אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

מיינע געדאנקען איבער די אינטערוויוס.

קודם כל מוז איך קאנגראטולירן מענדי פארן אפהאלטן די אינטערוויוס אויף אזא האקעלע טאפיק. אונזער חרדישע סעסייעטי האלט נאכנישט ממש דארטן, אבער אזוי ווי עס חב"ד זיך, אזוי חסידיש'ט זיך... אי"ה גייט מען בקרוב קענען רעדן אפן פון אזעלכע וויכטיגע טאפיקס אין אידיש, און נישט נאר "דארטן ביי ראטה".

ער האט געטון זייער א גוטע דזשאב און געפרעגט גאר גוטע טרעפליכע קשיות און דורכדעם טאקע באקומען זאכליכע תשובות. כה לחי, ברודער, גיי ווייטער אן.

בנוגע גרשון, דער מאלעסטער. קודם כל דארף מען ארויסהייבן אז ער האט געטון זייער א גוטע זאך פארן קאמיוניטי מיטן ארויסקומען מיט זיין סטארי. קיינער האט אים נישט געצווינגען, און ער וואלט געקענט בלייבן שטיל און נישט מאכן דעם אינטערוויו, עס איז א געוואלדיגע גבורה מצדו.

מאנכע ווייסן אז איך בין דא גאנץ שארף קעגן מאלעסטערס, און איך בין טאקע. אבער בעיקר קען איך נישט דערליידן די פאקט אז נאך וואס איינער האט שוין אפגעטון זיין מעשה נבלה, גייט ער נאך לייקענען און פראבירט צו זיין א שיינע איד, אדער די ארומיגע פראבירן צו לייקענען און געבן כבוד פארן פרעדעטור. דאס דערלייד איך נישט; רצחת וגם ירשת? ביסט מיר א נידריגע באנדיט, און ווילסט נאך כבוד מלכים אויך? דאס אריינשטעקן די קאפ אין זאמד און לייקענען, מאכט נאר ערגער אונזער מאלעסטעישן פראבלעם, און דאס קען איך נישט דערליידן.

אבער אזא איד ווי גרשון וואס פארשטייט אז ער האט געטון אן עוולה גדולה, ער קומט אפן זיך מודה זיין ברבים און וויל פאררעכטן, ער פארציילט זיין מעשה אז עלטערן זאלן פארשטיין וויאזוי צו באשיצן די קינדער, אזא איינער דארף מען נישט אראפרייסן.

איך פארשטיי די פוינט פון דער פרוי טעראפיסט, זי טענה'ט אז ער איז נאך א סכנה, זי זעט נישט זיין טיפע חרטה וכדומה, אבער איך מיין אז זי קומט פשוט פון א צווייטע זייט פונעם מטבע. זי קומט פונעם סעקולארן וועלט ווי די פארשריט אין די ענינים איז שוין אסאך ווייטער. דאס אז ער איז בכלל גרייט געווען פאר אן אינטערוויו, צייגט אז ער האלט שוין אויף גאר א בעסערע לעוועל ווי רוב פון אונזער היימישע פרעדעטארן.

אוודאי דארף מען אלעמאל שטיין אויף דער וואך פון אזעלכע חברה, ווי ער אליין זאגט קלאר גייט די קראנקייט פון זיין עטרעקטעט צו קינדער נישט אוועק, און ער ליידט נאך דערפון. דאך דאכט זיך מיר אז ער איז נישט קיין גרויסע סכנה צו די מענטשהייט מער, ער זאגט קלאר וויאזוי ער היט זיך אויס, ובפרט יעצט נאכן ארויסקומען אין די אפענטליכקייט מיט זיין מעשה, און יעדער וועט אים שוין דערקענען.

מיר זעט נישט אויס ווי ער איז סתם דא פאר זיין 20 מינוט פון פעים, אך און וויי פאר אזא סארט פעים. פארוואס זאל ער זיך סתם פארשעמען פאר די גאנצע וועלט, וואס רוב עולם ווייסט נישט זיין סטארי? ובפרט אז גאר אסאך דערקענען אים פון די באקאנטע געשעפט ווי ער ארבעט.

מיין פוינט אין איין ווארט, איינער וואס איז גרייט צו נעמען אחריות און זיך פארבעסערן און טון פאר די מענטשהייט, דארף מען שוין באהאנדלען מיט ווייכערע הענטשוך. ער האט גענומען א גרויסע סטעפ מצדו, און מען דארף אים נישט אראפרייסן יותר מדי.

פאר קיין סקונדע מאך איך נישט קלענער די געוואלדיגע עוולה נורא וואס ער איז באגאנגען, זיינע וויקטעמס האט ער ליידער בא'עוול'ט אויף א שרעקליכע אופן, תאוות און קראנקייטן איז איין זאך, טון און שעדיגן א צווייטן איז שוין גאר א צווייטע זאך. דאך קען מען עס אפטיילן און ארויסברענגען לשבח די חלק אז ער איז געווען גרייט צו לייגן די בושה אין א זייט, און קומען פארציילן זיין געשיכטע.

נאך א פוינט וואס יעדער זאל ארויסנעמען פון די אינטערוויו: כאפ א בליק אויף דעם איד, א געהעריגע אומשולדיג אויסזעענדע אידל. א שיינע בארד, א קאפל און שטיקל ערנסטע געזיכט. ווען דו זעסט אים אין שול וואלט ער געמאכט אן איינדריק ווי א בעזעצענע נארמאלן מענטש. וואלסט געטראכט אז מסתמה איז ער א מלמד אדער א מנהל פון א חדר, א חשובע בן תורה צו וואס. מען זעט אז ער איז נישט סתם אבי אן אפגעריסענע נאר וואס רינט אים שפייעכץ פון מויל, בכלל נישט. ער איז היבש אינטעליגענט און קליג, נאר ליידער ליידט ער פון א קראנקייט.

זאל מען זיך אריינעמען אין קאפ איינמאל פאר אלעמאל, מאלעסטערס זענען נישט קיין באזונדערע ברואים מיט הערנער אויפן קאפ. זיי זעען אויס ווי נארמאלע מענטשן און זענען א געהעריגע חלק פונעם סעסייעטי. איך וויל שוין קיינמאל מער נישט הערן פון ענק "נעע, ס'מאכט נישט קיין סענס... דער איז דאך א פרומע איד"... גענוג געווען, נעמטס עס ענק אריין אין קאפ.

נאך א נקודה: מען זעט דורכאויס די גאנצע אינטערוויו ווי ווייט קליינטשיגע זאכן האבן אויסגעמאכט גאר אסאך. איין ווארט וואס דער מאלעסטאר האט געהערט, און דאס האט אים געמאכט זיך צוריקהאלטן פון שעדיגן קינדער פאר א גאנצע יאר צייט אין א פרעמדע לאנד. מיט איין קליינע חיזוק ווארט פאר דיין קינד, מיט איין נעגאטיווע קאמענט אויף קאווע שטיבל קעגן א מאלעסטאר, מיט א שטרענגע פסק דין פון א ריכטער, וויפיל טוען די אלע זאכן אויף. איין שריי פון דיין קינד קען אים אפראטעווען זיין לעבן.


ס'דא נאך אסאך נקידות וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם, אבער לעת עתה וועל איך זיך באגניגן מיט דעם.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אלפא האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:איך נעם ארויס אז א פעדאפיל, חוץ פון א שייגעץ איז ער אויך א מענטש מיט סטראגעלס, מילא איז אלעמאל בעסער (אויב ארבעט דער פעדאפיל מיט) עים צי שיקען אויף א ריהעביליטעישען פראגראם, ווי איידער פארשיקן אין חד גדיא.
סיי ס׳בעסער פאר עים, ער קען זיך אויסהיילן, און סיי ס׳בעסער פאר דיי וועלט, ווייל א פעדאפיל וואס גייט זיצען איז ווען ער קימט ארויס איז ער נאך אלץ א פעדאפיל און מען האלט נאך אלץ ביי סקווער וואן.
עס איז א טראפקעלע מער קאמפליצירט ווי דאס,
איך האב געהערט פון געוויסע מומחים אין דעם פעלד אז פאר רוב פאדאפילן העלפט נישט קיינע פראגראמען און/אדער מעדעצינען פון אלע סארטן. חד גדיא איז צומאל די איינציגסטע ציג אים צו זען ארויס פון זאנע.
ער זאגט אויך אז רויב פון די פראגראם גייען עווענטועל צירוק.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

איך האלט אויך אז די צוויי פסיכאלאגן זענען געווען עקסטרעם קריטיקל, איך האב יא געזען א שטארקע חרטה אין גרשון און אן אמת'ער ווילן צו טוישן זיין לעבן. יא, ער האט געוויסע באגרעניצונגען, ס'איז אים שווער צו זען אנדערע מענטשן אינדרויסן פון זיך און ער האט דעמאלט געהאט א וועג וויאזוי ער האט פרובירט צו ראציאנאליזירן זיינע אקטן אבער ער ארבעט אויף זיך.

ער האט קלאר פרובירט אויפזוכן לענגוויטש וואס זאל געבן די מערסטע סימפאטיע פאר די וויקטימס און אנערקענונג אויף זיין עוולה, כ'בין מסכים אז ער איז אביסל באגרעניצט, אבער ער פרובירט.

די אלע הסברים וואס ער גיט פארוואס ער האט געטון וואס ער האט געטון קומט נישט פון א פלאץ פון זוכן בארעכטיגונג, ער פרובירט פשוט צו אראפמאלן וואס איז געווען זיין דעמאלטיגע פערספעקטיוו און וויאזוי זיין מח איז געווען געווייערט און דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן. כ'האלט נישט פאר איין רגע אז ער בלעימט זיין ווייב, ער שילדערט פשוט וואס האט זיך אפגעטון בימים ההם אין זיין קאפ.

בכלל זעט מיר אויס ווי ער רעדט די זעלבע שפראך וואס ער וואלט גערעדט אין א סופארט גרופע (מסתמא האט ער טאקע אסאך ערפארונג פון מיטטיילן זיין לעבן און סטראגעלס אין אזא סעטינג) ארומגענומען מיט נאן דזשאדזשמענטל מענטשן וואס פארשטייען אים און זענען מכיר אין זיינע סטראגעלס. ער האט פארזען אז די וועלט איז נישט קיין סופארט גרופע און סתם מענטשן וועלן אים דזשאדזשן אויף יעדער איינציגער ווארט.

נאך א נקודה, די מערכה פון די וואוק מאב אויף טוויטער אז ער טאר נישט האבן קיין דזשאב און מ'דארף אים פייערן, מיט דעם בין איך זיכער נישט מסכים. אפילו א מענטש וואס איז א רעגיסטרירטער אפענדער דארף נאך אלץ קענען ברענגען פרנסה, בפרט אז איינער וואס האלט אינמיטן דורכגיין א רעהיליביטאציע און זיין לעצטע אפענס איז געווען 11 יאר צוריק. אנהאלטן א דזשאב איז טייל פון דער רייזע פון זיך היילן.

פארשטייט זיך אז דאס פאדערט דו-דילעזשענס און איידער מ'נעמט אויף אזא מענטש דארף מען טאקע זיכער מאכן אז ער נעמט זיין היילונג ערנסטער ווי ערנסט און פארשטייט זיך מ'דארף איינשטעלן די מאקסימאלסטע זיכערהייט מאסנאמען, ווי ער טאר נישט האבן קיין שייכות מיט קינדער, זיין ארומגענומען מיט קא-ארבעטערס און אלעמאל אונטער קאמערעס. אבער סתם קומען שרייען ווארפטס אים צו די הונט דאס איז טייל פון דער פארשאלטענער לינקער מענטאליטעט וואס האט פארלוירן סיי וועלכע אנושיות.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

א שארפערע פרעספעקטיוו, פון אנאנדערן קוק ווינקל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

רימון האט געשריבן:איך האלט אויך אז די צוויי פסיכאלאגן זענען געווען עקסטרעם קריטיקל, איך האב יא געזען א שטארקע חרטה אין גרשון און אן אמת'ער ווילן צו טוישן זיין לעבן. יא, ער האט געוויסע באגרעניצונגען, ס'איז אים שווער צו זען אנדערע מענטשן אינדרויסן פון זיך און ער האט דעמאלט געהאט א וועג וויאזוי ער האט פרובירט צו ראציאנאליזירן זיינע אקטן אבער ער ארבעט אויף זיך.

ער האט קלאר פרובירט אויפזוכן לענגוויטש וואס זאל געבן די מערסטע סימפאטיע פאר די וויקטימס און אנערקענונג אויף זיין עוולה, כ'בין מסכים אז ער איז אביסל באגרעניצט, אבער ער פרובירט.

די אלע הסברים וואס ער גיט פארוואס ער האט געטון וואס ער האט געטון קומט נישט פון א פלאץ פון זוכן בארעכטיגונג, ער פרובירט פשוט צו אראפמאלן וואס איז געווען זיין דעמאלטיגע פערספעקטיוו און וויאזוי זיין מח איז געווען געווייערט און דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן. כ'האלט נישט פאר איין רגע אז ער בלעימט זיין ווייב, ער שילדערט פשוט וואס האט זיך אפגעטון בימים ההם אין זיין קאפ.

בכלל זעט מיר אויס ווי ער רעדט די זעלבע שפראך וואס ער וואלט גערעדט אין א סופארט גרופע (מסתמא האט ער טאקע אסאך ערפארונג פון מיטטיילן זיין לעבן און סטראגעלס אין אזא סעטינג) ארומגענומען מיט נאן דזשאדזשמענטל מענטשן וואס פארשטייען אים און זענען מכיר אין זיינע סטראגעלס. ער האט פארזען אז די וועלט איז נישט קיין סופארט גרופע און סתם מענטשן וועלן אים דזשאדזשן אויף יעדער איינציגער ווארט.

נאך א נקודה, די מערכה פון די וואוק מאב אויף טוויטער אז ער טאר נישט האבן קיין דזשאב און מ'דארף אים פייערן, מיט דעם בין איך זיכער נישט מסכים. אפילו א מענטש וואס איז א רעגיסטרירטער אפענדער דארף נאך אלץ קענען ברענגען פרנסה, בפרט אז איינער וואס האלט אינמיטן דורכגיין א רעהיליביטאציע און זיין לעצטע אפענס איז געווען 11 יאר צוריק. אנהאלטן א דזשאב איז טייל פון דער רייזע פון זיך היילן.

פארשטייט זיך אז דאס פאדערט דו-דילעזשענס און איידער מ'נעמט אויף אזא מענטש דארף מען טאקע זיכער מאכן אז ער נעמט זיין היילונג ערנסטער ווי ערנסט און פארשטייט זיך מ'דארף איינשטעלן די מאקסימאלסטע זיכערהייט מאסנאמען, ווי ער טאר נישט האבן קיין שייכות מיט קינדער, זיין ארומגענומען מיט קא-ארבעטערס און אלעמאל אונטער קאמערעס. אבער סתם קומען שרייען ווארפטס אים צו די הונט דאס איז טייל פון דער פארשאלטענער לינקער מענטאליטעט וואס האט פארלוירן סיי וועלכע אנושיות.

מיך האט אויך געבאדערט די עקסטרעמע נעגאטיוועטי בעיקר פון די פרוי. ס'קוקט אויס ווי זי האט ניטאמאל פרובירט צו אנאליזירן די אינטערוויו. זי האט אין פירסט פלעיס געזוכט וויאזוי אים אראפצורייסן. דאס איז זיכער א חלק פון די היינטיגע לינקע מהלך אז א מאלעסטער האט נישט קיין שום וועג אויף צוריק.

אירע אלע טענות און ארויסגעשניטענע שטיקלעך זענען עפ''י רוב געקראכן אויף גראדע ווענט. למשל ער האט געזאגט 'איי אפאלעדשייז, באט...' אקעי, אפשר ברענגסטו נאך די גאנצע זאץ. לאמיר עס אריינלייגן אין קאנטעקסט. איך געדענק נישט ער זאל האבן געזאגט די ווערטער אדרבה לאמיר הערן וואס איז געווען די שאלה און וואס איז געווען די 'אבער'. וואס איך געדענק יא איז אז ער האט זיכער געמאכט יעדע מאל וואס ער האט זיך מסביר געווען אדער ווען ער האט דערציילט נקודות וואס וואלט געקענט אויסקוקן ווי ער פרובירט זיך עטוואס צו ריינוואשן (למשל אז זיין צווייטע וויקטים איז געווען בלויז עטליכע שעה) האט ער זיכער געמאכט כסדר אינטערצושטרייכן אז ער טוט נישט מינומיזירן זיין עוולה אדער די פעין פון די וויקטים'ס.

אזוי אויך די ארויסגעשניטענע שטיקל אז ער ליידט נאך אלס אויף עטרעקשאן צו קינדער, וואס די זאץ פאר זיך איז טאקע שלעכט אבער ווען מ'הערט זיינע ווערטער פארדעם און נאכדעם איז עס אינגאנצן א צווייטע בילד. ער זאגט אז ער איז געגאנגען פאר צענדליגע שעות טעראפי און ער האט נאך טאקע די פראבלעם אבער ער האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו באהאנדלען די פראבלעם. אונז אלע האמיר אויך עטרעקשאן צו פרויען (איך רעדט פון די געזונטע צווישן אונז) אבער מיר ווייסן וויאזוי דאס צו באהאנדלען.

בקיצור, ווען זי פראבירט ווען אביסל זיך צו אהערשטעלן אלס אנאליזירער וואלט זי אפשר מיך געקענט איבערעדן, זי האט אבער צו אפן געוויזן איר איינזייטיגקייט. זי האט לכאורה קיינעם נישט איבערצייגט אין אירע ווערטער.
באניצער אוואטאר
Lexus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך Lexus »

איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

Lexus האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
נ. וו. האט אמאל מודה געוועהן? חרטה געהאט? געגאנגען פאר ריהאבילעטעישען? איבער געבעיטען די קורבן?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
Lexus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך Lexus »

קהל'ס נער האט געשריבן:
Lexus האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
נ. וו. האט אמאל מודה געוועהן? חרטה געהאט? געגאנגען פאר ריהאבילעטעישען? איבער געבעיטען די קורבן?
יא, עס איז לעצטנס ארויסגעקומען א בריוו פון אים ווי ער איז זיך מודה און בעהט איר איבער
און אנשטאט אים אויס רימען האט מען אים דא איבערגעלייגט און אריינגעפראקט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלע צוזאמען האט געשריבן:איך האלט אנהייב פון די אינטערוויא, ער זעהט אויס שרעקליך צובראכן און נערוועז, ס'קומט זיך אים קרעדיט פארן ארויס קומען.

מעה. הער ווייטער. ער רעדט ווי א ערשט קלאסיגער טשיילד פרעדיטער.

די נערוו צו זאגן אז ער איז געווען אפסעט אויף די מיידלס משפחה אדער אז ער האט נישט באקומען וואס ער דארף פון זיין ווייב אדער נאך מינע שטותים והבלים.

ליטערעלי, יעדע טשיילד פרעדיטער רעדט אזוי. פעה.

איך זע נישט קיין חרטה. איך זע shirking of responsibility אפילו עס איז נאר between the lines איז עס דארט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלפא האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, אסאך צו דן זיין איבער די אינטערוויו און פענאמען.

איין נקודה,
ער הערט זיך מער ווי אן אפערטוניסט נישט אזוי ווייט ווי א קאלטע אביוסער.
לכאו' נישט קיין לעגאלע חילוק אדער כלפי די וויקטים'ס, עס איז אבער זיכער אן אנדערע פסיכאלאגישע קאטעגאריע.

די עצם געדאנק אז ער האט מסכים געווען צום אינטערוויו שטרייכט עס אביסל אונטער.
ער הערט זיך פונקט אזוי קריפי ווי אלע טשיילד פרעדיטערס.

עס פעלט אים איקזעקטלי די זעלבע שרייפלעך וואס עס פעלט פאר זיי אלע. אפילו ארויסקומען מיט אזא אינטערוויו שטרייכט אונטער די געדאנקען גאנג וואס די סארט מענטשן האבן.

אלעס איז קריפי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

לענ"ד וואלט נ.וו. מיט אזא אינטערוויו זיכער קונה געווען ביי (כמעט) יעדן א צווייטן אימעדש.
א (קאלטע) בריוו איז בכלל נישט קיין פארגלייך.

וואס מענטשן האבן (פסיכאלאגיש) סימפאטיע פאר - איז וואלנראביליטי, דער גרשון דא האט עס גאנץ גוט געמאכט. און ווי געזאגט אסאך מאלעסטערס וואלטן עס לכאו' געpassed מיט אזא צוגאנג - וועלכע איז בד"כ ביסודם אוממעגליך!

'וואלנראביליטי' איז בפשטות אויך די הונטערליגענדע פסיכאלאגיע פון די אויסנאמליכע סימפאטיע צו די אלע 'וויקטים'ס. ואכמ"ל. (פארשטייט זיך אז עס איז בעצם א גוטע זאך.)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שעפטאל האט געשריבן:זייטיגע נקודה..
מיין הארץ וויינט פאר עם! כ'בארעכטיג חלילה נישט די שפיכת דמים. אבער כ'זעה פון ווי ס'קומט (ער זאגט עס אליין): פון דעם כמו איסור הוצאת ז. לבטלה

וואס איז געשעהן מיט אונזער תורת חיים וואס דארף צו געבן לעבן פארן מענטש. ווי אזוי קען דאס אזוי צעפראסקענען א מענטש?!!

זעה די 23 שאלות פון מאיר שחם אויף די איסור
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... rXw4RaJcDV

אויך מיר א ראיה וואס ער זאגט.

מיינסט עכט אז יעדער מענטש דארף מעסטערבעיטן זעקס מאל א טאג?

און לאמיר זאגן אז ער דארף און ער קען נישט איז די סעלושן צו ווערן א טשיילד פרעדיטער? אמתדיג?!

איך קויף נישט אפ די בי עס אז ער האט נישט געוואוסט אז עס איז טעריבל אדער אז ער האט פשוט נישט געהאט קיין סעלושן.

עס איז דא סטריפ קלאבס פאר א סיבה

האסט גענוצט קינדער ווייל דו האסט א קראנקע מח וואס זוכט קינדער פאר אומזיסט. זיי עס מודה.
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: אפענהארציגע אינטערוויו מיט א מאלעסטאר

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איינס פון די זאכן וואס איך בין צעמישט און שטערן מיך פון האבן א מיינונג איז, וויאזוי ווייס איך צו ער איז אזא סאפיסטעקירטע נארסעסיסט אז ער שפילט אונז אויס, אדער האט ער באמת חרטה. אפשר אלע ביידע?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תרמב האט געשריבן:ס'איז מיר געווען מוראדיג אינטערסאנט.

מיר האט אויסגעקוקט פון זיינע ווערטער, אז ער האט מאלעסטעד זיינע אייגענע קינדער אדער זיינע געשוויסטער, ווייל ס'האט זיך פארשטאנען אז ער האט געהאט אנלימיטעד עקסעס צו קינדער שלאפעדיגערהייט, און ס'איז נאך געווען אין געגנווארט פון זיין ווייב.

איך שוין געפערליך זיין ארומיגע פאמיליע וועגן די בושות, און אים אויך פארן אריינפאלן אין דעם לאך, ס'איז אייביג בושות אבער דא איז ער ארויסגעקומען בפני כל עם ועדה, ס'איז מסתם אזא תשובה וואס ער האט גענומען אויף זיך אז די בושות זאלן מכפר זיין.

די עיקר וואס איך האב געזעהן אין די אינטערוויו איז אז ס'ליגט א מענטש אונטער די שרעקליכע זאכן, מ'רעדט אלס פון דעם שייגעץ און יענער שייגעץ, מ'כאפט נישט אז אונטער די זאכן ליגט א גאנצע לאנגע געשיכטע פון סטראגלס, פון סטאפן און נאכאמאל דורכפאלן, די ביטערע געפילן וואס די מענטשן קענען האבן, ס'איז מסתם דא אזעלכע וואס האבן שוין אויסגעריסן אלע זייערע מענטשליכע געפילן און האבן שוין נישט קיין שום רחמנות, אבער אסאך מאל איז עס א מענטש וואס וויל נישט עכט, אבער איז אריינגעפאלן אין דעם פלאנטער זייענדיג א קליין קינד ווען ער האט נאך נישט געוויסט אפילו וואס די פראבלעם איז, און ווען ער האט זיך געכאפט די הארבקייט איז ער שוין געווען טיעף איינגעזינקען נישט קענענדיג ארויסזעהן געהעריג.

איך בין טאקע נייגעריג וויאזוי א רב הענדלט אזעלכע שאלות, ווי למשל העלטי מעסטערבעיטן וואס ער דערמאנט, מסתם ווענדט זיך ווי א רב, אבער וואס געשעהט ווען מ'גייט אזאנס פרעגן ר' חיים דוד כץ, אדער גאר ר' חיים לייב כץ?
שעפעלע. אזוי ערליך. נישט געקענט מעסטערבעיטן ווייל עס איז קעגן די הלכה.
דעס קען ער איינרעדן פאר זיין עלטער באבע איו פאקיפסי.

כאילו, פאר ער האט געטאטשט די קינדער האט ער זיך אראפגעזעצט מיט א רב און דן געווען וואס די הלכה איז. כאילו. ער איז דאך אזוי מחמיר.

Come on man.
He didn't give a damn about halacha.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איינס פון די זאכן וואס איך בין צעמישט און שטערן מיך פון האבן א מיינונג איז, וויאזוי ווייס איך צו ער איז אזא סאפיסטעקירטע נארסעסיסט אז ער שפילט אונז אויס, אדער האט ער באמת חרטה. אפשר אלע ביידע?
איך ווייס נישט אויב ער איז א סאפיסטיקירטע נארסי אבער דעס איז קלאר אז ער דאדזשד די קוועסטשנס זייער אפט און ער ענטפערט ווי א טיפיקל טשיילד פרעדיטער.

זע אז איך נוץ נישט די לשון סאקשועל אביוזער נאר טשיילד פרעדיטער ווייל זיי זענען א פאלק פאר זיך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חיים הלוי האט געשריבן:ווי פאסיג איז דאס פאר תשעה באב איך זיץ אויף א נידריג בענקל און טרערן באנעצן מיינע באקען.
איך וויין פאר די קליינע קינדער'ליך וואס זענען נעבעך אדורך די אביוז.
איך וויין פאר גרשון אז ער איז אנגעקומען צו אזא מצב ער האט קיינמאל נעבעך געמיינט שלעכט נישט געחלום'ט אז ער אפעקטירט איינעם'ס לעבן.
איך וויין פאר זיין ווייב.
איך וויין פאר זיינע קינדער וואס זענען נעבעך נישט שולדיג כי הוא זה.

עס איז דא אזויפיל ארויסצונעמען פון די אינטערוויא.
נחמו נחמו עמי.
דארפסט נישט אזוי וויינען פאר אים.
ער האט נישט געלעבט אין א וועקיום.
ער האט זיך געקענט גיין העלפן אבער ער האט געוואלט האבן פרי **** מיט קינדער.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

@דעת: בשעת אונז פאלן פאר די רחמנות'דיגע הרגשים
קומסטו אריין מיט דעת!..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Lexus האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
איך מיין אז מיינע תגובות ביז אהער געבן א בילד וואס איך וואלט געזאגט ווען וועבערמאן קומט אזוי ארויס.

איך האב שוין געשריבן אין יענע אשכול וואס אן אמתע תשובה מיינט.

אויב וועבערמאן גייט נאר מרמז זיין אז די מיידל האט געוואלט אדער זיין ווייב האט אים נישט געגעבן וואס ער דארף אדער אנדערע בי עס וואס דער זאגט דא דעמאלץ קענסטו זיין זיכער אז איך וועל מאכן ווערטואלע מיינסד מיעט מיט אים.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

Lexus האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
Lexus האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
נ. וו. האט אמאל מודה געוועהן? חרטה געהאט? געגאנגען פאר ריהאבילעטעישען? איבער געבעיטען די קורבן?
יא, עס איז לעצטנס ארויסגעקומען א בריוו פון אים ווי ער איז זיך מודה און בעהט איר איבער
און אנשטאט אים אויס רימען האט מען אים דא איבערגעלייגט און אריינגעפראקט
ער איז ארויסגעקומען מיט א פארווע בריוו, דערנאך ווען מען האט עס איגנארירט, איז ער נאך געגאנגען מיט גרויס חוצפה שיקן אן הזמנה, דאס צייגט אז ער איז דא פאר זיך, נישט פארן וויקטעם.

איך האב גראדע הנאה געהאט צו הערן פון גרשון די חלק ווי ער פארשטייט אז ער האט נישט די רעכט נאכצולויפן זיין וויקטעם פאר א מחילה, אז יענער וויל נישט, דאן לאז געמאכט. האסט אים שוין איינמאל איבערגעטרויטן די גרעניצן, טוה עס נישט נאכאמאל. טיפיקל אז א באטריגער זאל נאך רודפ'ן זיין וויקטעם ביז ער הערט קלאר דריי מאל דעם "מחול לך"... ער וויל זיך נאך פילן גוט אויכעט נאך די אומווערדיגע אקטן וואס ער איז באגאנגען.

בנוסף לזה איז די בריוו געווען פינקט אויף גענוג צו קענען שפעטער לייקענען און גרויסן, און נעמען כבוד מלכים. די צייטונגען קענען ווייטער שרייבן אז ער איז אומשולדיג כאילו לא היה. אויב וואלט ער אפגעהאלטן אזא אינטערוויו ווי גרשון, דאן וואלט "דער איד" אים שוין נישט געקענט שיין באשרייבן. און רוב עולם לייקנט טאקע ווייטער, עיין שם אין די וועבערמאן אשכול.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

@דעת טייערע, איז דא עפעס א קרייאטעריע ביי וועלכע דו וואלסט געזען א מאלעסטער יא תשובה טון אדער חרטה האבן?
אביסל זעט אויס פון דיינע ווערטער אז וואס נאר אזא איינער זאל טרייען צו טון וועסטו עס אנקוקן ווי נאך א טראלל פון א נארסיסיט.
איז מאלעסטער= נארסיסיט אין דיין מיינונג?

אדער נעמסטו פשוט אן די ווערטער פון די טערעפיסטיקע, בעת וואס דו האלסט יא אז ביי עפעס א געוויסע סטאנדארט קענסטו טוישן דיין בליק איבער אזא איינעם?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איינס פון די זאכן וואס איך בין צעמישט און שטערן מיך פון האבן א מיינונג איז, וויאזוי ווייס איך צו ער איז אזא סאפיסטעקירטע נארסעסיסט אז ער שפילט אונז אויס, אדער האט ער באמת חרטה. אפשר אלע ביידע?
ס'איז שווער צו וויסן די אמת, און ס'איז נישט עכט נוגע.

איך מיין אז דאס איז געלייגט די פאוקעס אויף די נישט ריכטיגע נקודה. יעדער איז ביזי צי ער האט באמת חרטה צי ווייזט ער עס גענוג ארויס, צי ער איז נאך א סכנה, צי דארפן מיר אים פארשטיין און רחמנות האבן אויף אים.

דאס איז אלעס פיינע לעגאטימע שאלות, אבער נישט דאס איז וואס מיר דארפן ארויסנעמען פונעם אינטערוויו. מען קומט נישט קוקן אזא אינטערוויו ארויסצוהאבן וויפיל סימפאטיע -אויב בכלל, מען דארף האבן פאר אזא פארשוין, און נישט דאס דארף זיין די ציל.

מען קומט קוקן וויאזוי די קאפ פון אזא פארשוין ארבעט, און מען זאל קענען הערן וויאזוי זיך צו באשיצן פון אזעלכע פארשוינען.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמן למאור האט געשריבן:
Lexus האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
Lexus האט געשריבן:איך בין אביסל צומישט און איך וואלט שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען מיר דאס אויסקלארן
וואס וואלט געוועהן ווען נ.וו. קומט ארויס יעצט מיט אזא ווידעא וואלט מען אים ווייטער ציזאם געשאלטן טא פארוואס ביי רבי גרשון האסטו אזא מיטגעפיל?
נ. וו. האט אמאל מודה געוועהן? חרטה געהאט? געגאנגען פאר ריהאבילעטעישען? איבער געבעיטען די קורבן?
יא, עס איז לעצטנס ארויסגעקומען א בריוו פון אים ווי ער איז זיך מודה און בעהט איר איבער
און אנשטאט אים אויס רימען האט מען אים דא איבערגעלייגט און אריינגעפראקט
ער איז ארויסגעקומען מיט א פארווע בריוו, דערנאך ווען מען האט עס איגנארירט, איז ער נאך געגאנגען מיט גרויס חוצפה שיקן אן הזמנה, דאס צייגט אז ער איז דא פאר זיך, נישט פארן וויקטעם.

איך האב גראדע הנאה געהאט צו הערן פון גרשון די חלק ווי ער פארשטייט אז ער האט נישט די רעכט נאכצולויפן זיין וויקטעם פאר א מחילה, אז יענער וויל נישט, דאן לאז געמאכט. האסט אים שוין איינמאל איבערגעטרויטן די גרעניצן, טוה עס נישט נאכאמאל. טיפיקל אז א באטריגער זאל נאך רודפ'ן זיין וויקטעם ביז ער הערט קלאר דריי מאל דעם "מחול לך"... ער וויל זיך נאך פילן גוט אויכעט נאך די אומווערדיגע אקטן וואס ער איז באגאנגען.

בנוסף לזה איז די בריוו געווען פינקט אויף גענוג צו קענען שפעטער לייקענען און גרויסן, און נעמען כבוד מלכים. די צייטונגען קענען ווייטער שרייבן אז ער איז אומשולדיג כאילו לא היה. אויב וואלט ער אפגעהאלטן אזא אינטערוויו ווי גרשון, דאן וואלט "דער איד" אים שוין נישט געקענט שיין באשרייבן. און רוב עולם לייקנט טאקע ווייטער, עיין שם אין די וועבערמאן אשכול.
דעס איז ליטערלי די איינציגסטע פוינט וואס ער מאכט אין די גאנצע איטערוויו וואס איז אמת אין זשענערעל.

די קשאי איז אבער אויב ער האט אויסגעוועלט די מהלך ווייל עס איז העלטי אדער ווייל עס איז אים באקוועמער און ער פריידט זיך אז עס שטימט מיט סייענס.

איך ווייס אז עס איז די צווייטע. וויאזוי?

ווייל אויב ער וואלט באמת חרטה געהאט וואלט ער נישט געגאנגען איבערבעטן איינמאל און געווען רואיג מיט א ניין.

ער וואלט געטון וואס יענער עושר האט געטון פאר זיין פעמילי- געשיקט יעדע חודש 400 דאלער צו אים אהיים.

ער וואלט געטון עפעס ממשות'דיג פאר פיוס.

מעה. ער איז ווייניג וואס אינוועסטעד אין פיוס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלפא האט געשריבן:@דעת טייערע, איז דא עפעס א קרייאטעריע ביי וועלכע דו וואלסט געזען א מאלעסטער יא תשובה טון אדער חרטה האבן?
אביסל זעט אויס פון דיינע ווערטער אז וואס נאר אזא איינער זאל טרייען צו טון וועסטו עס אנקוקן ווי נאך א טראלל פון א נארסיסיט.
איז מאלעסטער= נארסיסיט אין דיין מיינונג?

אדער נעמסטו פשוט אן די ווערטער פון די טערעפיסטיקע, בעת וואס דו האלסט יא אז ביי עפעס א געוויסע סטאנדארט קענסטו טוישן דיין בליק איבער אזא איינעם?!
איך האב נאכנישט אויסגעהערט די טעראפיסטקע.

זיין חרטה און תשובה וואלטן געהאט אן אנדערע טאן.

אויב האט די פראגרעם עפעס אויפגעטון דעמאלץ ווי קומט ער צו זאגן
איך בין געווען אפסעט אויף יענע פעמילי
מיין ווייב האט מיר נישט בלא בלא
מיין טאטע מיין אהער מיין אהין.

דעס איז די אלף בית פון תשובה.
נעמען ריספאנסיביליטי.

אויב וואלט ער געווען עטוואס ריהעביליטעיטעד וואלט ער געדארפט זאגן-
עס איז נישט דא קיין סיבה אין די וועלט וואס זאל בארעכטיגן דעס.
ער זאגט עס אבער ער מאכט זיכער אריינצושמירן די אויבדערמאנטע דיפענסעס במילא ווייס איך אז ער איז נישט אנעסט.
פארשפארט