין אויסצופארשן, אדער אויב זאגט יענער בלויז א סברא וואס פאדערט בלויז שיקול הדעת, דאן קען מען הערן וואס יענער זאגט, אבער סתם אנאנימע עדות'ן איז טאקע כמעט גארנישט ווערד.
אנדערש איז טאקע איינער מיט א רעקארד (ובפרט אז געוויסע ווייסן יא ווער דאס איז) דאן ווייסט מען שוין ווי אויפריכטיג יענער איז, און וואס יענער פארקויפט. צי איז יענער סתם א טראל אדער פארקויפט יענער זאכליכע אינפארמאציע. דו מאכסט אזוי אוועק די היסטאריע פון בת קול, ווען פאקטיש האט זי א גלאררייכע רעקארד פון זאגן בלויז וואס זי האלט פאר ריכטיג מיט אן אויפריכטיגקייט. זי זאגט וואס זי האלט און ברענגט בעקינג פאר וואס זי זאגט און וועט ברענגען מקורות און דאטא עד שידה מגעת. יא, אמת, זי פארט אויף א לינקע פעמיניסטישע מהלך און אסאך דא האלטן אנדערש ווי איר, אינקלודינג איך אליין ביי געוויסע אישו'ס, דאך מאכט זי קיינמאל נישט אויף קיין מעשיות, זי האלט זיך זייער אמת'דיג און אריגינעל.
אז זי שרייבט אז זי אליין קען צוויי וויקטימס טראגט עס ביי מיר א געוויכט.
כ'וויל קלאר מאכן אז איך וואלט נישט געבעיסט מיין גאנצע מיינונג אויף א מאלעסטער בלויז אויף די באשרייבונג פון א ניק אפילו וואס האט יא א גוטע רעקארד. פארשטייט זיך אז מען דארף באטראכטן די עצם קעיס אליין, זען אז עס איז פאקטיש פארגעקומען א קאורט און א מיידל איז יא ארויסגעקומען געהעריג מיט א באשולדיגונג. בנוסף לזה ווייסן די צייטונגען צו פארציילן פון נאך וויקטעמס, און קיין לאו סוט איז נאכנישט פארגעקומען עד היום אויף דעם 'שקר'. בנוסף לזה איז דא א גאנצע ליסטע פון שטארקע ניקים וואס האבן צו פארציילן אנהויב פון די אשכול אז זיי האבן ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער נאך וויקטימס, דאס אלעס געבט האפט אז יש דברים בגו.
אבער העיקר האט עס מיר געמאכט זיך אליין נאכפרעגן, און כ'בין טאקע אנגעקומען צו -טאקע נישט קיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע, אבער יא- צווייט האנטיגע אינפארמאציע. ענק זאלן מיר טאקע ווייטער נישט גלייבן, ענק קענען זיך אויך נאכפרעגן ביי די ריכטיגע חברה אויב עס אינטרעסירט ענק טאקע שטארק דעם אמת און ענק זוכן נישט סתם אבי צו שפילן בת היענה...
דו ביסט גראדע אויך א ניק מיט א פיינעם רעקארד, כ'זע אבער נישט וואו דיין רעקארד קומט דא אריין, דו קומסט דאך נישט זאגן קיין עדות אויף עפעס, ס'איז נישט מעגליך פאר דיר צו האבן 'פרוף' אז בת קול 'קען נישט' קיין וויקטעמס. סך הכל שפילסטו תם'עוואטע... מורא'דיג... קענסט שרייבן אז א פעדעראלע אנקלאגע מיינט 'גארנישט'... מורא'דיגע פיקחות...
נעע, דא איז פינקט ווי נארט קארעא, מען פאבריצירט טעקסט מעסעדזשעס אויף אומשולדיגע מענטשן פאר גארנישט און פאר נישט... מען שליידערט אריין צדיקים גמורים על לא עוול בכפם, בעיסט אויף פאלשע עווידענס...
רעב איד... גיב מי א ברעיק... יא, די יוסטיץ סיסטעם האט טאקע פראבלעמען, אבער עס איז א שטארקע אוועקגעשטעלטע אינסטיטוציע, און א שולד אורטייל מיינט געווענליך 'יא' עפעס ווי איידער נישט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
נעקסטע מאל קוק צו דיין אישי איז שוין געליינט געווארן.ריכטיג האט געשריבן:איך האב געשריבן א אישי צו בת קול טאקע אויף יענע תגובה אז לכה"פ איין פרט וואס זי שרייבט איז קלאר נישט אמת (מטעמי גילוי האב איך עס נישט געשריבן ברבים, היות איך האב דארט געשריבן וויאזוי איך ווייס ערשטהאנטיג אנדערש). איר תשובה? איגנארירט...
איך האב עס פארזעהן ביז דו האסט געשריבן דא.
געענטפערט אין אישי.
(נישט ברבים ווייל איך האב געשריבן פון וואו איך קען איר.)
און ניין. א ליגענער בין איך נישט.
.I got voices in my head.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:40 pm
- האט שוין געלייקט: 97 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
טאמער איך וועל דיר ברענגען 10 ווייבלעך וואס זענען געווען 18 יאר דעמאלט נישט 12 וואס איך ווייס פערזענלעך אז ער האט זיי געהאלפן אין נישט מאלעסטעד ביסטו גרייט עס אנצונעמען?שמן למאור האט געשריבן:די דעמאגאגיע קענסטו ווייטער פרעדיגן פאר די גאנצע שטאט, אבער נישט פאר איינער וואס קען פערזענליך "צוויי" וויקטעמס פון נחמיה!
די האלטס אז מרת דייטש איז באגלייבט בכלל?
פארוואס האט די טערעפיסט פין פלעטבוש צירוק געצויגען וואס רויב קעיס איז געבויט אויף אים?
פארוואס זענען דא מענטשן וואס האלטען אז סקען נישט זיין אמת אין מאנכע וואס האלטען אז הונדערט פערצענט אמת פארוואס מיז מען זיין בייעסד ווען קיינער ווייסט נישט די פאקטען?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
- האט שוין געלייקט: 338 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
קיינער טענה'ט נישט אז ער האט יעדעם איינעם באלעסטיגט, ס'איז זיכער געווען פרויען וואס ער האט בלויז געהאלפן און איז נישט געווען נייגעריג זיי צו מאלעסטן. אבער דאס נעמט נישט אוועק וואס מרת דייטש (און אנדערע) פארציילן.
כ'בין צעמישט, די טעראפיסט איז א ער צי א זי? און וואס איז דיין מקור אז ער האט צוריקגעצויגן?
כ'בין צעמישט, די טעראפיסט איז א ער צי א זי? און וואס איז דיין מקור אז ער האט צוריקגעצויגן?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נארמאלער: ייש"כ. דו און נאך עטליכע ניקס זענען כקול קורא במדבר אנטקעגן די וועלכע האבן אן אגענדא און זיי לאזן קראקאדיל טרערן כאילו זיי רעדן אין נאמען פון די וויקטימס. זיי קומען מיט "שטורם און דראנג" און זיי מיינען אז מיט דעם וועלן זיי געווינען דעם ארגומענט. זיי רופן אנדערע, מער אביעקטיווע מענטשן אן "דעמאגאגן". נאר זיי פארהוילן זיך פון די פאקטן אז די גאנצע קעיס (פון נ.וו./ריקי קראוס) איז געבויט אויף רומארס און "היער-סעי.".נארמאלער האט געשריבן:טאמער איך וועל דיר ברענגען 10 ווייבלעך וואס זענען געווען 18 יאר דעמאלט נישט 12 וואס איך ווייס פערזענלעך אז ער האט זיי געהאלפן אין נישט מאלעסטעד ביסטו גרייט עס אנצונעמען?שמן למאור האט געשריבן:די דעמאגאגיע קענסטו ווייטער פרעדיגן פאר די גאנצע שטאט, אבער נישט פאר איינער וואס קען פערזענליך "צוויי" וויקטעמס פון נחמיה!
די האלטס אז מרת דייטש איז באגלייבט בכלל?
פארוואס האט די טערעפיסט פין פלעטבוש צירוק געצויגען וואס רויב קעיס איז געבויט אויף אים?
פארוואס זענען דא מענטשן וואס האלטען אז סקען נישט זיין אמת אין מאנכע וואס האלטען אז הונדערט פערצענט אמת פארוואס מיז מען זיין בייעסד ווען קיינער ווייסט נישט די פאקטען?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
איך בין אוודאי געווען סארקאסטיש, איך האב עס נאר פארגליכן צו מין במינו וכו'. און איך האב ארויסגעברענגט ווי פעדאפיליע איז סך הכל אפהענגיק און די געזעץ, 18 מיינוס איין טאג גייסטו אין טורמע, איין טאג שפעטער טראגט מען דיר אויף די אקסלען אלץ א העלד וואס איז ארויס פון די קלאזעט...שמן למאור האט געשריבן:מיינע אויגן זעען גוט?!?! דו "שעצט" פעדאפיליע? מען דארף נאך נעמען דיינע איבריגע ווערטער ערנסט?
און בעצם בין איך נישט איינשטימיג מיט רוב מיטגלידער דא, אלץ אידן איז נישט אונזער תפקיד צו "סערווען דזשאסטיס" און אפי' אלע מעשיות זענען הונדערט פראצענט אמת אונטער א שבועה ביי א סנהדרין של ע"א איז נישט דא קיין שום היתר עפ"י תורה און עפ"י נימוס צו באערדיגען א ראש המשפחה לעבעדיגערהייט פאר די רעסט אויף היס לייף, מיט די אלע קאנסעקווענצן פאר זיין אומשולדיגע ווייב, קינדער און אייניקלעך, איינמאל מ'פראטעקט דעם ציבור פון אים, מיטן צונעמען זיין מעגליכקייט צו ווייטער פראקטיצירן טעראפי וכו'.
ניין! נקמה איז נישט לעגיטימע סיבה, אפי' אויב די טויזנטער וויקטימס גייען יעצט פילן בעסער אז דזשאסטיס העס בין סערווד. סארי! די תורה רעקאגנייזד דאס נישט אלץ היילונגס מיטל אויב ס'איז בלי עדים והתראה.