מיינע ראודטריפ נסיעות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

מיינע ראודטריפ נסיעות

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

וויבאלד דאס איז פארט א אידישע סייט ברויך מען אנהייבן מיט די באקאנטע ירושלמי אז א מענטש איז מחוייב צו גיין אויף שיינע פלעצער צו זען די נפלאות הבורא (איך זיך נאך אלץ די פונקטליכע מקור, ווער עס ווייסט זאל ביטע צוצייכענען) איך בין מקיים דעם ירושלמי שוין אסאך יאר ב״ה און מאיז אנגעקומען צו געוואלדיגע פלעצער. איך גיי דא אנהייבן באשרייבן אביסעלע פון מיינע ראודטריפס און אויב וועט די עולם זיך אויפפירן שיין וועט מען נאכפאלגן מיט נאך.

סיאטעל, וואשינגטאן - ווענקאווער, בריטיש קאלאמביע - אלבערטא, קאנאדישע ראקיס

איינע פון די שענסטע שטעט וואס איך האב אמאל באזוכט איז בריטיש קאלאמביע, קאנאדע.
דאס איז די חלק פון קאנאדע העכער די וועסט קאוסט, דאס הייסט העכער וואשינגטאן סטעיט.
מיר זענען געפלויגן קיין סיאטעל, וואשינגטאן, געדינגען א קאר אין עירפארט פון דארט נעמט בערך צוויי שעה צום גרעניץ, און נאך א שעה צו ווענקאווער.

סיאטעל
סיאטעל געזען פון ספעיס נידל
סיאטעל געזען פון ספעיס נידל
סיאטעל איז א שיינע שטאט, טאקע פול מיט ליבעראלן (דארטן האט זיך אפאר יאר שפעטער אנגעהויבן די CHAZ זאנע) מאראוואנע איז אין וואשינגטאן סטעיט (מיט קאלאראדא) געווארן לעגאלאזירט נאך אפאר יאר פריער. אין יעדע שטאט איז פאראן אן אבזערוועטארי א שטייגער ווי די פרידאם טואער בילדינג אין ניו יארק סיטי, די סי ען טאוער אין טאראנטא. אין סיאטעל הייסט עס די ׳ספעיס נידל׳ זענען זיי געשטאנען אינדרויסן פארקויפט סאווענירס וואס סאיז דערויף געשטאנען די ספעיס ״ווידל״ גיי פארשטיי די הויכע… פונדערהייעך קען מען אויך זען די גיגאנטישע מאונט רעינער וואס איז איינע פון די העכסטע אין די ראיאן.

אין סיאטעל איז אויך פאראן די ערשטע און עלטסטע סטארבאקס וואס איז גאר איקאניש. עס איז אויך פאראן דארטן א גאר גרויסע מארקעט וואס איז גאנצעטע בלאקס לאנג דאס הייסט ׳פייק פלעיס מארקעט׳. די שטאט געפינט זיך אויך נעבן די וואסער, וואס געבט צו צו די שיינקייט, און אויך עפעס וואס איז מיין פעיוואריט פיטשער פון א שיינע שטאט.

עס איז דא דארט א קליינע אידישע קאמיוניטי, אפילו א ישיבה, און עס איז געווען איין כשרע טשייניס רעסטוראנט וואס האט פארקויפט נאר וויגען.
די פארקס נעבן די וואסער זענען געווען פול מיט מענטשן, און די קשיא ערגבערט איז יעדער אנעמפלויד? ס׳נאך געווען פרי-קאוויד נישט געווען קיין ארבעט-פונדערהיים-אויסרייד, איך דערמאן מיך די מגיד שיעור׳ס ווארט ׳פון א קשיא שטארבט מען נישט׳.


ווענקאווער
ווענקאווער סטענלי פארק
ווענקאווער סטענלי פארק
מיר זענען אריבער דעם גרעניץ בשלום, מיט די קאנאדישע קען מען קיינמאל נישט וויסן, די קוויבעק זייט איז זייער שטרענג, אבער דא איז מען געווען גאנץ העפליך. אומגעפער א שעה שפעטער זענען מיר אנגעקומען קיין ווענקאווער. מיר האבן גלייך אריינגעטשעקט אין האטעל, און פון דארט וואו גייט א איד? שטייטצעך עסן צו האבן כח אויף עבודת השם.
עס זענען פאראן א שיינע פאר כשרע רעסטוראנטן אין ווענקאווער, סיי פליישיגע און סיי מילכיגע. עס איס אויך דא טעיקאוט פאר שבת עסן.
ווענקאווער איז א הערליכע שטאט, עס געפינט זיך אין בריטיש קאלאמביע, אויף די לייסענס פלעיט ביים סלאגאן פונעם שטאט שטייט ״ביוטיפול בריטיש קאלאמביע״ און מיט יושר!
עס איז דא א דאונטאון געגנט וואס אביסל מער סיטי-לייף דאס הייסט א פארקער מיט קארס און מענטשן אבער עס איז ציכטיג ריין ווי עס פאסט פאר קאנאדע. ווען מגייט צו די פארקס איז מען אין אן אנדערן פלאנעט אינגאנצן.די הערליכע וויאוס א געמיש פון די וואסער און סקייליין פון די שטאט אינאיינעם מיט די בערג און בריקן האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש. עס איז אויך דא די ׳ווענקאווער איילענד׳ אבער איך בין נישט אנגעקומען אהין.
מיר זענען געגאנגען צו די גרענוויל איילענד און נאך פארשידענע פארקס און צו נאך א אבזערוואטארי טואער וואס הייסט די ׳ווענקאווער לאקאוט׳ אזוי איז עס נאך א משוגעת וואס איך האב צו זען די שטאט פון די הייעך, גיי זיי מסביר.

די וועג פון ווענקאווער קיין דזשעספער
עטס פארשטייטס?
עטס פארשטייטס?
מלאזט זיך ארויס אין א מזלדיגע שעה אויף א לאנגע ראוד טריפ, א צען שעהדיגס.
מיר צילן צו די קאנעדיען ראקיס, די זעלבע שורה בערג וואס ציט זיך פון קאלאראדא, אדער פון ניו מעקסיקא. די וועג איז א הערליכע, ארויס פון ווענקאווער גייט מען דורך א בריק וואס איך וואלט געפארן אהין און צוריק עטליכע מאל זיך אנצוזעטיגן פון די שיינע פאנאראמא. אבער סשפעט און מזאגט מיר אן אז סאיז דא נאך שענערס. די וועגן זענען געדרייט און מפארט שטאַט, ווייל עס איז דאך אזוי שיין!
אינמיטן וועג זע איך סאיז דא אזעלכע לעיקס וואס זענען א הערליכע בלוי-גרין קאליר גוגל זאגט אז די קאליר קומט פון די גלעישערס וועלכע צולאזן זיך אינעם טייך. איך שטעל מיך אפ אין איין פלאץ, און ווי נאר איך גיי ווייטער שטעל איך מיך אפ נאכאמאל, סאיז צו שיין!
מיר שטעלן זיך אפ אין א שטאט וויסטלער, וואס איז א סקיאינג רעזארט אין ווינטער, זוממער ווערט עס פארוואנדלט אין א שיינע רעזארט פאר אלע מינע אקטיוויטעיטן הייקס, זיפליינינג און נאך. מיר נעמען דעם טשערליפט אויף ארויף, איך בין א סאָקער פאר וויאוס און כנעם עס אלץ אריין. די הערליכע לעיקס וועלדער און פארשנייטע שפיץ בערג.
צו סאך צייט איז נישטא און מפארט ווייטער, אויפן וועג שטעלט מען זיך אפ איינקויפן א פארטעבל גריל, און מגייט צו א דערנעבנדיגע פארק צו עסן נאכטמאל.

עס איז שוין טונקל און אונז האבן נאך א שיינע פאר שעה צו פארן, מהאט אויסגעשטעלט אז מוועט פארן א גאנצע נאכט און אנקומען צו די בערג פארטאגס. די וועגן זענען געווארן מער ברייט און גראד, און אביסל מער בּארינג, אבער מצינדט אן עפעס א פלעיליסט און מפארט.
עס הייבט אן טאגן און עס איז קאלט אינדרויסן, מיר זענען אויף די בערג! מיר זעהן שוין פון די נאנט די שפיץ בערג מיט שניי, אה! דאס האט די פסוק געמיינט! אביסל שפעטער קומען מיר אן צו דזשעספער, אלבערטא, דאס איז איינע פון די דריי הויפט בערג שטעט פון די ראקיס.

דזשעספער - בענף
אויפן גלעישער
אויפן גלעישער
אין דזשעספער איז דא די ׳קאלאמביע אייספיעלד סקיי-וואק׳ דאס איז אזא גלאזערנע בריק, וואס גייט ארום די בנין, די גאנצע זאך אויך די פלאטפארמע ווי מגייט איז געמאכט פון שטאנגען און גלאז, אזעלכע בריקן זענען פארהאן אין זייער אסאך טוריסטישע פלעצער א שטייגער ווי די ׳עדזש׳ אין מאנהעטן. עס זענען פארהאן מענטשן אויפן ארט וואס ציטערן פון גיין ווייל מזעט גראד אראפ אינעם תהום כמעט טויזנט פוס אראפ, עטליכע קלעטערן זיך אויף אלע פיר.

שטייענדיג אין די וועיטינג עריע זע איך סאיז דא א ׳גלעישער אדווענטשור׳ אויף די קאלאמביע אייספיעלדס, מגייט אריין אין אזא ריזיגע באס וואס האט ספעציעלע גרויסע רעדער וואס פארט ארויף אויף די גלעישערס אליינס, דאס מיינט אויפן שפיץ בארג אויף די אייז וואס קענען זיין הונדערטער פיס דיק. די רעדער פון די באס זענען בערך 6 פיס הויך, מקריכט ארויף אויפן באס און עס הייבט אן ארויפפארן, כהאב געציטערט פאר מיין לעבן אז דאס קען זיך אראפגליטשן אדער זיך איבערדרייען. (עטליכע יאר שפעטער איז דאס טאקע געשעהן אויף יענע פלאץ 24 שווער פארוואונדעט און 3 מענטשן זענען געשטארבן!) די גיידס האבן אנגעוויזן אז די גלעישערס צולאזן זיך און גייען אריין אין די וואסער סיסטעמס פון יענע חלק קאנאדע, אויך צום באדויערן צוליב קליימעט טשעינדזש וועט דאס פלאץ נאר אנהאלטן נאך אפאר יאר…. עס איז נישט געווען אזוי אינטרעסאנט קען זיין די מידעקייט פון פארן אגאנצע נאכט האט אנגעהויבן ארבעטן.
די דריי שוועסטער בערג אין בענף
די דריי שוועסטער בערג אין בענף
מיר פארן ווייטער צו בענף, נאך א שעה אדער צוויי, מיר טשעקן אריין אין האטעל און מגייט פאר אביסל שלאף.
אפאר שעה דערויף לאזן מיר זיך ארויס צו ׳לעיק לואיס׳ דאס איז נעבן די בענף אינטערנעשענעל פארק, פון ווי מקען זען די ׳דריי שוועסטער בערג׳
דאס זענען דריי בערג מיט שפיצן אזוי הויך ווי 10,000 פיס, איינס נעבן צווייטן. (אין ארעגאן איז אויך דא בערג וואס מען רופט מיט דעם נאמען)
די מחזה איז הערליך שיין, און עס איז היבש קאלט. זייענדיג דארט האב איך אנגעטראפן אפאר ישראלים ,די חברה קומען אן איבעראל.
זיי זאגן אז זיי זענען שוין אין די בערג פאר דריי חדשים, און דערציילן אז זיי ווילן גיין נאך העכער צו די שפיץ בארג, איך וואונדער מיך וויאזוי זיי לעבן, איך ערלויב מיך קוים א וואך צוויי און דערנאך צוריק צום סיסטעם, איך הייב אן פארשטיין אז דעי חברה זענען סיריעס טרעוולערס, זיי קענען שלאפן אין האסטעלס און שלעפן בלויז א בּעקפּעק אבער איך בין נאכאלץ אנגעוויזן אויף מיינע באקוועמליכקייטן, די איינציגסטע זאך וואס איך טויש איז אנשטאט שלעפן די ריזיגע שטריימל באקס צו א קליינע דאטשיק… יא יא מדארף טרעוולען לייט…

אונזער נעקסטע סטאפ איז די בענף אינטערנעשענעל פארק, איך בין שוין צוגעוואוינט צו די גרינע קאליר פון די וואסער, און אפילו צו די פארשנייטע שפיץ בערג, עס איז נישט געבליבן קיין סאך צייט פאר אונז צו באטראכטן די הערליכע פאנאראמע. איינער מערקט אונז אן אז דאס איז קאנאדעס סאמע ערשטע אזא פארק. אויך אז מקען זען די ׳נארטערן לייטס׳ פון געוויסע ערטער אין געגנט, פאר איך ווער פרייליך זאגט ער אז מקען דאס זען ביז אפריל און מיר שטייען דא אין אוגוסט… טענקס פאר די אינפא.
שפאצירנדיג זעהן מיר אפאר ציגעלעך, עס זענען דא אסאך חיות אין די פארק, אבער זוממער זעט מען נישט אזוי פיל, מיין חברהמאן ווארנט מיר אז עס זענען פארהאן אויך ׳גריזלי׳ בערן אינעם פארק. אבער היות מיר גייען נישט אויף די הייקינג טרעילס דארף מען זיך נישט אזוי זארגן.

מיר האבן געוויילט אין בענף פאר אפאר טאג, נישט עקספלארירט נאר פלעין צו רילעקסן.
(געווענליך איז שבת די צייט דאס צו טון אבער עס איז נישטא קיין חב״ד אדער כשר׳ס אין געגנט, מיר האבן געשלעפט פון ווענקאווער עסן פאר עטליכע טעג, פאר א שבת וואלט עס נישט געארבעט.)



אונזער הערליכע טריפ איז יעצט פאראיבער.
סאיז נאך דא אסאך צו דעקן, אסאך וואס מיר האבן נישט געזען, אסאך וואס מיר פלאנען נאך צוריקצוגיין
איך ווייס ביי מיר עס איז מער א האפענונג ווי א ריאליטעט. אבער וואזשע דען טון אויב נישט האפן? צום ווידערזען אויפן נעקסטן ראוד טריפ.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר