ר' שלמה גאנצפריעד - בע הקיצור ש"ע זי"ע יארצייט כח' תמוז

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

ר' שלמה גאנצפריעד - בע הקיצור ש"ע זי"ע יארצייט כח' תמוז

שליחה דורך לייביששרייבער »

רבי שלמה בן יוסף גאנצפריד (ה'תקס"ד 1804- כ"ח תמוז ה'תרמ"ו 1884) איז געווען ראש בית דין אין אונגוואר און דער מחבר פון קיצור שולחן ערוך און נאך ספרים.

שלמה גאנצפריד איז געבוירן אין אונגוואר, אונגארן (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער ר' יוסף. ער איז פאר'יתומט פון זיין פאטער ביי אכט יאר, און איז אויפגעהאדעוועט געווארן ביי הרב ר' צבי הירש העלער ז"ל. ווען ר' צבי הירש העלער איז געווארן ראש-ישיבה און דערנאך רב אין באניהאד האט ער מיט גענומען מיט זיך דעם קליינעם אכט יעריגער יתום יוסף גאנצפריעד און עם דארט אריין געשטעלט אין די ישיבה מיט בחורים אוואס זענען געוועזען אסאך עלטער פון עם.

ער האט געלערנט אין דער ישיבה אין באניהאד. שפעטער איז ער צוריקגעקומען קיין אונגוואר און געווארן א סוחר פאר א קורצע תקופה.

ער האט מחבר געווען חשובע ספרים. זיין ערשטע ספר, 'קסת הסופר', אויף הלכות כתיבת סת"ם איז פארעפנטליכט געווארן אין תקצ"ד, מיט הגהות פונעם חתם סופר. און תר"ג האט דאס שטעטל ברעזעוויץ (היינט סלאוואקיי) אים אויפגענומען אלס רב. אין תר"י איז ער צוריק קיין אונגוואר וואו מ'האט אים אויפגענומען אלס ראש בית דין.

ער איז די מערסטע באוואוסט פאר זיין "קיצור שולחן ערוך", וואס אנטהאלט רוב פראקטישע הלכות, בעיקר שולחן ערוך "אורח חיים" און טייל פון אנדערע חלקים אין שולחן ערוך. אויך האט ער געשריבן "לחם ושמלה" אויף הלכות נדה, טבילה און מקוואות.

ווי אויך איז ער געווען זייער אקטיוו אין די מערכה נגד הריפורמים אין יאר תרכ"ט 1869 צוזאמען מיטן הייליגען חת"ס דאן האט ער געשריבען א ספר מיטן נאמען ספר גלוי עס איז געשריבען אין די דויטשע שפראך אז אלע זאלן דאס קענען פארשטיין.

זיינע ספרים
קסת הסופר (תרצ"ד)
פני שלמה (תר"ו) (אויף מסכתות בבא קמא און בבא מציעא)
תורת זבח (תר"ט) (אויף הלכות שחיטה ובדיקה)
לחם ושמלה (תרמ"א)
אפריון (עה"ת) (תרס"ו)
אהלי שם (תרל"א)
קיצור שולחן ערוך (תרס"ד)
ספר גלוי (תרכ"ט)
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לייביששרייבער האט געשריבן:
ווי אויך איז ער געווען זייער אקטיוו אין די מערכה נגד הריפורמים אין יאר תרכ"ט 1869 צוזאמען מיטן הייליגען חת"ס )
מיינסט צו זאגן "תלמידי" החת"ס. דער חתם סופר איז נסתלק געווארן בשנת ת"ר.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

זיין ספר 'אהלי שם' אויף שמות גיטין וואו ער קריגט זיך מיט דער סאנזער רב, האט גורם געווען א פולמוס מיט די תלמידי הדברי חיים. זע דא.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

ריכטיג האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:
ווי אויך איז ער געווען זייער אקטיוו אין די מערכה נגד הריפורמים אין יאר תרכ"ט 1869 צוזאמען מיטן הייליגען חת"ס )
מיינסט צו זאגן "תלמידי" החת"ס. דער חתם סופר איז נסתלק געווארן בשנת ת"ר.
ריכטיג אזוי ווי די יארן דא זענען ציטירט ריכטיג מוז דאך זיין אז עס איז געווען א נאכפאלגעריי און נישט קיין צוזאמעןארבעט. שגיאות מי יבין. איתכם הסליחה
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט