ישמח משה - הרה"צ משה טייטעלבוים זי"ע - יארצייט כח' תמוז "היו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

ישמח משה - הרה"צ משה טייטעלבוים זי"ע - יארצייט כח' תמוז "היו

שליחה דורך לייביששרייבער »

רבי משה טייטלבוים (ה'תקי"ט - כ"ח תמוז ה'תר"א), איז געוועזן דער רב אין איהעל, בעפאר אין סטראפקוב, און שיניעווא. באקאנט אלס "דער ישמח משה"

דער הייליגער ישמח משה כמרגלא בפימיה, איז געבוירן אין פרעמישלא (פשעמישל), גאליציע, אין יאר ה'תקי"ט, צו זיין טאטן הרב צבי הירש טייטעלבוים/שיף (איך ווייס נישט פשט אין דעם נאמען שיף מחלוקת צווישען די געניאליגיסטן, וועגן דעם שיף נאמען א יעדעס פלאץ שטייט עפעס אנדערשט), און צו זיין מאמען חנה.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חיה שרה ע"ה די טאכטער פון הנגיד ר' ניסן פון פרעמישלא.

ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דורך זיין איידעם דער ארי’ דבי עילאי , ווערנדיג א תלמיד מובהק פונעם הייליגן חוזה פון לובלין. ווי אויך פלעגט ער זיך ווייקן ביין ערשטן בעלזער רב דער הייליגער שר שלום.

עס איז באקאנט אז איידער דער ישמח משה האט גענצליך מחליט געווען אנצונעמען דעם דרך החסידות האט ביי אים געעגבערט א הארבע קשיא אויף די חסידים: היתכן חסידים זענען שטענדיג פרייליך, דער מחבר פסקנ'ט דאך "ראוי לכל ירא שמים להיות מיצר ודואג על חורבן בית המקדש". האט ער געקלערט ער וועט פרעגן דעם חוזה די קשיא און אויב ער וועט אים ענטפערן א תשובה הוגנת וועט ער אננעמען חסידות. אריינקומענדיג צום חוזה, זאגט אים דער הייליגער חוזה "חסידים זענען אבלם בלבם וצהלתם בפניהם" ער האט תיכף תופס געווען זיין מחשבה און בטוב טעם פארשטיין געגעבן פאר'ן ישמח משה וואס אים האט געארט.

דער ישמח משה איז געווען פון די ערשטע חסידישע רבי'ס אויפן אונגארישן באדן איינפלאצנדיג די ערשטע קערנדליך פון חסידות פאר די קומענדיגע הונדערט יאר אין אונגארן ווען ער איז אויפגענומען אין יאר תקס"ח 1808 (שיטות וואס זאגען תקע"ח) פאר רב אין איהעל, אונגארן.

אין יאר תקפ"ב איז גער ישמח משה אייגעזעצט געווארן פארן חשד פון העלפן זיינע אידישע ברידער זיך אנטלויזן פון דער פוילישער יוסטיץ אין גאליציע, די קמיעות וואס ער האט געשריבען אויף די קליינע פארמעטס האבן די שופטים אנגעקוקט אלץ א שווינדלערישע אקט, און ווי אויך די שיידלען אין וואס די קמעיות פלעגן ווערן אריינגעדרייט האט האט זיי אויסגעזעהן א שווערצעריי און אומלעגאלע אקטיוויטעטן. ער האט זיך זעלבסט פארטרויטן אין די פוילישער בית משפט אויף ווייזענדיג אז די קליינע פארמעטס און די שיידלען וואז זיי וערן אריינגעלייגט זענען נישט מער ווי מזוז'הס און געמאכט פאר א אידישע שמירה פאר די הולכי דרכים וואס האט נישט קיין שום שייכות צו סיי וואספארא פארברעכערישע אנטלויפער אדער סיי וואפארא אן אנדערע באדייט. די טענה איז געווארן אנגענומען און די ריכטער האבן עים געלאזט גיין אויף דער-פריי.

צו דער זעלבער צייט איז דער ישמח משה געווען א תל תלפיות שכל פיות אליו פונים צו וועם מ'האט זיך געוואנדן פון נאנט און ווייט מיט שאלות בהלכה ווי מען זעהט אין זיין חיבור "שו"ת השיב משה", ווי אויך מיט פארשידענע פראבלעמען זייענדיג באקאנט אלס א גרויסער פועל ישועות מיט זיינע הייליגע קמיעות
פון צווישן די וואס האבן זיך מזכיר געווען ביים ישמח משה איז באקאנט דאס אז דער גרויסער חתם סופר, ווען זיין זון שמואל בנימין, דער שפעטערדיגער כתב סופר, איז אלס יונג קינד שטערבליך קראנק געווען, האט ער געשיקט מזכיר זיין צום ישמח משה ז"ל און נאכ'ן מוסיף זיין א נעמען אברהם על שמו איז ער וואונדערליך אויסגעהיילט געווארן, א זאך וואס האט בשעתו געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג.
אויך דער באוואוסטער אונגארישער פרייהייט קעמפער לאיאש קאשוט איז אויסגעהיילט געווארן פונעם ישמח משה'ס א ברכה, און איז דערפאר געווען א גרויסער אוהב ישראל
רבי משה האט געלערנט ביי זיין פעטער הרב אברהם אריה לייב, סטריזשעווער רב, מחבר פונעם ספר "דרישות הארי". ער איז געווארן רב אין שינאווא נאכן רבין רבי שמעלקא פון ניקאלשבורג.
אין יאר ה'תקע"ח איז רבי משה אויפגענומען געווארן אלס רב אין איהעל.


דער הייליגער ישמח משה איז נפטר געווארן כ"ח תמוז ה'תר"א, און ליגט אין איהעל וואו מען האט געבויט אן אוהל אויף זיין קבר.
אויף דער לינקער זייט ליגט זיין רביצין חיה שרה ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן ער"ח ניסן ה'ת"ר.
זיינע קינדער וואס זענען באקאנט און ווייטער ממשיך געוועיזען מיט דאס רבנות זענען געווען
ר' אלעזר ניסן זי"ע
און זיין טאכטער מרת חנה וואס האט שפעטער חתונה געהאט צו רי ארי' לייביש ליפשיץ (דער ארי' דבי עילאי) וואס איז שפעטער געווען רב אין ווישניצא
די חיבורים וואס ער האט געשריבען זענען ווי פאלגענד
ישמח משה - עה"ת
ישמח משה ע"ת
שו" השיב משה
תפלה למשה - פירוש על תהילים
מעין טהור יו"ד

אויך האט דער ישמח משה פארפאסט א תפלה צו זאגן ארויפגייענדיג אויפ'ן ציון פון א רבי באקאנט אלס "שלום עליך", און סגולות לפרנסה ולשמירה וועלכע זענען מקובל בכל תפוצות ישראל.

די היינטיגע סיגוט סאטמארע דינאסטיע איז א שלב פון די דורות וואס דער הייליגער ישמח משה האט איבער געלאזט
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

איך ווייס נישט די מקור פון די מדרשים אבער לויט זיין אייגענע עדות’שאפט אז מען האט עם מגלה געווען די מצוה גדולה צו מבאר זיין די מדרשי פליאה, מוז זיין אז דאס איז גאר חשובע מדרשים. און אזוי אויך איז ידוע וואס די ישמח משה האט געזאגט (די מונקאטשער רב ברענגט עס אין דברי תורה, שתיתאה אות ל”ו) אז עס אים נתגלה געווארן מן השמים אין חלום, אז אויב פארענטפערט מען בשכל הישר וצח, אפילו דאס איז נישט פשט אין מדרש און עס איז נישט געווען די כוונה פון די בעל המימרא, ווערט דאס יעצט אמת אין הימל... ובדרך אפשר קען מען דאס זאגן אויף די מדרש גופא...

יישר כח אויף די קורצע ביאגראפיע. איך מיין אז עס איז א מוז צוצולייגן זיין אויסערגעווענליכע צפיה למשיח.

איז דא עפעס אין די היינטיגע סאטמארע חסידות א שייכות מיט די ישמח משה מער ווי א צווייטע חסידות? דאכט זיך אז רובא דרובא היינטיגע רבי’ס זענען אייניקלעך פון די ישמח משה.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

סאיז א דבר פשוט אז האט ער זיך געקאכט אין די רמב"ם'ס מורה נבוכים כידוע. האט ער גענומען די רמב"ם'ס "אומר דבר בשם אומרה" מהלך עד הסוף. און טוט מיט רעכט צוצולייגען מדרשים פונקט ווי די מדרש לייט ארויף זייערע מאמרים אויף חז"ל וואס שטימט מיט די מעסעדזש. ודו"ק.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

וואס איז די מקור אז דער חתם סופר האט מזכיר געווען זיין זון ביים ישמח משה? עס הערט זיך אביסל מאדנע נעמענדיג אין באטראכט דער חתם סופר'ס קאמפלעצירטער שייכות מיט אים.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

נוח האט געשריבן:כ'האב א געוואלדיגע רעספעקט פאר'ן הייליגן ישמח משה און זיינע ספרים הקדושים וואס זענען קילורין לעיניים. איין זאך וואס קוועטשט מיר אבער און וואס כ'וואלט געוואלט הערן מער איז זיין געוואוינהייט פון ברענגען מדרשים און מדרשי פליאות וואס עקזיסטירן נישט אין ערגעץ חוץ אין זיינע ספרים.

האט דער ישמח משה געהאט צוטריט צו כתבי יד פון מדרשים וואס קיינער האט נישט געזען, אדער האט ער אויסגעטראכט די מדרשים?
אדער האט ער עס אליין אויסגעטראכט, אדער האט ער עס געהערט אין א דרשה פון עפעס א בעל דרשן, ווילאנג ער זאגט נישט די ספעציפישע מדרש וואו ער האט עס אנגעבליך געזעהן איז עס נישט קיין קשיא. פארצייטנס, פאר ס'געוועהן אזא פארפלייצונג פון ביכער ווי היינט אז מ'זאל קענען נאכקוקן, פלעגט זיין זייער אן אנגענומענע זאך אלעס ארויפצופאקן אויף מדרש אדער ירושלמי (קוק דא), ווען מ'האט געדענקט אז ס'איז א חשוב'ע מקור פלעגט מען עס אפילו ארויפפאקן אויף 'חז"ל', פארצייטישע ספרים זענען פיל דערמיט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ישמח משה - הרה"צ משה טייטעלבוים זי"ע - יארצייט כח' תמוז

שליחה דורך טמיר »

עפעס ליגט מיר אין זיכרון פון א שארפע באשרייבונג פון א חברותא לשעבר פונעם יש"מ ווי ער בארעדט עם געפערליך.
אפשר וואלט געווען די פלאץ דא אהערציברענגען לקיים והוקע אותו (דעם שרייבער) נגד השמש
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

טמיר האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין זיכרון פון א שארפע באשרייבונג פון א חברותא לשעבר פונעם יש"מ ווי ער בארעדט עם געפערליך.
אפשר וואלט געווען די פלאץ דא אהערציברענגען לקיים והוקע אותו (דעם שרייבער) נגד השמש
געווען אמאל אן אשכול דערוועגן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

די אינטרעסאנטע זאך איז אז יענע ספר מוסדות תבל האט גאר א הסכמה פונעם ישמח משה אליינס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לייביששרייבער: ייש"כ. נאר ס'איז דא אין פלאץ עטליכע באמערקונגען.
1) דער נאמען פון די שטאט פרעמישלא און פשעמישל איז איינס און די זעלבע. אין פויליש, ווי באקאנט איז א ווארט וואו ס'שטייט די לעטטער "ר" און "ז" צוזאמען ליינט זיך עס "זש"...Przemiszla...איז פזשעמישל. נאר וויבאלד א סאך מענטשן קענען דאס נישט ארויסזאגן ווייל דער גראמאטישער כלל עקזיסטירט נישט אין קיין שום אנדער שפראך זאגט מען נישט ארויס דעם"ר".
2) די געשיכטע מיט דעם אונגארישן פרייהייט קעמפער און גרויסער לאיער און פארלאמענטאריער דער אוהב ישראל לאיאש קאשוט (אין אונגאריש זאגט מען דעם משפחה נאמען צוערשט. און מ'רופט איהם טאקע "קאשוט לאיאש"). ער האט זיך בארימט געמאכט ווען ער האט פארטיידיגט די אידישע געמיינדע אין אונגארן אקעגן דעם געמיינעם בלוט בילבול פון "טיסא עסלאר". דער מופת ביים ישמח משה מיט איהם איז געווען אזוי. ער איז שוין געווען אלט 4 יאר און ער האט נאכנישט געקענט רעדן.

זיינע עלטערן וועלכע זענען געווען רייכע מענטשן און אדללייט זענען שוין געווען מיט זייער קינד ביי א סאך דאקטוירים וועלכע האבן איהם גארנישט געקענט העלפן.

ביים פריץ און גוט באזיצער. דער טאטע פון ל. קאשוט האט געארבעט א איד. א חסיד פונ'ם ישמח משה. איז ער געגאנגען רעדן צו זיין רעבי'ן אז די רבי זאל פרובירן אויסהיילן דעם קינד. און ס'וועט ארויסקומען א גרויסע קידוש ה'. מ'האט געמאכט א באשטימטע צייט ווען די עלטערן מיט זייער קינד זענען געקומען צו פארן צום יש"מ.

ווען זיי (די עלטערן מיט דעם קינד) זענען אריינגעקומען צום יש"מ אין צימער האט דער רבי געזאגט אז בתנאי אז זיי וועלן זיך אייביג אננעמען פאר אידן וועט ער מתפלל זיין אז דער קינד זאל האבן א רפואה. זיי האבן צוגעזאגט. דער יש"מ האט געזאגט א תפילה. נאכדעים האט ער געזאגט (אין אונגאריש) צו דעם קינד גיי צו דיין טאטע און מאמע און זאג פאר זיי א גוטן טאג...דער קינד איז צוגעגאנגען און אנגעהויבן רעדן און באגריסן און באדאנקען זיינע עלטערן. און ער איז געווארן אויסגעהיילט דורך די תפילה פון צדיק.

3) ס'זענען דא נאך הערות און באמערקונגען. נאר דאס וועל איך שרייבן (בלי"נ) אין א צווייטע געלעגנהייט. ועוד חזון למועד.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

נוח האט געשריבן:כ'האב א געוואלדיגע רעספעקט פאר'ן הייליגן ישמח משה און זיינע ספרים הקדושים וואס זענען קילורין לעיניים. איין זאך וואס קוועטשט מיר אבער און וואס כ'וואלט געוואלט הערן מער איז זיין געוואוינהייט פון ברענגען מדרשים און מדרשי פליאות וואס עקזיסטירן נישט אין ערגעץ חוץ אין זיינע ספרים.

האט דער ישמח משה געהאט צוטריט צו כתבי יד פון מדרשים וואס קיינער האט נישט געזען, אדער האט ער אויסגעטראכט די מדרשים?
זייער אסאך מדרשי פליאה זענען מיוסד אויף עכטע מדרשים ודברי חז"ל מיט אן ענדליך לשון אדער ענליכע תוכן. דוק ותשכח והפוך בה. די עצם געדאנק פון מדרשי פליאה איז נישט קיין חידה אדער געים. די פלא אין מדרש געווענליך קומט אלס חסרון פון פארשטיין די שייכות פון צוויי ענינים. ווי אזוי די לשון איז נישט די כוונה דא, די עיקר איז געדאנקען פון פלאי חז"ל וואס מ'וויל פארשטיין זייער שייכות. וועגן דעם, איז אסאך מאל איז שווער צו טרעפן די מקור פון דעם.

למשל די באקאנטע הים ראה וינס, מה ראה, ארונו של יוסף ראה, שטייט אין מדרש תהלים (שוח"ט) אין קאפיטל בצאת ישראל, נאר אויף אן אנדערע לשון.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

חדשים האט געשריבן:איך ווייס נישט די מקור פון די מדרשים אבער לויט זיין אייגענע עדות’שאפט אז מען האט עם מגלה געווען די מצוה גדולה צו מבאר זיין די מדרשי פליאה, מוז זיין אז דאס איז גאר חשובע מדרשים. און אזוי אויך איז ידוע וואס די ישמח משה האט געזאגט (די מונקאטשער רב ברענגט עס אין דברי תורה, שתיתאה אות ל”ו) אז עס אים נתגלה געווארן מן השמים אין חלום, אז אויב פארענטפערט מען בשכל הישר וצח, אפילו דאס איז נישט פשט אין מדרש און עס איז נישט געווען די כוונה פון די בעל המימרא, ווערט דאס יעצט אמת אין הימל... ובדרך אפשר קען מען דאס זאגן אויף די מדרש גופא...
כעין זה שרייבט די ייט"ל אין הקדמה צו ייטב פנים, אויך כעין זה אין צל"ח, אז אויב די מדרש שטעלט צוזאם צוויי זאכן, למשל די אלע הדא הוא דכתיב, דארף מען נישט דוקא מפרש זיין די גאנצע המשך עד הסוף, וואס ס'איז מוכח מתוכו אז דאס איז באמת געווען כוונות המדרש. (קען זיין וועגען דעם שטייט אין מקרא יוצא מידי פשוטו, און נישט מקרא צריך לדרוש לפי פשוטו, ווי ר' צדוק שרייבט אין צדקת הצדיק אז אזוי ווי ס'דא פרד"ס, אזוי אויך איז דא פרד"ס בתוך אלע חלקי הפרד"ס. אזוי ווי מ'ווייסט אז די שבע מידות איז חסד שבחסד, חסד שבגבורה וכו'. קען זיין פשט הייסט די "גאנצע" פשט, און פשט שבפשט מיינט אפילו איין פשט "חלק" פון די גאנצע פשט דהיינו נאר אפאר ווערטער אדער שורות, והיינו אין מקרא יוצא מידי פשוטו בלשון שלילי, ווייל אז מ'וויל לערנען פשט, דארף עס עכ"פ זיין פשט שבפשט).

אין ליקוטי מוהר"ן (רפ"א), שרייבט ער אז איינער איז מעיין אין אותיות התורה אין א ספר, קען ער זעהן חידושים וואס אפילו די מחבר אליינס האט נישט מכוון געווען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

הער אויס, אונז האלטן מיר זיך נישט קלוגער פון חז”ל. די גמרא איז פיל מיט דרשות וואס שטימט נישט מיט די פשט פון פסוק, ק”ו אז מען קען זאגן דרשות אין מדרשים אפילו עס איז אנדערש ווי פשוט פשט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

לייביששרייבער האט געשריבן:שו"ת השיב משה
אינטערסאנט אז דער חזון איש ברענגט דעם השיב משה! (זיך צו דינגען מיט אים.. בענין הצד"י ההפוכה.)
פארשפארט