ר' מענדל בייליס

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

ר' מענדל בייליס

שליחה דורך לייביששרייבער »

היינט געפאלט אויס דעם יארצייט פון די ערשטע פארהער פון ר' מענדל בייליס וואס די פארהער האט זיך געצויגן צו זיין ארעסט בעצם יום התשעה באב וואס פון דארט און ווייטער איז עס שוין געפארן ווי עס איז געגאנגען.
די בייליס פרשה איז שוין געשריבן געווארן און הודערטער פלאטפארמעס איך האב נישט קיין סך צו צן-לייגן, אבער מערקווירדיג איז, איך האב שוין אסאך אינפארמאציע געזעהן איבער די נושא און אין איין פלאץ וואס איז נישט געוועזן באטאנט אויף א צווייטער און א דריטע פאקט וואס איז נישט באטאנט אין די ערשטע צוויי פלעצער א.א.וו

וויל מען האבן קלארערע פאקטן און פונקטליכע היסטאריע דארף מען לעזן אלעס איבער די נושא און דאס בילד ווערט קלארער און קלארער.

די וועג ווי אזוי איך שטעל צוזאם א בילד מיט דעטאלירטע פאקט אריין געשמירט אין א מאמר איז ביי צוזאמענ-נעמען אסאך אינפארמאציע אין די אינטערסאנטע נקידות שרייבן פאר די מעשה, די מעשה זעלבסט איז בעצם נישט די ארבעט, נאר אריין שמירן אלע פאקטן פון אלע פלעצער צוזאמען מיט א פשטות צווישען די שורות נישט צו פארמישען דעם ליינער. ע"כ האבן מיר געפיגערט אז דא זענען אויך דא פאקט'עלעך וואס מאנכע האבן נישט געפיהלט פאר וויכטיג עס צו ארויס ברענגען אין זייער ווערק, איך פארשטיי נישט פארווס אבער אזוי טוהן די ווערק מייסטערס, א יעדע שרייבער האט זיין אגענדע, אדער וואס איז עים אינטערסאנט צו ציטירן דאס וועט ער ציטירן. ע"כ זה יהי' חלקי מכל עמלי.

עס איז גאר א לאנגער מעשה נעמענדיג באטראכט א יעדעס קליינער דיטעיל, איך האף איך וועל עס גומר זיין אבער אויף דערווייל איז דא וואס איך האב פרובירט מיטן בעסטען שוין מגיה צו זיין אטן עס צו-שטעלן פאר א געמיטליכער געשמאקער ארטיקעל. מיר האפן אז עס איז נישט מלא וגדוש מיט טעותים. איך בעהט איבער מע"כ קודם הקראיה.

מנחם מענדל ביילוס - דער לעצטער עלילות דם אין די מאדערנע היסטאריע

יארן פון ביטערניש אנטקעגן דעם מלוכה פון די צארן אין רוסלאנד האבן געברענגט דעם באפעלקערונג צו טראכטן פון מאכן א מרידה אנטקעגן דעם צאר. דער צאר האט אנגעהויבן זעהן כי כלתה אליו הרעה, מיט גרויס שרעק ווי צוביסלאך גליטשט די מלוכה ארויס פון זיינע הענט. האט ער געזוכט צו באנייען די בלוט בילבלים אויף א גרויסן אופן צו פארמושען דעם שטן.

כדי צו ערקלערן פאר די פויערן אז די אידן זענען די ריכטיגע שונאים וכו'. לכבוד דעם האבן זיי האבן אויפגעשטעלט די "שווארצע הונדערטער" (דאס איז די גרופע וואס דער צארישער רעגורונג האט דערנאך גענוצט צו דערשטיקן סיי וואספארא אויפשטאנד) צו קענען דורכפירן זייער אגענדעס.

זייער שווערע צייטן האבן זיך אויף דעם האריזאנט באוויזען פארן רוסישע אידעטום אין יענע תקופה. עס איז געווען אין דער זעלבער צייט וואס דער צאר ניקאליי דער צווייטער האט געהערשט. ניקאליי איז געווען א גרויסער שונא ישראל און א געוואלדיגער אכזר. כאטש די גזירה פון די "קאנטאניסטן" איז שוין דאן געווען בטל, איז נאך-אלטץ געוועזען דער פליכט צו דינען אין דער מיליטער. דאס איז געווען א ביטער פאר די אידן אין רוסלאנד. אסאך האבן ליידער פארלוירן זייער אידישקייט אדער זייער לעבן דורכ'ן דינען אין די מיליטער.
אין יאר ה'תרע"א, האט די דומא אפיציעל מודיע געווען אז דער איד איז א געפערליכער פאלק און זיי זענען זייער מסוכן.

אין יענעם זעלבן יאר, כ' אדר תרע"א, איז אין די צייטונגען פון רוסלאנד געשריבען געווארן מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות אז מ'האט געטראפן א טויט גויאיש קינד אין קיעוו (כאילו דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס א טויט שרצ'ל איז אפיר געפונען געווארן). די פלענער זענען ליידער שוין גרייט געווען פון פריער, ווען דאס שגצ'ל האט נאך געלעבט.

אין יענע יארן האט געדינט אין די צארישער מיליטער א איד מיט'ן ר' נאמען מענדל בייליס. ער האט זיך געהאלטן פעסט ביי זיין אידישקייט און איז ארויסגעקומען נאכן דינען אין די צארישע מיליטער גאנץ ברוחניות ובגשמיות. ווי נאר ער האט פארענדיגט דינען זיין טערמין האט ער חתונה געהאט כדת משה וישראל מיט א וואוילער אידישער מיידל און זיך באזעצט אין מעזשיגוריא, וועלכע איז בערך 13 קילאמעטער פון קיעוו דער הויפטשטאט פון אוקראינע אויף צו שטעלן א אידישער שטוב לשם ולתפאראת. פאר פרנסה האט ר' מענדל געארבעט אין א פאבריק פון ציגל וועלכע האט געהערט פאר זיינס א פעטער. אביסל צייט דערנאך האט ער באקומען אן הצעה צו ארבעטן אין דער שטאט קיעוו, אין א פאבריק וועלכע מ'האט געהאלטן אינמיטן בויען. דער פאבריק האט געהערט צו דעם באוויסטן עושר און נדיב מר. זייטשעב, וועלכע האט געבויט דעם אידישען שפיטאל אין קיעוו, און כדי צו פארזיכערן א קביעות'דיגע רחוותדיגער הכנסה פאר'ן שפיטאל, האט ער געפענט א נייער ציגל פאבריק, אלע הכנסות דערפון זענען געגאנגען צו אויסהאלטן דעם שפיטאל. ר' מענדל האט זיך צוגעכאפט צו די הצעה אין שטאט איז געווען גרינגער דאס אידישקייט פראקטאצירונג ווי אין דארף און האט זיך אריבער געצויגען קיעוו.

דער שטאט קיעוו איז געווען איינגעטיילט אין צוויי געגענטן, פלוסקי און לוקיאנאווסקי. אידן האבן נאר געמעגט וואוינען אין פלוסקי. און אט אין די געגענט איז טאקע געוועזען דער אידישע שפיטאל. דער פאבריק אבער, איז געווען אין לוקיאנובסקי, וואס דאס מיינט אז אידן האבן אין דעם געגענט נישט געמעגט וואוינען. נאר דורך דעם שטארקן השפעה פון זייטשעב, וועלכע איז דאן געוועזען פון די גרעסטע סוחרים אין רוסלאנד (ער האט געהאט אסאך צוקער פאבריקן), האט ר' מענדל זיך געמעגט באזעצן אין דעם הייליגן באדען אפי' ער איז געווען א איד. כאטש ר' מענדל האט געהאט אונטער זיך בערך פינף הונדערט גוי'שע ארבייטער, (לויט'ן רוסישן געזעץ פון דעמאלס האט א איד נישט געמעגט באשעפטיגן א צווייטן איד אין זיין פאבריק.

זייטשעב איז געווען פון די איינסציגסטער וועלכע האט געמעגט האבן נאך איין איד אלס ארבייטער, ער האט מיט זיי קיין שום פראבלעמען נישט געהאט מיט זיי, אדרבה ער האט זיך מיט זיינע גויאישער קאלעגן זייער גוט פארטראגען, אויך מיט די גוים אין די געגענט האט ער זיך גוט געלעבט, אזוי ווייט אז אין יאר תרס"ה, ווען עס זענען געווען שווערע פאגראמען קעגן אידישע קהילות אין רוסלאנד, האט דער גוי'שע גלח פארלאנגט אז מ'זאל שטעלן א ספעציעלע שומר פאר ר' מענדל אז עס זאל עם גארנישט געשען. (עס איז געווען א סיבה דערפאר: ווען דער גלח האט געבויט א הויז פאר יתומים, האט ער געבעטן ר' מענדל ער זאל עם פארקויפן ציגל פאר ביליג. זייטשעב האט מסכים געווען צום בקשה פון ר' מענדל און דער גלח איז עם געווען זייער דאנקבאר. נאך א סיבה איז געווען אז דער וועג צו די שטאטישע בית הקברות איז דורכגעגאנגען צווישן דעם ציגל-פאבריק פון זייטשעב און א גוי'שן ציגל-פאבריק. ווען דער גלח האט געבעטן ר' מענדל רשות אז זייערע לוויות זאלן קענען דארט אדורכגיין האט ער באלד מסכים געווען. ווען ער האט געבעטן דאס זעלבע פון דעם גוי'שן פאבריק אייגענטומער, האבן זיי דעם גלח'ס פארלאנג צוריק געוויזן.

דער גלח פלעגט אפטמאל צייכענען דעם חילוק צווישן זיינע אייגענע מענטשן וואס טוהן נישט קיין טובות איינעם דעם צווייטן, לאפיקי' ר' מענדל וואס וועט אייביג אקאמענדירן ווען און וואס נאר מעגלאך.

פופצן רואיגע יאר זענען אזוי אריבער. כאטש עס האט געהערשט געוויסע אומבאקוועמליכקייטן ווי למשל אז די קינדער האבן געדארפט גיין א ווייטן וועג יעדן טאג אין חדר אריין וכו', איז ר' מענדל געווען צופרידן און שמח בחלקו. ער האט געדאנקט דעם רבונו של עולם אז ער האט א גוטע פרנסה און ער האט געהאפט אזוי אויסצולעבן זיינע יארן בשלו' ובשלוה. ווער האט דאן געקענט וויסן וועגן דעם גרויסן צרה וועלכע גייט עם שוין באלד טרעפן?

אין יאר כב' תמוז תרע"א איז באפאלן ר' מענדל א גרויסער טראגעדיע, דער טראגעדיע פון וועלכע ער און גאנץ כלל ישרא-ל וועט קיינמאל נישט קענען פארגעסן (זכור אשרע עשה לך עמלק), דער טראגעדיע וועלכע האט צובראכן און צושטערט זיין גאנצע לעבן אויף אייביג.

דער טאג כב' תמוז תרע"א האט אויסגעזען ווי א געווענדליכער טאג. ר' מענדל זיצט זיך אין זיין ביורא אזוי ווי יעדן טאג. ער קוקט ארויס פון זיין פענסטער און באמערקט ווי אסאך מענטשן לויפן.. עס זעט אויס ווי אלע לויפן צו איין באשטימטע פלאץ. ר' מענדל איז ארויס געגאנגען אין גאס מברר זיין על מה הבהלה הזאת, וואס גייט דא פאר?. האט מען עם דערציילט אז ערגעץ אינ'ם געגענט האט מען געטראפן א גויאישער גע'הרג'טע קינד. ביז עטליכע שעות האבן שוין אלע איינוואוינער געוויסט אז די טויטע קערפער פון א רוסישן קינד מיט'ן נאמען אנדרושא יושצינסקי איז געפונען געווארן עטליכע קילאמעטער ווייט פונ'ם ציגל-פאבריק. דער קערפער איז געווען אין אן הייל ווי דער רוצח האט דאס געהאט איבערגעלאזט.

נאך אינעם זעלבן אוונט איז איינער פון די רוסישע שכנים געקומען באזוכן ר' מענדל. דער שכן איז געווען א מעמבער אין די שווארצע הונדערטער און האט דערציילט ר' מענדל'ען אז לויט ווי מ'רעדט צווישן זיינע חברים האנדלט זיך נישט דא פון סתם א רציחה נאר דאס קינד יושצינסקי איז גע'הרג'ט געווארן דורך די אידן פאר זייערע רעליגיעזע צוועקן. די סתם רוסישע גוים אבער, וועלכע זענען נישט געווען אזוי פארנומען מיט דעם וויכטיגן ענין פון רייניגן רוסלאנד פון די אידן, האבן גאר עפעס אנדערש גע'טענה'ט. זיי האבן געזאגט אז די רציחה האט געמאכט די מאמע פון יושצינסקי צוזאמען מיט א חבר'טע מיט'ן נאמען טשעביריאק. עס זענען געווען פארשידענע ראיות וועלכע האבן קלאר געוויזן אויף דער ריכטונג.

די ערשטע שאלה וואס די גוי'שע שכנים האבן געפרעגט איז געווען זייער א פשוט'ע. אויסער דעם וואס די מאמע האט נישט באוויזן קיין שום צער אדער זארג איבער איר קינד, איז דאס קינד דאך נעלם געווארן י"ב אדר און איז ערשט געפונען געווארן אפאר חדישם שפעטער. וויאזוי קען איינער מסביר זיין דעם פאקט אז זי האט בכלל נישט מודיע געווען פאר'ן פאליציי אז איר קינד איז פארלוירן. זי האט אפילו נישט געוויזן קיין אינטערעס ווען מ'האט עם געפונען טויטערהייט. די שכנים האבן דאס גוט באמערקט און מיט דער צייט זענען אלס שטארקער געווארן זייערע חשדות. עס איז געווען נאך א סיבה אויפ'ן חשד. דער טאטע פון דעם קינד איז גע'הרג'ט געווארן אינ'ם רוסיש-יאפאן מלחמה (די מלחמה איז פארגעקומען מיט עטליכע יאר פאר די מעשה, ווען די רוסן זענען ארויס אויף מלחמה קעגן איר מזרח שכן יאפאן, כדי צוריקצוהאלטן דעם פארשפרייטונג פון יאפאן אינ'ם ווייטן מזרח. דער מלחמה האט זיך געענדיגט מיט א גרויסע דורכפאל פאר רוסלאנד, און זי איז ארויס פון דארט בבושת פנים) ער האט איבערגעלאזט פאר זיין זון 500 רובל וועלכע זענען געלגען אין א באנק אלס פיקדון ביז דער קינד וועט אויפוואקסן. דער מאמע איז געווען צוטראגן אז זי האט נישט געקענט לייגן א האנט אויף די 500 רובל. אבער אויב איר קינד איז טויט קען זי דאס ירש'נען. דער פרוי טשעביריאק, וועלכע מ'האט אויך חושד געווען אז זי איז אריינגעמישט אינ'ם מעשה, איז געווען באוויסט אלס איינער וואס האט צוטון מיט קבוצות פון גאר געפערליכע גנבים און רוצחים.

דאס קינד אנדרושה פלעגט זיך אסאך דרייען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג א חבר פון איר'ס א קינד. עס איז זייער מסתבר געווען, אז אויב אנדרושה האט אמאל עפעס געזען דארטן פון די קבוצה רוצחים וואס ער טאר נישט. האבן זיי שוין געזארגט עם צו פירן צו אן אנדערע וועלט כדי ער זאל נישט קענען רעדן. דער פאליציי האט געהאט נאך א סיבה אויפ'ן חשד. ווען מ'איז געוואר געווארן אז מ'האט געפונען א קינד, זענען הונדערטער מענטשן געגאנגען קוקן וואס טוט זיך. קיינער האט נישט געקענט דערקענען ווער דאס קינד איז, אויסער דער פרוי טשעביריאק, וועלכע האט באלד געזאגט זיין נאמען. דאס האט געשטארקט דעם חשד קעגן איר. אויך דער בעה"ב פון דעם הויז ווי טשעביריאק האט געוואוינט, האט געזאגט אז ער איז זיכער אז זי איז דער רוצח. ער אליינס (וועלכע האט גראדע געהערט צו די שווארצע הונדערטער) האט געזאגט פאר ר' מענדל אז ער איז זיכער אז דער רציחה איז פארגעקומען ביי איר אינדערהיים, זייענדיג אין אן ארט פון פושעים און רוצחים.

נאך אפאר טאג האט דער פאליציי איינגעזעצט מרס. טשעביריאק. אביסל שפעטער האט דער פאליציי אין מאסקווא (היינט דער הויפטשטאט פון רוסלאנד) איינגעזעצט נאך דריי מענטשן בקשר צו דעם ענין. שפעטער האט מען זיי געשיקט קיין קיעוו (וואס האט אין יענע יארן באלאנגט פאר רוסלאנד). די דריי מענטשן זענען געווען פון די ראשים פון די קבוצה פון טשעביריאק, און זענען געזען געווארן אין קיעוו דעם טאג וואס דער קינד איז נעלם געווארן. זיי פלעגן זיך פארשטעלן אלס הויך-ראנקיגע גענעראלן אינ'ם מיליטער, און די פאליציי האבן שווער געקענט גלייבן אז זיי זענען פשוט'ע רוצחים.

ביי דער לוי' פון אנדרושה, וועלכע איז פארגעקומען א וואך נאך דער גוף איז אנפלעקט געווארן, האט מען שוין פארשפרייט צעטלעך צו פארטיליגן די אידן רח"ל, ווייל זיי האבן גע'הרג'ט אנדרושה צו נעמען זיין בלוט פאר זייערע רעליגיעזע צוועקן. מ'דארף נוקם זיין פאר זיין בלוט! האבן די גוים געשריגן. זיי האבן מיט דעם פרובירט אוועקצונעמען דעם חשד פון די אמת'ע רוצחים און אויפקאכן דעם באפעלקערונג קעגן די אידן. אפילו נאכ'ן לוי' האבן די שווארצע הונדערטער נישט אויפגעהערט העצן. איז דאס דען מעגליך? אז די אידן האבן גע'הרג'ט אנדרושה און זיי גייען פריי, בשעת די אומשולדיגע זענען איינגעזעצט אין תפיסה? די שרייערייען האט גע'פועל'ט וואס זיי האבן געוואלט. א גרויסע פראפעסאר א שונא ישראל, מיט'ן נאמען סיקארסקי האט געזאגט אז ער האט געזען דעם גוף פון אנדרושה, און ער זאגט מיט זיכערהייט אז דאס איז נישט געווען סתם א רציחה. דאס איז געטוען געווארן פאר רעליגיעזע סיבות מקיים צו זיין א באפעל פון א געוויסע גלויבונג. ער האט נאך צוגעלייגט זיין גרויסע מבינות אז אין דעם גוף זענען געווען דרייצען שטאכן, און ביי יודן איז דער נומער דרייצען עפעס א וויכטיגע נומער.

אפילו ביי די גוים, האט דער דעקלעראציע אויסגעזען צו זיין א פשוט'ער ליגנט, עס איז ממש געווען א געלעכטער. אלע זענען געווען זיכער אז דער מעשה איז געטון געווארן דורך צעביריאק און דעם קבוצה אירע. קומען מענטשן און רידערן ארום וועגן אידן וכו'. ליידער ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אז דאס איז בכלל נישט געווען קיין געלעכטער. די שווארצע הונדערטער האבן דא געמאכט א בונד אנטקעגן דאס אידישן פאלק. זיי האבן געהאט זייער א גרויסע השפעה בימים ההם, און זיי האבן זיך געגרייט ווייטער צו גיין מיט זייערע פלענער.
די אחריות אויפ'ן פראצעס איז געווארן ארויפגעלייגט געווארן אויפ'ן הויפט-פארשער פענענקו. ער האט אנגעהויבן זיינע חקירות ביים נאכפרעגן ביי די שכנים און מעסטן דעם מרחק פון דעם הויז פון טשעביריאק ביז צום הייל ווי מ'האט געטראפן אנדרושה, ווי אויך דעם מרחק פונ'ם ציגל פאבריק ביז צום הייל. אזוי האט ער חוקר געווען עטליכע חדשים. ביזדערווייל זענען געקומען עטליכע באהאלטענע פאליציי און זיך געדרייט אין דעם פאבריק. זיי האבן געפרעגט די בייליס קינדער אויב זיי האבן געקענט אנדרושה. איינער פון זיי זענען געקומען וואוינען אין א הויז אנטקעגן איבער דעם פאבריק. ערשט שפעטער איז ר' מענדל געוואר געווארן אז ווען זיי האבן געזען אז דער חקירה קומט נישט אויס ווי זיי האבן געוואלט. האבן זיי משחד געווען די רוסישע קינדער מיט ציקערלעך וכו' צו זאגן אז אנדרושה פלעגט זיך דרייען אינ'ם פאבריק און אז די קינדער האבן געשפילט מיט אים.

נאך אפאר טעג איז אנגעקומען א באהאלטענע פאליציי מיט'ן נאמען פוליטשוק, וועלכע איז געקומען עטליכע מאל צו ר' מענדל אין שטוב. איין מאל האט ער עם דערציילט אז ער האט א הרגשה אז דער רציחה איז געטון געווארן אינ'ם געגענט פונ'ם ציגל-פאבריק און אז ר' מענדל איז געווען אין דעם אריינגעמישט. א טאג נאך דעם שמועס, איז אנגעקומען א גרופע פון צען פאליציי צום פאבריק, ובראשם דעם הויפט-פארשער פענענקו (אויף וועמען די ממשלה האט געלייגט דעם אחריות מברר זיין די זאך, ווי דערמאנט פריערדיגע וואך), וועלכע האט אנגעהויבן אויספרעגן ר' מענדל.

איר זענט דער מנהל פון דעם פאבריק?
יא.

פון ווען?
בערך פופצן יאר צוריק.

צו ארבייטן דא אנדערע יודן אויסער דיר?
ניין! איך בין דער איינציגער.

אזוי האט ער עם ווייטער אויסגעפרעגט איבער זיין ארבעט אינ'ם פאבריק. פלוצלינג קערן זיך די שאלות צו גאנץ אן אנדערע ריכטונג.

דו האסט א קוה?

דו פארקויפסט מילעך?
איך האב א קוה ענטפערט ר' מענדל, אבער איך פארקויף נישט קיין מילעך. אלע מילעך ווערט גענוצט דורך מיין משפחה.

לאמיר זאגן אז א חבר. א גוטע פריינד וועט קומען צו דיר, וועסטו עם פארקויפן א גלאז מילעך?
ווען עס קומט צו מיר א גוטן ידיד אין שטוב אריין, געב איך עם צו עסן און טרינקן, אויך מילעך, אבער איך פארקויף נישט פאר קיין פרנסה, איך פארדין שיין אין די פאבריק איך זיך מיך נישט קיינע זייטיגע פארדינסטן.

ר' מענדל האט נישט פארשטאנען פון די שאלות ווי דער אינוועסטיגער ציהלט. וואס גייט זיי אן אויב ער האט א קוה און אויב ער פארקויפט יא מילעך. פענענקו מיט זיינע מיט-העלפער האבן אויסגעזען צופרידן פון זייער אינוועסטיגעישאן און זענען ארויס. פאר'ן פארלאזן די הויז האט איינער פון די באגלייטער גענומען א בילד פון ר' מענדל.

דער טאג פון די אינוועסטיגעישאן איז פונקט געפאלן אין תשעה באב, תרע"א. דער טאג וואס מיר וויינען און קלאגען אויף די צוויי חורבנות פון די הייליגע בתי מקדש, דער טאג וואס האט זיך אנגעהויבן דעם גלות פון כלל ישראל, אט אין דעם זעלבן טאג האט זיך אנגעהויבן דעם פרטית'דיגן גלות פון ר' מענדל בייליס, וועמען די רשעים האבן אויסגעקליבן אלס שעיר לעזאזל פון כלל ישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר