דעקלאסיפאצירטע דאקומענטן

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2412 מאל

דעקלאסיפאצירטע דאקומענטן

שליחה דורך שעפטאל »

זייענדיג א שבת קעמפּינג, שומרי שבת ומחלליה, בחורים וגם בתולות. פרייטאג צו נאכט'ס זעמער אלע געוועהן הויעך אויף שראום'ס, אונז האבן געזעצען ארום א פייערל, און געשמועסט.

איינער האט מיך דאן ג'עפענט צו א נייע וועלט: די בעהיינד די סינס פון אמעריקע.

כ'האב זיך גלייך אונטער געשמייכלט פון די טעאריעס. אבער ער האט געטענה'ט אז אלעס איז דאקומענטירט ס'אפען פארן פאבליק!

אנגעהויבן פון די פּעפּער קליפּ מיסיע, און די שטודיעס אויפן זעקסטע חוש, זייערע פיינונג'ס מיטלען ארויס צו צווינגן הודעות פון מענטשן, וכו'.

אבער דאן האבן זאכן אנגעהויבן צו ווערען באמת קריעפי...

אז זיי רעדן קלאר פון פרעימען אונזער מהלך המחשבה. [זיי האבן שוין פופציג יאהר צוריק געשריבן ווי אזוי די וועלט גייט אויסקוקן היינט. וכדו'.]

זיי האבן א מעטאד וואס מאכט א מענטש האבן א אוט אוו באדי עקספיריענס, ער גייט ווי ער וויל, באזיכט טאקע פלעצער, זעהט וואס גייט פאהר אונטער פארמאכטע טירן.

די אבנארמאלע נאמבער פון קינדער וואס ווערן פארשווינדען יעדע יאהר. [ס'טאקע דא א כת וואס דינט די שטן? די בליט פון די קינדער מאכט אויסזעהן יונג?! פארוואס רעדט מען כמעט נישט פון דעם?]

אמעריקע האט באמבעדירט אמעריקאנע בירגער און אויך אנדערע בירגער, מיט שטריכן צו אנדערע לענדער, כדי צו קענען בארעכטיגן מלחמות מיט קאמעניסטיש געשטומטע לענדער.

מ'האט פארדראגט אסאך מענטשען פאר גוזמאות'דיגע טעג אין א צוה אהן זייער ערלויבעניש, צי וויסן אויב מ'קען דורך דעם האבן א שליטה אויף א מענטש'נס מוח.

ארכעלאגישע טרעפינגען וואס דערציילן אסאך זאכן שא"א לפורטם כי רבים הם. ווי טעבלעט'ס וואס צייגן א היינטיגע לייף סטייל, מענטשען וואקן מיט פּאורס'עס, וכדו'.

היות כ'בין אן ע"ה אין דעי זאכן, האבעך געזיכט אין יאו טוב, און יאפ.. אסאך מאדנע זאכן קומען ארויף בשם דעקלאסיפאצירטע דאקומענטן.

לתועלת הציבור (ולתועלת צו שטילן מיין נייגער...) איז דעם אשכול געווידמעט פאר סיי וועלכע ידיעות וואס קומען פון די דאקומענטן.

חכמי השטיבל. אויב ס'קומט אייך עפעס ארויף א ידיעה, אל תמנעו טוב ממנו!
(אויב מ'קען נאך צו צייכענען א לינק צום מקור איז אוואדע בעסער.)
יישר כחכם
---

הבהרה. כ'האב נאכנישט נאכגעגאנגן אלע זאכן. לאו דוקא אלעס קומט פון די CIA דאקומענט'ס. אפשר זענען געוויסע זאכן יא סתם טעאריעס. אפשר האט די שראום'ס מיט געשפילט..

ביטע נישט שרייבן קעגען אמעריקע, ווייל ממ"נ אויב גלייבסטו אין דעם דארפסטו דאך מורא האבן צו רעדן.. ס'סתם לידיעה בעלמא.

CIA.GOV

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר