טעלזער ישיבה מיט די ערשטע ר"י ר' אליעזר גארדאן ז"ל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

טעלזער ישיבה מיט די ערשטע ר"י ר' אליעזר גארדאן ז"ל

שליחה דורך לייביששרייבער »

די טעלזער ישיבה איז כמעט די אינגסטע פון אלע באוואוסטע ישיבות אין דער אלטער וועלט איז עס און די איינציגע וועלכע האט געהאט די הצלחה צו פארבלייבען אויף איהר ארט אויך אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה.

זעלטען א ישיבה האט געהאט אזא שנעלען ערפאלג ווי די טעלזער אז תיכףה ווי זי האט זיר גענרינדעט זיינען צונויפגעקומען אן ערך פון פינף הונדערט תלמידים פון אלע געגענדען אין רוסלאנד. דעם קרעדיט דערפאר קומט דעם מיסד פון דער ישיבה דעם גרויסע גאון און חריף רבי אליעזר גארדאן א מענש פול מיט ענערגיע און ארבייטס-קראפט א פעסטער אייזערנער ווילען וואס מען טרעפט זעלטען. נישט בלויז ביי רבנים אפילו אויך נישט ביי גבירישע תקיפים.

אנגעהויבען זיין קאריערע האט רבי אליעזר נישט אלץ רב נאר אלס ראש הישיבה זייענדיג נאך א גאנץ אינגער אינגערמאן האט ער שויו געזאגט א שיעור אין הערשעל נאוויאזער'ס קלויז' אין קאוונא פאר בחורים לומדים וועלכע גרייטען זיר צו רבנות, און פון דאמאלס אן ביז זיין טויט האט ער נישט אויפגעהערט מרביץ תורה ברבים צו זיין געמאכט צום ראש הישיבה האט איהם רבי ישראל סאלאנטער ז"ל וועלעכער האט באוואונדערט זיין חריפות'דיגען מח, זיין שכל הישר און זיין שנעלע הבנה און כדי איהם גרויס צו מאכען אין די אויגען פון די תלמידים פון וועלכע מאנכע זיינען נאך עלטער געווען פאר איהם פלעגט רבי ישראל ז"ל אליין אפט מאל קומען צו די שיעורים.

איבער פערציג יאהר האט רבי אליעזר עוסק געווען אין פארשפרייטען תורה. געלערענט מיט טויזענטער תלמידים, און פיעל בייגעטראגען פארן קיום התורה. אין א צייט ווען די תורה האט דורכ-געמאכט איינע פון די געפעהרליכסטע קריזיסען אין דער אידישער היסטאריע מען טאר נישט פארגעסען אז רבי אליעזר'ס טהעטיגקייט האט זיר אנגעהויבען אינעם רעכטען מיטען שטורם און דראנג-פעריאדע פון דער השכלה די אידישע אינטעלעקטועלע יונענד האט זיך מיט גרויס אימפעט צוגעכאפט צו בילדונג אפברעכענדיג הינטער זיר די בריקען וועלכע האבען זיי פארבונדען מיט דער תורה און מיט דער אידישער טראדיציע.

דער גורם דערצו איז געווען פון איין זייט דער נייער געזעץ וועגען אן אלגעמיינער מיליטער דינסט וועלכער האט די שטודירענדע יוגענד באפרייט פון סאלדאטען, און פון דער אנדער זייט די גארדאנ'ס די ליליענבלום'סם און די סמאלענסקינ'סם וועלכע האבען געזוכט צו פארמיאוסען דעם בית המדרש און די ישיבה אין די אויגען פון יונגען דור עס איז געקומען אזוי ווייט אז דער נאמען ישיבה בחור איז געווארען א זידעל ווארט א מין לא יוצלח און בעלי בתים האבען אויפנעהערט זוכע איידימער בני תורה און געבען קעסט ווי ס'האט זיר געפיהרט א משך פון הונדערטער יאהרן.

מאוימדיגע פוסט'קייט האט זיר אריינגעכאפט אין די בתי מדרשים אין די קלויזען, און אין די ישיבות אז אויך די טראדיציאנעלע וואלאזין דער שטאלץ פון אלע ישיבות איז אויך נישט מעהר געווען אט דאס וואס זי איז אמאל נעווען די בענק פון די אמאליגע עלויים זיינען באזעצט געווארען מיט געוועהנליכע בחורים פונעם בעל-ביתשען קלאס וואס מען האט זיי אהין געשיקט זיר אויסמענשלען, אויך זייער צאהל איז ווייניגער געווארען פון יאהר צו יאהר.

רבי ישראל סאלאנטער זי"ע איז געווען כמעט דער איינציגער פון די אלע גדולי הדור אין זיין צייט וועלכער האט געמערקט די גרויסע סכנה וואס שטעהט פאר פארן אלטען טראדיציאנעלען יודענטום דורד דער השכלה באוועגונג און אנגעהויבען באצייטענם צו זוכען מיטלען אוז וועגען ווי אויפ-צוהאלטען תורה און אידישקייט און אפ צוהאלטען דעם שטראם פון דער צייט אין דער אייגענער צייט אין וועלכער ער האט געזוכט איינצופיהרען מוסר שטיבלאך צו ערציהען די עלטערן, האט ער אויר אין דער זעלבער צייט געזוכט צו שאפען נייע ישיבות פאר זייערע קינדער אבער נאר אזעלכע ישיבות וועלכע זאלען געלייטעט ווערען פון אינגערע ענערגישע און קלוגע ראשי ישיבות וואם באזיצען דעם כח צוצוציהען די יוגענד צו דער תורה, זיין אויג איז געפאלען אויפן יונגען רבי אליעזרן און ער האט זיך אין איהם טאקע נישט גענארט ער האט דערפילט זיין אויפגאבע אפשר נאך מעהר ווי רבי ישראל האט פון איהם ערווארטעט

רבי אליעזר'ס נאמען האט זיד באלד אנגעהויבען צו הערען אין דער אידישער וועלט, און אז די שטאדט קעלם האט געדארפט א רב האט זי אויסגעקליבען דעם דאזיגען יונגען מאן אין דער רבנישער וועלט איז דאס געווען א גרויסער חידוש אז די אנגע-יחסע-נטע קעלם מיט איהרע באריהמטע בעלי ביתישע לומדים זאל אנטרויען איהר רבנישע שטוהל, אויף וועלעכן עס זיינען געזעצען גאונים מפורסמים, צו א יונגען מאן וועלכער איז נאך קיינמאל קיין רב נישט געווען צוזאמען מיט רבי אליעזר'ן זיינען אריבער קיין קעלם מעהרערע פון זיינע קאוונער תלמידים און האט דארטען פארגעזעצט זיינע שיעורים אין א גאנץ קורצער צייט האט זיך אין קעלס אנטוויקעלט א גרויסע ישיבה, אז פון ווייטע שטעדט איז מעז געקומען קיין קעלם געניסען פון זיין תורה נישט קוקענדיג וואס רבי אליעזר איז געווען אריינגעטהאן בראשו ורובו אין דער ישיבה געזאגט די שיעורים געזארגט פאר די נויטיגע מיטלען אויפצוהאלטען די ישיבה, האט ער נאך געפונען צייט אויך עוסק צו זיין אין צרכי העיר ער האט געפיהרט די שטאדט מיט אזא פעסטע דעה אז די אלט איינגעזעסענע יחסנדיגע בעלי בתים האבען שטענדיג געמוזט מבטל זיין זייער רצון פארן רצון פונעם דאזיגען יונגען מאן און קיינער האט נישט געהאט די העזה איהם צו ווידער שפרעכען.

רבי אליעזר איז געווען דער ערשטער פונם נייעם טיפ רבנים, וועלכע זיינען אויסגעוואקסען אין פאריגען דור אין רוסלאנד, רבנים וואס באזיצענדיג וועלטליכע ידיעות האבען זיד אויך גענומען צו כלל ארבייט און ארויסגענומען די הנהגת הצבור פון די עם הארצישע מנהיגים אז דאס פאלק האט מיט דער צייט אויפגעהערט צו קוקען אויף רבנים ווי אויף הייליגע בטלני.ם אין רבי אליעזר גארדאן האבען זיר פאראייניגט די אלע גרויסע מעלות פון א פארצייטיגען און פון א מאדערנעם רב, פון איין זייט א גרויסער גאון און צדיק און פון דער אנדער זייט א מענש פול מיט ענערגיע און לעבען, א חכם מחוכם אין הויות העולם, און איינער פון די פראדוקטיווסטע כלל טהוער פוז זיין צייט.

אן ערך פון צעהן יאהר איז ער פארבליבען אין קעלם און איז פון דארטען ארויס ערשט נאכדעם ווי ער האט באקומען א כתב רבנות פון טעלז, אמת די קעלמער האבען אנגעווענדעט אלע כוחות איהם נישט ארויסצולאזען אבער אזוי ווי רבי אליעזר האט געהאט אין געדאנק צו גרינדען אין טעלז א וועלטס ישיבה האט ער זיר בשום אופן נישט געלאזט איבער-רעדען. און אין יאהר תרמ"ג אנגעקומען אין טעלז ווי ער איז פארבליבן עד יום מותו.

אין דער צייט וואס ער איז געווען אין טעלז איז די מינדעסטע כלל זאך נישט געטהאן געווארען אהן זיין ידיעה און זיין הסכם, ער פלעגט זאגאר נישט דורכלאזען. נישט איין שרפה, וואו ער איז נישט געווען דערביי און קאמאנדעוועט מיט די פאזשארניקעס - ווי און וואו עס איז נויטיג צו לעשען. זיין שטוב איז שטענדיג פול געווען מיט מענשען וועלכע זיינען נעקומען צו איהם פרעגען עצות, ובפרט אין ענינים וואס זיינען נוגע צו די רוסישע רעגירונגס געזעצען. צו דעם צוועק האט זיך געפונען ביי איהם אויפן טיש צווישען די אלע ספרים אויך דער רוסישער סוואד-זאקאן, אין וועלכען ער איז געווען באהאווענט אפשר מעהר ווי מאנכער אדוואקאט.

באגאבט פו דער נאטור מיט א געוואלדיגער ענערגיע מיט א פעסטע אייזערנעם ווילען האט ער ממש נישט געוואוסט וואס דאס הייסט מורא האבען פאר א מענטש, און נישט קוקענדיג אויף פראטעסטען און סטראשונקעס האט ער תמיד דורכגעפיהרט אלץ צו וואס ער האט זיר פארגענומען. וואו ער האט נישט געקענט אויספיהרען מיט תקיפות פלעגט ער אנווענדען אנדערע מיטלען, און אין טעלז פלעגט מען זיר דערצעהלען פון זיינע קלוגע און טיפזיניגע איינפאלען ווי אזוי ער האט פארשטאנען צו האבען שטענדיג אויף זיין זייט די לאקאלע רעגירונגס בעאמטע וואס האבען געמעגט זיין די גרעסטע שונאי ישראל כדי זיי זאלען נישט טשעפען די ישיבה וועלכע איז געווען אום-געזעצליד און די בעאמטע האבען אייגענטליך געהאט דאס רעכט אלע טאג די ישיבה צו פארמאכען.
צוליעב א מסירה צום קאוונער גובערנאטאר אז אין טעלז געפינט זיר א געהיימע ישיבה וואו עס לערנען עטליכע הונדערט בחורים, און אז די ארטינע פאליציי איז אונטער געקויפט, און מאכט זיר נישט זעהענדיג, האט דער גובערנאטאר דעלעגירט איינעם א הויכען באאמטען צו מאכען א ספראווקע. דער באאמטער איז געקומען קיין טעלז פלוצים, תיכף אריין אין בית המדרש געפונען לערנענריג א פולען בית המדרש מיט בחורים און איז דירעקט צוגעגאננען צו רבי אליעזרן וועלכער איז געזעסען אין א ווינקעל אנגעטהאן אין טלית און תפילין און געלערענט. רבי אליעזר באמערקענדיג די גרויסע צרה האט א מאך נעטהאן מיטן האנט צום בעאמטען אז ער טאר יעצט נישט מפסיק זיין מיט אנדערע ווערטער ער מעג טהאן וואט ער וויל.

דער בעאמטער איז אוועק אין א זייט אויפצושרייבען דעם פראטאקאל, דערווייל האט רבי אליעזר א וואונק געגעבען די בחורים אז זיי זאלען זיר ביסלאכווייז אפטראגען און אז עס זאלען פארבלייבען נאר אן ערך פון צוואנציג בחורים, נאכדעם ווי דער בעאמטער האט אפגעשריבען דעם פראטאקאל איז רבי אליעזר צוגענאנגען צו איהם און געבעטען איבער לייענען אזוי ווי אין פרטאקאל איז געשטאנען אז ער האט נעפונען א פאר הונדערט ישיבה לייט. פרעגט איהם רבי אליעזר ווי אזוי ער מענ אנגעבען א ציפער בעפאר ער האט אלייז איבערגעצעהלט און זיר ווירקליך איבערצייגט אז אזוי פיעל איז פאראן א זאך וואס איז געגען געזעץ, דער בעאמטער האט איינגעזעהן זיין טעות און געגאנגען צוזאמען מיט רבי אליעזרן איבערצעהלען די צאהל פון די בחורים, אבער אווי ווי די צאהל איז געווען ווינציגער פון צוואנציג אוז ממילא האט עם נישט מעהר דעם כאראקטער פון א ישיבה, האט דער באאמטער שוין געמוזט דעם פראטאקאל צורייסען, זיין טרחה איז חלילה נישט אומזיסט געווען, געכאפט א מתנת-יד און דאלאזשעט דעם גובערנאטאר, אז אין טעלז איז נישטא קיין ישיבה.

אין טעלז איז אמאל אנגעקומען א נייער איספראווניק מיטן נאמען פאפאוו, א רשע מרושע און א צורר היהודים, און דאס שלימסטע איז געווען, וואס ער האט קיין געלט נישט גענומען. ער האט זיך תיכף גענומען צו דער ישיבה, געלאזט רופען רבי אליעזר'ן און איהם מתרה געווען, אז אויב ער וועט נישט באלד פונאנדער-לאזען די ישיבה וועט ער איהם ארויסשיקען פו טעלז. דארויף האט איהם רבי אליעזר גאנץ קאלטבלוטיג געענטפערט אז ער שרעקט זיך ווייניג-וואס פאר איהם און גלויבט דאס ער וועט לענגער פארבלייבען אין טעלז ווי "וואשע וויסאקאראדיע" און כך הוה. אין קנאפע אפאר וואכען איז געקומען א באפעהל פון קאוונא אז פאפאוו זאל אהיים פון טעלז.

א שוואכקייט האט רבי אליעזר געהאט זיד צו האלטען אויך פאר א גרויסען ארכיטעקט נשיט קוקענדיק וואס ער איז אייניגע מאל דורכגעפאלען. זיינע ידיעות האט ער געוועהנליך געשעפט פון דער גמרא און פון די מפרשים און בשום אופן נישט געקענט פארשטיין פארוואס די באד וואס די אלע אינערליכע איינריכטונגען זיינען געמאכט געווארען לויט דער הלכה פסוקה פון רמב"ם און וואס קיינער קריגט נישט דארויף איז שטענדיג קאלט און מען קען איהר נישט דערהייצען?

דאס אייגענע איז געווען ביים בנין פון דער נייער ישיבה רבי אליעזר האט געהייסען מאכען דעם פונדאמענט נאך דער שיטה פון תוספות אויר אנדערהאלבען ציגעל, און אז דער פונדאמענט איז שפעטער איינגעפאלען האט ער זיך ארומגעזעהן, אז דער תוספות איז טאקע אפגעפרעגט געווארען.

נאך אלעם דעם איז זיין כלל-טהועריי נאר געווען א טפל לגבי זיין ארבייט פאר דער ישיבה פון וועלכע ער האט זיך א מינוט נישט מסיח דעת געווען, צום ערפאלג פון דער ישיבה האבען אויך פיע בייגעטראגען זיינע געהילפען די אנדערע ראשי ישיבות ווי די גדולי הדור. ר' יוסף לייב בלאך ז"ל (זיין איידעם און מ"מ) ר' שמעון סמארגאנער און אנדערע.

זיי אלע צוזאמען האבען געשאפען א נייעם סיסטעם אין לערנען, באקאנט אין דער לומדישער וועלט מיטן נאמען דער טעלזער שניט. אמת אז אין די לעצטע צעהנדליגער יארען האט מען שוין אין וואלאזין, אויך אין אנדערע ישיבות אפגעשאפט דעם אמאליגען סאדט לערנען זיך צו מאטערען אויף רשי א כלומר אויר מהרשא'ס א ויש לישב בדוחק און אויך מהר"ם שיפ'ס א שווערע הסבר און זיר גענומען מעהר צו בקיאות נאר שארפען דעם שכל מיט סברות אין הלכה פון א רשב"א א קצות, א נתיבות, און דערגלייכען אבער נישט אזוי ווייט געגאנגען ווי אין טעלז וואו א בחור וועלבער האט געהאט בכח איבערצוזאגען פאר רבי אליעזר א קצות מיט הבנה איז ביי איהם געווארען דער גרעסטער תקיף.

אויף אזוי ווייט האט דער קצות החושן געשפיעלט א ראלע אין דער טעלזער ישיבה אז אין די אנדערע ישיבות פלעגט מען זאגען דעם גלייך ווערטעל אין טעלז קענע די ישיבה לייט תנ"ך פון די פסוקים וועלכע זיינען געבראכט אין גמרא, און גמרא ווייסען זיי פון קצות.

זעלטען-ווען איז א ראש ישיבה אזוי באליעבט געווען ביי די תלמידים ווי רבי אליעזר און מיט רעכט האט ער דאס פארדינט ער האט זיר אינטערעסירט מיט יעדען איינציגען און זיר באנומען צו זיי ווי צו אייגענע קינדער און דאך האט מעהרערע מאל פאסירט אז די ישיבה לייט האבען רעוואלטירט געגען איהם מען האט אמאל אלץ פראטעסט ניין אזייגער אין אווענד אין מיטען לערנען אויס געלאשען די ליכטיגקייט אין דער ישיבה.

איינמאל א מארגען האבען די ישיבה לייט פארבאריקאדירט דעם איינגאנג פון דער ישיבה מיט סטענדערס און נישט אריינגעלאזען די ראשי ישיבות און כהנה אזעלכע רעוואלוציעס דאס איז אלץ געווען צוליב דעם וואס מען האט איינגעפיהרט צו לערנען מוסר אין דער ישיבה אויף סלאבאדקער שטייגער.

אמת, רבי אליעזר אליין איו נישט געווען אזוי שטארק איינגענומען פארן למוד המוסר און אויב איינער א בחור האט נישט געוואלט לערנען האט איהם דאס ווייניג-וואס געארט, אבער זיין איידים רבי יוסף לייב איז דוקא געווען א גרויסער אנהענגער פאר דעם דאזיגען למוד, און ביסלאכווייז האט ער דאס איינגעפיהרט פאר א חוב אויף אלע ישיבה לייט.

געסעטעלט האט מען די אלע סטרייקס דערמיט וואס מע האט איינ-געארדענט אז די ערשטע צוויי שעורים זיינען אין גאנצען באפרייט געווארען פון לערנען מוסר. פארן דריטען שיעור איז דער למוד א רשות פאדן פערטען שיעור א מצוה און פארן פינפטען שיעור א חוב. די משגיחים האבען אבער ביי-קומען א וואונק פון אויבען צו האלטען אן אויג אויף דער הנהגה פון יעדען תלמיד און האבען טאקע אכטונג געגעבען אז די נישט פרומע בחורים זאלען האבען סטאנציעס דוקא ביי פרומע עהרליכע אידען.

בעת דער גרויסער ספרדישער גאון רבי חיים חזקיה מדיני האט געהאלטען אין ארויסגעבען זיין באקאנטען ספר שדי חמד איז איהם ארויף א ספק אויב ער מעג זיר באנוצען מיטן ווארט "שדי" איינער פון די הייליגע שמות, און האט זיך געוואנדען מיט דער שאלה צו רבי אליעזר וועלכער האט וועגען דעם אנגעשריבע א גאנצען קונטרס פול מיט גאונות און חריפות וואס האט אין זיין צייט ארויסגערופען אין דער לומדישער וועלט גרויס התפעלות פון די געוואלדיגע חריפות און בקיאות וואס ער האט באוויזען אינעם קונטרס.

אין אנפאנג פו יאהר תרע"א האט זיך געפונען די ישיבה אין א גרויסען געלט-נויט און נישט קוקענדיג אויף זיין שוואכען געזונד, איז ער א קראנקער אוועק געפאהרען קיין לאנדאן שאפען געלט פאר דער ישיבה. די נסיעה איז געווען אהן הצלחה פון פארדרוס האט זיין שוואכע הארץ געפלאצט און איז געשטארבען פון אן הארץ אטאקע.

אין חודש אדר. די אידישע לאנדאן האט איהם געגעבען א גרויסארטיגע לויה און שפעטער אויך זיין קבר אויסגעבויט א פראכטיגען אוהל, או דערמיט האט זיר געענדיגט דער וויכטיגער און פראדוקטיווער לעבען פון איינעם פון די גרעסטע פיהרער אין פאריגען דור.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לייביששרייבער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

זיין ספר און זיינע תלמידים

שליחה דורך לייביששרייבער »

קיין פיעל ספרים האט רבי אליעזר נישט נאכגעלאזען, (נאר איין ספר תשובות רבי אליעזר געדרוקט נאך זיין פטירה) אבער מענשען האט ער א פולע נאכגעלאזען מענשען וועלכע שפילען היינט (אין די יארן וואס דער היסטאריקער ר' יעקב מארק האט געשריבען זיינע מעמוארן פון די גדולים פון פארן קריג תרפ"ז 1927) א גרויסער ראלע אין אידישען לעבען און שטאלצירען דערמיט וואס זיי זענען געווען טעלזער תלמידים אויך דא אין ניו יארק געפינען זיד צעהנדליגער רבי אליעזר'ס תלמידים (תר"צ יארן) דארונטער גרויסע רבנים געלעהרענטע און אנגעזעהענע סוחרים, גענוג צו דערמאהנען הרב דר. רעוועל, דער מנהל פון ישיבת רבנו יצחק אלחנן פראפעסאר לוי גינצבורג פון שעכטער'ס סעמינאר, הרב אראנאוויץ, הרב חיים יצחק בלאך הרב מאיר ברלין, הרב יעקב לעווינסאן, דר. משה (מאריס) ראבינסאן, דר. ישראל שפירא פון דער קאנגרעס לייברערי אין וואשינגטאן. דר זיידעל יהושע גאלדמאן, פץ שעוויץ, און אנדערע.

דערמאנענדיג אט די דאזיגע שטאדט טעלז קומען מיר אריוף אויף די געדאנקען זעהר אנגענעהמע עראינערונגען פון מיין יוגענד. (שרייבט ווייטער דער היסטאריקער דענקער ר' יעקב מארק) טעלז איז געווען די ערשטע שטאדט וואו איך אלץ פופצען יעהריגער אינגעל, בין געפאהרען לערנען וואו איך האב געגעסען טעג. וואו עס האבען מיר געפעהלט טעג וואו איך בין געווען דער אינגסטער תלמיד אין דער באריהמטער ישיבה פון הגאון רבי מאיר אטלס ז"ל וואו איך האב געלערענט דעם חובות הלבבות און געלייענט דעם "השחר"

איך בין געווען אן אפטער אנהענגער ביים רב דער גרויסער קנאי רבי יהושע העליר, און נישט ווייניגער איינגעהער ביים העברעאישען משורר יצחק ראבינאוויץ איש קאוונא, דער דאמאלסדיגער אפיקורס וואס האט מיר און מיינע חברים געפיטערט מיט ספרי השכלה אמת, אז די מייסטע פון מיינע חברים האבען די דאזיגע ביכלאך געלעזט און זיי זיינען טאקע ארויס לתרבות רעה. פאר-לאזט די ישיבה און זיר גענומען צו בילדונג. מיר האבער האבען זיי ב"ה נישט געשאדט, אפשר ווייל איך האב געהאט א קורלענדער ערציהונג-גענאסען א וועלטליכע בילדינג איידער איד בין אריין אין דער ישיבה. (א יעדעס נאמען פון די פאראגראף איז ווערט אן ארטיקעל פאר זיך)

אין טעלז האב איך ערשט אנגעהויבען צו פראקטיצירען אין דער העברעאישער שפראך און מערקווירדיג תיכף באקומען די אמביציע צו ווערען א שרייבער. מיינע ערשטע ליטערארישע ארבייט איז באשטאנען אין ארויס געבען א וועכענטליכען געשריבענעם זשורנאל אונטערן נאמען "הכוכב"' מיט דער מאטא "דרך כוכב מיעקב"' וואו מען פלעגט קיבעצען דעם שמש, די נארישע בחורים און פאר-שטעלטערהייט די טעלזער בעלי בתים.

די רעדאקציע איז געווען אויבען, אויפן אין ווייבער בית המדרש .

די צייטונג האט אבער נישט געהאט קיין לאנגע קיום, בייזע צינגער האבען איהר פארמסורט און דער רעדאקטאר איז געצויגען געווארען צו פאראנטווארטונג פאר בטול תורה.

אט דערמאהן איך מיר אן א קאמישען עפיזאד, וואס איז כדאי פארשריבען צו ווערען אלס א קולטור-בילר פון יענער צייט. דער דיכטער יהודה ליב גארדאן, וועלכער האט מעהרערע יאהרען געלעבט אין טעלז און דארט איבערגעלאזען בעפאר ער איז אוועק קיין פעטערבורג א כנופיא זיינע חסידים, וואס זייער אויפגאבע איז געווען צו פארשפרייטען השכלה און צו רעפארמירען דעם אירישען רעליגיעזען לעבען.

גראד איז פאר מיין צייט אויסגעקליבען געווארען פארן שטאט גבאי איינער פון גארדאנס פארברענטע חסידים א געוויסער צאלע נאפטאלין, א איד א גרויסער גביר און א תקיף. זיין ערשטע רעפארם איז באשטאנען אין דעם נישט לאזען די ארימע בחורים, וואס האבען נישט קייז סטאנציעס, צו שלאפען אין ווייבער בית המדרש. אזוי ווי די גזירה איז שווער געווען דורכצופיהרען, איז ער אמאל אליין געקומען אין בית המדרש מיט צוויי פויערין צושניטען די סעניקעם (צוזאמ-לייג מאטראצען) אויף וואם די בחורים זענען געשלאפען און זיי ארויס-געווארפען אין גאס. אין בית המדרש איז געווארען א גרויסער טומעל, די ארימע קינדער האבען זיך געבעטען מיט טרעהרען אין די אויגען נישט צו פארניכטען זייערע שטרויזעק אבער עס האט נישט געהאלפן.

מען דארף איינמאל פאלגען דעם רבי'ן, רעפארם מוז געמאכט ווערען. איר בין געווארען א צוקאכטער צוקיקענדיג די דאזיגע סצענע און זיר נישט קענענדיג מעהר איינהאלטען בין איך צוגעלאפען צו איהם נעהנטער און אנגעהויבען צו שרייען דאס ער בעגעהט א גרויזאמע טהאט.

קוים האב איר אויסגערעדט א פאר ווערטער, איז ער ארויפ-געפאלען אויף מיר ווי א גזלן און וואלט מיר געהאט די ביינער צובראכען, ווען איך וואלט נישט עספיעט צו אנטלויפען. מעהרערע טעג נאכדעם האב איך מיך געמוזט באהאלטען ער האט מיך געוואלט ארויסשיקען פון טעלז, און שפעטער האט ער אויר נישט געטארט וויסען אז איך געפין זיר נאך אין דער שטאדט.

אין עטליכע און דרייסיג יאר ארום דארף זיד גראד מאכען, אז פאהרענדיג אמאל פון ווילנא קיין ליבוי, איז פון א סטאנציע אין מיטען וועג אריין אין וואגאן אן עלטערער בכבודיג'ער איד און זיר געזעצט נעבען מיר. איך באמערק אז דער דאזיגער איד איז עפעס אומרוהיג, אזוי ווי עס פעהלט איהם עפעס. דער צוג האט זיר אפגעשטעלט ביי א סטאנציע א קנאפע מינוט. איך זעה ווי מיין איד שפרינגט האסטיג ארונטער, לויפט כאפען אביסעל וואסער, טונקט ואיין די הענט און מיט גרויס מיה זיך צוריק ארויפגעכאפט אויפן טריין וואס האט שוין אנגעהויבען צו געהן, אריין א צופרידענער, זיר געשטעלט מנחה דאוונען, און זיך ווידער אוועקגעזעצט נעבען טיר, מיר האבען זיר פונאנדער גערעדט און טרעפט ווער עס איז געווען. דער דאזיגער איד אט טאקע אונזער צאלע נאפטאלין! איידער מיר האבען זיר געזעגענט האב איך איהם דערמאנט די אויבען דערצעהלטע מעשה און האב דערביי באמערקט אז איך שעץ מיך גליקיך צו דערלעבע אזא נקמה אן איהם. דאכט זיר, קיין בעסערע נקמה און דעם אפיקורוס צאלע נאפטאלין האב איך נישט געקענט ערווארטען, ווי צו זעהן מיט מיינע אויגען ווי ער לויפט מיט מסירת נפש זוכען וואסער די הענד צו וואשען כדי צו דאוונען מנחה…
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

איך האב פונקט דעם שבת באגענגט אין שערי ישר לר' שמעון שקאפ ז"ל ווי ער ברענגט אראפ ר' אליעזר ז"ל מיט'ן טיטל "דו"ז".
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

צקון לחש האט געשריבן:איך האב פונקט דעם שבת באגענגט אין שערי ישר לר' שמעון שקאפ ז"ל ווי ער ברענגט אראפ ר' אליעזר ז"ל מיט'ן טיטל "דו"ז".
דודי זקינו ?

וואס איז די ר"ת ?
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

לייביששרייבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:איך האב פונקט דעם שבת באגענגט אין שערי ישר לר' שמעון שקאפ ז"ל ווי ער ברענגט אראפ ר' אליעזר ז"ל מיט'ן טיטל "דו"ז".
דודי זקינו ?

וואס איז די ר"ת ?
יא, אזוי מיין איך
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re: טעלזער ישיבה מיט די ערשטע ר"י ר' אליעזר גארדאן ז"ל

שליחה דורך לייביששרייבער »

צקון לחש האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:איך האב פונקט דעם שבת באגענגט אין שערי ישר לר' שמעון שקאפ ז"ל ווי ער ברענגט אראפ ר' אליעזר ז"ל מיט'ן טיטל "דו"ז".
דודי זקינו ?

וואס איז די ר"ת ?
יא, אזוי מיין איך
אינטערסאנט

Sent from my SM-S918U using Tapatalk
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
פארשפארט