די פראטאקאלן פון זקני ציון
- צוויבל קניפער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 60
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 126 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
די פראטאקאלן פון זקני ציון
"די פראטאקלן פון זקני ציון" איז די מערסטע פארשפרייטע אין טרויעריג בארימטע אנטיסעמיטישע פובליקאציע אין מאדערנע צייטן, די ליגענס און קאנספיראציע טעאריע'ס וואס ווערן דארט באשריבן ווערט נאכאלץ באנוצט און גרויסן ספעציעל היינט מיט די אינטערנעט וואס יעדע שמויגער און לאצי קען באשמירן זיין צואה איבעראל, די גרופע'ס און אינדעווידואלן וואס האבן זיך די מערסטע באנוצט מיט די פראטאקאלן זענען פארבונדן אין איין וועג, פארשפרייטן פיינטשאפט אקעגן דעם איד.
די פראטאקאלן איז גענצליך פיקציע ארבעט, בדווקא געשריבן געווארן צו באשילדיגן דעם איד אויף כל מיני פראבלעמען, די וואס פארשפרייטן עס זאגן אז דאס דאקומענטירט א אידישע קאנספיראציע צו איבערנעמען די וועלט, די קאנספיראציע מיט די זקני ציון האט קיינמאל פארשטייט זיך עקזעסטירט.
פון ווי שטאמט עס?
אין 1903 זענען שטיקלעך פון די פראטאקאלן פארשפרייט געווארן אין די רוסישע צייטונג, זנאמיע ( די טאוול). אבער די ווערסיע פון די פראטאקאלן וואס איז פארשפרייט און איבערגעטייטשט געווארן צו פארשידענע אנדערע שפראכן איז ערשט אַרױסגעקומען אין 1905 אין רוסלאַנד אין די ביכל The Great in The Small: The Coming of the Anti-Christ and the Rule of Satan on Earth
ביי די רוסישע שרייַבער און מיסטיקמאן סערגעי נילאס.
טראץ וואס די פונקטליכע אנהויב פון ווי די פראטאקאלן קומט איז נישט באקאנט, די כוונה אונטער עס איז געווען צו שילדערן די אידן ווי קאנספיראטארן אקעגן די רעגירונג, אין 24 קאפיטלעך, אָדער באקאנט אלץ פראטאקאלן, שילדערט מען דאָרט פון א זיצונג צווישן אידישע פירער, די פראטאקאלן באשרייבט די "באהאלטענע פלענער" פון די אידן צו פירן די וועלט דורך מאניפולירן די עקענאמיע, קאנטראלירן די מידיע, און אנהעצן רעליגיעזע קאנפליקטן.
נאך די רוסישע רעוועלוציע פון 1917, אנטי-באלשעוויק אימיגראנטן האבן אריבערגעברענגט די פראטאקאלן צו די מערב וועלט, גלייך נאכדעם איז ארויסגעקומען אין פארשידענע אויסגאבעסַ מיט די פראטאקאלן אין אייראפע און אין אמעריקע, אבער איבערגעטייטשטע ווערסיע'ס האבן ערשט אנגעהויבן צירקולירן אין די 1920'ס.
אנגעהויבן אין 1920, קאר מאַגנאַט און באקאנטע אנטיסעמיט הענרי פארד'ס צייטונג (וואס ער פארלאנגט זיך א גאַנצע אייגענע ארטיקל), די דיערבארן אינדעפענדענט, האט פארשפרייט א סעריע ארטיקלען באזירט א חלק אויף די פראטאקאלן. "די אינטערנאציאנאלע איד", די צייטונג וואס האט געהאט די ארטיקלען איז געווארן איבערגעטייטשט צו 16 שפראכן. ביידע אדאלף היטלער און אויך יוזעף געבלס (שפעטער הויפט פוןַדי נאצי פראפאגאנדע מינעסטעריום) האבן אויסגעלויבט הענרי פארד און די אינטערנאציאנאלע איד.
די שווינדל אנטדעקט
אין 1921, די לאנדאן טיימס האט פרעזענטירט באווייזן אז די פראטאקאלן איז געווען "פוילע פלעגעריזם", די טיימס האט קאנפימירט אז א גרױסע חלק פון די פראטאקאלן איז געווען קאָפּירט פון א פראנצויזישע פאליטישע סאטירישע ארטיקל מיטן נאמען Maurice Joly's Dialogue in Hell Between Machiavelli and Montesquieu (1864) וואס האט קיינמאָל נישט אפילו דערמאנט אידן. אנדערע אוספארשונגען האבן געוויזן אז איין קאפיטל פון א פרוסישע נאוועל, Hermann Goedsche's Biarritz (1868, האט אויך אינספירירט די פראטאקאלן.
די נאצי עפאכע
די נאצי פארטיי אידעאלאגיסט אלפרעד ראזענבערג האט באקאנט געמאכט היטלער מיט די "פראטאקאלן" אין די פריע 1920'ס, וואס איז געווען די צייט וואס היטלער האט אַנטװיקלט זיינע פלענער און אידעאלאגיע. היטלער באציט זיך צו די פראטאקאלן אין טייל פון זיינע פריע רעדע'ס, און דורכאױס זיין קאריער האט ער פארשפרייט די מיטאס (myth) אז "אידישע באלשעוויקן" קאנספירירן צו קאָנטראָלירן די וועלט.
דורכאױס די 1920'ס און 1930'ס "די פראטאקאלן פון די זקני ציון" האט געשפּילט א וויכטיגע ראלע אין די נאצי'ס פראפאגאנדע ארסאָנעל, די נאצי פארטיי האט פאבליצירט 23 אנדערע ווערסיע'ס פון די פראטאקאלן צווישן די יאָרן 1919 און 1939. נאך וואס די נאצי'ס האבן איבערגענומען מאכט אין 1933 געוויסע שולע'ס האבן אנגעהויבן ניצן די פראטאקאלן צו אינדאַקטאָנירן די סטודענטן.
נאך די מלחמה
אין 1935 האט א שווייצע געריכט באשטראפט צוויי נאצי פירער פאַרן צירקולירן א דייטשע שפראך ווערסיע פון די פראטאקאלן אין בערן, שווייצלאנד. די ריכטער זיצנדיג אויפן געריכט האט גערופן די פראטאקאלן א "בלבול" "קלארע שווינדלערייען" און "לעכערליכע שטותים".
אין 1964 האט די אַמעריקענע סענאט ארויסגעגעבן א רעפארט דערקלערנדיג די פראטאקאלן זענען "פאבריקאציעס". די סענאט האט גערופן די אינהאלט פון די פראטאקאלן "שטותים" און קריטיקירט די וואס פארשפרייטן די פראטאקאלן פאַרן נוצן די זעלבע פראפאגאנדע מיטל ווי היטלער.
אין 1993 האט א רוסישע געריכט געאורטיילט אז פּאמיאט, א עקסטרעם רעכטע נאציאנאליסטישע ארגעניזאציע, האט דורכגעפירט א אנטיסעמיטישע אקט מיט'ן פובליצירן די פראטאקאלן.
טראץ די נאכאנאנדע באווייזן אז די פראטאקאלן איז פאַלש בלייבט עס נאכאלץ די מערסטע איינפלוסרייכע אנטיסעמיטישע ביכל אין די לעצטע הונדערט יאר און האלט אן צו אפעלירן ביי פארשידענע אנטיסעמיטישע אינדעווידואלן און גרופּעס.
די פראטאקאלן היינט
לויט די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט "רעפארט אויף גלאבאלע אנטיסעמיטיזם"(2004). אין אמעריקע און אין אייראפע, נעא-נאציס, ווייסע סופעראמיסטן און האלאקאסט לייקענער, אינדארסירן און צירקולירן די פראטאקאלן, ביכער באזירט אויף די פראטאקאלן זענען דא צו באַקומען אלוועלטליך אפילו אין לענדער וואס עס איז שווערליך דא עפּעס אידן אזויווי יאפאן.
אסאך שולע ביכער אין די אראבישע און איסלאמישע וועלט לערנט מען די פראטאקאלן אלס פאַקט. אסאך פאליטישע רעדע'ס, צייטונג עדיטאריל'ס און אפילו קינדער ביכלעך קומען פון די פראטאקאלן. אין 2002, עגיפטען'ס רעגירונג באצאלטע טעלעוויזיע האט געוויזן א מיני-סעריע באזירט אויף די פראטאקאלן. וואס איז פאַרדאַמט געווארן ביי די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט. די טעראר גרופע חאמאס נוצט אסאך די פראטאקאלן צו בארעכטיגן די טעראריזם אקעגן ציווילע בירגער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוויבל קניפער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עס איז קלאר און אומצווידייטיג פעסטגעשטעלט געווארן אז די "פראטאקאלן פן די זקני ציון" שטאמען פו די "אכראנא". די צארישע געהיים פאליצי, וועלכע האבן דאס פאבריצירט און אויסגעטראכט כאילו ס'איז פארגעקומען א מיטינג פון די הויפט פיהרערס פון די אידן און זיי האבן דאס אלעס אדורכגעשמועסט.
דאס איז זיך פארלאפן אין די אנפאנג יארן פן די צוואנציג'סטע יארהונדערט. 1900'ס)

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2020 9:06 pm
- האט שוין געלייקט: 99 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נאך א הוספה צו מיין פריער'דיגן מאמר: דא אין אמעריקע זענען די פראטאקאלן געברענגט געווארן דורך אן אנטיסעמיטישע צארישע סימפאטיקערין. א פרוי א גרויסע מרשעת. פון די אלטע צאריסטן און שונאי ישראל. די טרענסלעישן פון רוסיש צו ענגליש און דאס דרוקן און פארשפרייטן די פראטאקאלן איז הויפטזעכליך פינאנצירט געווארן דורך דעם געפערליכן און פארביסענעם און בייזוויליגן און פאטאלאגישן שונא ישראל הענרי פארד ימ"ש וזיכרו.
ס'איז אויך כדאי צו באמערקן אז זיין פרוי און בן יחיד זענען געווען זייער פיינע און ארנטליכע מענטשן. זיי האבן זיך געהאלטן אין איין בעטן ביי איהם אז ער זאל זיך אפלאזן פון די אידן. אויך זיין גלח האט זיך געבעטן צו איהם אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע אנטיסעמיטישע אקטיוויטעטן. ס'האט גארנישט געהאלפן.
די חוקרי הדורות. די היסטאריקער מוטשען זיך שטארק צו דערגיין פון וואו זיין געפערליכע שנאת ישראל קומט.

- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 23, 2022 2:04 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
פארהאן א ביכל אין עברית מיט'ן נאמען 'השקר מסרב למות'. די ביכל דעקט די גאנצע היסטאריע פון די פראטאקאלן פון זקני ציון, און אלעס ארום.
עס איז געשריבן געווארן דורך פראפעסאר הדסה בן עתו, א געוועזענע ריכטערין אין ארץ ישראל.
דיסקריפציע פונעם ספר אין עברית:
הספר חסר במלאי, השגתו תאריך את משך הטיפול בהזמנה.רבות העלילות ששימשו את שונאי ישראל בכל הדורות להסתה נגד היהודים ולהצדקת האנטישמיות, אך התוכנית השטנית של היהודים להשתלט על העולם, המתוארת בפרוטוקולים של זקני ציון, היא כנראה העלילה המתוחכמת והמסוכנת מכולן.
עלילה זו מסמנת את היהודים כשעיר לעזאזל שניתן להאשימו בכל הקטסטרופות המתרחשות על האנושות – מלחמות ומהפכות, קריסת הבורסה ופיחות המטבע, הפצת מחלות והפלת משטרים – ועתה, כדוגמת קודמיהם הרוסים והנאצים, אומצו ה"פרוטוקולים" על ידי הפונדמנטליסטים המוסלמים כנושא מרכזי בתעמולה שלהם שמטרתה דמוניזציה של היהודים ודה-לגיטימציה של מדינת ישראל. תוך התעלמות מוחלטת מכל הראיות על הזיוף, מואשמים היהודים בריש גלי, בין השאר, בהפלת מגדלי התאומים בניו-יורק ובמלחמה בעיראק.
סיפורו הדרמטי של המסמך הזה, בן מאה השנים, שתועד בעבר רק במחקרים אקדמיים המלווים בהערות שוליים, מוגש לקוראים בספרה המרשים של הדסה בן-עתו, שכבר פורסם בתשע שפות וזכה לביקורות נלהבות.
"זהו ספר מרשים של אישה מרשימה, המודעת, בשל ניסיונה האישי, להשפעה המסוכנת של האנטישמיות... הואיל והצטיינה כעורת דין וכשופטת, אין זה מפתיע שכלי הנשק שבהם השתמשה בהצלחה כזאת במאבקה נגד האנטישמיות הם הראיות שליקטה, החושפות באופן מוחלט את השקר המסוכן מכול – ´הפרוטוקולים של זקני ציון´.
זהו ספר שתתקשו להניח מידיכם... הוא מוכיח לא רק את שליטתה המוחלטת של הסופרת בנושא אלא גם את יכולתה לספר סיפור מרתק ביותר."
מדברי לורד הארי וולף, ראש המערכת המשפטית באנגליה, בהקדמה להוצאה האנגלית של הספר
"השופטת בן-עתו אינה נאיבית – היא יודעת שרבים בעולם לא ישנו את דעתם, אך היא מאמינה שיש קהל נאור בעולם שמוכן להקשיב. ´אני מדברת אליהם,´ היא אומרת. אם תבחר בשתיקה, יאמרו שאין עשן בלי אש. האש של בן-עתו תבער לעד."

Re: די פראטאקאלן פון זקני ציון
יאפ איך קוק יעצט אריין אין הענרי פארד'ס היסטאריע עס איז גאר מאדנע פארוואס ער איז געווען אזא שונא ישראל כאטש ער איז כמעט קיינמאל נישט געקומען אין בארירונג מיט אידןberlbalaguleh האט געשריבן:נאך א הוספה צו מיין פריער'דיגן מאמר: דא אין אמעריקע זענען די פראטאקאלן געברענגט געווארן דורך אן אנטיסעמיטישע צארישע סימפאטיקערין. א פרוי א גרויסע מרשעת. פון די אלטע צאריסטן און שונאי ישראל. די טרענסלעישן פון רוסיש צו ענגליש און דאס דרוקן און פארשפרייטן די פראטאקאלן איז הויפטזעכליך פינאנצירט געווארן דורך דעם געפערליכן און פארביסענעם און בייזוויליגן און פאטאלאגישן שונא ישראל הענרי פארד ימ"ש וזיכרו.
ס'איז אויך כדאי צו באמערקן אז זיין פרוי און בן יחיד זענען געווען זייער פיינע און ארנטליכע מענטשן. זיי האבן זיך געהאלטן אין איין בעטן ביי איהם אז ער זאל זיך אפלאזן פון די אידן. אויך זיין גלח האט זיך געבעטן צו איהם אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע אנטיסעמיטישע אקטיוויטעטן. ס'האט גארנישט געהאלפן.
די חוקרי הדורות. די היסטאריקער מוטשען זיך שטארק צו דערגיין פון וואו זיין געפערליכע שנאת ישראל קומט.
Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: די פראטאקאלן פון זקני ציון
זעהט אויס ער איז געווען אן עהרליכער גויצוויבל קניפער האט געשריבן:יאפ איך קוק יעצט אריין אין הענרי פארד'ס היסטאריע עס איז גאר מאדנע פארוואס ער איז געווען אזא שונא ישראל כאטש ער איז כמעט קיינמאל נישט געקומען אין בארירונג מיט אידןberlbalaguleh האט געשריבן:נאך א הוספה צו מיין פריער'דיגן מאמר: דא אין אמעריקע זענען די פראטאקאלן געברענגט געווארן דורך אן אנטיסעמיטישע צארישע סימפאטיקערין. א פרוי א גרויסע מרשעת. פון די אלטע צאריסטן און שונאי ישראל. די טרענסלעישן פון רוסיש צו ענגליש און דאס דרוקן און פארשפרייטן די פראטאקאלן איז הויפטזעכליך פינאנצירט געווארן דורך דעם געפערליכן און פארביסענעם און בייזוויליגן און פאטאלאגישן שונא ישראל הענרי פארד ימ"ש וזיכרו.
ס'איז אויך כדאי צו באמערקן אז זיין פרוי און בן יחיד זענען געווען זייער פיינע און ארנטליכע מענטשן. זיי האבן זיך געהאלטן אין איין בעטן ביי איהם אז ער זאל זיך אפלאזן פון די אידן. אויך זיין גלח האט זיך געבעטן צו איהם אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע אנטיסעמיטישע אקטיוויטעטן. ס'האט גארנישט געהאלפן.
די חוקרי הדורות. די היסטאריקער מוטשען זיך שטארק צו דערגיין פון וואו זיין געפערליכע שנאת ישראל קומט.
Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
- צוויבל קניפער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 60
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 21, 2022 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 126 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
Re: די פראטאקאלן פון זקני ציון
אויך אמת אבער ווען איינער האט א דירעקטע אפענע שנאה אקעגן איינעם אדער עפעס האט ער נארמאל א אינטערליגענדע סיבה דערצו מיט א נארמאלע הסברדער גאלדענער אדלער האט געשריבן:זעהט אויס ער איז געווען אן עהרליכער גויצוויבל קניפער האט געשריבן:יאפ איך קוק יעצט אריין אין הענרי פארד'ס היסטאריע עס איז גאר מאדנע פארוואס ער איז געווען אזא שונא ישראל כאטש ער איז כמעט קיינמאל נישט געקומען אין בארירונג מיט אידןberlbalaguleh האט געשריבן:נאך א הוספה צו מיין פריער'דיגן מאמר: דא אין אמעריקע זענען די פראטאקאלן געברענגט געווארן דורך אן אנטיסעמיטישע צארישע סימפאטיקערין. א פרוי א גרויסע מרשעת. פון די אלטע צאריסטן און שונאי ישראל. די טרענסלעישן פון רוסיש צו ענגליש און דאס דרוקן און פארשפרייטן די פראטאקאלן איז הויפטזעכליך פינאנצירט געווארן דורך דעם געפערליכן און פארביסענעם און בייזוויליגן און פאטאלאגישן שונא ישראל הענרי פארד ימ"ש וזיכרו.
ס'איז אויך כדאי צו באמערקן אז זיין פרוי און בן יחיד זענען געווען זייער פיינע און ארנטליכע מענטשן. זיי האבן זיך געהאלטן אין איין בעטן ביי איהם אז ער זאל זיך אפלאזן פון די אידן. אויך זיין גלח האט זיך געבעטן צו איהם אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע אנטיסעמיטישע אקטיוויטעטן. ס'האט גארנישט געהאלפן.
די חוקרי הדורות. די היסטאריקער מוטשען זיך שטארק צו דערגיין פון וואו זיין געפערליכע שנאת ישראל קומט.
Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ער איז גראדע יא געקומען אין קאנטאקט מיט אידן. זיין הויפט ארכיטעקט, אלפרעד קאהן איז געווען א איד. אויך האט ער געהאט א שכן א רעפארם ראביי. דר. פרענקלין. ער פלעגט איהם אפילו געבן א (טייערע) מתנה פון צייט צו צייט. א קאסטומייז'ד מאדעל "טי". וואס דער ראביי איז געצווינגען געווען (דורך פאבליק פרעשור) צוריקצוגעבן. נאך א סעריע פון זיינע אנטיסעמיטישע אויסברוכן...!צוויבל קניפער האט געשריבן:יאפ איך קוק יעצט אריין אין הענרי פארד'ס היסטאריע עס איז גאר מאדנע פארוואס ער איז געווען אזא שונא ישראל כאטש ער איז כמעט קיינמאל נישט געקומען אין בארירונג מיט אידןberlbalaguleh האט געשריבן:נאך א הוספה צו מיין פריער'דיגן מאמר: דא אין אמעריקע זענען די פראטאקאלן געברענגט געווארן דורך אן אנטיסעמיטישע צארישע סימפאטיקערין. א פרוי א גרויסע מרשעת. פון די אלטע צאריסטן און שונאי ישראל. די טרענסלעישן פון רוסיש צו ענגליש און דאס דרוקן און פארשפרייטן די פראטאקאלן איז הויפטזעכליך פינאנצירט געווארן דורך דעם געפערליכן און פארביסענעם און בייזוויליגן און פאטאלאגישן שונא ישראל הענרי פארד ימ"ש וזיכרו.
ס'איז אויך כדאי צו באמערקן אז זיין פרוי און בן יחיד זענען געווען זייער פיינע און ארנטליכע מענטשן. זיי האבן זיך געהאלטן אין איין בעטן ביי איהם אז ער זאל זיך אפלאזן פון די אידן. אויך זיין גלח האט זיך געבעטן צו איהם אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע אנטיסעמיטישע אקטיוויטעטן. ס'האט גארנישט געהאלפן.
די חוקרי הדורות. די היסטאריקער מוטשען זיך שטארק צו דערגיין פון וואו זיין געפערליכע שנאת ישראל קומט.
Sent from my Pixel 7 Pro using Tapatalk
- pseudonym1
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 23, 2022 6:57 pm
- האט שוין געלייקט: 917 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
שיין, איך ווייס נישט ווער ס'האט דאס געשריבן אבער א פיינעם שרייבער איז ער געוועהן, זיין חוש הדמיון איז עפעס נישט נארמאל.pseudonym1 האט געשריבן:דא קען מען עס ליינען
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז דא א בוך מיט'ן נאמען...Henry Ford and the Jews...פון דארט האביך גענימען די מערסטע אינפארמאציע.pseudonym1 האט געשריבן:דא קען מען עס ליינען