יצמחו השמים ותגל הארץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

יצמחו השמים ותגל הארץ

שליחה דורך וואלווי »

ידידנו @חדשים האט מציע געווען דא צו פארברייטערן די נושא פון עקספעריענס אויף סייקאדעליקס און (אפשר אויך) קאנאביס, וז"ל:
חדשים האט געשריבן:חדשים שלאגט פאר א הצעה, צו עפענען א נייע אפטיילונג פאר אלעס ארום סייקעדעליקס והמסתעף. עס לאזט זיך שפעקולירן אז עס גייט זיין אסאך וואס צו שרייבן דערויף, ובפרט וויאזוי דאס גייט זיך אנטוויקלען אין די היימישע לאגער און די מערכות ארום דעם.והעיקר, עס זאל זיין א מקום מיוחד צו שרייבן געדאנקען וואס מען זעט/פיעלט/שפירט/חלומ’ט/עקספיריענסט בשעת מעשה.

הנני מביא את עבדי צמ”ח.
געשמאקע און פראקטישע הצעה.

בעצם איז דא עטליכע אשכולות סיי וועגען קאנאביס, און סיי וועגען סייקאדעלעקס. א באזונדערע אפטיילונג פאר דעם אליינס איז א געדאנק.

אבער ביז ס'ווערט געמאכט אזא אפטיילונג, וואלט שוין געווען א ניץ פאר אן אשכול וואס איז נאך נישט דא, דהיינו אן אשכול מיוחד צו שרייבן פון די עקספיריענס גופא, אדער געדאנקען און רילייזעישאנס וואס קומען ארויף בשעת די טריפ. אזוי אויך, פאר די בעד און נגד, סיי בינינו, און סיי וואס די ברייטע חרדישע וועלט האלט, זאל זיין א באזונדערע אשכול.

-----------

בעצם זענען קאנאביס און סייקאדעליקס צוויי אנדערע טריפס, איבערהויפט איז סייקאדעליקס טיפער, לענגער, און מער טעראפיוטיק. אין סייקאדעליקס אליינס זענען אויך דא פארשידענע סארטן. די געדאנק פון באשרייבן עקספיריענס איז א ספעציעלע אויפטו נאר אויב משרייבט נישט דראמאטיש, און אויך נישט צו שטארק שרייבעריש. ס'איז אזוי אויך שווער מסביר זיין פאר איינער וואס האט דאס נאכנישט פראבירט, ממילא איז בעסער צו ארויסלאזן די ארום, ווייל ס'קען נאך שווערער מאכן אויב דער לייענער וועט נישט קלאר זיין וואס די עקספעריענס איז. ס'וועט נישט זיין א תועלת סיי פארן שרייבער און סיי פארן לייענער, אויב די איבעריגע דראמא פארנעפלט די עקספיריענס פון די פארשידענארטיגע סארט סחורה וואס מ'נעמט, אויב מ'בלייבט סטאק מיט די חצונית'דיגע חלק דערפון.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שפאצירנדיג לעצטענס אין א געדעכט שאטענדיגע וואלד כליל תקטר, פארטוהן אין די גלות השכינה השוכן בקרבי, אריין געפלאגט די אויערן צו די נעימות'דיגע ניגון הבעש"ט הידוע, פרוביר איך זיך איינרעדן אז אפילו מ'זעהט נישט קיין ליכטיגקייט, אבער מ'ווייסט ס'דא אזא זאך ווי ליכטיגקייט, איז מען שוין אין די ליכטיגקייט. אבער וואלווי, אז ס'איז פינסטער איז פינסטער, פילעזאפעריי פארקויף פאר א צווייטן.

והנה מה עשה הקב"ה, אז צווישן די ביימער האט זיך אריינגעכאפט א שטעכעדיג שטראל פון זון פונקט אין די הייליגע אויגן אריין שטערנדיג מיין זיס/זויער דביקות. א ברירה האב איך, איך זעץ מיך אראפ און כ'לאז מיך בראטן די אויגן פארמאכטערהייט (דאס אליינס איז ספעציעל הייליג ווען מ'איז אנגערייכערט). עכ"פ, אפילו פארמאכטערהייט האט נאך אלס געשוועבט א ליכטיגקייט אין די אויגן, בין איך דערגאנגן די סוד האמור, אז אפילו מ'זעהט נישט קיין ליכטיגקייט, אבער מ'ווייסט ס'דא אזא זאך ווי ליכטיגקייט, איז מען שוין אין די ליכטיגקייט. דהיינו, אז אפילו מיט פארמאכטע אויגן און ס'איז חושך, דאך אז ס'דא ליכטיגקייט ערגעץ אנדערש און מ'איז aware דערפון איז מען נאך אלס אין די ליכטיגקייט. אלעס boils down צו אנערקענונג, אז מ'האט די הכרה האט מען די השגה.

וואס מיינסטו, כ'האב מיך פשוט נישט געקענט אויפמאכן די אויגן פון די זיסע/פינסטערע ליכטיגקייט. בליצט אריין אין מיין קאפ אז דאס מוז זיין פשט פון פסוק "יראוך עם שמש", פי', די בחינה פון זעהן ליכטיגקייט פון די זון מיט פארמאכטע אויגן. פיין, ס'איז זיס, גוט, און לעכטיג, אבער כ'קום צוריק מאך איך אויף תהלים ביי דעם פסוק, און יראוך מיינט גאר פארכט-יראה, און נישט מלשון ראי'. נעווער מיינד קלער איך, די טריפ איז סיי ווי געלונגען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

שוין לאנג נישט געפלויגן הויך
אבער איי! די השגות אין גדלות אלוקות וואס מבאקומט דאן
פון ווי נעמט מען אזא לכה דודי פרייטאג צונאכטס נאך א גוטע שלעפ און א קאלטע סעלצער מיט א טיפע שמעק פון די טאביק המשובח
סטאנצט זיך ווי פון זיך אליינס! מדארף נישט קיין פעלד מברענגט אריין דעם פעלד אינעם בית מדרש
די עמקות פון איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת פארשטייט מען מיט א קלארקייט ווען מבאטראכט די שכן וואס קוקט אויס האלב טויט אזוי ווי אונז קוקן אויס ווען מרייכערט נישט…
ווער רעדט נאך אויב איז עס צאמגעפארט מיט א געשמאקע גלאז רויטע וויין דאן זענען אלע שערי בינה אויפגעשפארט
מזעצט זיך אוועק מיט א נתיבות שלום און מלערנט די טיפע רעיונות פון נתאווה לו דירה בתחתונים און מגייט אריין אין וואס איז דאס א דירה און וואס איז דאס תחתונים, און מפארמאכט דעם ספר ווען מפארשטייט מער די עמקות פון יעדע ווארט מער פונעם מחבר ספר אליין…

אויב איז עס סוף א וואכן טאג לייגט מען ארויף די גראבע נאויז קענסעלינג העדפאונס און מצינדט אן טרענס מוזיק, מהערט יעדע קנייטש יעדע סינס, יעדן ארפעגיא, עס שניידט אריין אין די חושים און עס טראגט ווייט ווייט צום עולם העליון, א הימלישער טאן וואס מיינט סאך מער ווי מוזיק
איי סבענקט זיך נאך די גוטע זמנים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ערנסטגערעדט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

~
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

Survival is not about running away from death, it's about surviving all the way to ultimately achieve death
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

וואלווי האט געשריבן: Survival is not about running away from death, it's about surviving all the way to ultimately achieve death
און מיט דעים קען מען פארענטפערען פארוואס רב המנונא פלעיגט זינגען ״ווי לן דמיתנן״ ביי חתונות (ברכות לא:)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שראום'ס

שליחה דורך שעפטאל »

הקדמה. מ'רעדט נישט סתם פון טריפן צו אנטלויפן פון ריאלעטעיט, נאר פון זיך היילן מיט די צמחים וואס דער בורא רפואות האט אונז געשאנקן.

שראום'ס איז נישט קיין ריסטארט פארן מוח ווי אייוואסקא, ס'איז אסאך ראוגער. ס'העלפט פארשטיין אנדערע, און ס'העלפט ארויסברעכן טראומא און ווייטאג. ס'דערמאנט דעם מענטש וואס שמחה איז.

ואני בחלומי האב געבראכן אסאך, (מיטן הילף פון ראפּע), ערגעץ אינמיטן האבעך אנגעהויבן צו רעפּן, (כ'קען געווענדליך נישט). עקספרעשן'ס פון גאר טיעפע עמאשענס (וואס כ'האב נישט געפיהלט פארדעם און נאכדעם) זענען ארויס געקומען אין א פארעם פון א שמועס מיט דער וואס האט אלעס (און מיך) באשאפן.
[כ'געדענק א לשון, כ'שרייב עס אויף אידיש ווייל כ'געדענק נישט ווי אזוי ס'האט געגראמט דאן: כ'פיהל ווי א סאלדאט אהן געווער, א פאכמאן אהן טול'ס, א קבצן אהן א פושקע, א פארבלאנדשעטער אהן א מאפּע.
כ'פיהל ווי א קינד וואס מ'האט אריינגעלייגט אין א זאק און אראפגעווארפן אונטערן בריק. הע געב זיך אליין אן עצה. מיר דארפן דיר נישט.
כ'בין שוין צו אויסגעמוטשעט פון עקזעסטירן, שטארבן וועט מיך נישט ענדיגן, ווייל כ'עקזעסטיר אייביג.
כ'קען דיך נישט זעהן, אבער צו דען קענסטו זיך באהאלטן, כ'פיהל דיך דא.
דו האסט מיך ליב, האסט פאר מיך א פלאן א טעסט, כ'קען נישט אהן דיך.]

ערגעץ פארטאג'ס האבעך געבראכן די לעצטע מאל, כ'האב געשפירט ווי די צער און ווייטאג איז ארויס, חדש ימינו כקדם, די אלטע זכרונות זענען געבליבן טריקענע פאקטן אהן די צער, וינצלו את מצרים..

כ'האב פארגעלערנט די מעשה פון די אבידת בת מלך, די נמשל האט ארויסגעשיינט אין יעדע שורה. (אפשר א תגובה פאר זיך. ס'איז זייער לאנג)

כ'האב פאראויס געזאגט א כמו נביאה, וואס כ'האב פשוט געזעהן. (כ'האף ס'גייט מקוים ווערן..)
---

לידיעה. ס'נעמט 6 שעה. ס'איז וויכטיגע עס צו נעמען אין א ראוגע באקוועמע פלאץ, מיט גוטע אפענע חברים. והעיקר, זיך לאזן, זיך אונטערגעבן, שפירן וואס מ'שפירט, ווייל אזוי גייט די רע ארויס און מ'בלייבט מיטן כי טוב השם

ברוך רופא חולים, ברוך הגומל לחייבים טובות.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

LSD

שליחה דורך שעפטאל »

ס'נעמט 12 שעה.

מיין עקספיריענס. כ'האב אויפגעשטאנען פארטאג'ס געלערנט בעש"ט פאר אפאר שעה, גע'שחרית'ט. געצינדן נשמה לעכט פאר אסאך צדיקים. (ווייל כ'האב מורא געהאט עס צו נעמען אליין, האבעך זיך געגרייט מיט זאכן וואס מאכן מיך רואיג). זייענדיג איינגעהילט אינעם טלית, מיט א תפילה האט מען אריינגענומען דעם רפואה.

כ'האב נישט געזעהן קיין העלוסענעישן'ס, כ'האב זיך סתם געווארפן פאר יסורים א גוטע פאר שעה. און געוועהן סטאון'ד. דערנאך האבעך זיך געשטארקט מיט ראפע, און געשריבן דעם מאדנעם אשכול "ק"ש האקט אויף אלע באקן"..

שפעהטער האבעך געהאט צוויי ברעיקטראו'ס. איינע איז געוועהן גאר א שטארקע בטחון. כ'האב געהאט אפאר שאלות צוגעגרייט פון פארדעם, כ'האב באקומען א ענטפער.

צום סוף בינעך געווארן זייער פערענויעד, האבעך געזאגט מזמור כ"ג ה' רועי לא אחסר און מיט דעם צוריק געווארן רואיג.

כ'בין עס נישט ממליץ. די פערענויע איז געפערליך. (אפשר ביי מיך איז אנדערש, כ'האב דאך נישט געהאט קיין העלוסענעישן'ס. כ'האב אסאך פארדינט דערפון, אבער כ'פלאן עס מער נישט צו טוהן.)
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

MDA

שליחה דורך שעפטאל »

ס'איז א הערליכן טריפ. ראוג, נישט ווייטאגליך. ס'נעמט בערך 6 שעה.


כ'האב זיך געטראפן שרייבן אסאך שאלות, ווי, וואס טוה איך דא אויפן וועלט? ווי אזוי קען איך ווערן נענטער צום באשעפער? ווי אזוי קען איך ווערן מער אויסגעהיילט? וואס קען איך טוהן צו מאכן מיין לעבן נאך בעסער? בין איך אנדערש פון א חיה?.. מיט וואס? בין איך טאקע דא פאר יענעם אדער פאר זיך? ווי אזוי עפן איך מער אויף מיין הארץ און נשמה? ווי אזוי קען איך באקומען מער שטארקייט?

ב"ה כ'האב נישט געבליבן ביי די שאלות.. כ'וויל נישט ארויסגעבן דא א שאלות ותשובות ד.מ.א. ווייל די תירוצים זענען אנדערש פאר יעדעם.. אבער א קליינע דוגמא, כ'האב באקומען א שטארקע קאנפידענס, כ'בין א בן מלך. [כנסת ישראל איז מלכות, ס'איז נישט קיין איגא, ס'איז זיין מלכות]. כ'קען טראסטן מיין הארץ. און נאך..

ווי אזוי ענדיגט מען צו? איי געס מיט א גרויסע לאוו יא אלל!! ❤️
---

אגב, היות כ'נעם עס אליין, איז מיין עקספיריענס אנדערש ווי ווען מ'נעמט מיט אנדערע. לדוגמא, ביים LSD האט מיך איינער געאישי'ט "ווען מ'טוהט עס מיט אנדערע, איז מען נישט פּערענויעד, ווי אויך אויב מ'גייט אביסל ארויס שפאצירן"
---

האט איינער געהערט פון Wachuma - San pedro? כ'הער אז ס'עפנט אויף דאס הארץ, געבט ענערגיע צו טוהן וואס מ'האט צו טוהן. [דעי אלע פאון קאל'ס וואס דו שטופסט שוין אפ די לעצטע 3 וואכן.. וכדו'] עני דיטעיל'ס?
פארשפארט