טמיר האט געשריבן:פארשטייסט טאקע נישט?
משל למה"ד, איך האב עפעס א שיטה און מהלך אין ביזנעס, אבער קיינער דערווייל האט נאכנישט געכאפט די גליקן דערפון און קויפט עס נישט פון מיר. ענדליך האט איינער אויסגעהערט די אינטרא "לייוו" ריקארדינג און יא! ער גייט דערפאר און קויפט די גאנצע פעקעדזש סעשען. געפארטיגט, אימפלעמענטעט, נאך א שטיק צייט קומט ער צוריק פאר א ריפאנד. נעה, עס ארבעט ווי טויטע באנקעס. עס טוט דיך נאר וויי וועגן די ריפאנד, אדער ווייל דו זעהסט אז דיין מהלך איז נישט עקסעפטעט פאר א דרויסענדיגער וואס האט עס פרובירט?
די משל איז אפשר נישט די בעסטע. באט האנעסטלי איך זעה נישט פארוואס מ'דארף א משל בכלל
קיינער ממש כאפט נישט די גליקן? עס פעלט דען גרים וואס גייען אן? איך ווייס נישט די נומבערס חוץ אז דו ווייסט אז א שטארקע רוב קערט זיך צוריק פאר א ריפאנד עכ''פ פון אונזער יחיד איז קיין ראי' נישט.
נאך א נקודה אידישקייט איז נישט לייכט בכלל נישט בפרט א גר דארף זיך אריינפאסן אין די נייע סביבה איז עס שווערעקייט בתוך שווערעקייט איז בכלל נישט קיין חידוש אז ער פאלט אדורך.
אגב meaningful people האט לעצטענסט געהאט א גר צדק "מאיר ווייס" וואס איז אויפגעוואקסן אין ברוקלין אין די בושוויק געגענט אלס נעלסאן געלערנט אין לאקאלע פובליק סקול ווען ער האט געזוכט צו ארבייטן נאך די סקול שעות צו העלפן זיין מאמע איז ער אנגעקומען צו ארבייטן ביי טשעסנאט סופערמארקעט אזוי ווי עס איז נאנט צו סאטמער שול פלעגט מען עם נוצען צו רעדן צו די ספאנישע חברה דארט ער האט איינמאל מיטגעהאלטן א וואכענדיגע מנחה און דאס האט עם אנגעצינדן זיך צו באקענען מיט אידישקייט ביז ער איז אווענטועל געווארן א חסידישע בחור היינט צו טאגס א בעלזא חסיד נאכן לערנען און זיין ישיבה חתונה געהאט און איז א טאטע פאר 2 מיידליך.
מען רעדט פון איינעם וואס האט געהעריג גענדיגט סקול געווען א גוטע סטודנט ער האט באקומען א אפפער פון פול סקאלערשיפ אף על פי כן האט ער אויסדערוועלט אידישקייט.
עס לוינט אויסצוהערן זיין אינטערוויא אויף מינינגפול פאדקעסט