ער איז געווען א מזרחיסט און ביי די התנתקות איז ער געווארן א גורער (ער האט גורער בלוט פון דער היים) און שפעטער איז ער צוריק געווארן א מזרחיסט אונצווישן האט ער חתונה געמאכט 1 טאכטער מיט א גורער.berlbalaguleh האט געשריבן:מרדכי מרדכי: ייש,כ פאר דערמאנען אהרן גרנות-גראנאוויץ וואס איז בעצם געווען א בעל תשובה. און געווארן א פייער'דיגע גערער חסיד. מיט דעם גערער לבוש אן גאנצן קנאק. נאכדעים האט ער לפי בקשת משפחתו נאכגעלאזט פון דעם גור'ער התלהבות. און (צוריק) געוועארן א ביסל מער א מעסיגער מענטש.
נאר זיינע "סטאנטס" זענען געווען זייער אינטרעסאנט און אפילו הומאריסטיש. ער איז אנגעקומען אויף די אומגלויבליכסטע פלעצער.
אין איין סצענע האט ער זיך פארשטעלט פאר א (גוי'אישע) היטש הייקער. ער האט זיך אנגעטון א רויטע קעפ. מיט א בעק-פעק. ער איז אריבער די גרעניץ קיין ירדן. אויך קיין איראק. איי, די בארד. א סאך גויים דארט האבן א בארד. אויפ'ן וועג צוריק קיין ארץ ישראל האט ער געהאט אן אינטרעסאנטן עפיזאד. ווען ער איז אנגעקומען צו די גרעניץ וואך האבן זיי איהם נישט געוואלט גלייבן אז ער איז א איד. צוערשט האט ער געמאכט חכמות. און נישט געענטפערט אויף אלע זייערע שאלות. דארט איז אויך געווען א גוי'אישער טרעוועלער. זאגט ער צו איהם (אהרו גרנות) מאך נישט קיין חכמות ווייל ער גייט דיך שיסן. האט ער געטנה'ט...איך בין א איד. נאר איך בין פארשטעלט ווי א גוי. דער סאלדאט האט איהם נישט געוואלט גלייבן. ביז ער האט געזאגט ..."שמע ישראל"..האט ער איהם אדורכגעלאזט.
אידישע צייטונגען - ווער, וואס, ווען, און ווי?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924