אזעלכע גמרות זענען דא איבעראל אין ש"ס, אזוי גייט געזעצן, מען שטעלט עס אוועק מיט א פינקטליכקייט. אפילו מען קען זאגט אז א משהו מער אדער ווייניגער מאכט נישט אויס, דאך מוז מען אוועקשטעלן א פינקטליכע גרעניץ, ווייל אויב נישט איז אין לדבר סוף.אמר ליה אביי לרב יוסף: אתאי קודם שקיעת החמה - גובה כתובתה, לאחר שקיעת החמה - לא גביא, בההיא פורתא אחילתא? אמר ליה: אין, כל מדת חכמים כן היא, בארבעים סאה - טובל, בארבעים סאה חסר קורטוב - אינו יכול לטבול בהן.
די גאנצע נושא וואלט געווען אינטערסאנט ארויפצוברענגען אויב די מיידל וואלט געווען 18 יאר ווייניגער א חודש, דאן וואלט מען געקענט דן זיין אויף טעכנישע גרעניצן און וויאזוי מען דארף זיי אוועקשטעלן. אבער ווען מען רעדט פון א 12 יעריגע מיידל קומט נישט אריין די גאנצע שמועס בכלל.