דעם לעכטיגן אמאל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

דעם לעכטיגן אמאל

שליחה דורך שמן למאור »

מען נעמט אראפ פון אויבן א פארשטויבטן בילדער אלבום, מען הייבט אן צו מישן, און עס אנטפלעקט זיך דעם ווייטן ליכטיגן אמאל. א צייט וואס עס בענקט זיך צוריק אהין, א פרייליכע אמאל, א לוסטיגע אמאל.

די ווייסע בערד פון היינט זענען דארטן נאך גרוי און אראנדזש, די עלטער זיידעס און באבעס לעבן נאך און טיילן נאש מיט זיסווארג. די שמחות פון אמאל טוען זיי אלע באטייליגן מיט גרויסע שמייכלען אויף זייער געזיכטער. די גרויסע פאר'דאגה'טע טאטעס פון היינט, זענען נאך דאן אינגע פרייליכע בחורים אין ישיבה.

זעליג מיט יענקל זענען נאך דאן געווען אונזער שכינים, און העניך איז נאך דאן געווען אן ערליכער בחור, אויפן ריכטיגן וועג. ווער ווייסט צו אינטערן תמימות'דיגן שמייכל באהאלטן זיך אפשר אויס אומזעבארע אפרוחים וואס וועלן עווענטועל אויסוואקסן צו זיין גרויסע פייגלעך אין קאפ. אדער אפשר איז ער נאך דא יא אומוויסנד און תמימות'דיג.

דער פעטער דער גרויסע נגיד מיטן געביגלטן סוט און פענצי ברילן איז נאך דאן א פשוט'ער כולל אינגערמאן מיטן כאלעטל און שווארץ-ווייסע גלעזער. קען זיין אז ער וועבט שוין פלענער, ער עפנט שוין קרעדיט קארטלעך, ער קוקט שוין קעפרעיטס פון הייזער, אבער אן עושר וואס קען זיך פארמעסטן פאר מפטיר יונה איז ער זיכער נאכנישט.

לכאורה האט ער נאך דאן געהאט אביסל צייט אנצוקוקן זיין פרוי, היינט איז ער יעדע מאנטאג און דאנערשטאג אויף א צווייטע פלייט, פליענדיג צו וויכטיגע ביזנעס מיטינגען ווען אין די איבריגע צייט איז ער אדער אין מירון אדער אין קערעסטיר, ווענדט זיך אויפן סעזאן. זיינע קינדער בענקען זיך מעגליך צוריק צו יענע צייטן ווען מען האט טאקע נישט געהאט אזויפיל געלט, אבער א טאטע וואס זאל זיי אנקוקן האבן זיי יא געהאט.

אזוי קוקנדיג טרעף איך אן מיינעם גאר א באקאנטן; יא, דאס בין איך אליין...! היבש אינגער פון אמאל, אסאך זיסער און איידלער, אבער פארט דער זעלבער איך. איך שטיי מיט אן איידל געזיכט, און שמייכל שיינערהייט. מיינע בליקן פון דאן פארן גראד אריין און שטויסן זיך אן אין מיין יעצטיגע בליקן.

איך קוק אריין טיף אין מיינע אמאליגע אויגן, האב איך דען געוויסט וואס עס וועט מיר אלץ אפווארטן? האב איך שוין דאן געטראכט וואו איך וועל האלטן היינט? וואס האט מיין קליין קעפעלע דאן געטראכט? וואס האב איך יא אדער נישט געוואוסט? איז בכלל עולה געווען אויף מיין דעמאלטס'דיגע דעת אז איך וועל האלטן דא וואו איך האלט היינט?

דער זיסע אינגל פונעם בילד האט בכלל נישט געצילט אנצוקומען וואו אהין ער איז צום סוף אנגעקומען, בכלל נישט. די דמיון פון אמאל האט זיך אנגעקלאפט אין הארטע רעאליטעט פונעם עולם המעשה והשקר. ס'איז נישט די גלאנציגע וועלט וואס איך פלעג מיך חלומ'ען ביינאכט, ס'איז נישט די גלאררייכע לעבן וואס מען דמיונ'ט אלץ אינג קינד.

וויפיל פאטאלע טעותים בין איך באגאנגען זייט די בילד איז געכאפט געווארן. אוי, ווען איך קען ווען צוריקדרייען די זייגער און אנהייבן פון פריש מיט די ידיעות וואס איך פארמאג יעצט, ווי אנדערש וואלט איך זיך אויפגעפירט...

וואלט איך דען געגאנגען אין יענע ישיבה? וואלט איך דען געגאנגען אין יענעם ארט שפעט ביינאכט? וואלט איך גענומען יענע חברותא? וואלט איך געהאלטן יענע סוד? וואלט איך געקויפט דעם כלי? וואלט איך אפגעטון יענע חבר? וואלט איך געליינט יענע ביכל?... האב איך דען געוואוסט אז די קליינע מעשים וועלן האבן ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן אויף מיין עתיד און אפעקטירן מיין גאנצע צוקונפטיגער לעבן?

איי, עס זינגט זיך אינטער דאס לידל "וואו נעמט מען די אינגע יארן, אזוי שנעל אוועקגעפארן"... וויאזוי דרייט מען צוריק דאס זייגער?

"השבינו ה' אליך ונשובה, חדש ימינו כקדם"
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מיין אמת

שליחה דורך מיין אמת »

ממש שמן למאור די ארטיקל מאכט ליכטיג אין הארצן
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

זייער שיין. אויב כ'מעג צולייגן מיט א פארטראכטע מינע, וועסטו/איך לכאורה שרייבן דאס זעלבע אין צוואנציג יאר ארום אויף היינט. וכמאמר החכם (קלוגע אויסדרוקן אלערט): ''Today is Tomorrow's Yesterday', היינט איז דער מארגענדיגע אמאל צו וואס מען גייט זיך בענקען.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט