מהפיכה איבער מזונות ראלס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
למעשה איז געבליבן די איינציגסטע זאך איבער וואס מ'קען זיך דינגען...וואס הייסט "קביעת סעודה". אויב א מענטש עסט א שנעללן ברעקפעסט אדער לאנטש. אפילו ער שמירט אן פוטער און אפילו אמעריקען טשיעז אויף די סלייס ברויט, דאס הייסט נישט קיין קביעת סעודה. אדרבה. דאס איז מוכיח אז ער האט נישט קובע סעודה געווען. און ער מאכט א בורא מיני מזונות. ביי א ברית אדער מלוה מלכה איז שוין אנ'אנדער שאלה. אויב ער איז קובע סעודה אויף דעם דארף ער טאקע מאכן א המוציא. מיט נט"י און בהמ"ז. אויב ער עסט א שיעור כדי שביעה...!ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין א הלכה ענין וויל איך אריין רעדן.
ר' בערל, דו ברענגסט א שלחן ערוך וואס עגזיסטירט נישט אין ערגעץ. דער מחבר האלט אז תערובות מי פירות מאכט עס פאר א מזונות טאמער די טעם פון די תבלין אדער מי פירות איז קענטיג. און אויף דעם שרייבט דער רמ"א וי"א שזה נקרא פת גמור אלא אם כן יש בהם הרבה תבלין או דבש כמיני מתיקה שקורין לעקי"ך.
די פשוט'ע שלחן ערוך נאך וואס אונז גייען מיר איז אז עס מוז האבן א טעם ווי קעי"ק, און דעריבער דארפן מיר מאכן א המוציא אויף 'מזונות ברויט'.
דער שלחן ערוך הרב (סעי' י"א) ברענגט נישט קיין רמז וועגן די טעם, אבער ער דערמאנט יא אז די מי פירות מוזן זיין די רוב. זיין מקור איז די ט"ז וואס וויל לכאורה יוצא זיין אלע שיטות. איך קען נישט די מציאות, אבער די פשוט'ער עפ"ל זאפט וואס מיר קויפן אין געשעפט איז רוב מים, ווארום עס איז צוריק געשטעלט פון קאנצעטרירטע זאפט.
דער ערוך השלחן איז נישט אזוי מחמיר, אבער ער שרייבט אויך 'אלא וודאי שיש גם מים אלא שאין המים עיקר'. די וואסער איז נישט די עיקר נאר די מי פירות, עיי"ש ווי ער שרייבט אז עס האט נישט מיט רוב און מיעוט.
נעקסטן טריט:
טאמער אבער איינער איז מצליח צו פאבריצירן א מזונות ברויט וואס איז טאקע פת הבאה בכיסנין, איז עס נאכאלס נישט אינדערארדנונג. אפילו פת הבאה בכיסנין האט א חיוב וואשן, בענטשן אא"וו טאמער דער מענטש איז קובע סעודה דערויף. וואס מיינט קביעות סעודה? לאמיר אפלאזן די שיעור לחם פון די פוסקים, ווייל די פוסקים ברענגן אן אנדערן מהלך פון 'קביעות סעודה', וואס דאס איז, כלשון המ"ב ואם אכלו עם בשר או דברים אחרים שמלפתים בו הפת סגי כשאוכל שיעור שאחרים רגילין לשבוע ממנו כשאוכלין ג"כ עם דברים אחרים אך אם אכלו לבדו ושבע ממנו אף שאחרים לא היו שבעין ממנו לבדו אבל כיון שאם אכלו אותו עם דברים אחרים היו שבעין ממנו ג"כ לא אמרינן בטלה דעתו וצריך לברך עליו המוציא ובהמ"ז . איינער וואס נעמט א געקאכטע איי, מיט טאמעיטאס און צוויבל, און ער שמירט פוטער אויף די מזונות ברויט און לייגט דערויף די איי, טאמעיטא און צוויבעל, האט ער קובע סעודה געווען, און ער מוז וואשן און בענטשן. וכן הוא ווען ער נעמט א 'מזונות פיתה' און ער לייגט אריין טשיקען אדער פאלאפעל מיט סאלאט, וואס דאס איז די שיעור ברויט וואס מענטשן עסן צוזאמן מיט אנדערע שפייזן זאט צו ווערן, און די הלכה איז אז ער מוז וואשן און בענטשן.
איך האב די קונטרס נישט געלערנט, אבער איידער די מזונות ברויט עפאכע איז דאס די פשטות ההלכה, און על המקילים להביא ראיה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דו שרייבסט דא בויך סברות, און דו באשולדיגסט מיר גאר אין דעם.
דער משנה ברורה דערמאנט נישט עסן שנעל, פאוואליע, א סעודת ברית, א מלוה מלכה צו א סינקא די מאיא טיש. דו קומסט דא מיט אייגענע חידושים און סברות, וואס די פוסקים ברענגן נישט.
דער משנה ברורה שרייבט, כמבואר למעלה. נישט מער און נישט ווייניגער. א סענדוויטש פון מזונות ברויט מיט פלייש, פיש, פאלאפל, שניצל, אויפשניט, ווארשט, חומוס, אדער קעיז, איז א קביעות סעודה. עס האט גארנישט מיט ווילאנג עס נעמט צו עסן, וואס ער רופט עס אן, און וועלכע צייט ער עס עס. כך הוא דעת המשנה ברורה.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: מהפיכה איבער מזונות ראלס
אויב מזונות בייגלעך האבן געקענט ארויסשלעפן דעם ליטוואק פון זיין קאוויד בונקער, האט זיך שוין אלעס געלוינט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 72
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 368 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
די סינקא די מאיא טיש האט מיר געקאסט אן אויספלאץליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו שרייבסט דא בויך סברות, און דו באשולדיגסט מיר גאר אין דעם.
דער משנה ברורה דערמאנט נישט עסן שנעל, פאוואליע, א סעודת ברית, א מלוה מלכה צו א סינקא די מאיא טיש. דו קומסט דא מיט אייגענע חידושים און סברות, וואס די פוסקים ברענגן נישט.
דער משנה ברורה שרייבט, כמבואר למעלה. נישט מער און נישט ווייניגער. א סענדוויטש פון מזונות ברויט מיט פלייש, פיש, פאלאפל, שניצל, אויפשניט, ווארשט, חומוס, אדער קעיז, איז א קביעות סעודה. עס האט גארנישט מיט ווילאנג עס נעמט צו עסן, וואס ער רופט עס אן, און וועלכע צייט ער עס עס. כך הוא דעת המשנה ברורה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
עס איז קודם ארויסגעקומען א קול קורא אינטערגע'חתמ'עט דורך צענדליגע גאר חשובע רבנים, ווי זיי שרייבן אז מען זאל אינגאנצן מבטל זיין די מזונות ראל'ס און מען זאל זיך געהעריג וואשן און בענטשן אויף דעם.
שפעטער איז ארויסגעקומען א בריוו פון די סקווירא בי"ד וואס זאגט אז מען קען "יא" מאכן א מזונות אויף דעם.
אינטערסאנט איז אז צוויי רבנים (ר שלום פאללאק, און ר' יהושע לייפער) זענען אינטערגע'חתמ'עט אויף ביידע צעטלעך...
ווייס איך שוין נישט ווי באגלייבט די צעטלעך זענען...

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:23 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
די סקווירא צעטל איז עלטער.שמן למאור האט געשריבן:עס איז קודם ארויסגעקומען א קול קורא אינטערגע'חתמ'עט דורך צענדליגע גאר חשובע רבנים, ווי זיי שרייבן אז מען זאל אינגאנצן מבטל זיין די מזונות ראל'ס און מען זאל זיך געהעריג וואשן און בענטשן אויף דעם.
שפעטער איז ארויסגעקומען א בריוו פון די סקווירא בי"ד וואס זאגט אז מען קען "יא" מאכן א מזונות אויף דעם.
אינטערסאנט איז אז צוויי רבנים (ר שלום פאללאק, און ר' יהושע לייפער) זענען אינטערגע'חתמ'עט אויף ביידע צעטלעך...
ווייס איך שוין נישט ווי באגלייבט די צעטלעך זענען...
הנה הוא נחבא אל הכלים
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
גערעכט, כ'באמערק יעצט אז ס'שוין עטליכע חדשים אלט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך האב גערעדט מיט עטליכע מענטשן איבער דעם ענין, און עס קוקט מיר אויס ווי געוויסע קוקן עס אן אז זיך וואשן און בענטשן איז מער א פרומערע זאך ווי מאכן א מזונות און על המחיה.
איך זעה פון וואו זיי קומען, ווייל זיך וואשן און בענטשן נעמט לענגער און איז שווערער, און מיר ווייסן דאך אז ווי שווערער עפעס איז, אלס מער אידישליך און פרום איז עס.
אבער למעשה דארף מען פארשטיין אז יעדע צד האט א חומרא און א קולא. אויב איינער גייט זיך וואשן און מאכט א ברכה על נטילת ידים אויף א קליין שטיקל קעיק באופן ווי עס קומט א מזונות, דאן איז ער נישט קיין מחמיר, נאר מאכט א געהעריגע ברכה לבטלה.
א ברכה לבטלה איז זייער א הארבע זאך אין הלכה, און דערפאר איז אלעמאל ספק ברכות להקל. אויב איז דא א ספק יא צו מאכן א ברכה אדער נישט, וועלן די פוסקים אייביג זאגן ענדערש נישט צו מאכן א ברכה, אדער מאכן די ברכה וואס מען איז זיכער יוצא.
איך קען א חשוב'ע דיין וואס וואשט זיך אויף מזונות ברויט, אבער מאכט נישט קיין ברכה על נטילת ידים. דהיינו ער האלט להלכה אז עס איז א מזונות און על המחיה, און דאס מאכט ער טאקע, נאר ער וואשט זיך לחומרא בעלמא, בלי ברכה.
איינער וואס וואשט זיך און בענטשט במקום וואו ער דארף באמת מאכן א מזונות, איז עובר אויף מער ברכות לבטלה ווי איינער וואס מאכט א מזונות און על המחיה באופן ווי ער דארף זיך באמת וואשן. דא איז עס נאר צוויי ברכות, און דא איז עס פינף!
יעדער זאל טון ווי זיין דיין ומורה הוראה זאגט, אדער זאל ער טון וויאזוי עס קומט אים אויס להלכה נאכן דורכלערנען די סוגיא, אבער גיין סתם בענטשן איז אויסדריקליך נישט קיין חומרא.

- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
צוויי ברכות לבטלה איז אויכעט אסאך דעריבער זאל מען בכלל נישט מאכן קיין ברכה...שמן למאור האט געשריבן: איינער וואס וואשט זיך און בענטשט במקום וואו ער דארף באמת מאכן א מזונות, איז עובר אויף מער ברכות לבטלה ווי איינער וואס מאכט א מזונות און על המחיה באופן ווי ער דארף זיך באמת וואשן. דא איז עס נאר צוויי ברכות, און דא איז עס פינעף!
גראדע רעק"א זאגט אז ספק ברכות להקל מיינט: מ'מאכט נישט קיין ברכה און מ'עסט נישט