ברוך שפינוזה האט געשריבן:כרם זית האט געשריבן:אבער מיט דעם ביסטו הייליג גערעכט אז אין אונזער צייט די עפאכע פון אינפארמאציע, האט נישט קיין שום זון צו פראבירן באהאלטן סיי וואס פון די המון עם. און יא, עס מאכט אויסקוקן די רבנים ווי א באנדע פארנאטיקער וועלכע קענען נישט פארטיידיגן זייער אלטע מסורה, נאר ווי די טאכטער פון יענה איז מען מתן די עינים בעפר און מ'האפט אז אולי יש תקוה. די חילול השם איז איום ונורא!
ליסען האסט א בעסערע וועג?
אודאי איז דא א בעסער'ע וועג.
קודם שב ואל תעשה. זיי נישט קיין אסר בשביל שתתעשר ווען די אישו איז אוט אוו א טישו. אודאי מעגן רבנים זאגן זייער מיינונג ווען זיי טוען דורך א נושא, אבער סתם אסר'ן א חומש
''מלוקט מראשונים'' נאר וויבאלד עס שטומט נישט מיט דיין
קינדערגארטן אידישקייט טוט נישט קיינעם קיין טובה. והעד אז אפילו אויף
איי וועלט פארשטייט מען נישט די איסור (נאר זייער תירוץ איז אז די רבנים זענען 'איינגערעדט' ווען אונז ווייסן אז די רבנים האבן 'איינגעמאכט'
נ''ב, 'גדולים' החותמים עצמם 'קטנים').
און אויפן פאזעטיוו'ן וועג קען מען אויך טון א געוואלד. זאג שיעורים און געב ארויס ספרים מסביר צו זיין אונזער מסורה. קענסט גיין מיט apologetic מהלכים ווי דער מלבי''ם און נצי''ב אז די דרש איז פשט. אדער קענסטו אפילו זאגן די אמת (שאקס!) ווי דער גר''א ולמעלה בקודש ביז די משנה און גמרא אז אין מקרא יוצא מידי פשוטו. איי די דרשת חז''ל? קען מען מסביר זיין ווי דער ריטב''א (ר''ה טז.) אז נמסרה הדבר לחכמים, אדער ווי ר' זכריה פרנקל אז מען בייגט די הלכה צו די מנהג אין כלל ישראל וויבאלד בני נבואים הם וזה רצון הבורא.
איך בין בכלל נישט קיין רב (שלא עשנו אב''ד) און איך האב נישט די אחריות אז מיינ'ע אנהענגער זאלן האבן א אידישקייט מיט וואס זיי פילן זיך שטאלץ און מיט וואס זיי קענען פעיסן די מאדערנ'ער וועלט, און יא כהאב דא אויסגערעכנט עטליכע געדאנקען פאר פרעדיגער ווי אזוי צו פירן זייער'ע שאף. על אחת כמה וכמה א רב וועלכער דארף צו זיין א געלערנטער פעדעגאג זאל קענען פירן זיין קהילה אן קיין מורא אז די אמת וועט אים באזיגן, און אויב קענסטו נישט דאן זיי נישט קיין רב אין די איין אין צוואנציג'סטע סענס-סטריט!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.