"דו גלייבסט אין ג-ט?"
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
לגבי דעם עצם שאלה פונעם פתיחת האשכול וואלט די תלמוד בבלי געזאגט אין אזא פאל "חסורי מיחסרא והכי קתני - דו גלייבסט אז מ'דארף גלייבן אין גאט?" ד.ה. צו דו גלייבסט אינעם וועליו פון גלייבן אין גאט, נישט צו פערצופאל ביזטו איבערצייגט אז ס'דא א שטארקע פראבעביליטי אז גאט עקזיסטירט. אויב באטראכט מען דעם שאלה אנעם חסורי מיחסרא איז דאך סתם אזוי שווער וואס איז די סתירה צווישן גלייבן און אויסדרוקן קאנטראווערשל געדאנקען ווייל סתם גלייבן אין גאט אן קבלת עול דערפון אלץ א וועליו האבן דאך אזעלכע אויסווארפן ווי ברוך שפינוזה און אלבערט איינשטיין אויך געגלייבט און ס'האט זיי נישט צוריקגעהאלטן פון אויסדרוקן קאנטראוורשל געדאנקען, על כרחך אז מ'מיינט דא די גלייבן אין גלייבן, לויט דעם שטימט שוין זייער גוט, ס'איז א רעטארישע שאלה ווי צו זאגן אז דו טיילסט נישט אונזערע ווירדן, סיי ביי די נושא פון גלייבן און סיי ביי די אנדערע קאנטראווערשל ענינים וואס מ'האט דארט געשמועסט. דו גלייבסט נישט אין גאט ווייל דו זעהסט די וועליו דערפון, דו גלייבסט אין גאט ווייל פערצופאל שמעקט עס דיר, פונקט ווי שפינוזה האט געגלייבט, איז גיי קוש זיך מיט שפינוזה און לאז אונז לעבן אין אונזער באבל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ייש"כ! דר. יובל נח-הררי זאגט בעצם אט די טעזע מיינער. עפ"י הרמב"ם ודעימיה איז דאך "ג-ט" בעצם אט די "מיסטעריעזע" סארט "ג-ט" איבער וועלכע מ'קען בעצם נישט מאכן קיינע פּראפּאזישאנס. און אז מ'פרעגט א פראגע איבער "ג-ט", קען מען טאקע נישט מאכן די "טויש" צום צווייטן סארט, וואס איז פאלש.
דו באציהסט דיך צום חלק פון די "גלייבסט" בתוך די פראגע פון "דו גלייבסט אין ג-ט?". די טעזע פונעם אשכול איז מער איבער די "ג-ט" חלק פונעם פראגע "דו גלייבסט אין ג-ט?" מיינענדיג, די שוועריקייט, צי גאר אומעגליכקייט, און פארשידענארטיגע אינטערפּעטאציעס פון דעפינירן אט דעם ווארט און טערמין פון "ג-ט", וואס אט דאס איז דאך די סאָבּיעקט פונעם שואל'ס פראגע.
אבער, איה"נ, אפילו לגבי די חלק פון די "גלייבסט" חלק פונעם פראגע, האב איך אויך אָנגערירט בריש האשכול אויף וואס דו זאגסט. מיינענדיג, אז ווי איך שרייב דארט:
ולגבי דאס "גלייבן אין גלייבן", והיינו לגבי זיין שטאנד איבער אמונה אליינס, זייענדיג אז דאס איז דאך אליינס אויך א מצוה ונכלל בהשאלה אודות שמירת התורה, ריר איך אָן דערויף בסוף התגובה שם.
א גוטע פונקט.ברוך שפינוזה האט געשריבן:לגבי דעם עצם שאלה פונעם פתיחת האשכול וואלט די תלמוד בבלי געזאגט אין אזא פאל "חסורי מיחסרא והכי קתני - דו גלייבסט אז מ'דארף גלייבן אין גאט?" ד.ה. צו דו גלייבסט אינעם וועליו פון גלייבן אין גאט, נישט צו פערצופאל ביזטו איבערצייגט אז ס'דא א שטארקע פראבעביליטי אז גאט עקזיסטירט. אויב באטראכט מען דעם שאלה אנעם חסורי מיחסרא איז דאך סתם אזוי שווער וואס איז די סתירה צווישן גלייבן און אויסדרוקן קאנטראווערשל געדאנקען ווייל סתם גלייבן אין גאט אן קבלת עול דערפון אלץ א וועליו האבן דאך אזעלכע אויסווארפן ווי ברוך שפינוזה און אלבערט איינשטיין אויך געגלייבט און ס'האט זיי נישט צוריקגעהאלטן פון אויסדרוקן קאנטראוורשל געדאנקען, על כרחך אז מ'מיינט דא די גלייבן אין גלייבן, לויט דעם שטימט שוין זייער גוט, ס'איז א רעטארישע שאלה ווי צו זאגן אז דו טיילסט נישט אונזערע ווירדן, סיי ביי די נושא פון גלייבן און סיי ביי די אנדערע קאנטראווערשל ענינים וואס מ'האט דארט געשמועסט. דו גלייבסט נישט אין גאט ווייל דו זעהסט די וועליו דערפון, דו גלייבסט אין גאט ווייל פערצופאל שמעקט עס דיר, פונקט ווי שפינוזה האט געגלייבט, איז גיי קוש זיך מיט שפינוזה און לאז אונז לעבן אין אונזער באבל.
דו באציהסט דיך צום חלק פון די "גלייבסט" בתוך די פראגע פון "דו גלייבסט אין ג-ט?". די טעזע פונעם אשכול איז מער איבער די "ג-ט" חלק פונעם פראגע "דו גלייבסט אין ג-ט?" מיינענדיג, די שוועריקייט, צי גאר אומעגליכקייט, און פארשידענארטיגע אינטערפּעטאציעס פון דעפינירן אט דעם ווארט און טערמין פון "ג-ט", וואס אט דאס איז דאך די סאָבּיעקט פונעם שואל'ס פראגע.
אבער, איה"נ, אפילו לגבי די חלק פון די "גלייבסט" חלק פונעם פראגע, האב איך אויך אָנגערירט בריש האשכול אויף וואס דו זאגסט. מיינענדיג, אז ווי איך שרייב דארט:
דאס רירט אָן אויף וואס דו זאגסט: אונטער די פראגע ליגט נישט דייקא אַן עפּיסטעמיק (נייטראלע) פראגע פון וואס ער למעשה האלט, ווי איידער א מער אינסטרומענטעל סארט פראגע פון צי ער שׁערט די (ענליכע) וועליוּס פונעם שואל. און אין אזא פאל איז דאך פארט מער ראוי דאס צו געוואויר ווערן מיט'ן פרעגן די פראגע איבער שמירת התומו"צ, וואס איז (מער) בּיהעיוויארעל און אַבּזערוועבּל ובכלל מער מוגדר, ווי איידער א שאלה איבער אמונה בה' וואס מ'קען בעצם גאר בקושי מגדיר זיין צי בכלל.מי אני האט געשריבן:איך האב צוגעענדיגט אז וואס מ'קען יא פרעגן איז "צי דו ביסט (מער-ווייניגער) א שומר תורה ומצוות?" מ'קען דאס נאך מער אויסברייטערן און פרעגן, "צי דו האסט אַן אייגענע געפיהל, סיפוק אין, און פידעליטי צו אט די שמירת המצוות, אדער נאר ווייל די ווייב/געזעלשאפט וכו' צווינגען דיר אריין דערין"?
ולגבי דאס "גלייבן אין גלייבן", והיינו לגבי זיין שטאנד איבער אמונה אליינס, זייענדיג אז דאס איז דאך אליינס אויך א מצוה ונכלל בהשאלה אודות שמירת התורה, ריר איך אָן דערויף בסוף התגובה שם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
הער דא = מינוט 42:15, א צווייטע מהלך צו די שאלה.מי אני האט געשריבן:איך האב געקלערט אז א טעזע פון די אשכול איז אז אויף די שאלה, ״דו גלייבסט אין ג-ט?״, איז נישט שייך קיין תשובה פון ״יא״ און אויך נישט א תשובה פון ״ניין״; עס איז כעין פרעגן, ״דו גלייבסט אין /-0ם'ןק/]םןיע?״, וואס די איינציגסטע תשובה וואס איז שייך צו אזא פראגע איז ״וואס?״. ולהרמב״ם איז אט דאס די הכרה צו וואס א מענטש א חכם דארף צוקומען - טאקע אט די פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך.
בכלל איז יענע גאנצע שמועס זייער אינטערעסאנט און היבש אינפארמאטיוו.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין (- די מיסטריעזן) גאט! בעיקר מכח די נאטורליכע/פסיכאלאגישע טרענד אנצופילן יענעם 'לאך' וואס בלייבט ווען מ'פרובירט אקטיוו דאס צו לייקענען.
אזוי אויך שטיי איך אינגאנצן אין און מיט רעליגיע.
הגם.. די לינק צווישן די צוויי איז נישט יעצט אינגאנצן קלאר ביי מיר (הילף ביטע?!..)
מיין אינטואציע פילט אז די נושא טראגט עפעס מער ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע..
איך גלייב אין (- די מיסטריעזן) גאט! בעיקר מכח די נאטורליכע/פסיכאלאגישע טרענד אנצופילן יענעם 'לאך' וואס בלייבט ווען מ'פרובירט אקטיוו דאס צו לייקענען.
אזוי אויך שטיי איך אינגאנצן אין און מיט רעליגיע.
הגם.. די לינק צווישן די צוויי איז נישט יעצט אינגאנצן קלאר ביי מיר (הילף ביטע?!..)
מיין אינטואציע פילט אז די נושא טראגט עפעס מער ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
איך וואלט געשריבן מיין תשובה אבער מ'גייט עס פארמעקן סייוויאלפא האט געשריבן:צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין דעם גאט
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מיין געדאנק דא איז טיפער. איך זאג אז אפילו מיט נאר צוויי "טירן"/ענטפערס, "יא אדער "ניין", איז אויך נישט בעצם שייך צו געבן אַן ענטפער אויף די פראגע, און "מיסטעריעזער" סארט ג-ט ווי דר. יובל נח הררי טערמינט דאס.אלפא האט געשריבן:הער דא = מינוט 42:15, א צווייטע מהלך צו די שאלה.
בכלל איז יענע גאנצע שמועס זייער אינטערעסאנט און היבש אינפארמאטיוו.
אגב, מיר איז אביסל שווער פארוואס ער מאכט דאס דייקא אין א דיכאטאמיע. ער דעפינירט "אטעאיזם" אלס "נישט זאגן יא צו טעאיזם". אין אזא פאל איז דאס, ווי דר. מיכאל מארטין דעפינירט דאס, נעגאטיווע אטעאיזם, און דאן איז דאס טאקע (מער-ווייניגער) דאס זעלבע ווי אגנאסטיסיזם. און דאן איז דזשערווייס טאקע גערעכט אז עס זענען נאר פארהאנען צוויי ברירות: טעאיזם, וואס איז א "יא" צום ג-ט קלעים, אדער אטעאיזם וואס איז פשוט א "נישט-יא" צום טעאיזם קלעים. אויב אבער דעפינירט מען "אטעאיזם" אלס'ן זאגן א (גראבע) "ניין" צו טעאיזם, וואס דאס איז פּאזיטיווע אטעאיזם, דאן איז יא פארהאנען א דריטע ברירה: נישט "יא" צו טעאיזם און נישט "ניין" דערצו אויך נישט - א קען זיין "יא" און/אדער א קען זיין "ניין". און ווי דר. מארטין שרייבט דארט נאך טיפער:
Agnosticism, the position of neither believing nor disbelieving that God exists, is often contrasted with atheism. However, this common opposition of agnosticism to atheism is misleading. Agnosticism and positive atheism are indeed incompatible: if atheism is true, agnosticism is false and conversely. But agnosticism is compatible with negative atheism in that agnosticism entails negative atheism. Since agnostics do not believe in God, they are by definition negative atheists. This is not to say that negative atheism entails agnosticism. A negative atheist might disbelieve in God but need not
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איך וואלט אפשר פארראכטן - אז איך פיל ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע האט אסאך מער צו זיך ווי דעם נושא..
עס בויען זיך טעאריעס ביי מיר אין קאפ ארום דעם - נעמליך, אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש' - איז דען בכלל שייך זיך צו דינגען איבער פאקטישע מציעות'ן אויף יעדע פארמאט? און אויב איז עס נישט פאקטיש - איז עס אודאי נאר 'סעמאנטיקעל'...
איך דארף נאך לערנען מער איבער דעם. @מי אני איז מכובד מיט פרטים...
עס בויען זיך טעאריעס ביי מיר אין קאפ ארום דעם - נעמליך, אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש' - איז דען בכלל שייך זיך צו דינגען איבער פאקטישע מציעות'ן אויף יעדע פארמאט? און אויב איז עס נישט פאקטיש - איז עס אודאי נאר 'סעמאנטיקעל'...
איך דארף נאך לערנען מער איבער דעם. @מי אני איז מכובד מיט פרטים...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
די פראבלעם דערמיט איז אז ווי פארשטייט זיך איז עס אומפאלציפיבאר-unfalsifiable.ברוך שפינוזה האט געשריבן:
איך גלייב אין דעם גאט
היבש ספאקי און ציענד, אבער אין מיין פארשטענדעניש - ס"ה נאך א ווערטער-שפיל..
איך פלעג אויך גראדע ציען דערצו (ליינענדיג געוויסע היפנאסעס ליטעראטור מיט ענליכע הייפאטעזיעס, אזוי אויך ליינענדיג קארל יונג'ס אנאליטיק פסיכאלאגיע אין וועלכע איך האב געטראפן די פינגער אפדרוקן דערפון.)
אויך קלינגט עס א משהו באקאנט מיט די 'קוואנטום' טעאריעס פון 50 דיימענסיעס און ספעיס-טיים וכו'. מעגליך סייענס וועט עס נאך איין טאג דעפינירן?! ונזכה ונחיה...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
איך זעה אז דו ברענגסט אהער דר. יובל נח-הררי, איז וויכטיג אנצומערקן אז ער פאקאסירט זייער שטארק אז "מען שלאגט זיך אויף געשיכטעס".אלפא האט געשריבן:אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש'
אין דעם לאנגע שמעוס מיט לעקס פרידמאן גראבט ער טיף אין די נושא. (אויך געווען אינטערעסאנט ווי ער דערציילט איבער זיין פערזענליכע געי לעבן און אידעלאגיע.)
https://youtu.be/Mde2q7GFCrw
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צוזאמגעדרייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יא יא. אט דאס זאג איך בריש האשכול: אז "אמונה" (עכ"פ במובן הפשוט) און רעליגיע/דת, שהיא שמירת התומו"צ, זענען ל"ד מקושר איינע צום אנדערן, און "אמונה" מוז ל"ד זיין די גרונט פאר שמירת התומו"צ. ווי אזוי דען באגרונדעט מען דאס? אויף דעם האב איך געשריבן:אלפא האט געשריבן:צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין (- די מיסטריעזן) גאט! בעיקר מכח די נאטורליכע/פסיכאלאגישע טרענד אנצופילן יענעם 'לאך' וואס בלייבט ווען מ'פרובירט אקטיוו דאס צו לייקענען.
אזוי אויך שטיי איך אינגאנצן אין און מיט רעליגיע.
הגם.. די לינק צווישן די צוויי איז נישט יעצט אינגאנצן קלאר ביי מיר (הילף ביטע?!..)
מיין אינטואציע פילט אז די נושא טראגט עפעס מער ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע..
און די שאלה איז אויךצי די געפיהל וואס מ'האט בנוגע דעם "מיסטעריעזן" ג-ט, קען פארט האבן השלכות לגבי רעליגיעזע דת במעשה אָן א ג-ט "הַמְצַוֶה". (איך דארף דאס טאקע אויסברייטערן, און... עםם... "אי"ה"... עוד חזון.)מי אני האט געשריבן:הכלל, דאס "ריכטיגקייט", וממילא סיפוק וואס מ'טרעפט, פון שמירת התורה והמצות במעשה, דארף ל"ד תלוי זיין אין דעם אין וואס פונקטליך מ'גלייבט ביחס צו "ג-ט" באמונה במחשבה ובדעת. ואיה"נ אז דער רמב"ן און אנדערע מפרשים האבן משיג געווען אויפ'ן רמב"ם בספר המצות לגבי דאס וואס ער האט גערעכענט אמונה בה' אלס א מצוה, וויבאלד דאס מוז דאך ממילא זיין כדי לקיים המצוות בכלל. איז בין איך אבער נישט זיכער אז, עכ"פ כהיום, איז דאס דייקא אזוי. והא ראיה, אז איך "גלייב" מ'וועט מודה זיין אז עס איז בעצם יתכן, פּאַסיבּל הגם טאקע נישט פּראַבּעבּל, אז עס איז שייך אז מ'זאל האלטן דאס איז "ריכטיג" אָן דעם. ואפילו עכ"כ וואו מ'נעמט אָן לגבי אמונה די עקסטרעם פון אטעאיזם/אַטעאָנאָמאטיזם, קען אבער לכאורה דאך שייך זיין צו האלטן שמירת המצות אלס ריכטיג און עפעס וואס געבט אים מיענינג, און אזוי ווי דר. ראָסעל בּלעקפארד און דר. אוּדאָ שאקלענק דערמאנען. ווי אזוי? דאס קען שוין יעדעס מענטש אויסארבעטן פאר זיך, ולא הרי דרך של זה כהרי דרך של זה.
יא יא. אט דאס איז בעצם די (עכ"פ "פריע") פילאזאפישע סיסטעם פון לודוויג וויטגענשטיין (וועמען איך ציטיר טאקע בריש האשכול): אז "פילאזאפיע" איז בעצם עוסק אין די קשר צווישן פּראפּאזישאנס (שפראך) און דאס וועלט. איינמאל מ'האט א גוטע לאגישע הסבר וסיסטעם דערויף, האט מען בעצם פארענטפערט אלע פילאזאפישע פראבלעמען. (און אט דא קומט אריין די געדאנק פונעם פראבלעם פון רעליגיעזע שפראך ביחס צו "ג-ט", און דעם ודומו סלה וואס מוז דעריבער זיין דערביי - די נושא האשכול.)אלפא האט געשריבן:איך וואלט אפשר פארראכטן - אז איך פיל ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע האט אסאך מער צו זיך ווי דעם נושא..
עס בויען זיך טעאריעס ביי מיר אין קאפ ארום דעם - נעמליך, אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש' - איז דען בכלל שייך זיך צו דינגען איבער פאקטישע מציעות'ן אויף יעדע פארמאט? און אויב איז עס נישט פאקטיש - איז עס אודאי נאר 'סעמאנטיקעל'...
איך דארף נאך לערנען מער איבער דעם. @מי אני איז מכובד מיט פרטים...
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
וממילא?צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך זעה אז דו ברענגסט אהער דר. יובל נח-הררי, איז וויכטיג אנצומערקן אז ער פאקאסירט זייער שטארק אז "מען שלאגט זיך אויף געשיכטעס".אלפא האט געשריבן:אין א געוויסן זין זענען אלע ארגומענטן איבער וואס מענטשן רייסן זיך מימות עולם בס"ה א 'מעטער אוו לענגווידש'
דאס איז זיין אגענדע בכלליות, וואס פאסט אויך גוט מיט זיינע שיטות כלפי רעליגיע.
איך האב געזען יענעם אינטערוויו.. ייש"כ
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איך גלייב אז דו ביסט באקאנט מיט דאס וואס דר, מיכאל אברהם שרייבט איבער דעם דא און אין נאך פלעצער..מי אני האט געשריבן: יא יא. אט דאס זאג איך בריש האשכול: אז "אמונה" (עכ"פ במובן הפשוט) און רעליגיע/דת, שהיא שמירת התומו"צ, זענען ל"ד מקושר איינע צום אנדערן, און "אמונה" מוז ל"ד זיין די גרונט פאר שמירת התומו"צ. ווי אזוי דען באגרונדעט מען דאס? אויף דעם האב איך געשריבן:מי אני האט געשריבן:הכלל, דאס "ריכטיגקייט", וממילא סיפוק וואס מ'טרעפט, פון שמירת התורה והמצות במעשה, דארף ל"ד תלוי זיין אין דעם אין וואס פונקטליך מ'גלייבט ביחס צו "ג-ט" באמונה במחשבה ובדעת. ואיה"נ אז דער רמב"ן און אנדערע מפרשים האבן משיג געווען אויפ'ן רמב"ם בספר המצות לגבי דאס וואס ער האט גערעכענט אמונה בה' אלס א מצוה, וויבאלד דאס מוז דאך ממילא זיין כדי לקיים המצוות בכלל. איז בין איך אבער נישט זיכער אז, עכ"פ כהיום, איז דאס דייקא אזוי. והא ראיה, אז איך "גלייב" מ'וועט מודה זיין אז עס איז בעצם יתכן, פּאַסיבּל הגם טאקע נישט פּראַבּעבּל, אז עס איז שייך אז מ'זאל האלטן דאס איז "ריכטיג" אָן דעם. ואפילו עכ"כ וואו מ'נעמט אָן לגבי אמונה די עקסטרעם פון אטעאיזם/אַטעאָנאָמאטיזם, קען אבער לכאורה דאך שייך זיין צו האלטן שמירת המצות אלס ריכטיג און עפעס וואס געבט אים מיענינג, און אזוי ווי דר. ראָסעל בּלעקפארד און דר. אוּדאָ שאקלענק דערמאנען. ווי אזוי? דאס קען שוין יעדעס מענטש אויסארבעטן פאר זיך, ולא הרי דרך של זה כהרי דרך של זה.
(איך האב נאכנישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול - אנטשולדיגט טאמער דו ברענגסט עס שוין..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
אביסל א זייטיגע הערה'לע,
נאכן שנעל איבערגיין די אשכול אויבערפלעכליך, האב איך באמערקט אז וועלכע מחשבה/קאמענטאר/מיינונג מיין קאפ האט געפארעמט אויף א ספעציפישן שורה האט @מי אני מיר אויסגעכאפט אזוי בתוך-כדי-דיבור - נאך מיטן בארג פון ספרים אונטער זיך.
א חוץ פון שנעלקערן מיין עגא דערמיט, בין איך באמת נייגעריג, וואס איז די אויפטו פון (מיר עכ"פ) עס איבערצוגיין אדער איבער טראכטן, בעת וואס כמעט יעדע מחשבה'לע מיינע איז שוין געטראכט/געזאגט/ און אויסגעדראשן געווארן דורך פיל גרעסערע ווי מיר (חוץ טאמער זאל מען אננעמען די 6D קאנשעסנעס - וואס דאן בין איך אפשר גאר די דאזיגע ריזן - אין א צווייטן רעאליטעט... )?
סתם עס צו לערנען פאר מיר - הערט זיך אביסל useless. (חוץ פארשטייט זיך אויב נעמט מען אן דעם געדאנק אז אלעס איז בס"ה די פראצעס פון די אינפארמאציע - לינגוויסטיק..)
ארויסצוברענגען אדער לינקען פרישע אספעקטן דערצו הערט זיך ענדערש אוממעגליך.
עס צו reorganize'ן אדער רי'דעפיינען - איז ווידער א זאך וואס ברענגט פאטענציאל מער קאמפליקאציעס ווי אויפטו.
עס איז נוגע אין כמעט יעדע אפטיילונג פון וויסענשאפט ווי איך לייג אריין מיינע קאלטע פיס, און איך גלייב אנדערע פילן צומאל ענליך, האב איך עס דא ארויפגעברענגט...

@מי אני
מקיים זיין מצות במעשה אָן אמונה איז דאך כלל נישט דער פשוט׳ע משמעות פון מקיים זיין תומ״צ, זיין א שומר תומ״צ מחמת זייטיגע סיבות קען בכלל נישט ווערן אנגערופן שמירת המצות אשר המה מצות השם נותן התורה.
ועוד, אמונה בלי שמירת התורה איז א מציאות, כמאמר חז״ל: ׳ גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא׳.
מקיים זיין מצות במעשה אָן אמונה איז דאך כלל נישט דער פשוט׳ע משמעות פון מקיים זיין תומ״צ, זיין א שומר תומ״צ מחמת זייטיגע סיבות קען בכלל נישט ווערן אנגערופן שמירת המצות אשר המה מצות השם נותן התורה.
ועוד, אמונה בלי שמירת התורה איז א מציאות, כמאמר חז״ל: ׳ גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא׳.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
איך טראכט אז א מעגליכע טעאריע דערצו ליגט און אננעמען מצבים מיט א דעטערמיניסטישן בליק, דהיינו אז אין וועלכע מצב א מענטש געפינט זיך האט ער בהחלט געדארפט דארט זיין - מכח ידיעת השם, אדער אין אנדערע ווערטער מכח די laws of nature וועלכע ער האט אזוי אונטערגעשטעלט - וואס שטעלט אוועק אז בעצם וויל גאט (-די מיסטריעזן..) אז מיר זאלן טון, האלטן, פילן, און אפי' מיינען אז מ'גלייבט, פונקט וויאזוי אונז טוען למעשה, און אין דעם זין קען מען אפי' אנקוקן ווי די 'מצות' האבן גאר א 'מצווה'.מי אני האט געשריבן:און די שאלה איז אויךצי די געפיהל וואס מ'האט בנוגע דעם "מיסטעריעזן" ג-ט, קען פארט האבן השלכות לגבי רעליגיעזע דת במעשה אָן א ג-ט "הַמְצַוֶה". (איך דארף דאס טאקע אויסברייטערן, און... עםם... "אי"ה"... עוד חזון.)אלפא האט געשריבן:צו זיין גאנץ פערזענליך, אויב פרעגט מען מיר היינט די שאלה - איז מיין תשובה:
איך גלייב אין (- די מיסטריעזן) גאט! בעיקר מכח די נאטורליכע/פסיכאלאגישע טרענד אנצופילן יענעם 'לאך' וואס בלייבט ווען מ'פרובירט אקטיוו דאס צו לייקענען.
אזוי אויך שטיי איך אינגאנצן אין און מיט רעליגיע.
הגם.. די לינק צווישן די צוויי איז נישט יעצט אינגאנצן קלאר ביי מיר (הילף ביטע?!..)
מיין אינטואציע פילט אז די נושא טראגט עפעס מער ווי לינגוויסטיק פילאסאפיע..
די ווערטער שפיל שבו איז גארנישט אנדערש ווי די לעקסיקאן פון 'שפראך שפיל' אין וועלכע מיר לעבן בכל אופן..
לגבי אנדערע רעליגיעס, לינדערט עס פונקט אזוי די פראגע - אויב נאר קומט מען צו צו דעם הכרה - שלא שייך בו סתירות.
איינער וואס גייט אקטיוו אנדערש, איז ווייטער א חלק פונעם פלאן...
אליבא דאמת פילט עס נישט צום זאך - אונז לעבן נישט באמת אין אזא טעאריע בחיי יום יום. אבער ווער זאגט אז די אלע טעאלאגישע שאלות עקסיסטירן דען יא אין די יום יום'דיגן ראלם?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איך האב דאס דא צוגעברענגט; אין אַן אנדערן קאנטעקסט און אין אַן אנדערן קאנטעקסט. אבער איה״נ. הרב דר. מיכאל אברהם האלט בעצם טאקע אז נישט דעסקריפּטיוו מאראליטעט קוֺידס [כעין חוקי הלכה], וגם לרבות אפילו נארמאטיוו מאראליטעט קוֺידס [כעין חוקי מאראל שהשכל מחייבן, כגון איסור גזילה ורציחה], האבן אַן עכטע משמעות ללא מחוקק ומְצַוֶה. (איך האב טאקע משוה געווען, לדוגמא דא, די ביידע סארט מאראליטעטן און א סארט דרך פון ״השתא דאתית להכי״ אויף וואס דער אטעאיסט גייט האלטן לגבי די נארמאטיווע חלק, אז מען קען דאס אולי אויסברייטערן אפילו פאר די דעסקריפּטיוו חלק אויך.) ועיין להלן בתגובה זו.אלפא האט געשריבן:איך גלייב אז דו ביסט באקאנט מיט דאס וואס דר, מיכאל אברהם שרייבט איבער דעם דא און אין נאך פלעצער..
(איך האב נאכנישט דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול - אנטשולדיגט טאמער דו ברענגסט עס שוין..)
ייש״כ פאר די קאמפּלימענט! די געדאנק ומטרה פון לערנען חכמה און אריינקלערן פאר זיך און צוקומען לחידוש/מהלך, איז נישט אזוי ווייט אז עס זאל זיין ״מיין״ מהלך, ווי איידער פשוט צו וויסן און קליגער ווערן. ואיה״נ, טאמער ווייסט מען דעם חידוש וכדומה אָן אליינס מכוון זיין דערצו, האט דאס די זעלבע אויפטוה (און נאך מער, וויבאלד מ׳ווייסט אויך אז דער-און-דער חכם האט דאס געזאגט וכו׳).אלפא האט געשריבן: איך בין באמת נייגעריג, וואס איז די אויפטו פון (מיר עכ"פ) עס איבערצוגיין אדער איבער טראכטן, בעת וואס כמעט יעדע מחשבה'לע מיינע איז שוין געטראכט/געזאגט/ און אויסגעדראשן געווארן דורך פיל גרעסערע ווי מיר?
סתם עס צו לערנען פאר מיר - הערט זיך אביסל useless. (חוץ פארשטייט זיך אויב נעמט מען אן דעם געדאנק אז אלעס איז בס"ה די פראצעס פון די אינפארמאציע - לינגוויסטיק..)
ארויסצוברענגען אדער לינקען פרישע אספעקטן דערצו הערט זיך ענדערש אוממעגליך.
עס צו reorganize'ן אדער רי'דעפיינען - איז ווידער א זאך וואס ברענגט פאטענציאל מער קאמפליקאציעס ווי אויפטו.
עס איז נוגע אין כמעט יעדע אפטיילונג פון וויסענשאפט ווי איך לייג אריין מיינע קאלטע פיס, און איך גלייב אנדערע פילן צומאל ענליך, האב איך עס דא ארויפגעברענגט...
די ערשטע צוויי קען מען קאלעפּסן צו פשוט וכעין ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, ולא יותר. (״סיבה״ גייט זיין מער כעין ווי דער נרבוני ודעימיה האבן דאס פארשטאנען אין די קאנטעקסט, וואס זיי האבן געגלייבט אין קדמות, אלס כעין ״שפע ונובע״ און נישט אלס agential.) די דריטע איז דאך יא (שטארק) אַנטראָפּאָמאָרפיש און agential, און צו וואס דער טעאיסט דער שואל אליינס איז נישט מודה, ווען מ׳דרוקן אים צום וואנט, ועפ״י עיקר הג׳ של הרמב״ם. (ער׳ט זיך נעמען דרייען מיט׳ן צינג מיט ״כביכול״, ״אונז קענען נישט פארשטיין״, ״אוודאי מיינט דאס נישט כפשוטו״, אא״וו אא״וו. אין אנדערע ווערטער, בעצם גארנישט געזאגט און א ליידיגע זאץ. ודומו סלה. און אז מ׳האט דאס פריער מקשר געווען צום געדאנק אז מ׳קען נישט רעדן דערביי ומסביר זיין דאס אינקאַמפּריהענסיבּל, פונקט אזוי ווי ביי געשלעכט וניבול פה, געבט דאס א נייע געדאנק ווען מען טייטש דא דערביי די (תהלים ד ה) ״אמרו בלבבכם על משכבכם ודומו סלה״ ביי די קאנטעקסט, אלס ״שׁאָט די פ** אָפּ״…)בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט
אט דאס איז בעצם טאקע טענת הרב דר. מיכאל אברהם צו וועלכע @אלפא האט פריער געלינקט: שמירת התורה קען נישט האבן קיין ערך משפטי/חובתי דתי אָן דאס מקיים זיין מחמת דעם.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:מקיים זיין מצות במעשה אָן אמונה איז דאך כלל נישט דער פשוט׳ע משמעות פון מקיים זיין תומ״צ. זיין א שומר תומ״צ מחמת זייטיגע סיבות קען בכלל נישט ווערן אנגערופן שמירת המצות אשר המה מצות השם נותן התורה.
אבער איך בין נישט זיכער ער איז גערעכט, ובפרט לפי דרך הרמב״ם ודעימיה, וועלכע ווארפן א פלאקן ממבט דתי אין דעם גאנצן קאָהערענס פון זאגן אז ״ג-ט האט דאס מחוקק ומְצַוֶה געווען״. ווי געזאגט, איז דאך דאס בעצם א ליידיגע זאץ וממבט דתי, און מ׳גייט דאס אויך נעגעיטן (און דרייען מיט׳ן צינג). ולכן טאקע איז דאך דא די פראיעקט מהרמב״ם ודעימיה צו ראציאנאליזירן די מצות. (איך ווייס וואס דער רמב״ם זאגט במו״נ ח״ג פכ״ה אינעם הקדמה צו אט דעם פראיעקט. אבער מ׳דארף ממילא זאגן אז דארט איז עס בלשון מושאל און ער מיינט נישט בעצם א ״מְצַוֶה״ ו״פועל״, לפי זיין גאנצע סיסטעם פון נעגאטיווע טעאלאגיע. ופשוט. וואס ער מיינט איז בעצם בתכלית המצות עצמן.)
ועיין לעיל במה שהבאתי מדר. עלווין ריינעס, און ווי אזוי ער האט אפגעלערענט ווי אזוי דער רמב״ם, לפי זיין פילאזאפישע סיסטעם ומהלך, האט נאטורליך פארשטאנען ״תורה מן השמים״ בלא ״א-ל המחוקק״.
און אויף הרב דר. אברהם׳ס קשיא פון מהיכן נובע ה״חוב״ ו״התחייבות״ אליה בלא מחוקק? איז קען מען דאס משווה זיין כנ״ל צו ווי אזוי גישת ה(פּאזיטיווע )אטעאיסט הומעניסט איז צו די ״התחייבות״ פון מאראלישע ״חוקים״ על הכלל. וואס מ׳גייט ענטפערן דארט, קען בעצם עפּלייען דא אויך.
די אשכול איז נישט דן צי עס איז שייך אמונה בלי שמירת התורה; נאר פארקערט, צי עס איז שייך שמירת התורה בלי אמונה.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ועוד, אמונה בלי שמירת התורה איז א מציאות, כמאמר חז״ל: ׳גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא׳.
הגם, אז מ׳רעדט שוין, טענה׳ט דר. שאול סמילנסקי לגבי פּאסקאל׳ס געוועט, אז מ׳זעהט דאך אז אסאך רעליגיעזע מענטשן זענען עובר בשאט נפש במשך זמן רב אויף אסאך פון די מאראלישע עבירות וואס זענען רעליגיעזע מצות אויך. דאס קען נישט זיין מכח דעם אליינס אז דאס איז פשוט נאר ווייל זיי זענען שוואך נגד היצר אדער ווייל זיי זענען איראציאנאל, ווייל ווען דאס ווערט געשטראפט בדיני אדם האלטן זיי זיך יא איין אונטער די זעלבע אומשטענדן. וממילא איז דאס מכח דעם ווייל, עכ״פ דעמאלטס, גלייבן זיי נישט באמת, עכ״פ גענוג און אין אלע עיקרים בנוגע שכר ועונש וכו׳. (זאגן אז זיי האלטן הקב״ה ותרן הוא, אדער אחטא ואשוב, אדער אז עס איז וויבאלד די עונש קומט שפעהט לאחר זמן והמות, איז נישט מסתבר.)
עס קומט אויס אז אַן אימאראלישע מענטש וועט בלייבן אימאראל, וואס דאס טרעפט מען ביי אסאך, און די הסבר צו זייער זיין רעליגיעז איז נאר משפה ולחוץ און פאלש כנ״ל. און עס קומט אויס אז זייער זיין רעליגיעז מאכט דאס נאך ערגער, זייענדיג נאכדערצו צו דעם אלעם א פאָפּער נאכדערצו אויך, לגבי זיין זיין רעליגיעז ערליך אויך. ולכן, עפ״י די געוועט איז אולי יתכן אז עס לוינט זיך צו בלייבן סעקולאר ממבט א מאראלישער ג-ט כביכול, וויבאלד דעמאלטס ווען מען זינדיגט ווי יעדער איינעם איז מען כאטש נישט א פאָפּער דערצו אויך. (סיידן אויב מ׳וועט טענה׳ן אז נאר א מיעוט רעליגיעזע זענען אזוי, אדער אז זיין רעליגיעז מאכט עס מער אָנלייקלי אז ער וועט עובר זיין די סארט זאכן. אבער די עווידענס צייגט נישט דערצו.)
עכ״פ יש לטעון אז עס איז בעצם טאקע נישט שייך אמונה באמת (ווען די אמונה איז כולל בתוכה אז עס זענען דא ציוויים צו וועלכע מ׳דארף מציית זיין), ווען עס איז מער-ווייניגער קאָנסיסטענטלי וכסדר אָן שמירת התורה, ווי ביי דער גנב. ויש ליישב, ובפרט וואו דער מענטש וואלט דורכגעפאלן, אויפ׳ן זעלבן אופן, אין א מענטשליכע לעגאלע קאנטעקסט אויך.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
דיין לינק איז לכאורה א טעות, עס פירט צו עפעס אינגאנצן שלא מן העניןמי אני האט געשריבן: עס האט זיך געשטעלט א פראגע אז לגבי דן זיין איבער ״מציאות״ הא-ל קען מען דאך נישט, וויבאלד אפילו ״מציאות״ און ״עקזיסטענץ״ איז רק בלשון מושאל לפי הרמב״ם במו״נ ח״א פנ״ז כלפי די מושג פון ג-ט. אבער דאן וואס באדייט דאס וואס ער שרייבט בהל׳ יסודי התורה פ״א ה״א-ה״ד:יסוד היסודות ועמוד החכמות לידע שיש שם מצוי ראשון והוא ממציא כל נמצא וכל הנמצאים משמים וארץ ומה שביניהם לא נמצאו אלא מאמתת המצאו.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט. האלסטו אז 2 איז שכל׳דיג מוכרח און נמשך בע״כ פון 1?מי אני האט געשריבן: די ערשטע צוויי קען מען קאלעפּסן צו פשוט וכעין ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, ולא יותר. (״סיבה״ גייט זיין מער כעין ווי דער נרבוני ודעימיה האבן דאס פארשטאנען אין די קאנטעקסט, וואס זיי האבן געגלייבט אין קדמות, אלס כעין ״שפע ונובע״ און נישט אלס agential.)בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט
אפילו את״ל אז יא, וועט זיין א גרויסע נפק״מ צו די השכלה ווערט נמשך בלב און מ׳לעבט מיט דעם צו עס בלייבט בלויז ידיעה/פאקט
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ניין. איך זאג נישט אז 1 און 2 זענען דאס זעלבע, אדער אז 2 איז לאגיש נובע פון 1. (הגם, אז מ'קען יא זאגן אז ביידע זענען דאס זעלבע, און אז זיי זאגן אז "ג-ט" איז די איינציגסטע אמת'ע מציאות און דאס גרונט פון מציאות פאר יעדעס זאך מכחו, פון וואס זייער מציאות איז נובע. אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט דוקא "כח ראשון" טעמפּאָרעלי אין צייט, נאר "כח ראשון" אין קאָזעליטי. ולכן האב איך טאקע צוגעצייכענט צום שיטת הקדמות ביהדות.) איך זאג אז ביידע, וועלכע אימער דו נעמסט אָן, קענסטו דאס באטראכטן ווי ל"ד agential כלל, און דו קענסט דאס קאָלעפּסן צו עפעס צו וואס דער אטעאיסט וואלט ל"ד זיך קעגנגעשטעלט. אין אנדערע ווערטער, ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״ - די "מיסטעריעזע" ג-ט, פון וואס דר. יובל נח-הררי (וועמען מ'קען לכאורה קלאסיפיצירן אלס אַן אטעאיסט) רעדט פון און האט נישט קיין פראבלעם מיט.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איך האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט. האלסטו אז 2 איז שכל׳דיג מוכרח און נמשך בע״כ פון 1?מי אני האט געשריבן: די ערשטע צוויי קען מען קאלעפּסן צו פשוט וכעין ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, ולא יותר. (״סיבה״ גייט זיין מער כעין ווי דער נרבוני ודעימיה האבן דאס פארשטאנען אין די קאנטעקסט, וואס זיי האבן געגלייבט אין קדמות, אלס כעין ״שפע ונובע״ און נישט אלס agential.)בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:איך וואלט צוטיילט די שאלה אין 3 חלקים/לעוועלס:
1) א מציאות (כח ראשון) וואס איז דער סיבה/גורם צו אלעס וואס איז פארהאנען. (חכמה)
2) די איינציגסטע אמת׳ע מציאות/עקזיסטענס וואסיז פארהאן. (אמונה)
3) אז ער כביכול האט/וויל-האבן רילעשענס מיט אונז. (שכר ועונש)
ווען איינער פרעגט איינעם די שאלה (פונעם אשכול קעפל) באציט מען זיך בדרך כלל צו נומער 3, לענ״ד אבער, איז נומער 2 די מערסטע רעלעווענט
אפילו את״ל אז יא, וועט זיין א גרויסע נפק״מ צו די השכלה ווערט נמשך בלב און מ׳לעבט מיט דעם צו עס בלייבט בלויז ידיעה/פאקט.
ואיה"נ. ווי איך האב דא געשריבן בריש העמוד, איז קען מען לכאורה אויך נעמען און ממשיך זיין די געדאנק און געפיהל פונעם "מיסטעריעזן" ג-ט און ״דאס פּרינציפּ/געדאנק פון עקזיסטענץ״, אריין בלב, אז דאס זאל האבן השלכות אויף קיום במעשה. (מ'קען זאגן אז בעצם טוה איך דאס. איך בין א פולקאמער שומתומ"צ, ווי עני אנדערע איד איך קען, אָן בעצם קיין קאגניטיוו דיסאנענס.)
די שפראך אינעם צוגעלינקטן תגובה איז אין לאגיק. אבער קענסט גיין גראד צום מו"נ בח"א פנ"ז, וואס איז (מער-ווייניגער) די זעלבע געדאנק: "עקזיסטענץ/מציאות" איז א לשון מושאל כלפי (דעם טערמין/געדאנק פון) "ג-ט".
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
איך מיין אז אין איין ווארט איז דיין נידון צו א מענטש קען מקיים זיין תומ״צ בפועל אלץ א תוצאה פון גלייבן אין ג-ט לויט ווי דער רמב״ם איזעס מסביר במו״נ פנ״ז. איז איט?
(כ׳בין נאכאלץ נישט זיכער אז אונז פארשטיי מיר זיך בנוגע נומער 2, אבער קודם לאמיר קלאר מאכן כנ״ל - העי, כ׳מיין אז האסטעס ג׳עדיט יעצט... לאמיר מעיין זיין)