ר' בינימין זאב הענדלעס געשריבען. איביריגע ווערטער זענען באמת גענצליך איבעריג צו די פראפאגאנדע ארטיקל פונעם אידישען ווארט (דער אפיצעלער א"י צייטונג בימים ההם) טבת תשי"ט
פופציג יאר זינט האמבורג
פארביי שוין א יובל יארען זינט גאוני התורה וקדושי ישראל האבען געלייגט דעם אבן הפנה פאר דער ארגאניזירונג פונם אלוועלטלעכען יהדות החרדית.
מיט פופציג יאר צוריק אין יאר תרס"ט האבען זיך אינעם שטילען קורארט האמבורג ביי פראנקפורט אם-מיין צוזאמענגעטראפען עטלעכע גרויסע יחידים, יחידי סגולה פון יענער צייט, און זיך פארטראכט וועגען דעם גייסטיגען מצב ביי אידען איבער דער וועלט. די הויפט גורמים פאר זייער צוזאמענטרעף זיינען געווען די שינויים וואס האבען זיך אנגעהויבען צו באווייזען אינם לעבען פון די אידישע מאסען. אינם אידישען לעבען האבען זיך אנגעהויבען צו באווייזען שעדלעכע השפעות פון אויפקו-מענדע באוועגונגען געבויטע אויף נישט אידישע יסודות און זיינען עלול געווען צו פאר-פירען אידישע מאסען און פארפעלשען דאס אריגינעלע אידיש לעבען און אינהטלט.
נאר יחידים זיינען זיי געווען, אבער אזעלכע יחידים וואס זיינען געווען די אויטא-ריטעטסטע מנהיגים פונם תורה אידענטום יחידים וואס לבם ועיניהם של ישראל האבען צו זיי ארויפגעקוקט און געווארט אויף זייער ווארט און פירערשאפט. יחידים וואס תורה אידען מארבע פינות העולם האבען זיי אנערקענט אלס גאוני התורה ושרי היראה און געוואוסט אז אלץ וולס די טראכטען און טוען איז אויסשליסלעך פאר החזקת התורה והאמונה און להרבות כבוד שמים.
דארט אין האמבורג האבען זיך געטראפען אזעלכע וועלט בטרימטע מורי ומאורי ישראל ווי דער גאון הדור רבי חיים סאלאווייטשיק פון בריסק, דער קדוש ישראל האדמו"ר מגור, דער גדול פון מינסק רבי אליעזר ראבינאוויטש, דער גאון רבי אליעזר גארדאן פון טעלז, דער גאון רבי חיים עוזר גראדזענסקי פון ווילנע, דער בארימטער פרטנקפורטער רב רבי שלמה זלמן ברויער, און די איניציאטארען פון דער אסיפה דער בטוואוסטער רבי יצחק אייזיק הלוי בעל "דורות הראשונים", און רבי יעקב ראזענהיים שליט"א (זצ"ל). עס האבען זיך אויך משתתף געווען פערזענלעכע שליחים פון דעם גאון רבי דוד פרידמאן פון קארלין, און פון האדמו"ר מליובטוויטש זי"ע.
פאר די אויגען פון די דאזיגע מנהיגי ישראל איז געשטאנען דער מצב היהדות פון יענער צייט און נאך מער דער עתידו של ישראל וואס איז געשטעלט געווארען אין סכנה דורך די פארשידענע חפשיותדיגע באוועגונגען וועלכע האבען אנגעהויבען קונה שביתה זיין אין דער אידישער מחנה און ווערען א געפאר פאר אראפפירען דעם כלל ישראל פון די דרכי החיים אין וועלכע אידען האבען געלעבט מיום היותם לעם ישראל.
בכדי צו קענען זיך געגענשטעלען די הסתה והדחהדיגע באוועגונגען האבען די גדולי ישראל אין האמבורג באשלאסען אז דער איינציגער וועג איז דאס שאפען אן איגוד פון תורהדיגען וועלט אימענטום וואס זאל ווערען א פארפאנצערטער כוח פאר פארפעסטיגען די יסודי האמונה והדת אין אידישען לעבען און זיין בכוח צו וועהרען זיך געגען די פרואווען פון די וואס ווילען זיי צעשטערען.
און דארט איז געלייגט געווארען דער יסוד פאר אן אגודת ישראל העולמית.
מיט פופציג יאר צוריק האבען דאס געקענט פארשטיין און פאראויסזען נאר גדולי ישראל. מען האט געדארפט דערצו זיין אין א מדרגה פון חכמים הרואים את הנולד און נאר גאוני התורה וצדיקי הדור מיט זייער ווייטען בליק און מיטן כוח התורה האבען עס געקענט פאראויסזען.
מיר היינט דארפען דערצו שוין נישט זיין קיין רואים את הנולד היינט בזמננו אלו, איז אלץ אזוי קלאר און בולט אז מען טאפט עס אן מיט דער האנט מיר לעבען אין א צייט וואו אלע איינגעפונדעוועטע יסודות פון אידענטום ברעכען זיך. אלע טויזענט יעריגע קדשי האומה ווערען נתחלל, כופרים אפענע און פארמאסקירטע טרעטען ברגל גאוה ובוז אויף אלע אונזערע קניני האומה. און דעות כוזבות והשקפות משובשות רעדען ארויס אפילו פון אזעלכע וואס פרעטענדירען נאך צו רופען זיך דתיים.
צי דארף מען אין אזא זמן האבען דערצו חכמים הרואים את הנולד און פון דער אנדערער זייט ווידער אין אזא תקופה מיט אזעלכע סכנות פאר העברת הדת קען דען זיין אן אנדערע עצה ווי פאראייניגען אלע געבליבענע שלמים בתורתם ובאמונתם צונויפזאמלען אלע ערלעכע און פרומע אידען זיי ארגאניזירען כאיש אחד ובלב אחד און אויסשמידען פון זיי א כוח בעד ה' תורתו ואמונתו.
דארף מען דערצו היינט זיין חכמים? איז אונז געבליבען אן אנדערער וועג?
אין האמבורג האבען די גדולי ישראל באשלאסען.
"הוחלט להקים ועד זמני אשר מושבו יהיה בפרנקפורט ואשר יוטל עליו לעשות את ההכנות ליסודה של הסתדרות דתית עולמית, להכין הצעה לתקנות לדאוג לאמצעים הכספיים, ולקרא לועידה עולמית של היהדות החרדית".
אלס רעזולטאט פון דער האמבורגער אסיפה איז געקומען דער וועלט כינוס אין קאטאוויץ אינם יאר תרע"ב. אין קאטאוויץ האבען זיך שוין באטייליגט מחוץ בארימטע גדולי תורה ובראשם דער גאון ישראל רבי חיים בריסקער, אויך הונדערטער עסקנים און ארטידאקסישע מנהיגים פון אלע אידישע ישובים איבער דער וועלט.
און דאן זענען געקומען די כנסיות גדולות אין וועלכע עס האבען זיך בטאייליגט כמעט אלע גדולי תורה ומנהיגי ישראל און טויזענטער עסקנים פון אלע רעליגיעזע קרייזען און קיבוצים מכל קצוי עולם די ערשטע כנסיה הגדולה אין יאר תרפ"ג די צווייטע אין יאר תרפ"ט ביידע אין וויען די דריטע אין יאר תרצ"ז אין מארינבאד און די פערטע אין יאר תשי"ד שוין אין ירושלים עיר הקודש.
די פאראייניגונג פונם אלוועלטלעכען יהדות החרדית אין אגודת ישראל איז געשאפען געווארען ווי א שוץ וואנט געגען די וועלכע האבען זיך פארמאסטען איינצו-ברעכען די חומות בית ישראל. ווי א דאמבע געגען די כוואליעס וועלכע האבען געוואלט פארפלייצען דאס טויזענט יעריגע איינגעווארצעלטע אידישע לעבען אויסגעבויט אויף יסודות פון דת ואמונה און ווי א געגען-כוח געגען די מזייפים ומהרסי הדת.
און נאך קיינמאל איז דער אנגריף אויף תורה יהדות נישט געווען אזוי שטארק און אזוי אפען ווי אין אונזער צייט און ממילא האט זיך נאך קיינמטל נישט געזען אזא נחיצות פון א ציבורדיגען כוח התורה ווי אין אונזערע טעג.
עס איז אומפארשטענדלעך, און באמת למעלה מן ההשגה ווי אזוי עס טרעפען זיך נאך היינט טיילען פון פרומע אידען און אפילו איינצעלנע גדולי תורה וואס זעען נישט איין די דרינגענדע הוראת שעה פאר מאחד זיין אלע תורה אידען אין אן אגודה אחת וועלכע זאל זיין בכוח ווייטער גאנץ האלטען דאס בית ישראל סבא.
זיכער האבען מיר גארנישט בדעה צו זאגען אז אלץ אין דער אגודת ישראל איז אזוי פערפעקט און בשלימות אז מען קען נישט געפינען קיין חסרונות אבער די אלע שוואכקייטען זיינען נישט אין דער אידעע און אין עצם רעיון, נאר אין דער הנהגה און אין די מענשען וועלכע פירען איר וועלכע זיינען סוף כל סוף נישט מער ווי מענשען ווען אלע חוגים פון ערלעכע אידען זאלען זיך אנשליסען אין דער אגודת ישראל וועט מען לייכט געפינען די נויטיגע תיקונים וועלכע זיינען מער ארגאניזאציאנעלע ווי אידעאלאגישע.
ווי האט אמאל זיך אויסגעדריקט דער גערער רבי זצ"ל אין זיינעם א בריוו בעת עס האט אים ווער געשריבען קריטיק אויפן חשבון פון אגודת ישראל שרייבט ער
"והנה כל זה אם מצד האגודה כבר נתקיימו התקנות שהושם עליהם ונאמן עלי הדיין שאחרי מישוש כל כלי האגודה לא נמצא מאום נגד דתי תוה"ק, אך בענין ההנהגה שלא הי' כדבעי או מצד פניות וכבוד, והנה מזה אין נקי אפילו בקדשי הקדשים"
אין זיין באוואוסטען בריוו צום קירכנדארפער רב ר' אשר לעמיל שפיצער זצ"ל אין יאר תרפ"ב שרייבט דער גערער רבי זצ"ל
"כי כאשר לפעמים בעשותי חשבון הנפש אני מוצא נוחם בזה שהנני מסייע להחזקת האגודה שהוא חזוק הדת היהודית במדינתנו. אמנם כי ישנם איזה חסרונים שיכולים להמנות, כי כן הוא בכל מפעל טוב ואין אומרים בקרו גמל רק בקרו טלה, וגם מנורה שעשה שלמה המלך הכניסו אלף פעמים לכור וכו' כי אפשר לתקן הכל אם יש רק במה לתקן"
עס איז דעריבער דער אחריותדיגער חוב פון יעדען ירא ושלם ניט צו שטיין אין א זייט און זוכען חסרונות נאר זיין אינעווייניג און העלפען בויען און אויב עס זיינען פאראן חסרונות זיי אנווייזען מבפנים און זיי מתקן זיין מיט געמיינזאמע כוחות.
במשך די פופציג יטר זינט דער גרינדונג פון דער אגודת ישראל העולמית איז דורך איר אויפגעטאן געווארען גראנדיעזעס, סיי בכוח און סיי בפועל.
ווען מען זאל וועלען אויסרעכענען בפרטות אלץ וואס איז דורך אגודת ישראל געשאפען געווארען דארף מען דערצו שרייבען גאנצע ביכער. עס איז אוממעגלעך צו געבען א גאנץ בילד וואם די ארגאניזירטע ארטאדאקסיע האט באוויזען אויסצובויען דערהאלטען און פארפעסטיגען אין יהדות התורה.
פארצייכענען און פעסט-שטעלען קען מען אבער יא, אז מיטן שאפען די אגודת ישראל האט מען צוריק דערהאלטען דאס אידישע לעבען אין זיין תוכן און אייגענארט פארוואנדעלט דאס תורה אידענטום אין א ווירקענד-לעבעדיגען פאקטאר, און באוויזען לעיני כל אז עוד ישראל סבא חי.
עס איז זיך פשוט שווער פארצושטעלען ווי וואלט אויסגעזען דאס אידישע לעבען אן אגודת ישראל. וואס פאר א צורה וואלטען געהאט תורה אידען און תורה אידישקייט ווען די גדולי תורה נעמען נישט צוזאמען דעם שה פזורה ישראל און שאפען פון אים דעם ציבורידיגען וועלט כוח ווייל נאך קיינמאל ווי אין אונזערע טעג איז תורה ודת, אידיש לעבען און אידישע הנהגה נישט געווען אזוי באדראט. נאך קיינמאל איז נישט געווען אזא שטארקער און אפענר פארמעסט אפצורייסען אידען פון אמונה, תורה און מסורה.
און ווער זאל און ווער איז בכוח צו ברענגען דאס אמת אידישע ווארט צו דער אידישער וועלט, אויב נישט א פאראייניגטער אידישער תורה ציבור? ווער איז ביכולת צוריק צו דערוועקען אידישע הערצער און נשמות און זיי מקרב זיין לאביהם שבשמים אויב נישט אן ארגאניזירטער תורה כוח פון יראים וועלכע זיינען געבליבען גטאנץ אין זייער אמונת השם? אדרבה ווער אויב נישט ישראל סבא אין אגודת ישראל?
דאס איז געווען האמבורג. דאס האבען פאראויסגעזען די גאוני התורה פון אמאל און דאס זעען די גדולי התורה אויך פון היינט.
די גדולי התורה אין ארץ ישראל זיינען לעצטענס ארויסגעקומען מיט א רוף צו אלע יראים אז זיי זאלען זיך אין דער שווערער שעה מאחד זיין און שאפען דעם צענטרטלען פאראייניגטען כוח למען ה' ותורתו אין דער אגודת ישראל און איצט טוען דאס די גדולי התורה צוזאמען מיט הונדערטער רבנים ותלמידי חכמים מפורסמים אין אמעריקע.
די גדולי ישראל אין ארץ ישראל רופען
"התלכדות כל היראים והחרדים לדבר ה' לאגודה אחת היא צורך השעה והדור, אשר בה תלוי קיומו ועתידו של עם התורה בשעת הרת עולם זו. כשזקוקים אנו לרתמי שמים".
"עמדו ועומדים פורקי עול תורה ומלכות שמים וקשרו קשר לחלל כל קודש ומעבירים על דת תוה"ק שעל נאו באש ובמים אבותינו הקדושים, ורוצים לערטל את עמנו וארצנו הקדושה מקדשתם".
"צו השעה לכנס ולארגן את כל שומרי תורה מכל קצוי הארץ ולהפכם לכח צבורי אדיר, עצום ומכריע ולעמוד על משמר התורה והמסורה"
"התאחדו תתארגנו תחת דגלה של "אגורת ישראל" העומדת תחת מרותה של מועצת גדולי התורה".
און די גדולי תורה ורבני ישראל אין אמעריקע רופען
"בשעה גורלית זו לעמנו, שעה שכחות ענקיים של הרס וחורבן מסתערים על מבצרי האומה וקדשי' אנו יוצאים בעקבות הרועים גדולי התורה והיראה מדורות שעברו, בקריאה נלהבה אל אחינו בני ישראל החרדים להתאגד ולהתאחד באגודה אחת, בכדי להגן בכחות מאוחדים בעד כבוד ה' תורתו ואמונתו"
"היום ביותר מוטל עלינו חוב קדוש להקים כח תורני מאורגן כלל ישראלי מכל שומרי תורה ומאמינים בה' כדי לבצר חומת בית ישראל נגד אלה שרוצים להבקיעה ולעמוד נגד מזייפי התורה השונים הרוצים ליצור מושגים זרים בקשר לעם ישראל מהותו וקיומו"
הננו קוראים לכן לכל אחד ואחד משומרי תורה ומצוות וחרדים לדבר ה' ולהתאחד יחד עם כל יראי ה' תחת דגל "אגודת ישראל' אשר מטרתה לעמוד על משמר החזקת קדושת חיי ישראל, אשר פתרון הבעיות החשובות הוא בסמכות חכמי התורה ודעת התורה היא הקובעת"
אזוי ווי אמאל אזוי אויך היינט. דער רוב רובם פון גדולי התורה והיראה שטייען מיט אגודת ישראל די חכמי התורה זעהן דעם באדראטען מצב פון אמתער יהדות, און געפינען די איינציגע הצלה נאר אין אן אחוד הכוחות פון אידען וועלכע ווילען לעבען און ממשיך זיין זייערע דורות בדרך התורה הכתובה והמסורה לנו מימות עולם.
די אגודת ישראל וועלכע איז נתיסד געווארען דורך די אויטאריטעטסטע גדולי התורה פון אמאל האט אויך די סמכות פון די גדולי התורה פון היינט. עס איז דעריבער זיכער אז תורה אידען בכל מקום שהם וועלען הערען די רופען פון די גדולי ישראל און וועלען געבען די מעגלעכקייט אז דאס ארגאניזירטע תורה אידענטום זאל זיין בכח צו דערהאלטען דעם עם ישראל אין זיין אריגינעלען תוכן און אין זיין היסטארישען צביון אלס דעם ממלכת כהנים וגוי קדוש.
אגודת ישראל היטארישע ארטיקעל - טבת תשי"ט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
אגודת ישראל היטארישע ארטיקעל - טבת תשי"ט
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.