נעכטן נאכט בין איך אריין אין א טריפה'נע דעלי צו קויפן א פושקע ציגארעטלעך, אזוי ווארטנדיג האב איך באטראכט די מעניו דארטן, זע איך דארט א גרויסע סענדוויטש אנגעשטאפט מיט בשר בהמה און אלעס וואס דו קענסט נאר טראכטן אריינגעקוועטשט דערינען פאר בלויז א נישטיגע $8. פאר נייגעריגקייט האב איך מחליט געווען צו פרובירן צו טרעפן אן ענליכע כשר'ע סענדוויטש און זען וואס דאס קאסט, נו אז מ'זוכט טרעפט מען, און נישט מער און נישט ווייניגער די עוורידזש פרייז פאר א ענליכע כשר'ע סענדוויטש איז געווען צווישן $25 און $30. איך קען נישט זאגן אז איך בין געווען שאקד אדער סערפרייסד אבער פארט..
קען איינער מיר העלפן פארשטיין וואס דא גייט פאר? איך פארשטיי אז אונז האמיר א השגחה וואס אונז דארפן דעקן און בעצם איז כשר פלייש טייערער, אבער דאך.. אזא שפרינג אין פרייז?
איך רעד שוין נישט ווען מ'איז אין קאנטרי, דארט איז עפעס נעקסט לעוועל, אין לאנדא'ס פארקויפט מען זויערטייג חלה פאר, הער דאס... $25, נאך דעם האסטו בשר דעלי וואס איז אויך לאו דווקא ביליג, איך האב געקויפט א פעקל דזשערקי און איך מאך נישט קיין גוזמא, עס איז געווען 12 שטיקלעך דערין פאר $29.99!! פאר דעם פרייז וואלט ער געברויכט איינפאקן די גאנצע בית השחיטה, גיי אריין אין סיי וועלכע געז סטאנציע, פאר אפאר דאלאר האסטו א גאנצע בעג אנגעפילט פאר א פערטל די פרייז.
איז וואס פשט? איז דא נאך קאסטן וואס גייט אריין אין כשר עסן א חוץ פון השגחה? אדער איז די סיבה פשוט ווייל מען קען בעטן בעט מען?
פארוואס איז כשר'ע עסן אזוי טייער?
- איך הער..
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 120
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
- געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
- האט שוין געלייקט: 331 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 303 מאל
פארוואס איז כשר'ע עסן אזוי טייער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איך הער.., רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.Commen sense is not commen
דער אשכול פארמאגט 17 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן