ישמח משה - הרה"צ משה טייטעלבוים זי"ע - יארצייט כח' תמוז "היו

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

ישמח משה - הרה"צ משה טייטעלבוים זי"ע - יארצייט כח' תמוז "היו

שליחה דורך לייביששרייבער »

רבי משה טייטלבוים (ה'תקי"ט - כ"ח תמוז ה'תר"א), איז געוועזן דער רב אין איהעל, בעפאר אין סטראפקוב, און שיניעווא. באקאנט אלס "דער ישמח משה"

דער הייליגער ישמח משה כמרגלא בפימיה, איז געבוירן אין פרעמישלא (פשעמישל), גאליציע, אין יאר ה'תקי"ט, צו זיין טאטן הרב צבי הירש טייטעלבוים/שיף (איך ווייס נישט פשט אין דעם נאמען שיף מחלוקת צווישען די געניאליגיסטן, וועגן דעם שיף נאמען א יעדעס פלאץ שטייט עפעס אנדערשט), און צו זיין מאמען חנה.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חיה שרה ע"ה די טאכטער פון הנגיד ר' ניסן פון פרעמישלא.

ער איז נתקרב געווארן צו חסידות דורך זיין איידעם דער ארי’ דבי עילאי , ווערנדיג א תלמיד מובהק פונעם הייליגן חוזה פון לובלין. ווי אויך פלעגט ער זיך ווייקן ביין ערשטן בעלזער רב דער הייליגער שר שלום.

עס איז באקאנט אז איידער דער ישמח משה האט גענצליך מחליט געווען אנצונעמען דעם דרך החסידות האט ביי אים געעגבערט א הארבע קשיא אויף די חסידים: היתכן חסידים זענען שטענדיג פרייליך, דער מחבר פסקנ'ט דאך "ראוי לכל ירא שמים להיות מיצר ודואג על חורבן בית המקדש". האט ער געקלערט ער וועט פרעגן דעם חוזה די קשיא און אויב ער וועט אים ענטפערן א תשובה הוגנת וועט ער אננעמען חסידות. אריינקומענדיג צום חוזה, זאגט אים דער הייליגער חוזה "חסידים זענען אבלם בלבם וצהלתם בפניהם" ער האט תיכף תופס געווען זיין מחשבה און בטוב טעם פארשטיין געגעבן פאר'ן ישמח משה וואס אים האט געארט.

דער ישמח משה איז געווען פון די ערשטע חסידישע רבי'ס אויפן אונגארישן באדן איינפלאצנדיג די ערשטע קערנדליך פון חסידות פאר די קומענדיגע הונדערט יאר אין אונגארן ווען ער איז אויפגענומען אין יאר תקס"ח 1808 (שיטות וואס זאגען תקע"ח) פאר רב אין איהעל, אונגארן.

אין יאר תקפ"ב איז גער ישמח משה אייגעזעצט געווארן פארן חשד פון העלפן זיינע אידישע ברידער זיך אנטלויזן פון דער פוילישער יוסטיץ אין גאליציע, די קמיעות וואס ער האט געשריבען אויף די קליינע פארמעטס האבן די שופטים אנגעקוקט אלץ א שווינדלערישע אקט, און ווי אויך די שיידלען אין וואס די קמעיות פלעגן ווערן אריינגעדרייט האט האט זיי אויסגעזעהן א שווערצעריי און אומלעגאלע אקטיוויטעטן. ער האט זיך זעלבסט פארטרויטן אין די פוילישער בית משפט אויף ווייזענדיג אז די קליינע פארמעטס און די שיידלען וואז זיי וערן אריינגעלייגט זענען נישט מער ווי מזוז'הס און געמאכט פאר א אידישע שמירה פאר די הולכי דרכים וואס האט נישט קיין שום שייכות צו סיי וואספארא פארברעכערישע אנטלויפער אדער סיי וואפארא אן אנדערע באדייט. די טענה איז געווארן אנגענומען און די ריכטער האבן עים געלאזט גיין אויף דער-פריי.

צו דער זעלבער צייט איז דער ישמח משה געווען א תל תלפיות שכל פיות אליו פונים צו וועם מ'האט זיך געוואנדן פון נאנט און ווייט מיט שאלות בהלכה ווי מען זעהט אין זיין חיבור "שו"ת השיב משה", ווי אויך מיט פארשידענע פראבלעמען זייענדיג באקאנט אלס א גרויסער פועל ישועות מיט זיינע הייליגע קמיעות
פון צווישן די וואס האבן זיך מזכיר געווען ביים ישמח משה איז באקאנט דאס אז דער גרויסער חתם סופר, ווען זיין זון שמואל בנימין, דער שפעטערדיגער כתב סופר, איז אלס יונג קינד שטערבליך קראנק געווען, האט ער געשיקט מזכיר זיין צום ישמח משה ז"ל און נאכ'ן מוסיף זיין א נעמען אברהם על שמו איז ער וואונדערליך אויסגעהיילט געווארן, א זאך וואס האט בשעתו געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג.
אויך דער באוואוסטער אונגארישער פרייהייט קעמפער לאיאש קאשוט איז אויסגעהיילט געווארן פונעם ישמח משה'ס א ברכה, און איז דערפאר געווען א גרויסער אוהב ישראל
רבי משה האט געלערנט ביי זיין פעטער הרב אברהם אריה לייב, סטריזשעווער רב, מחבר פונעם ספר "דרישות הארי". ער איז געווארן רב אין שינאווא נאכן רבין רבי שמעלקא פון ניקאלשבורג.
אין יאר ה'תקע"ח איז רבי משה אויפגענומען געווארן אלס רב אין איהעל.


דער הייליגער ישמח משה איז נפטר געווארן כ"ח תמוז ה'תר"א, און ליגט אין איהעל וואו מען האט געבויט אן אוהל אויף זיין קבר.
אויף דער לינקער זייט ליגט זיין רביצין חיה שרה ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן ער"ח ניסן ה'ת"ר.
זיינע קינדער וואס זענען באקאנט און ווייטער ממשיך געוועיזען מיט דאס רבנות זענען געווען
ר' אלעזר ניסן זי"ע
און זיין טאכטער מרת חנה וואס האט שפעטער חתונה געהאט צו רי ארי' לייביש ליפשיץ (דער ארי' דבי עילאי) וואס איז שפעטער געווען רב אין ווישניצא
די חיבורים וואס ער האט געשריבען זענען ווי פאלגענד
ישמח משה - עה"ת
ישמח משה ע"ת
שו" השיב משה
תפלה למשה - פירוש על תהילים
מעין טהור יו"ד

אויך האט דער ישמח משה פארפאסט א תפלה צו זאגן ארויפגייענדיג אויפ'ן ציון פון א רבי באקאנט אלס "שלום עליך", און סגולות לפרנסה ולשמירה וועלכע זענען מקובל בכל תפוצות ישראל.

די היינטיגע סיגוט סאטמארע דינאסטיע איז א שלב פון די דורות וואס דער הייליגער ישמח משה האט איבער געלאזט
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר