קאווע שטיבל עפפ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3687 מאל

קאווע שטיבל עפפ

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שוין די העכסטע צייט קאווע שטיבל זאל פארמאגן איר אייגענע עפפ, אדער כאטשיג אפדעיטן די ביז היצטיגע וועבזייטל און עס מאכן מאביל פרענדלי.

לעצטענס האב איך מיך אריינגעלאזט דערין און כ'פרוביר צו אראנזשירן צווישן די חשובע ק"ש שרייבערס - סיי פון די מער פרישערע שרייבערס און אויך פון די אמאליגע אלט געזעסענע שרייבערס - צו פרובירן בעסער מאכן אונזער הייליגער שטיבל, ס'זאל זיין באקוועמער און מער פריינדליכער פאר די שרייבערס און קאמענטירערס, אפילו די וואס באניצן זיך נישט מיטן געהעריגע וועבזייטל נאר ענדערש מיט'ן סמארטפאון אדער טאבלעט.

נישט אייביג איז די אפציע פון זיצן אין פארענט פון א לעפטאפ אדער דעסקטאפ אוועילעבל, און אסאך מאל פאלט ביי עפעס א בליציגער רוח הקודש און דער שטיבלער וויל עס אפשרייבן און פארמאגט נישט די באקוועמע קלאפער געצייגן דערצו, נאר א פשוט'ע סמארטפאון אדער טאבלעט, און ביז וואו וואס ווען וועט זיין ארטיקל אדער קאמענט פארוואנדעלט ווערן אין א פרימארגן וואלקן, קען דאס אריינגיין פון אל תמנע טוב מבעליו סיטואציע.

אשר ע"כ האב איך אפגעמאכט ביי מיר זיך אנצוגארטלען און טוהן צו דער זאך, אראנזשירן ווי ווייט כ'קען. אני הקטן קען זיך גארנישט אויס אין קאמפיוטער פראגראמינג, אבער גארנישט מיין איך טאקע גארנישט. טוה איך אבער ווידמען דעם אשכול צוזאמען צו ברענגען ווי מער חברי השטיבל וואס קענען זיך יא אויס און זענען גרייט צוצוגעבן להגדיל השטיבל ולהאדירה.

צוויי גאר חשוב'ע ניקס האבן שוין געמאלדן אז זיי זענען גרייט ארויסצוהעלפן. אונזער חשוב'ער ניק וואס האט שוין אסאך צוגעגעבן צום שטיבל מיט זיינע רייכע ארטיקלעך ידידנו הנכבד @לייביששרייבער, און איינער פון אונזערע אלטגעזעצענע שרייבער'ס וואס האט שוין גאר אסאך צוגעגעבן סיי צום שטיבל און סיי אינעם וועקער ידידנו הנכבד @פארוואס. מהם ילמדו וכן יעשו!

רבותי, רופטס ענק אן ווארעם, מיט איידיעס און עצות.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר