וואס איז פשט פון דער היימישע נאאיווע צו קלימאטן טויש?
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

דער פאקט אז אונזערע ערד קוגל ווארימט זיך שטייטעליך אן, איז שוין לאנג אריבער דער שפעקולאציע פאזע. עס איז שוין האפענטליך, פאר קיינעם נישט קיין סוד אז דער וועלט ווערט הייסער. די היצן אין דער זומער ווערן שטערקער און אומדערטרעגליכער און די קעלט אין דער ווינטער ווערן שיטערער און גרינגערער. אמת אז עס איז פון אנפאנג נישט אזוי דורכזיכטיג און זעלבסט-פארשטענדליך, עס מאכט זיך מער ווי איין מאל שווערער שניי שטורעמס אדער מילדערע זומער טעג, אבער קוקענדיג אויפן גרויסן בילד, רעדענדיג מיט די וואס האבן בייגעוואוינט די אמאליגע פראסטן, איז עס שוין גארנישט אזוי גרינג צו פארקוקן דער רעאליטעט, ציפערן לייקענען נישט.
איז וואס איז דאס קלימאטן טויש?
דער ערד קוגל האט אין פארלויף פון זיין לאנגע עקזיסטענס, שוין געביטן קלימאטן אויף א דראסטישן פארנעם מערערע מאל. לאנגע אייז עפאכעס און יארן פון פראסט האבן באדעקט דעם וועלט, וועלכע זענען נאכגעפאלגט געווארן מיט יארן פון ווארימע קלימאטן, ברענגענדיג דראסטישע ענדערונגען אין דער וועלט פון באשעפענישן. עס איז נישט קיין נייעס אז דער קלימאט טוישט זיך.
אלזא וואס בעצם פאסירט יעצט מיט אונזערע פלאנעט?
איך וויל אנהייבן מיט א פשוטע פראגע. פון וואו באקומט דער וועלט זיין היץ? דער תירוץ איז זייער איינפאך, פון דער זון. דער זון איז דער קוואל פון ענערגיע פאר אלעס וואס איז פארהאן אויפן וועלט. דער לופט איז נאר ווארעם וועגן די זון שטראלן וואס ווארעמען זיי אן און אזוי ארום טוט ערמעגליכן פאר די לעבעדיגע באשעפענישן אנצוגיין מיט זייערע ווירטשאפט אויפן וועלט. ווען דער וועלט וואלט ווען געווען אויסגעשטעלט צו דער זון פאר צו לאנג אין איין צו, וואלט דער וועלט פארברענט געווארן פון די שטראלן וועלכע וואלטן איר נאכאנאנד באגאסן, אבער דער וועלט דרייט זיך אוועק פונעם זון יעדער נאכט און אזוי ארום פארלירט עס די זון שטראלן וועלכע זענען פארכאפט געווארן אינעם אטמאספערע דורכאויס דעם טאג. דער דריי פון דעם ערד-קוגל ארום זיך אליין ווי א דריידל, היט אז דאס היץ פון דער זון זאל אנקומען אויפן גאנצן פלאנעט און אויך אז די איבעריגע זון שטראלן זאלן האבן צייט צו פארלאזן דעם פלאנעט איידער דער נייע טאג שיינט אויף.
טאמער וואלט אפילו נאר איין פראצענט פון דער ענערגיע וואס דער זון שיקט דורכאויס דעם טאג, געבליבן שטעקן אויף דעם ערד-קוגל, וואלט עס נישט גענומען לאנג און נאך הונדערט טעג וואלט א גאנצע טאג-ווערד פון ענערגיע, געווען געשטראנדעט אינעם ערד׳ס אטמאספערע, שאפענדיג א פולשטענדיגע קאטעסטראפע אויפן וועלט. דאס מיינט אז דער וועלט מוז פטור ווערן פון דער גאנצע ענערגיע וואס דער זון שיקט אריבער יעדן טאג, עס טאר נישט איבערבלייבן מיט דאס מינדעסטע מאס ענערגיע איידער דער זון באווייזט זיך ווידעראמאל העכערן האריזאנט.
דא אבער ליגט שטעקן א פראבלעם. דער וועלט איז ארומגענומען מיט א רעלאטיוו-דיקע שיכט פון לופט וועלכע זאפט איין די זון שטראלן און לאזט עס נישט אזוי שנעל ארויס. דאס איז נאכנישט אזא גרויסע פראבלעם ווען דער לופט פון וועלכע דער אטמאספערע באשטייט איז צוזאמגעשטעלט פון גאזן וועלכע כאפן אריין אין זיך ענערגיע פאר א שטיק צייט, ווי לאנג זיי וועלן ענדגילטיג פריי לאזן די ענערגיע צוריק אין ספעיס, אפילו עס נעמט אביסל צייט. דאס איז איבערהויפט א גוטע זאך, ווייל אזוי ארום, ווערט נישט דאס גאנצע היץ פון דער זון פארלוירן אזוי דראמאטיש און דער ערד בלייבט רעלאטיוו ווארים, פאר א וויילע.
אין דער לעצטע הונדערט און פופציג יאר אבער, האבן מענטשן אנגעהויבן ארויסלאזן אין דער לופט רוזיגע אומנאטירליכע קוואנטומען פון קארבען-דיאקסייד, דורך פארברענען קוילן און אנדערע מאטעריאל געשאפן דורך געשטראנדעטע, קארבן באזירטע, באשטאנדנטיילן וועלכע ליגט באהאלטן אין דער ערד און דערמיט האט זיך דער מאס פון קארבן-דיאקסייד אין דער לופט, פולפאכיג פארמערט. קארבן-דיאקסייד איז דער רויך וואס קומט ארויס דורך פארברענען סיי וועלכע לעבן-באזירטע באשטאנדנטייל, וואס דאס נעמט אריין אין זיך סארטן גאזן און אוילן, האלץ און קוילן. דער גרויסע פראבלעם מיט קארבן-דיאקסייד איז, אז עס דינט ווי א דיקע פוך, עס נעמט אריין איז זיך היץ אבער לאזט עס שווערליך ארויס און אזוי ארום ווערט אונזערע האר-פינקטליך באלאנסירטע פלאנעט, ווארימער און ווארימער מיט יעדער פארבייגייענדע טאג.
ביז אהער קען מען נאך עטוואס פארגעבן, אונז האמער דאך אן אריינגעבויטע מעכאניזם אין אונזער וועלטל וועלכע היט אז דער קארבן-דיאקסייד שטאפל אינעם אטמאספערע זאל נישט גרייכן געפארפולע שטאפלען, נעמליך געוואוקסן. ווי מיר ווייסן, פראדוצירן געוואוקסן ענערגיע פון דער זון, דאס טוען זיי דורך אריינאטעמען די לופט ארום זיי, דאן שיידן זיי די אקסעדזשן פון די קארבן-דיאקסייד, דעם קארבן נוצן זיי זיך צו ערנערן און דעם אקסעדזשן דאס איז פאר זיי גערעכענט ווי אפפאל, זיי שיקן דאס צוריק ארויס אינעם לופט און אזוי ארום רייניגן די געוואוקסן אויס די לופט פון קארבן-דיאקסייד און בארייכערן דאס מיט זויערשטאף.
מענטשן האבן אבער, צו דעם לעזונג אויך געטראפן א פראבלעם און אין דער לעצטע הונדערט יאר זענען האלב פון דעם וועלט'ס ביימער פארשניטן געווארן, אין א צייט וואס דער ערד דארף זיי האבן נאך וויכטיגער ווי סיי ווען אין דער היסטאריע.
האבן מיר זיך געטראפן אין א פלאנעט וואס ווערט ווארימער און היציגער מיט יעדן יאר. צום ערשט האבן מענטשן גע׳טענה׳ט אז דאס איז הוילע לאקשן, לא דובים ולא יער, אבער מיט דער צייט איז אייגענטליך געווארן ווייניגער דובים און ווייניגער יער און דער פאקט אז דער ערד ווערט הייסער, דראסטיש הייסער, איז שוין פאר בראד נישט קיין סוד, האבן די סוחרים און געלט גייציגער זיך געמאכט א נייע תירוץ, אז דאס איז איבערהויפט א געראטענע זאך, ווייל אזוי ארום וועלן זיך די זאפאסן אין דעם ארקטיק און דער אנטארקטיק, עפענען פאר דער מענטשהייט און מען וועט קענען פארברייטערן נאך מער די האנדל און איינקונפט. שוין, כאטש האלטן מיר אויף א וועג, אפילו די נאאיווסטע פון צווישן אונז האלטן שוין אז די זומערדיגע וועטערס זענען שוין אן אויסנאם.
אין בית מדרש הערשט אזא גייסט אז דאס איז נישט אונזערע פראבלעם. "זיי" זאגן, "זיי" מיינען, דאס האט גארנישט מיט אונז.
איך ווייס נישט צו דאס האט מיט אמונה אדער איגנאראנץ אדער א געמיש פון ביידע צוזאמען (איגנאראנץ איבער אמונה, אמונה איבער איגנאראנץ...) אבער איך בין נייגעריג וואס דער עולם דא האלט.
וואס איז דער סיבה אז דער היימישע וועלט איז אזוי גלייכגילטיג דערצו?
צו דען איז עס אמת? דארף מען עפעס טון דערצו? קען מען נאך עפעס טון? איז עס אונזערע אחריות? וכו...
נ. ב. עס קען זיין אז דער טעמע איז שוין אויסגעשמועסט געווארן דא, איך האב עס נישט נאכגעקוקט. איך אנטשולדיג זיך פון פארויס טאמער איך בין סתם "מרבה אשכולות סרק".

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דא קלערן זיי אז דאס וואס רעליגיעזע זענען מער אומשטאנד צו זיין גלייכגילטיג דערצו, איז מכח דעם ווייל זיי גלייבן אז בצלם אלקים עשה את האדם און ארום זיי דרייט זיך דאס גאנצע יצור. ג-ט האט א פלאן פאר זיי און עס איז אפגעזונדערט פונעם ארומיגן ענווייראמענט, וואס איז נאר א טפל און מאכט בעצם נישט אויס.
דא האב איך צוגעברענגט אז אפילו פון א רעליגיעזע מבט, דארף מען אין אכט צו נעמען דעם "תן דעתך שלא תחריב את עולמי", און אז עס איז יא אונזער שולד, און אונז האבן זיך נישט צו פארלאזן אז "עס וועט זיכער זיין גוט." (ועיין כאן.)

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
- האט שוין געלייקט: 969 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
@דיכטער, דער עולם באלעקט זיך מיט דיינע מאמרים, און ס'איז נאך קיינעם איינגעפאלן צו זאגן אויף דיינס אן אשכול 'אשכול סרק', און אויב יא דאן עפ"ל, ורוה"ק אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
דער עצם מאמר דערמאנט מיר פון @הוגה'ס מאמר אין פה-סח וו.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 13#p331813

"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
קאנסענסוס איז ציווישן וויסנשאפטלער אז די וועלט ווערט ווארימער.
ווי ווייט איך ווייס איז נישטא קיין קאנסענסוס אז מענטשן זענען די גורם.
און אויך איז נישט קלאר צו מענטשן קענען טוהן עפעס דאס צו פארבעסערן.
די 'גאנצע' פראפאגאנדע ארום קלימאט טויש זענען מער ווייניגער פאליטישע אגענדעס. און האט גארנישט מיט ראטעווען אונזער וועלט.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
די סיבה פון די איגנארענץ וואס די היימישע עולם האט צו קלימאט טויש איז ווי @מי אני שרייבט אז די אמונה אז דער באשעפער פירט א וועלט און אונז קענען און האבן זיך נישט וואס אריינצומישן. אונזערע מעשים וועלן נישט האבן קיין עפעקט אויף דער וועלט אויב וויל דער אייבישטער אז עס זאל בלייבן שטיין וועט עס נישט אונטערגיין אונטערן וואסער.
אויך דרייט מען דער גראבע פינגער אפצופרעגן די פלאסטיק פראבלעם ווייל וואס טוסטו אויף מיט פלעסטיק בעגס אדער טעסלא באטעריען אויב אין די פראצעדור אין וואס ממאכט די פאפירענע בעג אדער עלעקטראנישע באטערי נוצט מען ווייטער פלעסטיק אדער מנוצט מער פאסיל פיועלס. מיר האבן ליב אפצוווענדן און זענען סקעפטיש אויף יעדע טויש כאילו עס איז דער מסורה און דאס קען זיין א שטער צו אידישקייטס עקזיסטענץ.
און וואס איז טאקע דער דעת תורה איבער צו מיר זאלן זיך אריינמישן אין קיום העולם? קיינער רעדט נישט איבער די נושא זעלבסט, ווייל אנטיסעמיטיזם איז נאכאלץ א וויכטיגערע פראבלעם, און וואס דרייסטו א קאפ מיט קלימאט טויש ווען אונז דארפן זיך ספראוון מיט די נייע גזירה פון ע״י א״יי
בקיצור נמרץ מיר האבן בעסערע דאגות ווי זיך זארגן אויף א פארפלייצטע וועלט און א וועלט אן אלע חיות וואס זענען אין א סכנה פון אונטערגיין.

- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
די מציאות איז אז אונזער היימישער עולם איז סאך מער פארגעשריטן ווי די וואס גלייבן אין יעדע זאך וואס די עקספערטן ווילן אז דו זאלסט גלייבן. איך קען דורך גיין אסאך זאכן אבער איך וועל אנכאפן די צוויי זאכן קלימאט טשענדזש און קאוויד. עס שטעלט זיך ארויס אז אלעס וואס דער היימישער עולם האט געטון איז געווען גערעכט און די עקספערטן זענען נישט געווען גערעכט און בכלל האבן זיי ליגנט געזאגט ביודעים. צווייטנס, אין צען יאר ארום וועסטו אויך מודה זיין צו אונזער איגנאראנט אויפן קלימאט טשענדזש. יעדעס יאר ווערט נאך א טעאריע און נאך א נבואה וועגן קלימאט טשענדזש צופלויגן ווי א זייפן בלאז. צוביסלעך זעהט די המון עם איין ווי פאלטש דאס איז. איך גיי מיך נישט טענהן אויף די סובסטאנץ. דו זאג ווייטער אני מאמין אין קלימאט טשענדזש און איך זאג, "מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן."
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. דניאל סארעוויץ שרייבט טאקע, אינעם קאנטעקסט פונעם פראבלעם אז סייענס און סייענטיסטן כהיום זענען מער פאליטיש ליבעראל, אז די פאליטישע צוגאנג צו די אישׁוּ, טוהט שאדן פאר דאס וואס מ׳דארף אויפטוהן דערין:קורקלענד האט געשריבן:די 'גאנצע' פראפאגאנדע ארום קלימאט טויש זענען מער ווייניגער פאליטישע אגענדעס. און האט גארנישט מיט ראטעווען אונזער וועלט.
Why should it matter that there are so few Republican scientists? After all, it’s the scientific facts that matter, and facts aren’t blue or red
Well, that’s not quite right. Consider the case of climate change, of which beliefs are astonishingly polarized according to party affiliation and ideology. A March 2010 Gallup poll showed that 66 percent of Democrats (and 74 percent of liberals) say the effects of global warming are already occurring, as opposed to 31 percent of Republicans. Does that mean that Democrats are more than twice as likely to accept and understand the scientific truth of the matter? And that Republicans are dominated by scientifically illiterate yahoos and corporate shills willing to sacrifice the planet for short-term economic and political gain?
Or could it be that disagreements over climate change are essentially political—and that science is just carried along for the ride? For 20 years, evidence about global warming has been directly and explicitly linked to a set of policy responses demanding international governance regimes, large-scale social engineering, and the redistribution of wealth. These are the sort of things that most Democrats welcome, and most Republicans hate. No wonder the Republicans are suspicious of the science
Think about it: The results of climate science, delivered by scientists who are overwhelmingly Democratic, are used over a period of decades to advance a political agenda that happens to align precisely with the ideological preferences of Democrats. Coincidence — or causation? Now this would be a good case for Mythbusters
During the Bush administration, Democrats discovered that they could score political points by accusing Bush of being anti-science. In the process, they seem to have convinced themselves that they are the keepers of the Enlightenment spirit, and that those who disagree with them on issues like climate change are fundamentally irrational. Meanwhile, many Republicans have come to believe that mainstream science is corrupted by ideology and amounts to no more than politics by another name. Attracted to fringe scientists like the small and vocal group of climate skeptics, Republicans appear to be alienated from a mainstream scientific community that by and large doesn’t share their political beliefs. The climate debacle is only the most conspicuous example of these debilitating tendencies, which play out in issues as diverse as nuclear waste disposal, protection of endangered species, and regulation of pharmaceuticals
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
יישר כח יצמח-פ (ף). איך בין נישט זיכער וואו אהין דו ווילסט צילן און מיט וועלכע טאן דו שטעלסט דיינע ווערטער, אבער צו מיינסטו עס טאקע ערענסט וואס דו זאגסט, אז אונז היימישע אידן האבן א נייגונג צו שפירן דער אמת בעסער און מער אקוראט פון די וואס געבן אוועק זייער צייט און ענערגיע אויף צו לערנען און שטודירן די טעמעס?yatzmachp האט געשריבן:די מציאות איז אז אונזער היימישער עולם איז סאך מער פארגעשריטן ווי די וואס גלייבן אין יעדע זאך וואס די עקספערטן ווילן אז דו זאלסט גלייבן. איך קען דורך גיין אסאך זאכן אבער איך וועל אנכאפן די צוויי זאכן קלימאט טשענדזש און קאוויד. עס שטעלט זיך ארויס אז אלעס וואס דער היימישער עולם האט געטון איז געווען גערעכט און די עקספערטן זענען נישט געווען גערעכט און בכלל האבן זיי ליגנט געזאגט ביודעים. צווייטנס, אין צען יאר ארום וועסטו אויך מודה זיין צו אונזער איגנאראנט אויפן קלימאט טשענדזש. יעדעס יאר ווערט נאך א טעאריע און נאך א נבואה וועגן קלימאט טשענדזש צופלויגן ווי א זייפן בלאז. צוביסלעך זעהט די המון עם איין ווי פאלטש דאס איז. איך גיי מיך נישט טענהן אויף די סובסטאנץ. דו זאג ווייטער אני מאמין אין קלימאט טשענדזש און איך זאג, "מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן."
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
איך בין גראדע איבערגעצייגט אז די גאנצע גרינע מאווענט איז געטריבן דורך פריוואטע אגענדעס, ווי ס'שטייט פון חז"ל It's all about the Benjamins. זאת ועוד, די אגענדע טרייבער אליין זענען נאך די גרעסטע ארויסגעבער פון גרינהויז גאזן דורך זייערע פריוואטע דשעטס און פארשווענדערישע לייפסטייל, אבער איך רעד מיך נישט איין פאר א רגע אז דאס איז די סיבה פאר'ן "היימישע נאאיווע" צו דעם ענין, כאילו יואלי ציממערמאן איז טאקע אזוי קלוג צו מאכן אזעלכע חשבונות, שנייד די קרעפלעך פלעגט דער רבי זאגן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
האסט שוין אמאל געהערט פון "wisdom of crowds"? אויב נישט ליין אביסל דערוועגן.ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך בין גראדע איבערגעצייגט אז די גאנצע גרינע מאווענט איז געטריבן דורך פריוואטע אגענדעס, ווי ס'שטייט פון חז"ל It's all about the Benjamins. זאת ועוד, די אגענדע טרייבער אליין זענען נאך די גרעסטע ארויסגעבער פון גרינהויז גאזן דורך זייערע פריוואטע דשעטס און פארשווענדערישע לייפסטייל, אבער איך רעד מיך נישט איין פאר א רגע אז דאס איז די סיבה פאר'ן "היימישע נאאיווע" צו דעם ענין, כאילו יואלי ציממערמאן איז טאקע אזוי קלוג צו מאכן אזעלכע חשבונות, שנייד די קרעפלעך פלעגט דער רבי זאגן.
מיין ארגומענט איז נישט אז יעדער חסידישער איד האט זיך אראפגעזעצט און דורכגעטוהן די זאך און ווייסט אלע פרטים.
Wisdom of crowds איז פארקערט. דאס מיינט נישט אז זיי זענען "אייביג" גערעכט. דאס מיינט נאר אז זיי זענען "מער" גערעכט ווי עקספערטן און חכמים. און אוודאי מער גערעכט ווי יעדער וואס דערקלערט זיך אלס אויפגעקלערט און וואס זאגט אני מאמין בסייענס.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
זיי ווילען זיך (זייער ארגענעזעישאנס ווי אויך זייער קעריער אדער אדזענדע) ראטעווען ,פון זייער זייט זאל די וועלט מיט רוב מענטשהייט חרוב ווערען ,ווער עס קען די חברה פארשטייט וואס מען רעדט.קורקלענד האט געשריבן:קאנסענסוס איז ציווישן וויסנשאפטלער אז די וועלט ווערט ווארימער.
ווי ווייט איך ווייס איז נישטא קיין קאנסענסוס אז מענטשן זענען די גורם.
און אויך איז נישט קלאר צו מענטשן קענען טוהן עפעס דאס צו פארבעסערן.
די 'גאנצע' פראפאגאנדע ארום קלימאט טויש זענען מער ווייניגער פאליטישע אגענדעס. און האט גארנישט מיט ראטעווען אונזער וועלט.
בערך אזא בחינה פון פיטא וכדו'
זיי מיינען כבוד אין געלט כניגון הידוע ודוק
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל
צו די פותח האשכול: רוב זענען מודה אז די וועלט ווערט ווארעמער.
אז די לינקע זענען אריינגעקומען און עס געמאכט פאר א רעליגיע מיינט נאכנישט אז איך דארף מיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן און הייליגע מסקנות וואס אויב פרעגט מען עס ח"ו אפ ווערט מען א "קליימעט טשעינזדש דינייער", און ער דארף שוין אפילו נישט הערן אנדערע סיבות און השערות פארוואס עס קען זיין אז די וועלט ווערט ווארעמער אדער קעלטער. אין די היסטאריע זענען שוין און פארשידענע תקופות בעפאר די אינדוסטריאלע רעוואלאציע געווארן רעקארדירט א טויש אין וועטער פעטערנס.
זאת ועוד אז זייערע עצות ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט זענען זייער לעכערליך און אין די גרויסע בילד ברענגט אן מער שאדן ווי גוטס.

- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
עס גייט נאך ווייטער ווי דעם,מי אני האט געשריבן:דא קלערן זיי אז דאס וואס רעליגיעזע זענען מער אומשטאנד צו זיין גלייכגילטיג דערצו, איז מכח דעם ווייל זיי גלייבן אז בצלם אלקים עשה את האדם און ארום זיי דרייט זיך דאס גאנצע יצור. ג-ט האט א פלאן פאר זיי און עס איז אפגעזונדערט פונעם ארומיגן ענווייראמענט, וואס איז נאר א טפל און מאכט בעצם נישט אויס.
דא האב איך צוגעברענגט אז אפילו פון א רעליגיעזע מבט, דארף מען אין אכט צו נעמען דעם "תן דעתך שלא תחריב את עולמי", און אז עס איז יא אונזער שולד, און אונז האבן זיך נישט צו פארלאזן אז "עס וועט זיכער זיין גוט." (ועיין כאן.)
איינע פון די הויפט ארגומענטן פון טעאיסטן לצד האמונה באלקים איז ווי באקאנט די 'טעאלאגישע ארגומענט' - inteligent design/fine tuning, וועלכע בויט זיך אויף די הנחה אז 'לעבן' און בפרטות דעם מין האנושי זענען די מובחר היצירה, און ווי די ארגומענט לויטערט איז די אוניווערס און די חוקי הטבע אויסגעשטעלט און אויסגערעכענט פונקליך פאר דעם צוועק.
די אטעאיסטן זענען כסדר אויפגעקומען מיט מהלכים דאס אפצו-ווענדן, בתוכם די טענה אז די פראבאביליטיעס זענען גאר היבש/זייער הויעך, אדער די מולטי-ווערס טענה, וכדו'.
א מער סופיסטיקירטע טענה האבן זיי, נעמליך, עס איז זאגאר גארנישט אזוי פיין-געשטעלט, קודם די אלע פראבלעמען וועלכע מוטשערט די מענטשהייט מאז היתה לגוי פון נאטורליכע קאטעסטראפעס ביז געזונטהייט קאמפליקאציעס א.א.וו. אבער מער פון דעם טאמער נעמט מען און אכט די גרויסע בילד, אנגעפאנגען פון פראבאביליטיעס פאר אנדערע פארמען פון לעבן און די גיגאנטישן קאסמאס (וועלכע נאסא שפעקולירט שוין פאר יארן) וועלכע אונטערשאצט אונזער יוניקנעס און ווערד, דערנאך די טענות אז אין די ברייטע בילד פון היסטאריע זענען מיר קוים א פראקציע, און פונקט ווי די דיינעסאורס זענען ארויס פון דינסט דורך (בפשטות) א נישטיגן שטיינדל פון ספעיס, זענען מיר פונקט אזוי אויסגעשטעלט צו דעם עקסיסטענטיאלע סכנה פון אונטערגאנג דורך אן אסטרויד אדער גלאבאלע אנהייצונג אדער גאר מעשה ידינו דעם AI, וועלכע ברענג ארויס אונזער אומוויכטיגקייט און uselessness און די ברייטן פערספעקטיוו, וואס איז ווי געשמועסט א killer צו פונדאמענטאלע רעליגיעזע הנחות.
דערפאר לענ"ד זעט מען די גרויסע סקעפטיציזם צווישן רעליגיעזע בכלליות אויף די אלע נושאים - לעבן אינדרויסן פונעם כדור הארץ/ AI זאל האבן די מעגליכקייט אונז איבערצונעמען - אדער אפי' נאר איבערשטייגן/ און ווי פארשטייט זיך דאס אז די וועלט האט א פאטענציאל אונז אויסצושפייען אדער אפבאקן אזוי נישט-מיר-נישט -דיר...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דא און דא האב איך טאקע צוגעברענגט, לגבי די פראבלעם פון שלעכטס, דעם דיסטעלעאלאגישן ארגומענט/ארגומענט פון שוואכע דיזיין קעגן טעאיזם. ווי איך האב געשריבן, איז די ארגומענט פון דיזיין/פיין-טוּנינג, בתוך דעם ברייטערן קאנטעקסט פון דעם (קאסמאלאגישן) קאָפּערניקן פּרינציפּ, די טעמע פון מיין קומענדיגן פערטן ארטיקל אינעם וועקער אין מיין סעריע על הרעות.
אגב, דעם געדאנק און פענאמענאן פון Wisdom of the Crowds, איז לגבי די עוורידזש שאצונגען, געסעס, און עסטימעיטס, פון פארשידענארטיגע דיעות בהכלל, איבער זאכן וואס מען האט נישט שטודירט און כאאטישע סיסטעמס בכלל. לדוגמא, די באקאנטע משל פון וואו 800 מענטשן האבן געשאצט די וואג פון אַן אקס, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מידיען עוורידזש פון זייערע געסעס איז געווען (1% אוועק פון) די ריכטיגע וואג. דאס זעלבע קען מען טרעפן לגבי געסן איבער סטאַקס. כמובן אבער, אז ביים אקס, ווען איינער זאל דאס ווען האבן ממש אפגעוואויגן, שטודירט, איז ער דאך אטאמאטיש גערעכט און עס קומט נישט דא אריין Wisdom of the Crowds. (ולגבי אונזער געמיינדע'ס צוגאנג צו קאוויד האט דאך @דער וועקער דאס דורכגעטוהן עפ"י דאטא וואס מ'האט, און עס איז זיכער ניתן להיאמר אז אונזער צוגאנג דערצו איז נישט געווען ריכטיג.)
אט דאס איז די חילוק וואו מ'קען טאקע עפּלייען דעם Wisdom of the Crowds, און צווישן וואו עס איז אַן אַרגומענטום עד פּאַפּולום, וואו מען טענה'ט אז עפעס איז גערעכט מחמת רוב סתם מענטשן האלטן אזוי, וואס דאס איז א לאגישע פאָלאָסי און ווייזט גארנישט אויף די גערעכטיקייט דערפון. (מ'דארף טאקע ארויסברענגען אז סתם אַן ארגומענט פון אָטאָריטי, מייסד זיין א טענה פשוט אויף איינעם'ס אטאריטעט, איז אויך א לאגישע פאָלאָסי. אבער דאס איז נישט עכט נוגע ווען דער אטאריטעט איז אַן עקספּערט ומוסמך אין אט דעם פעלד ממש און האט נאמנות אז ער/זי האט דאס ממש דורכגעטוהן. פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז פארלאזען אזא סארט טענה אין מעדעצין אויף א דאקטאר וואס האט דאס דורכגעטוהן, איז נישט קיין לאגישע פאָלאָסי.)
(אגב, טאמער נעמט מען אָן דעם Wisdom of the Crowds ממש איבעראל, איז ווי אזוי געבט מען זיך אַן עצה מיט דעם באקאנטן טענה פון אתם המעט מכל העמים און אז דאס רוב רעליגיעזע זענען קריסטן? מ'וואלט דאך געדארפט אָננעמען לפי"ז די חלק צו וואס אלע קריסטן זענען יא מודה איבער ישו? נאר וואס דען? אלא כדכתבתי, אז דאס גייט אָן ביי עסטימעטס וכדומה, און נישט אויף זאכליכע טענות בלאגיק וסברא וחוש ממש.
און דאס וואס מ'טרעפט בהלכה אז "פוק חזי מאי עמא דבר", "וכבר נהגו" וכדומה, איז מכח דעם ווייל לבסוף איז קביעת ה"הלכה" וסמכותה בכלל, עז עי האָל, תלוי אין קאנסענסוס והסכמת הקהל, וכדכתבתי עפ"י הרמב"ם.)

אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, איך גיי נישט שרייבן וועגן די עצם סובסטאנץ פון קליימעט טשענדזש, דאס איז נישט די קעפל פון דעם אשכול. נאך מער, עס איז אזוי אויסגעדראשן אז קיינער קען שוין נישט צולייגן עפעס זאכליך. מאך א גוגל זוך און יעדע ארגומענט וואס דו טראכטסט איז שוין געשריבן און אויסגעדראשן געווארן. פאר דעם האב איך געשריבן, "מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן." זאל יעדער ארויסלייגן זיינע פרעדיקשנס פאר די נעקסטע צען יאר און אונז וועל מיר זיך איבערצייגן.
איך וועל דיר נאר ענטפערן אויף דיין הנחה אז פאר עקספערטן מוז מען זיך בייגן דעם קאפ. איינע פון די מערסטע און קלארסטע סייענטיפישע סובדזשעקטס און די וועלט איז ענדזשענירינג בכלל און מעקעניקל און עלעקטראנישע ענדזשענירינג בפרט. די סיבה דערפאר איז ווייל יעדע זאך קען מען טעסטן און געוואר ווערן צו עס איז אמת און אזוי לייגט מען צו צו די הונדערטער און טויזנטער יארן פון וויסנשאפט. דאס איז אינגאנצן אנדערש פון טעארעטישע וויסנשאפט. מיט דעם אלעם יעדעס מאל ווען מען דיזיינט א קאר, וואס קארס עקזעסטירן שוין איבער הונדערט יאר און די קאמפאניעס מאכן עס שוין אזוי לאנג און זיי האבן אזוי פיל וויסנשאפט, מיט דעם אלעם קאסט עס הונדערטער מיליאנען דאלארן פאר יעדן מאדעל און טויזנטער טוישן פונעם ערשטן דיזיין און מיט דעם אלעם ווען עס גייט ארויס צום פארקויפן צום פאבליק טרעפט מען נאך און נאך פראבלעמען וואס מוזן פארראכטן ווערן. דאס געשעהט פאר יעדן מאדעל. די זעלבע איז מיט יעדן מאשין וואס מען מאכט. נאך מער, היינטיגע וועלט איז ב"ה אפן פאר יעדן שמויגער און מען גייט אויף יוטוב און מען זעהט טויזנטער אמאטשורישע מענטשן וואס טרעפן בעסערע סאלושנס צו פראבלעמען ווי דער גרעסטע עקספערטן. ווילסטו מיר זאגן אז איך מוז מבטל זיין מיין דעת פאר די עקספערטן? טויזנט פראצענט אז נישט. עקספערטן זענען גענוג גוט אז איך זאל זיי אויסהערן. אבער אויב ער קען נישט ענטפערן אויף מיין שאלה, אדער אויב איך בין עפעס נישט איבערצייגט אין די ווארהייט פון זיינע ווערטער טאר איך נישט מבטל זיין מיין דעת פאר אים און איך האב א רעכט צו מאכן א טעות, און דאס מיינט נישט אז איך בין צוריקגעבליבן נאר פארקערט. די וועלט ווערט מער און מער פארגעשריטן פון די מענטשן וואס האבן די קוראזש צו מאכן טעותים און אסאך מאל פאטאל. ווער עס האט נישט די קוראזש צו מאכן טעותים קען רואיג זיצן און נישט טוהן אבער אפהאלטן אנדערע איז ראנג.

אלס אן הוספה צו וואס אלפא האט געשריבן קען מען אפשר צולייגן אז לכאורה איז אזא מין גאווה׳דיגע צוגאנג צו דער איבעריגער ווערד פון דעם מענטש אליין קעגן אנדערע בעלי חיים, זייער מסוכן׳דיג און פאטענציאל קאטאסטראפיש, ווי חז״ל זאגן שאם תזוח דעתו עליו אומר לו יתוש קדמך. סתם זאגן אז דער מענטש איז דער נזר הבריאה איז בכלל נאריש און איך מיין, אויך נישט השקפה׳דיג אידיש.
אזוי ווי אסאך רעליגיעזע אידיאלאגן פרעגן אן צוליב וואס האט דער אויבישטער באשאפן דעם מאסקיטא, ער האט דאך נישט קיין תפקיד אויף דעם וועלט חוץ פון זויגן דעם מענטשנ׳ס בלוט און פארשפרייטן קרענק. זיי פרובירן אנצוגעבן כל מיני תירוצים דערויף, אלעס מיט א פארזוך צו טרעפן וועלכע נוצן דער מענטש האט דערפון, אבער עס פאלט זיי נישט איין אז אפשר גאר האט דער אויבישטער באשאפן מענטשן אז דער מאקיטא זאל האבן פון ווי צו נאגן בלוט…
אזוי ווי אסאך רעליגיעזע אידיאלאגן פרעגן אן צוליב וואס האט דער אויבישטער באשאפן דעם מאסקיטא, ער האט דאך נישט קיין תפקיד אויף דעם וועלט חוץ פון זויגן דעם מענטשנ׳ס בלוט און פארשפרייטן קרענק. זיי פרובירן אנצוגעבן כל מיני תירוצים דערויף, אלעס מיט א פארזוך צו טרעפן וועלכע נוצן דער מענטש האט דערפון, אבער עס פאלט זיי נישט איין אז אפשר גאר האט דער אויבישטער באשאפן מענטשן אז דער מאקיטא זאל האבן פון ווי צו נאגן בלוט…
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
נאך ווי.. אבסערוועישאן און סייענס ווייזן אנדערש! אלס מער ספעציפיש און סאפיסטיקירט.דיכטער האט געשריבן:אלס אן הוספה צו וואס אלפא האט געשריבן קען מען אפשר צולייגן אז לכאורה איז אזא מין גאווה׳דיגע צוגאנג צו דער איבעריגער ווערד פון דעם מענטש אליין קעגן אנדערע בעלי חיים, זייער מסוכן׳דיג און פאטענציאל קאטאסטראפיש,
די שיינקייט פון די 'אידישע השקפה' איז אז פאטענשאלי אדאפטירט עס די סייענס און פאקטן, און פארמירט נייע השקפות ארום... אליבא דאמת איז די גאנצע נושא פון 'השקפה' געשנארעט, גענומען, און אדאפטירט פון די ארום דורכאויס די דורות, ממילא פערזענליך זע איך נישט קיין 'עקסיסטענשאל' סתירה - fallacy בכלל מעגליך אין די לאנג ראן..סתם זאגן אז דער מענטש איז דער נזר הבריאה איז בכלל נאריש און איך מיין, אויך נישט השקפה׳דיג אידיש
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס פאַלוֺיט אויסדרוקליך נישט פון דעם אז וויבאלד מדע ווערט כסדר נתקדם מער און מער, און אז אין 1,000 יאר וועט מען באטראכטן היינטיגע עקספּערטן ווי מיר באטראכטן די עקספּערטן פון 1,000 יאר צוריק, אז דעת ההמון שלא קראו ולא שנו איז שוה לדעת החכמים בזה. און עס פאַלוֺיט נישט פון דעם אז צווישן די צוויי זאל ״מען זיך נישט בייגן דעם קאפ״ צו דעת החכמים וואס זענען עקספּערטן און שטודירן אט דעם פעלד, נגד דעת ההמון שלא קראו ולא שנו בזה כלל. ווייל ווער זענען טאקע די וואס, ווי דו זאגסט, ברענגען אלס מער און מער די פארשריט פונעם וועלט, און ווייזן אויף אז פריערדיגע סייענטיסטן ועקספּערטן זענען נישט (אינגאנצן) גערעכט געווען? סייענטיסטן/עקספּערטן אליינס! די עצם אינסטיטוט פון סייענס/עקספּערטיִז! איז צו גיין נוצן אט דאס אלס א טענה קעגן עקספּערטיִז און סייענס וסייענטיסטן, איז לכאורה לעכערליך.yatzmachp האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, איך גיי נישט שרייבן וועגן די עצם סובסטאנץ פון קליימעט טשענדזש דאס איז נישט די קעפל פון דעם אשכול. נאך מער, עס איז אזוי אויסגעדראשן אז קיינער קען שוין נישט צו לייגן עפעס זאכליך. מאך א גוגל זיך און יעדע ארגומענט וואס די טראכטסט איז שוין געשריבן און אויסגעדראשן געווארן. פאר דעם האב איך געשריבן, "מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן." זאל יעדער ארויסלייגן זיינע פרעדיקשנס פאר די נעקסטע צען יאר און אונז וועל מיר זיך איבערצייגן.
איך וועל דיר נאר ענטפערן אויף דיין הנחה אז פאר עקספערטן מוז מען זיך בייגן דעם קאפ. איינע פון די מערסטע און קלארסטע סייענטיפישע סובדזשעקטס און די וועלט איז ענדזשענירינג בכלל און מעקעניקל און עלעקטראנישע ענדזשענירינג בפרט. די סיבה דערפאר איז ווייל יעדע זאך קען מען טעסטן און געוואר ווערן צו עס איז אמת און אזוי לייגט מען צו צו די הונדערטער און טויזנטער יארן פון וויסנשאפט. דאס איז אינגאנצן אנדערש פון טעארעטישע וויסנשאפט. מיט דעם אלעם יעדעס מאל ווען מען דיזיינט א קאר, וואס קארס עקזעסטירן שוין איבער הונדערט יאר און די קאמפאניעס מאכן עס שוין אזוי לאנג און זיי האבן אזוי פיל וויסנשאפט, מיט דעם אלעם קאסט עס הונדערטער מיליאנען דאלארן פאר יעדן מאדעל און טויזנטער טוישן פונעם ערשטן דיזיין און מיט דעם אלעם ווען עס גייט ארויס צום פארקויפן צום פאבליק טרעפט מען נאך און נאך פראבלעמען וואס מוזן פאראכטן ווערן. דאס געשענט פאר יעדן מאדעל. די זעלבע איז מיט יעדן מאשין וואס מען מאכט. נאך מער, היינטיגע וועלט איז ב"ה אפן פאר יעדן שמויגער און מען גייט אויף יוטוב און מען זעהט טויזנטער אמאטשורישע מענטשן וואס טרעפן בעסערע סאלושנס צו פראבלעמען ווי דער גרעסטע עקספערטן. ווילסטו מיר זאגן אז איך מוז מבטל זיין מיין דעת פאר די עקספערטן? טויזנט פראצענט אז נישט. עקספערטן זענען גענוג גוט אז איך זאל זיי אויסהערן. אבער אויב ער קען נישט ענטפערן אויף מיין שאלה, אדער אויב איך בין עפעס נישט איבערצייגט אין די ווארהייט פון זיינע ווערטער טאר איך נישט מבטל זיין מיין דעת פאר אים און איך האב א רעכט צו מאכן א טעות און דאס מיינט נישט אז איך בין צוריק געבליבן נאר פארקערט. די וועלט ווערט מער און מער פארגעשריטן פון די מענטשן וואס האבן די קוראזש צו מאכן טעותים און אסאך מאל פאטאל. ווער עס האט נישט די קוראזש צו מאכן טעותים קען רואיג זיצן און נישט טוהן אבער אפהאלטן אנדער איז ראנג.
און מיט די משל פון קאַרן ברענגסטו דיך א ראיה לחובתך. הגע בעצמך, איך גלייב אז טאמער דו האסט א ברירה צו קויפן א קאר פון א קאמפּאני וואס ערצייגט דאס עפ״י עקספּערטן און שטודירטער בהנדסה, אדער פון אַן אַמאַטור וואס איז נישט אזוי, וואלט דיר נישט בייגעפאלן דאס צו קויפן פונעם צווייטן, על אף אז בהעתיד וועט מען בהכרח טרעפן טעותים וואס זיי האבן געמאכט און פארזעהן בדברים פרטיים, און אינעם ווייטן עתיד וועט מען זיי אפילו באטראכטן ווי צוריקגעשטאנען על הכלל כולו. און דו וועסט באטראכטן א צווייטער וואס גייט נישט מיט די קאמפּאני, נאר מיט׳ן צווייטן ברירה, ווי א שוטה. דאס איז ווייל על הכלל כולו זענען די עקספּערטן מער גערעכט און ווייניגער עלולים לטעות בדבר שלמדו ודנו בה, ווי איידער ההמון סתם. וה״ה בכל ענין.
ואגב, עס איז מיר סתם אזוי אינטרעסאנט ווי דו גייסט מיט א טענה פון רוב, לגבי דעם אז מ׳זאל גיין מיט וואס רוב ההמון האלט קעגן החכמים שהם המיעוט, און ברענגסט א ראיה דערצו פון א דבר המוזר ווען אמאַטורן טרעפן בעסער צו ווי עקספּערטן. ובפרט בהנדסה, וואו דארט ביסטו מודה אז יד העקספּערטן על העליונה.
ווי אויך בסתם, דאס אז מ׳ווערט אלס געוואור אז ס׳איז נישט ממש ווי עקספּערטן זאגן/האבן געהאלטן, באדייט נישט אז מ׳ווערט געוואור אז דעת סתם ההמון בזה איז יא גערעכט געווען. דאס איז א פאלשע דיכאטאמיע.
ובמאמר המוסגר, ביי אונזער קאנטעקסט פון קלימאט טויש, איז ווי איך פארשטיי די פענאמענאן דא דערביי גאר געווען פארקערט: דעת ההמון (עכ״פ אין מיין עקספּיריענס אין אונזער געמיינדע) פלעגט אפילו לייקענען אין דעם אז די וועלט ווערט ווארעמער בכלל. ווען די מציאות האט אבער אָנגעהויבן פאטשן אין פנים, איז מען שוין געווארן א מודה במקצת בזה אז ס׳ווערט און איז טאקע מער ווארעמער (אַן עוורידזש), אבער עס איז נישט אַנטראָפּאָדזשעניק וע״י די מעשים פונעם מענטשהייט, הגם די עקספּערטן געבן א (מער-ווייניגער) פונקטליכע מסתבר׳דיגע מעכאניזם ווי אזוי און פארוואס דאס גייט צו. שוין. אבער אבי מ׳זאל זיך פארלאזן אויף זייער ״דעת״.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
מי אני, דו האסט א פראבלעם מיט הבנה אדער ליינען אידיש אדער סתם פארשטיין אן ארגומענט, אדער האב איך א פראבלעם אז קען נישט גוט שרייבן אידיש, אדער קען איך נישט גוט אראפ שרייבן מיינע מחשבות. איך וועל דיר ענטפערן בקיצור נמרץ.
מיין ארגומענט איז נישט אז אז מען "דארף" איגנארירן עקספערטן נאר מיין ארגומענט איז "עקספערטן זענען גענוג גוט אז איך זאל זיי אויסהערן. אבער אויב ער קען נישט ענטפערן אויף מיין שאלה, אדער אויב איך בין עפעס נישט איבערצייגט אין די ווארהייט פון זיינע ווערטער טאר איך נישט מבטל זיין מיין דעת פאר אים און איך האב א רעכט צו מאכן א טעות און דאס מיינט נישט אז איך בין צוריק געבליבן נאר פארקערט. די וועלט ווערט מער און מער פארגעשריטן פון די מענטשן וואס האבן די קוראזש צו מאכן טעותים און אסאך מאל פאטאל. ווער עס האט נישט די קוראזש צו מאכן טעותים קען רואיג זיצן און נישט טוהן אבער אפהאלטן אנדער איז ראנג." די reasoning אויף נישט צו גלייבן עקספערטן בלינדערהייט אדער נעמען זייער ווארט ווייל זיי זענען עקספערטן איז מיין ראיה פון ענדזשינירינג אז טאמער מען וואלט זיי געגלייבט אויף א מאשין אן דעם וואס מען וועט עס טעסטן טויזנט און איין מאל וואלט מען געווען חוזק על אף דער עקספערט האט געמאכט א הערליכן דיזיין. כשוכ"ש אויף טעארעטישע עקספערטן וואס מען קען נישט טעסטן זייערע טעאריעס און סאלושנס טאר מען זיכער נישט גלייבן בלינדערהייט.
לגבי מיין טענה פון wisdom of crowds האב איך געשריבן "דאס מיינט נישט אז זיי זענען "אייביג" גערעכט. דאס מיינט נאר אז זיי זענען "מער" גערעכט ווי עקספערטן און חכמים. און אוודאי מער גערעכט ווי יעדער וואס דערקלערט זיך אלס אויפגעקלערט און וואס זאגט אני מאמין בסייענס"
די וואס ווילן אפווענדן wisdom of crowds מיט א נארישע ארגומענט פון רעליגיע וואס די יסוד פון רעליגיע איז אז מען "גלייבט" על אף פון עווידענס וואס קען מעגליך אויפווייזן אויף פארקערט, וואס דאס מיינט "אמונה פשוטה" פארשטייט נישט וואס דאס איז wisdom of crowds מיינט אדער פארשטייט נישט וואס רעליגיע איז אדער ביידע.
בד"וו, ווען איך קויף עפעס אינטערעסירט מיך אינגאנצן נישט וועלכער עקספערט שטייט אונטער דעם מאשין. איך קוק נאר אויף די קוואליטי און אויב עס טוט דאס וואס איך וויל עס זאל טוהן און עס פיט מיין באדזשעט וואס איך האלט אז דאס איז ווערט. אויב אן עמעטשור האט עס געמאכט וועל איך עס קויפן פון אים. דער אמת איז אז אך וויסן ניטאמאל ווער עס שטייט אונטער דעם. און די wisdom of crowds וועט אויך אזוי טוהן. אוודאי וועלן זיין א מיעוט אזוי ווי דיר וואס וועלן זיך נאכפרעגן פונקטליך וועלכער עקספערט עס שטייט אונטער דעם מאשין, וועלכע אוניווערסיטעט ער האט געלערנט, וואס פארא דעגרי ער האט באקומען, וואס פארא סטודענט ער איז געווען, ווי פיל יאר עקספיריענס ער האט אין דעם פעלד וכו. כל הכבוד צו דיר.
מי אני, איך עקספעקט נישט אז דו זאלסט פארשטיין וואס איך האב געשריבן, איך קען דיך שוין מיט דיינע אנדערע ניקס ממילא געב איך דיר איבער די פלאר און איך גיי דיר נישט ענטפערן נאר אויב דו גייסט מאכן א לאגישע ארגומענט אנטקעגן מיינע ארגומענטן אדער אויפווייזן אז די מציאות וואס איך האב אראפגעלייגט איז נישט ריכטיג. אבער אויב דו גייסט נאר שרייבן א ווערטער סאלאט וועל איך דיך לאזן האבן דעם לעצטן ווארט.