וואס די נסיון איז, פארוואס ס’איז א נסיון און צו איז עס א נסיון בכלל איז א נושא שכבר דשו בה רבים ובפרט דא אינעם שטיבל.
וואס איך וויל אדרעסירן, הגם עס איז שוין אויך אויסגעשמועסט געווארן, איז וועלכע עפראוטש כלל ישראל האט גענומען.
שלוש כיתות בטכנולוגיה; איך האב עס צושניטן אין דריי סארט מהלכים כפי סדר הא”ב.
כת א: אללא אקבהאר! (ראבינאוויטש/השומרים)
די מערסט עקסטריעם און רוישענדע עפראוטש האט גענומען הר”ר שאול יצחק ראבינאוויטש ע”ה. קודם אלס א קול קורא במדבר, אליינס ארומגעלאפן פון שוהל צו שוהל מיט זיינע ביכלעך. און נאכדעם איז עס געווארן עסטעבלישט אלס ”השומרים” טעראר ארגענעזאציע.
די חברה האלטן להשמיד להרוג לאבד, להשמיד להרוג ”ו”לאבד (קרי+כתיב). נישטא וואס צו רעדן. אינטערנעט איז די מלאך המוות און דער וואס האט א סמארטפאון איז א מאנקי. פילטערס? פאר די גויים וואס זענען מקפיד אויף שבע מצוות בני נח.
די כת פארט מיטן פולן אימפעט מער און מער עקסטרים. זיי שלעפן גאנץ כלל ישראל צו גרעסערע און שטערקערע עקסטרעמיזם.
מיט די צייט איז דא מער רבנים וואס אינדענטיפיצירן זיך מיט די השומרים וועליוס. א גוטע משל איז הר”ר בערל טויבער הי”ו, זיינע דרשות אפאר יאר צוריק האבן נישט געשמעקט אזוי שטארק השומרים’דיג ווי זיינע דרשות איבער די לעצטע וויילע.
סך הכל; אללא אקבהאר! נישטא קיין ספעיס פאר דייאלאג.
כת ב: בדיעבד (סיטי פיעלד)
די נעקסטע לעוועל איז די וואס האלטן אז רוב מענטשן דארפן נישט קיין אינטערנעט לצורך פרנסה; ס’איז אן איינרעדעניש. רוב זאכן וואס מ’טוט אויף די אינטערנעט קען מען אויך טוען אהנדעם.
והיה, ס’מאכט זיך איינס פון הונדרעט וואס איז ברור כשמש בצהריים אז ער מוז האבן אינטערנעט לצורך פרנסה. און ער האט באקומען א היתר מאה רבנים. פאר אזא איינער קומט מען זאגן אז אפילו בכגון דא דארפסטו נאכאלץ האבן א גוטן פילטער.
נאכאמאל; ביי דיפאולט דארפן רוב מענטשן נישט קיין אינטערנעט. די ’לצורך פרנסה’ ליין איז בדרך כלל נישט קיין וועליד ארגיומענט. ס’מאכט זיך אז א מענטש דארף עס ”טאקע” האבן לצורך פרנסה, זאל ער מאכן זיכער עס האט א גוטן פילטער.
כמיטב הבנתי, איז דאס געווען די רוח המרחפת מעל פני סיטי פיעלד. און דאס איז נאכאלץ די סיבה פארוואס כמעט א יעדער שוהל האט א אסור להוציא סמארטפאון שילד.
סך הכל; מ’מעג נישט און מ’דארף נישט. בדיעבד, נאר מיט א שטארקע פילטער.
כת ג: גזירה שאין הציבור
אחד היה, דער סטאלינער רבי שליט”א וואס האט געפיפן אויף יעדעם און עסטעבלישט: אינטערנעט איז א פאקט. עדזשוקעיט כלל ישראל וויאזוי עס צו ניצן אנשטאט ריסטריקטן עס נישט צו נוצן.
די עסטעבלישמענט, סקולען, לעיקוואוד, טעג וכולהו האט זייער נישט געגליכען די מהלך. זיי האבן געהאלטן אז זיי קענען פייטן די אינטערנעט. מיט דעהם וואס הגאון הגדול הרב וואזנער זצ”ל וועט ארויסגעבן א פסק, קען עפל און מייקראסאופט גיין שלאפן. בכוח וואס הרה”ק מ’סקולען זצוק”ל ויבלחט”א דער דזיבויער רב שליט”א וועלן שטורעמען הימלען איבער די סכנה, קען סעמסאונג פארמאכן זייער פעקטעריעס.
צענדליגע היציגע דעבאטעס אין מערערע פיזישע קאווע שטיבלען צווישן די מער אויפגעקלערטע ”עזדשוקעיט כלל ישראל” מענטשן און ”באזעסענע באלאבוס וואס אנערקענט אז די רבנים זענען גערעכט”.
סך הכל; די אינטערנעט איז דא. יעדער האט עס. לאמיר עטליעסט מאכן די עולם לייגן פילטערס.
דער אנגלא-אידישע פאבליקאציע ”עמי” האט געהאט די וואך אן אינטערוויו מיט הר”ר נחמיה גאטליעב. פון די לייבן אין ”איחוד הקהילות לטוהר המחנה” און ”טעג”.
נישט מער און נישט ווייניגער; ער נעמט די סטאלינער מהלך!!
ער זאגט אז ”וואויל איז דער וואס האט נישט קיין אינטערנעט” אבער ס’איז ממש לא יימלט עס נישט צו ”מוזן” האבן.
וואונדער איך מיך איין זאך; ר’ נחמי’ דו האסט געהאלטן אמאל אז מ’קען יא פייטן די גאנצע אינטערנעט אבער מיט די צייט האסטו איינגעזעהן אז דו לעבסט אין א טעות?
אדער בין איך דער וואס איז איינגערעדט אז טעג האט אמאל געהאט אן אנדערע עפראוטש צום נושא?