מיינע ראודטריפ נסיעות - יעלאוסטאון און גרענד טיטאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 710 מאל

מיינע ראודטריפ נסיעות - יעלאוסטאון און גרענד טיטאן

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

ענטעלאפ איילענד סטעיט פארק, יוּטאַ - איידעהא - יעלאוסטאון נעשענעל פארק - גרענד טיטאן נעשענעל פארק - דזשעקסאן ווייאָמינג - סאָלט לעיק סיטי יוּטאַ


איינע פון די פלעצער אויף מיין בּאָקעט ליסטע איז אלץ געווען יעלאוסטאון, די גרעסטע עקא-סיסטעם אין אמעריקע. פון ווי הייסע בריעדיגע וואסער און בלאטע בּאָבּלט און שפריצט, ווי די מעכטיגע בּייסאָנס און מאָסס מיט עלקס שפאצירן זיך געמיטליך, ווי דער גריזלי בער געפינט זיך און ווי ס'שרייט זיך ארויס דעם מה רבו מעשיך ה' פון זיך אליינס ווען מ'פארט אריבער די הערליכע פארשנייטע שפיץ בערג, וואסער פאלן, לעיקס, ריווערס, בלויזע בערג און אלעס וואס א נאטור ליבהאבער קען נאר וועלן.

די געלעגנהייט איז אנגעקומען. מ'מאכט דעם פלאן און אין א מזל'דיגע שעה ויסעו.

די נענטסטע עירפארטס זענען אין דזשעקסאן ווייאמינג, וועסט יעלאוסטאון מאנטאנא אדער באזמען מאנטאנא, אבער היות דאס איז א ראודטריפ זענען מיר געפלויגן קיין סאָלט לעיק סיטי אין יוּטאַ וואס איז אין איינוועגס אויך די ביליגסטע פון אלע אויבנדערמאנטע עירפארטס און א פינף שעה דרייוו.

ביים ארויסקומען פון די עירפארט זענען מיר גלייך אנטפאנגען געווארן דורך די הערליכע 'וואסאטש' בערג וואס באשיינט די פאנאראמע פון סאלט לעיק סיטי. מיר זענען געפארן אפנעמען אונזער קאר פונעם רענטל. מיר מאכן א סטאפ אין וואלמארט איינצוקויפן וואס מיר האבן נישט מיטגעשלעפט, א אייז-בּאַקס און א גרויסע קעיס וואסער און מ'לאזט זיך ארויס.
די פארק געזען פון די וויזיטאר סענטער
די פארק געזען פון די וויזיטאר סענטער
ענטעלאפ איילענד סטעיט פארק
די ערשטע סטאפ איז די ענטעלאופ איילענד סטעיט פארק, א קנאפע שעה דרייוו, די יוטאַ זון איז א שווערע, און די איילענד איז מער א מדבר ווי א פארק. קיין שאָטן איז נישטא און עס ווערט הייס זייער שנעל, אבער אפילו ס'איז נעבן די וואסער איז עס נישט נאס און יומיד' נאר גאר הייס. נאך א מזל מיר האבן אסאך קאלטע וואסער מיט אונז.

די איילענד איז די גרעסטע אין די גרעיט סאלט לעיק און עס נעמט מסתם א גוטע צוויי שעה דורכצופארן. מיר זעען אפאר קארן האבן זיך אפגעשטעלט אויפן זייט (רוּל אָף טאָמבּ, אויב אפאר שטעלן זיך אפ מיינט עס עפעס האט מען געטראפן) און טאקע נישט ווייט זעט מען אפאר בּייסען פאשענען אויף די גראז. זיי זענען ריזיג גרויס און עס שטייען סיינס איבעראל מ'זאל זיך נישט אנהייבן מיט זיי. די ענטעלאופס אליין וואס די פארק האט זייער נאמען האבן מיר נישט געזען. עס זענען אויך פארהאן פארשידנארטיגע פייגלעך וואס מיר האבן יא געזען.

מ'שטייט און מ'כאפט בילדער און מ'נעמט אריין די הערליכע פאנאראמע, וואס איז נישט מעגליך צו באשרייבן.

איידעהא
פון דא צילט מען קיין איילענד פארק, איידעהא ווי מיר וועלן וויילן די נאכט.

מיר נעמען די שענסטע וועג לויט אונזער ריסערטש און די אויג ער ווערט נישט זאט, הערליכע גרינע בערג, רויטע בערג, און פארשידענע לענדסקעיפס. די וועגן זענען זייער געדרייט, אבער עס לוינט זיך יעדע מינוט.
נאך בערך דריי שעה קומען מיר אן צו די 'בער לעיק אווערלאָק' וואס איז גאנץ אויבן א בארג און מיר עסן נאכאמאל. די בער לעיק איז א הערליכע שיינע בלויע קאליר, און עס געפינט זיך האלב אין יוטא און האלב אין איידעהא.
פון דא פארן מיר אראפ די 'לאגען סיניק בייוועי' וואס שלענגלט זיך הארט נעבן די בער לעיק.

די סצענע איז הערליך, מיר פארן אויך אריבער קליינע שטעטלעך אין איידעהא, די ספיד לימיט איז 70 אדער 80 און דערנאך 25 ווען מפארט דורך די קליינע שטעטלעך. עס איז שוין 10:00 ביינאכט אבער ס'נאך היבש לעכטיג, די צוויי און זיבעציג איז נישט פאר 10:30 דא אין די בערג.
א צייט שפעטער קומען מיר אן צו אונזער האטעל ווי מיר שלאפן די נאכט.

יעלאוסטאון
ויהי ערב ויהי בוקר, מיר לאזן זיך ארויס אויפן שעה דרייוו צום מערב אריינגאנג פון די יעלאוסטאון פארק. עס איז נאר אכט אזייגער צופרי אבער עס איז שוין דא א לאנגע שורה פון קארס מיט מאביל האומס וואס ווארטן אריינצוגיין.
מיר האבן דאונלאודעד איינע פון די 'סעלף גיידעד טורס' וואס געט א מאפע מיט אלע וויכטיגע און אינטרעסאנטע לאקאציעס ווי מ'דארף זיך אפשטעלן, געוואנדן פון וועלכע אריינגאנג מ'קומט אריין. עס כאפט די לאקאציע ווי מ'איז און די טור גייד דרש'נט. ווי אויך רעדט ער ארום אינטרעסאנטע היסטארישע פאקטן.

צו זען אלעס אין די פארק איז דא די מעין ראוד וואס איז פארמירט ווי אן 8, די ראוד הייסט 'גרענד לופּ ראוד'. דאס דורכצופארן נעמט א גוטע 7-8 שעה, און מיט סטאפס, ווער רעדט נאך פון הייקס, קען עס נעמען פון אפאר טאג ביז אפאר וואכן. אבער היות עס איז, ווי געזאגט, אין די צורה פון א 8, קען מען אנהייבן איין האלב און פארענדיגן די צווייטע האלב די נעקסטע טאג.

עס זענען דא פינף וועגן אריינצוגיין אינעם פארק:
1- צפון קומט פון גארדינער, מאנטאנא בערך א שעה דרייוו פון באזמען, מאנטאנא.
2 - מזרח קומט פון קאדי, ווייאמינג.
3 - צפון-מזרח קומט פון קוּק סיטי, מאנטאנא, די יודעי דבר זאגן אז די וועג איז די שענסטע.
4 - דרום קומט פון דזשעקסאן, ווייאמינג גראד אריין פון גרענד טיטאן נעשענעל פארק.
5 - מערב קומט פון וועסט יעלאוסטאון וואס איז די נענטסע אריינגאנג צו די פארק.
די גרענד פריזמאטיק ספרינג
די גרענד פריזמאטיק ספרינג
גייזערס

ווי געזאגט, גייען מיר אריין פון די מערב זייט. אויפן ערשטן טאג זעהן מיר צענדליגע וואסערפאלן, גייזערס, הייסע ספרינגס און באסיינען. גייזערס איז נאטורליכע הייסע וואסער וואס שפריצט ארויס פון אונטער די ערד, עס זענען פארהאן איבער צען טויזנט אזעלכע איבער די פארק, נישט צו אלע קען מען אנקומען און נישט אלע זענען אקטיוו און נישט אלע האבן נעמען, עס געט ארויס אזא שמעק פון פאר'סרח'טע אייער, די טור גייד אויפן טעלעפאון זאגט אז די שמעק קומט פון די פארשידענע כעמיקאלן און גאזן וואס געפינט זיך דארט אונטער די ערד.

צווישן די פילע גייזערס און הייסע באסיינען איז דא די פאר באקאנטע, די 'אלד פעידפול' וואס עראפטירט יעדע שעה א האלב, די 'סטימבאוט גייזער' וואס ווען עס עראפטירט ציטערט די ערד ארום דעם אזוי ווי אן ערדציטערניש און עס שיסט וואסער אזוי הויך ווי 400 פוס! און די 'גרענד פריזמאטיק ספרינג' וואס איז די גרעסטע באסיין מיט הערליכע קאלירן. אויך איז דא די 'וועסט טאמב' וואס פארמאגט די 'פישינג קאון', די לעגענדע ארום דעם נאמען איז אז היות דאס איז גלייך נעבן די יעלאוסטאון לעיק, פלעגן פישכאפער כאפן פיש און עס תיכף אפקאכן אין די בריעדיגע וואסער, היינט פארשטייט זיך איז עס נישט ערלויבט.

די וואסער אין די גייזערס און באסיינען זענען אזוי הייס אז עטליכע מענטשן וואס זענען דארט אריינגעפאלן דורכאויס די יארן זענען אינגאנצן צוגאנגען, עס ווערט געשאצט אזוי הייס ווי 500 דעגרי!

אין אן אינטרעסאנטן אנעקדאט דערציילט ער אונז אז אין 2018 האט א גייזער עראפטירט און שמאטעס מיט אנדערע חפצים צווישן זיי זאכן פון די 1930 יארן זענען ארויסגעפלויגן איבערן פארק. מדארף אויסהערן די ווארענונגען און גארנישט אריינווארפן אין די וואסערן, לייגט ער צו.

כמעט אלע גייזערס זענען זייער אנפראדיקטעבל און מקען נישט פאראויס זאגן ווען עס וועט עראפטירן, געוויסע מענטשן וואס ליגן דערין קענען צומאל דארט שלאפן פאר וואכן צוליב סימנים וואס זיי האלטן ווייזט אויף א קומענדיגע עראפשען, עס געלונגט זיי אמאל יא און אמאל נישט. געוויסע גייזערס און באסיינען באקומען נאטורליכע קאלירן ווי בלוי רויט ווייס אדער א געמיש פון עטליכע. פון אסאך ערטער אינעם פארק זעט מען א רויעך וואס קומט ארויס פון די גייזערס כאטש עס שפריצט נישט, געוויסע שפריצן יא, געוויסע הערט מען בּאָבּלען, אנדערע זעט מען מאראסט בּאָבּלען, עס איז מורא'דיג אינטרעסאנט, כאטש וואס עס ווערט זייער רעפעטעטיוו.
די גרענד קעניאן אין יעלאוסטאון
די גרענד קעניאן אין יעלאוסטאון
גרענד קעניאן
יעלאוסטאון פארמאגט אויך א 'גרענד קעניאן' ווי א וואסער לויפט דורך אונטן צווישן די הויכע בערג. עס זענען דא אסאך הייקס ווי מ'קען זען בעסער די קעניאן. עס זענען דא פארשידענע 'לאקאוטס' ווי מ'קען זען די אויבערשטע חלק אדער אונטערשטע חלק פון די פאללס, דאס הייסט די וואסער וואס פאלט אריין אינעם קעניאן.

יעלאוסטאון לעיק
אינמיטן די פארק איז אויך דא א ריזיגע לעיק, ווי מקען שיפלען אבער נישט שווימען ווייל די וואסער איז צו קאלט ווי באלד דאס איז 8,000 פוס העכער סי-לעוועל. די וואסער איז א הערליכע און ריינע, כאטש וואס טרונקען איז נישט רעקאמאנדירט צוליב וואס דאס איז די היים פון פילע בעלי חיים וואס שטארבן דארט און הרג'נען. עס איז דא א באקאנט בילד וואס א גליקליכע פאטאגראפירער האט אפגעכאפט ווי א גריזלי בער הרגעט און דערטרענקט אן עלק אין די וואסערן.

מאונט וואשבורן
דאס רוב פון די פארק איז אזוי הויך ווי 8,000 פוס העכער סי-לעוועל, און עס גייט ארויף צו העכער 10,000 אין געוויסע ערטער ווי 'מאונט וואשבורן'. מיר זעען ווייס אויף די בארג, אונז זענען נישט זיכער צו דאס איז סתם די קאליר פון די בארג אדער שניי, ווי ער וואלט געליינט מיינע מחשבות זאגט אונז טאקע דער טור גייד אז עס קען שנייען אויפן בארג אפילו זוממער! מיר באמערקן א פאמיליע וואס לויפט ארויס פון די קאר צו טאפן די שניי. מיר זענען ארויס פון קאר און א שווערע ווינט איז אונז גלייך באפאלן. עס איז גאנץ קיל דארט אויבן.

אזוי פארנדיג טוישט זיך די לענדסקעיפ פאנאראמע און וויאו יעדע פאר מינוט, ווען מ'מיינט אז מהאט שוין געזען גענוג ווערט מען געוואר אז דער באשעפער קען בעסער ווי מ'קען זיך נישט פארשטעלן.

אזוי צוקוקנדיג ווי קאר נאך קאר שטעלט זיך אפ אויף די זייטן פונעם ראוד צו כאפן בילדער, טראכט איך צו מיר וואס האבן די מענטשן געטון פאר עס זענען געווען קעמערעס? צו קען ווערטער אין א בוך באשרייבן א פאנאראמע? און אפילו בילדער, צו קענען זיי ווייזן וואס אונזערע אויגן קענען זען? אפשר וועט עפל-וויזשאן טוישן די מציאות, אבער ביז דאן דארף מען עס אליין זען צו פארשטיין די שיינקייט פונעם נאטור.

העידען וועלי
מיר קומען אן צו 'העידען וועלי'. אונזער רעדנער זאגט ס'הייסט נאך איינע פון די ערשטע עקספלארערס פונעם פארק. דאס איז א טאל ווי אסאך בעלי חיים דרייען זיך, מערסטנס בייסאן און עלקס. די בערן, זאגט ווייטער די טור גייד, האבן מורא פון די קארס. אבער אויב גייט מען הייקן קען מען זיי אנטרעפן, מיר איז באקוועם די קאר און עס פעלט נישט אויס צו זיך טרעפן מיט די בער.

אויפאמאל איז דא א שווערע טראפיק, וואס איז? אפאר בייסאן האבן באשלאסן צו שפאצירן אויפן ראוד, דאס רופט זיך אין יעלאוסטאון טערמינאלאדזשי 'בייסאן דזשעם' דאס מאכט זיך גאר אפט אין די טאלן, ווי זיי ווילן ווייזן ווער עס איז דער עכטע בעל הבית פונעם פארק.

עס איז אויך דא די 'לאמאר וועלי' ווי די בעלי חיים דרייען זיך, אבער דאס איז נאנט צו די צפון-מזרח אריינגאנג, א צוויי שעה'דיגע וועג פון ווי אונז זענען.
*
מיר נעכטיגן איבער אין וועסט יעלאוסטאון בערך 25 מינוט צום אריינגאנג פונעם פארק. די פרייזן פאר האטעלן אין די גאנצע אומגעגנט זענען געשוואלן, א 2 סטאר האטעל קען בעטן 250 א נאכט. א 3 סטאר גייט פאר העכער 350. 4 אדער 5 סטאר איז כמעט נישטא אין געגנט.
און כמעט אלע זענען אזוי ווי צימערן אין די באבעס הויז מיט אלטע קארפעט, און אזא כמו האלצערנע קעבּין וואנט באצירט מיט די קאפ פון א מאָסס.
נאך אן אינטרעסאנטע פאקט איז אז אונז האבן כמעט נישט געזען קיין שחורים, זעט אויס אז ס'אינטרעסירט זיי נישט די סארט זאכן.
די אלד פעידפול עראפטירט
די אלד פעידפול עראפטירט
די נעקסטע טאג פארט מען צוריק אריין אינעם פארק צו פארענדיגן וואס מיר האבן נאכנישט געזען. 'אלד פעידפול' איז די עיקר וואס אונז דארפן זען. עס איז א געגנט אינעם פארק עס הייסט נאך דעם 'אלד פעידפול גייזער' וואס שיסט ארויף אזוי פיל ווי 8000 גאלאן וואסער אין בערך פיר מינוט. עס הייסט אזוי ווייל עס איז די איינציגסטע גייזער וואס איז ׳פעידפול׳ אין זיינע עראפשענס. א ריזיגע עולם שטייט און ווארט אנגעשפיצט מיט פאונס, קעמערעס און קוקערס, דאס איז די איינציגסטע גייזער וואס איז ווי געזאגט פרעדיקטעבל, די פארק לאזט וויסן די צייט ווען עס וועט עראפטירן און זיי זאגן עס קען זיין ביז דרייצן מינוט אפגערוקט. צען מינוט שפעטער ווי די אריגינעלע צייט עראפטירט עס מיט א כח. ס'איז א שטיקל שאו, און ווען עס ענדיגט אפלאדירט מען.

פון דארט איז דא אפאר ראודס און בארדוואלקס צו נאך גייזערס וואס מ'מוז זען.
מ'באזוכט די אלד פעידפול אלטע מאטעל, געמאכט פון האלצערנע לאגס, עטליכע שטאק הויך. און כ'מיין אז מהאט שוין גענוג געהאט מיט די גייזערס. עס איז פירע נאכמיטאג און ס'איז צייט צו פארלאזן דעם פארק.

גרענד טיטאן נעשענעל פארק
פון דא צילן מיר קיין דזשעקסאן וויאמינג, צו גרענד טיטאן נעשאנעל פארק. ווי געזאגט, גייט די דרום אריינגאנג גראד אריין פון יעלאוסטאון צו די גרענד טיטאן. די וועג איז א הערליכע.
זייענדיג סוקסעספול מיט אונזער טור גייד פאר יעלאוסטאון האבן מיר אויך איינגעקויפט די טור פארן גרענד טיטאן, יעדע איינס קאסט א נישטיגע פופצן דאלער.

ווען מיר האבן געמאכט ריסערטש אויף די פארק האט מען איבעראל פארגעשלאגן א טאג צוויי אלעס צו זען. באמת אויב גייט מען נישט הייקן, קען מען עס ענדיגן אין א האלבע טאג עס איז סאך קלענער פון יעלאוסטאון. די פאנאראמע איז ווי פון א פאוסט-קארטל. די גרענד טיטאנס אליינס זענען גרויסע פארשנייטע שפיצן בערג אזוי הויך ווי 13,000 פוס, וואס מ'קען זעהן פון די גאנצע פארק.

לעיקס
עס זענען דא אפאר לעיקס אינעם פארק ווי דזשעני לעיק וואס איז באקאנט מיט איר ציכטיג ריינע בלויע וואסער, די דזשעקסאן לעיק וואס איז די גרעסטע אינעם פארק, אויך איז דא עטליכע לעיקס וואס מ'מוז הייקן אנצוקומען אהין.
קאָלטער בעי איז א פלאץ נעבן דזשעקסאן לעיק וואס פארמאגט אלע מיני אקטיוויטעטן.
די גרענד טיטאנס
די גרענד טיטאנס
פלעיסעס אף אינטרעסט
סיי אין יעלאוסטאון און גרענד טיטאן זענען דא יעדע פאר מינוט 'פּוּלאוטס', דאס הייסט אן ארט ווי מ'קען זיך אפשטעלן נעבן די ראוד.

געוויסע זענען טאקע הערליכע פלעצער צו כאפן בילדער, אין גרענד טיטאן איז דא עטליכע באקאנטע, צווישן זיי די סנעיק ריווער אווערלאק, א הערליכע וויאו פון די בערג מיט א ריווער וואס שלענגלט זיך ווי א שלאנג, מיר האבן דארט אנגעטראפן א פרוי וואס האט געפעינט א בילד דארט אויפן פלאץ פונעם פאנאראמע, זי זאגט ס'האט איר גענומען זעקס שעה צו מאלן.
א קורצע ראוד טראגט צו 'שוואבאטשער לענדינג' צו ווי אסאך קומען פאר סאנסעט ווי די בערג ווערן רעפלעקטירט אין די דערנעבנדיגע סנעיק ריווער.
א צווייטע נישט געפלאסטערטע ראוד טראגט צו 'מארמאן ראו' וואס איז אפאר האלצערנע לאג הייזער פון די בראשית 1900 יארן ווי א מנין מארמאנס האבן זיך באזעצט.
פאטאגראפירער גלייכן צו אפכאפן סאנרייז, די זון, די אלטע געביידע און די בעקגראונד פון די מאיעסטעטישע טיטאן בערג מאכט א הערליכע בילד.
ווייטער איז דא די 'אקסבאו בענד' דאס איז ווי דער ריווער זאל זיך ווען געבן א בייג אויף צוריק, און שפעטער איז דא א טאל ווי אסאך בייסאן און מאסס מיט עלקס דרייען זיך. ס'דארף אויך צו זיין אדלערס אבער מיר האבן נישט זוכה געווען צו זען.

א קורצע דרייוו נעמט צו 'טיטאן ווילעדזש' ווי עטליכע שיינע האטעלן געפונען זיך צופיסנס פונעם בארג. עס געפינט זיך דארט די גאנדאלא און טרעם ארויפצוגיין די בארג, ווי מ'קען טון פארשידענע אקטיוויטעטן.

דזשעקסאן
מיר נעכטיגן איבער אין דזשעקסאן, וואס איז בערך א האלבע שעה פונעם פארק. די פרייזן אזוי ווי אין וועסט יעלאוסטאון זענען גאר הויך. דזשעקסאן איז א הערליכע שטאט ארומגענומען מיט בערג, די וועטער ביינאכט איז היבש קיל אין די זוממער, און די האטעל שטעלט צו געשמאקע פייער-פלעיסעס אינדרויסן זיך אנצווארעמען.
עס איז דא א חב"ד נישט ווייט, מיט מנינים טעגליך. זיי שטעלן אויך צו שבת אויב מ'דארף.

צומארגנס פארן מיר גוט פרי צוריק אריין אינעם פארק צו פארענדיגן די לעצטע פאר ערטער וואס מיר האבן נישט באוויזן צו באזוכן. מיר גייען אויף א הייק פון דזשעני לעיק וואס פירט צו א הערליכע וואסער פאל, און מיר פארן צוריק קיין סאלט לעיק סיטי. די וועג פון דזשעקסאן קיין סאלט לעיק סיטי איז מורא'דיג שיין, אראפ און ארויף און זייער געדרייט אבער הערליך. עס איז נישט די זעלביגע וועג פון וואס מיר זענען געקומען.
אינמיטן וועג שטעלן מיר זיך אפ אין איידעהא פאלס, א קליינע שטעטעלע מיט א שיינע וואסער פאל, און א פארק. מיר זענען שוין אזוי געספויעלט אז עס איז אונז שוין נישט אינטרעסאנט…

סאלט לעיק סיטי, יוטא
מיר קומען צוריק אן קיין סאלט לעיק סיטי, איך האב נישט געמאכט קיין סאך ריסערטש אויפן שטאט ווייל כהאב נישט גע'חלומ'ט אז אונז וועלן האבן צייט דארט צו פארברענגען.
עס קוקט אויס ווי א גרויסע ביזי שטאט, א שנעלע גוגל סורטש זאגט מיר אז א גאר שיינע דרייוו איז בלויז צוואנציג מינוט אוועק, סהייסט 'ביג קאַטאָנוואָד קעניאן'. מיר פארן אהין, ס'איז טאקע שיין. מיר האבן נאך אביסל צייט צו אריינכאפן א קורצע גרינגע הייק ארויף א דערנעבנדיגע בארג, פון אויבן זעהן מיר די שטאט פון די הייעך (וואס איז איינע פון מיינע משוגעת'ן).

מ'שטעלט זיך אפ ביי די לאקאלע חב"ד ווי עס געפינט זיך א פליישיגע עסן טראק, מ'קויפט איין אביסל נאכטמאל און מ'גייט צו די דערנעבנדיגע 'שוגער האוס פארק' זיך אפצורוען. שפעטער גייען מיר צוריק צו קאטאנוואד קעניאן צו זען א שיינע סאנסעט.
*
מיט געמישטע געפילן פון פרייד און טרויער פון זיך צוריקטרעפן מיט רעאליטעט ווענדן מיר זיך צום עירפארט, אבער אפשר איז דאס גאר די רעאליטעט און די טעגליכע לעבן א פאנטאזיע? העמיר איבערלאזן די חקירה פאר די אינטעלעקטואלע מאסן.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר