ער האט קלאר געזאגט דורכאויס די גאנצע אפקויף שפיל אז ער ווייסט אז טוויטער איז נישט profitable און אז עס איז נישט ווערט אזא סכום.אלע צוזאמען האט געשריבן:דאס איז נישט אמת, חוץ אז דו האלסט אז ער איז טאטאל משוגע, ווייל קיין איין מענטש ווי קוריאז מ'זאל זיין, גייט נישט פארברענען $44 ביליאן.פונדאַמענטאַל האט געשריבן: די טוויטער אפקויף איז נישט געווען קיין טעות. עס איז קיינמאל נישט געווען גוט פון א ביזנעס שטאנדפונקט, און ער האט עס טאקע נישט געטון לשם ביזנעס - נאר לשם פלעזשור.
און די גרעסטע ראי' אז ער האט עס נישט געטון נאר לשם פלעזשור, איז אז ער פרובירט עס צו ראטעווען יעצט, ער וויל ס'זאל מאכן געלט.
ער איז מעגליך משוגע אדער קריאז, דאס ווענט זיך אויף אייער בליק אין די זאך. דאס איז אבער די מציאות, פאר אילן איז טוויטער א באליבטער שפילצייג, ער איז גאר אקטיוו און איז די מערסטע נאכגעפאלגטע פערזאן אויף די פלאטפארמע. פאר אים איז די הצלחה פון פרייע דיאלאג גאר וויכטיג. און מיט די פינאנצילע מעגליכקייטן וואס ער פארמאגט איז עס נישט אזוי אפגעפרעגט.
דאס אז ער פרובירט דאס צו מאכן profitable מיינט נישט אז דאס איז געווען די ציל, אוודאי איז עס א גרויסע פלאס אויב ער קען דאס פארוואנדלען אין א סוקסעספול ביזנעס.
Sent from my M2101K7BG using Tapatalk