נאך אזוי פרי ווי אין די ערשטע טעג פונעם וועלט-באשאף, געפונען מיר שוין אין די תורה ווי די צוויי ערשטע ברודער קין און הבל האבן געברענגט קרבנות. אנגעהויבן האט זיך עס ערב פסח. אדם האט געלאזט רופן זיינע צוויי זון, און ער האט זיי געזאגט אזוי צו זאגן: אין די צוקנופט זענען מיינע קינדער די אידן פארגעברייט צו ברענגן א קרבן פסח, דערפאר איז מיין ווילן צו אייך אז איר זאלט אויך אצינד מקריב קרבנות פארן אייבירשטן. זענען טאקע דאן געגאנגען די צוויי ברודער ברענגן קרבנות. קין האט מקריב געווען פון דאס איבערבלייבענישן פון זיין עסן, ניסלעך און פלאקס. און הבל האט געברענגט פון די פון זיינע בעסטע, א אויסגעפאשעטע אומבאשוירענע שאף... און דער פסוק פארציילט אונז אז: וישע ה' אל הבל ואל מנחתו... דער באשעפער האט זיך געוואנדן צום קרבן פון הבל...
ווייטער געפינען מיר ביי נח... ווען ער איז ארויס פון קאסטן באלד נאכן מבול, האט ער געברענגט קרבנות, און וירח ה' את ריח הניחח, ויאמר ה' אל לבו לא אוסף לקלל עוד את האדמה בעבור האדם, כי יצר לב האדם רע מנעריו, ולא אוסף עוד להכות את כל חי כאשר עשיתי – דער באשעפער האט געשמעקט דאס אנגענעמענע גערוך פון די פארברענטע קרבנות, און דער באשעפער האט געזאגט אזוי צו זיך אליין, איך גיי מער נישט שעלטן דאס ערד צוליב דעם מענטש, ווארום דאס הארץ פון א מענטש איז שלעכט נאך פון זיין יוגענט. און איך גיי מער נישט שלאגן יעדע לעבעדיגע באשעפעניש ווי אזוי איך האב געטאן ביים מבול.
ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז, אז אויב וויל מען איבערבעטן דעם באשעפער, אדער אראפברענגען שפע פון די העכערע ספערן, ברענגט מען א קרבן, און דער באשעפער שמעקט דאס איינגענעמע גערוך פון די פארברענטע פלייש, און דאס נעמט אים אינגאנצן איבער, ער ווערט איבערגעבעטן און שיקט אראפ שפע פון הימל... פארדעם טאקע האט מען יעדע יום טוב וועט די צייט איז געאייגענט אראפצוברענגען שפע פון הימל, וו.צ.ב.ש. פסח איז געאייגנט פאר א שפע פון תבואה, שבועות אויף א שפע פון פרוכט, סוכות אויף שפע פון וואסער, האט דער באשעפער מיט זיין גרויס גענאדע אונז אנגעוויזן גענוי וועלכע קרבנות מ'זאל ברענגען איטליכע יום טוב, אז מיר זאלן אראפברענגען די פאסיגע שפע אויף וואס דער יום טוב איז געאייגנט.
ווען דאס אידיש פאלק איז געשטאנען אין די פלוינען פון מואב ביי די ברעגעס פונעם ירדן האט אונז גאט גאר הארב אנגעווארנט:
והורשתם את כל יושבי הארץ מפניכם ואבדתם את כל משכיתם ואת כל צלמי מסכתם תאבדו ואת כל במותם תשמידו – איר זאלט פארטרייבן די איינוואוינער פון לאנד פון פאר אייך, און איר זאלט מאכן פארלירן זייער ליגן שטיינער, און זייערע געגאסענע סטאטועס זאלט איר מאכן פארלירן, און זייערע הויכע פלאטפארמעס זאלט איר פארטיליגן... פארוואס האט השי''ת אזויפיל מאל געווארנט און געפאדערט אז די אידן זאלן אויסראטן יעדע סארט זאך וועלכע האט נאר דאס מינדעסטע פארקער מיט ע''ז? נישט גענוג בלויז אז מ'זאל זיי נישט דינען?
איז אזוי: דער אלטער אייזל שטויסער, דער שתום עין פון פתורה האט נאך געזאגט: לא איש א-ל ויכזב ובן אדם ויתנחם – דער באשעפער איז נישט קיין מענטש וואס נארט זיך און ער האט חרטה... דער באשעפער איז נישט קיין מענטש. אין קעגנזאץ געפינען מיר ווי דער נביא נחום האלקושי זאגט: א-ל קנא ונוקם ה', נקם ה' ובעל חמה, נקם ה' לצריו, ונוטר הוא לאויביו... אז דער באשעפער איז אן אומפארגינער און צארנדיגער, ער נעמט נקמה אין זיינע פיינט, און ער האלט א פיינטשאפט קעגן זיי... דאס זענען דאך אלע שוואכקייטן מיט וואס בלויז מענטשן פלאגן זיך? די ענטפער אויף דעם איז - אז ווען ס'קומט צו ע''ז איז דער באשעפער טאקע אן אומפארגינער!
ביים חורבן בית המקדש האבן די אבות אברהם יצחק און יעקב איינגעריסן ביים באשעפער אויף זייערע קינדער וועלכע גייען אין גלות אריין געבינדן אין אייזערנע קייטן, און דער באשעפער איז נישט געווארן איבערגענומען פון זייערע וויינערייען. אבער ווען רחל האט איינגעריסן, איז דער באשעפער באלד געווארן איבערגענומען פון איר, און ער האט איר געזאגט, רחל הער אויף צו וויינען און פארמייד דיין שטימע פון א געוויין... דיינע קינדער די אידן וועלן זיך ענווענטועל צוריקקערן צו זייערע גרעניצן אין ארץ ישראל.
פארוואס איז דער באשעפער געווארן איבערגענומען בלויז פון די געוויין פון מאמע רחל? אברהם אבינו איז עפעס געווען א שנייידער? יצחק איז געווען אן איינפאכער קצב יונג? וואס איז עפעס אזוי ספעציעל מיט די געוויין פון רחל?
גאנץ איינפאך – ווייל זי איז געקומען מיט א שטארקע ארגומענט. זי האט ארגומענטירט פארן באשעפער: איך האב פארגינען מיין שוועסטער לאה, און איר איבערגעגעבן די באהאלטענע סימנים וואס מיין מאן יעקב האט אפגעשמועסט מיט מיר, אז מיין פאטער דער תרפים-לעקער און פאפער זאל אים נישט קענען פארנארן, און אים אונטערשיקן א צווייטע, ווי ער האט טאקע ווירקליך געטאן. איך האב פארגינען מיין שוועסטער לאה... ס'איז געווען גרינג? ניין! אבער כ'האב איר פארט פארגינען. פארוואס צארנסטו אזוי אויף מיינע קינדער, ווייל זיי האבן געדינט נישט בלויז דיר אלייןי נאר זיי האבן זיך אויך אויפגעדעקט צום פעור? פארוואס ביזטו אזוי אומפארגינען? די דאזיגע ארגומענט האט געמאכט א וועג צום הארץ פון השי''ת, און זי האט ארויסבאקומען פון אים א צוזאג אז נאך זיבעציג יאר וועלן זיך אירע קינדער אומקערן צו זייער היים לאנד.
ווען אידן זענען ארויס פון מצרים, און זיך געשטעלט אונטערן בארג סיני – האט דער באשעפער זיי אנגעזאגט צוויי זאכן: ערשט, איך בין אייער גאט וואס כ'האב ענק ארויסגענומען פון מצרים פון שקלאפן הויז און בלויז צו מיר זאלט איר דינען! ווייטער האט ער געזאגט: צו מיר, און בלויז צו מיר. דינט נישט קיין אנדערע געצער פאר מיין פנים. ס'איז נישט גענוג אז מ'דינט דעם באשעפער, נאר מ'מוז דינען דעם באשעפער אליינס, מ'טאר זיך נישט ווענדן צו אנדערע אפגעטער אויך.
ישעיה הנביא האט געשריגן: איכה היתה לזונה קריה נאמנה? ווי אזוי ירושלים געווארן א זונה? ער האט צוגעגליכן ע''ז צו זנות, אזוי ווי א פרוי גייט אונטער איר מאן, זי איז טאקע נאך חתונה געהאט צו אים, אבער זי פארזוכט האניג פון אנדערע אויך. די זעלבע די אידן, מ'האט געדינט דעם באשעפער און הייליג געגלייבט אין אים, אבער זיי האבן אויך געדינט אנדערע ע''ז פון די פעלקער ארום. זיי האבן געדינט דעם בעל און דעם אשרה, זענען געווען פון די היימישע דאס זענען די אפגעטער וואס די כנענים האבן נאך געדינט. זיי האבן אויך געדינט צום כמוש פון מואב, און צו מילכום פון אמון... און אויך צום תמוז...
אזוי ווי דער נביא יחזקאל שילדערט אין זיין נבואה:
איך זיץ מיך אזוי אין שטוב און בעפאר מיר זיצן די אלטע לייט פון יהודה, און אט פאל איך אוועק. (די נביאים האבן זיך נישט געקענט האלטן אויף די אייגענע פוס ווען זיי האבן געזען נבואה, אפגעזען פון משה וואס די תורה הק' זאגט צייגעניש אז קיין נביא איז נאך נישט אויפגעשטאנען צווישן די אידן וואס דער באשעפער האט געקענט פנים צו פנים...) און אט זעה איך א געשטאלט פון פייער... פון אונטער די לענדן פייער און פון העכער די לענדן ווי דאס שיין פון הַחַשְׁמַלָה... רש''י אויפן ארט זאגט: אסור להתבונן בפסוק זה)... דאס געשטאלט האט אויסגעשטרעקט א האנד פון זיך, און די מיסטעריעזע האנט האט מיך אויפגעהויבן דורך מיינע האר פון קאפ, און מיך צווישן הימל אין ערד געשוועבט ביז מיר האבן דעגרייכט ירושלים עיר הקודש. דארט האט מיך דאס האנד אראפגעשטעלט אינעם אינעווייניגסטן טויער – דער טויער פון די עזרה וואס פירט צום צפון ריכטונג.
דארט אויף צפון זייט, איז אין די צייטן פון מנשה המלך געשטאנען א גרויסער געץ מיטן נאמען "סמל הקנאה". דער געטשיק האט זיך דערווארבן זיין נאמען ווייל ער איז אראפגעשטעלט געווארן צפון זייט פון די עזרה - דאס ארט וואו די אידן האבן געשאכטן קרבנות צום באשעפער, און די ווידערשפעניגער האבן געצילט אז ווען די אידן ברענגען קרבנות צום אייבערשטן, זאלן זיי גלייכצייטיג אויך אינזינען האבן זיין קאָנקורענץ, דעם סמל הקנאה.. מיט זייער שריט האבן זיי געצילט אויפצורייצן א אנגעבליכע קנאה ביים באשעפער אין הארץ.
דער סמל הקנאה האט שוין דאן אין די צייטן פון יחזקאל באשיינפערליך נישט געלעבט, אבער דאס צארן פונעם אייבערשטן האט נאך אלס געפלאקערט, און ער האט קיינמאל נישט אינגאנצן פארצייט די אידן פאר דעם הארבן זינד פון סמל הקנאה.
דער נביא זעצט ווייטער פאר מיט זיין נבואה:
דארט ביים טויער שטייט די כבוד די באשעפער פון די אידן, ווי אזוי כ'האב אים געזען דארטן אין טאל ביים ברעג פון טייך כבר. און ער זאגט מיר: דו מענטש, דו זעסט וואס זיי טוען? גרויסע אומווערדיגקייטן וואס די אידן טוען, מיך צו דערווייטערן פון מיין בית המקדש. ווארט נאר דו וועסט נאך זעהן גרעסערע אומווערדיגקייטן...
ער ברענגט מיך אזוי אריין אינעם טיר פונעם הויף פון די עזרה, און דארט אין טיר זעה איך א לעכל אין דער וואנט. און ער זאגט מיר איך זאָל גראָבן טיפער אינעם לעכל! איך גראב אזוי אריין אינעם מויער, און אט אנטפלעקט זיך מיר א מיסטעריעזע באהאלטענע טויער. און ער זאגט מיר קום און קוק די שלעכטע אומווערדיגקייטן וואס זיי טוען דא אפ. איך קום אריין און ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן. איך זעה אלערליי סארטן געשטאלטן, פון אינזעקטן און אומווערדיגע בהמות אויפגעקריצט אויף די ווענט פונעם שטוב ארום און ארום. און זיבעציג מאן פון די עלטסטע פון די אידן און יאזניהו בן שפן צווישן זיי, שטייען פאר די געצן, יעדער האלט זיין קליין דעמפערל אין די האנט און ס'גייט א רויעך פון די געווירצן...
און דער באשעפער זאגט מיר – האסט געזען, מענטש? וואס די עלטסטע פון די אידן טוען אפ דא אין די טונקל? ווייל זיי זאגן אז דער באשפער זעט אונז נישט און ער האט פארלאזט די ערד... דערפאר זוכן זיי צו אראפצוברענגען שפע דורך אנדערע אפגעטער.
ווייטער זאגט דער באשעפער פאר יחזקאל: אויסער דעם וועסטו זעהן נאך גרעסערע אומווערדיגקייטן וואס זיי טוען. ער האט מיר אריינגעברענגט נאך טיפער, די די סאמע טויער פון היכל אויף צפון צייט, און דארט זענען געזיצן פרויען און באוויינט דעם תמוז... ווער און וואס איז דער תמוז? אט איז ווי דער רמב''ם אין ספר המורה שילדערט דעם תמוז: עס איז געווען א געצן נביא מיטן נאמען תמוז. דער תמוז האט אמאל גערופן צו זיך א געוויסע גרויסער קעניג, און אים באפוילן אז ער זאל דינען די שטערן און די מזלות פון הימל - אזוי אז די גליק זאל אים באטרעפן. דער קעניג האט זיך שרעקליך צובייזערט אויף דעם תמוז, און ער האט באפוילן אז ער זאל דער'הרג'עט ווערן מיט א מיתה משונה... זינט דאן האבן זיך זיינע נאכפאלגער זיך צוזאמגענומען יעדע יאר אין טאג פון א' תמוז ביינאכט, און יאמערליך באוויינט דעם תמוז... און גאט האט דאס געוויזן פאר יחזקאל אין זיין נבואה, ווי אזוי אידישע פרויען זיצן אינעם סאמע בית המקדש, אין זיין אייגענעם הויז, און באוויינען דעם תמוז.
די אידן האבן געהאלטן אז דער אייבערשטער האלט אפ שפע פון זיי צוליב זייערע זינד.
ישעיהו הנביא זאגט נבואה איבער אחרית הימים. און אינדערמיט האקט אריין איבער די איבלען וועלכע האבן געבוזשעוועט אין זיין צייט. אידן האבן געלעבט אין שוואוילטאג, מ'האט זיך געפלעגט דאס גוף מיט אלערליי סארט פארגעניגנס, גערויבט און בא'גנב'עט דעם ארימאן, דערנאך איז מען געקומען אין בית המקדש ווי שיינע אידן און געדעמפט שטירן אויפן מזבח. און מ'האט געמיינט אז אלעס איז וואויל און פיין... מ'האט זיך מוחל געווען די עבירות... אוי אוי האט דער נביא געשריגן: אזוי זאגט דער אייבערשטער, די הימל איז מיין שטול און די ערד איז מיין פוס בענקל. וואס פאר א הויז קענט איר פאר מיר בויען און וואו קען איך געפינען מיין רוה? ווארום אלעס האט מיין הענט געמאכט, זאגט ג-ט. איך דארף אינגאנצן נישט אנקומען צו ענקער בית המקדש און צו ענקערע קרבנות... אויף וואס קוק איך יא? איך קוק אויף א ארימאן, אויף א צוקלאפטע זעהל וואס פארכט מיינע רייד.
דער נביא זאגט ווייטער:
גענוי מיט די זעלבע בלאף ווי איר שפילט מיט מיר וועל איך שפילן מיט אייך. ווארום איך האב גערופן צו אייך אבער ענק האבן מיך איגנארירט, איר האב גערעדט מיט אייך און איר האט נישט געענטפערט. איר טוט וואס ס'איז שלעכט אין מיינע אויגן. און אין אלעם וואס איך וויל נישט האט איר זיך יא אויסגעקליבן... הערט אויס די רייד פון ג-ט: די וואס פארכטן זיינע רייד, נישט בלויז מיטן ברענגען קרבנות צו הייסן שיינע אידן וועל איך אייך מכבד זיין, און איך וועל זען אין זייער פרייד. און די וואס בלאפן מיך וועלן ליידן חרפות...
די אידן האבן זיך נישט גוט אויפגעפירט, דערפאר האבן זיי שטענדיג געלעבט אין שרעק און אנגסט. זיי האבן שטענדיג געציטערט אז דער אייבערשטער וועט אויפהערן צו שיקן זיין שפע פון הימל צוליב זייערע אומגעהויערע זינד. דערפאר האבן זיי אנגעגרייט א פלען בי – ע''ז. זיי האבן געגלייבט אזוי ווי די פארצייטישע גריכן און רוימער, אז מ'לעבט אין גוטן מיט די געצן און מ'פלעגט זיי מיט פעטע קרבנות שיקן זיי שפע...
ס'האט פאר די אידן געהאלפן א פייג! דאס בית המקדש איז חרוב געווארן, די הימלישע שפע האט איינגעשרימפן צו א מינימום. דאס ביסל ירידת השפע קומט בלויז פונעם דאווענען - תפילה במקום קרבנות. מיר האפן פון הארצן טיפן, אז אינגיכן וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן פון גלות דורך משיח צדקינו, און דאס בית המקדש וועט ווידער אויפגעבויט ווערן, און די עבודת הקרבנות וועט זיך באנייען, און מיר ווילן ווידער זוכה זיין צו געניסן פון די הימלישע שפע, ברוחניות ובגשמיות, אמן.