תשעה באב רעיונות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אמת'ע מעשה?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
Re: תשעה באב רעיונות
א גוטע וויץ איז עס זיכערשמן למאור האט געשריבן:אמת'ע מעשה?
לייגט זיך נישט אויפן שכל אז סזאל נישט זיין אפילו איין מענטש אין שול וואס האט נישט קיין קינות מיט זיך, סמוז דאך זיין יענע מינע מענטש אין יעדע שול, געווענליך דער וואס האט א גאנצע שטענדער מיט אלע מינע טאביקס און שיעורים יומי ספרים מיט קענדיס צו טיילן פאר די קינדער…
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
איך מיין עס נישט פערסאנעל און איים סארי אויב דו ווערסט באליידיגט, אבער עס דערמאנט מיר פון די מעשה מיט די פויער וואס האט זיך געטראפען מיט די גלחישע קליידער און ער האט נישט פארשטאנען די בייבל האט ער אפגעמאכט אז קיינער פארשטייט נישט….שמן למאור האט געשריבן:זיצנדיג אויפן ערד דעם טישעבאוו, זאגנדיג בלעטער און בלעטער פון שווערע קינות ווערטער לאין סוף, האב איך אזוי געטראכט צו זיך, וואט די העל טוט מען דא? וואס איז די פוינט פון זאגן און זאגן?
מאנכע טעון זיך אויף אז זיי האבן 'געענדיגט זאגן' ס'גאנצע זאך... און יעצט? קענסט זאגן תהלים אנשטאט דעם.
אין שו"ע שטייט דאך שוין טוב מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה. מילא מען נעמט צען שיינע שטיקלעך, מען נעמט א שטארקן פירוש, מען איז זיך מעמיק און וואס די מחבר מיינט ארויסצוברענגען, מען לייגט זיך אריין אין די מצב החורבן והגלות, הער איך. אבער ווער טוט דאס דען? אפילו די וואס ברענגען שוין יא א גרעבערע קינות מיט א פירוש, בליקן נאר אריין דערין ביי אלי ציון אדער ביי געוויסע שטיקלעך דא דארטן. סא וואס איז גאנצע זאגעריי? וועלכע איד קען זאגן אז ער האט פארשטאנען אפילו האלב פון וואס ער האט געזאגט?
כמעט אלע אידן וואס זאגן די גאנצע קינות און ענדיגן ביי חצות הייבן נישט אן צו וויסן קיין ווארט וואס זיי האבן אלץ צאמגעזאגט אין די צוויי דריי שעה, טא אויף וואס טויג עס?
איך מיין אז רוב קינות איז נישט אזעלכע שווערע פיוטים און אז מען קען אביסל לה״ק קען מען עס פארשטיין
וואס האט מיר יא געשטערט איז אז אונז וויינען אז אונז האבן נישט קיין ביהמ״ק, גאט לאכט פון אונז אויב ענק וואלטן געוואלט באמת וואלטן ענק געקענט עס בויען 1967, אדער אפילו יעצט ווען עס זאל ענק אזוי אנגיין ווי באסעס פון די פרייע אין תל אביב וואלטן ענק שוין געקענט עס האבן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ביסט גערעכט אז ס'איז נישט קיין אויסטערלישע שווערע לשון קודש, די זאך איז נאר אז רוב שטיקלעך איז געשריבן אויף אן אופן פון א פאעזיע, די שטיקלעך דארפן רוב מאל גראמען, און ווען מען שרייבט אזוי איז שווער צו פארשטיין די כוונת הכותב פון עס שנעל אפזאגן.
נעם די צוויי פאלגנדע רענדעם שטיקלעך וואס איך האב נארוואס ארויסגעפיקט פונעם קינות. איידער דו גייסט לויפן קוקן אין א טייטש אדער פירוש, זאג מיר צו דו האסט קלאר ארויס וואס דאס דארף צו באדייטן.
האוכלים זרע שיחור כתמו הטוב פחמו משחור.
ויחמס וינצל מעדיי להכפישי ומגבה לתהום הרפישי.
אוודאי קען מען פארשטיין א ווארט דא א ווארט דארטן, אבער יעדע קינה איז געווענליך א גאנצע געבוי, עס האט א אנהויב מיט א סוף, עס רעדט זיך פון א ספעציעלע תקופה, און ברענגט ארויס א ספעציפישע נקודה. ווען מען נעמט עטליכע שטיקער און מען איז זיך טאקע מעמיק דערין און מען פראבירט עס צו פארשטיין, קען מען עס טאקע אפשר ארויסהאבן אן קיין פירוש, אבער אויף די ספיד וואס רוב בתי מדרשים זאגן קינות, מיין איך אז רוב עולם הייבט נישט אן צו וויסן וואס זיי זאגן. סיידן ביי עטליכע שטיקלעך ווי ארזי הלבנון, אדער אש תקד בקרבי... בצאתי ממצרים וכדומה.
נעם די צוויי פאלגנדע רענדעם שטיקלעך וואס איך האב נארוואס ארויסגעפיקט פונעם קינות. איידער דו גייסט לויפן קוקן אין א טייטש אדער פירוש, זאג מיר צו דו האסט קלאר ארויס וואס דאס דארף צו באדייטן.
האוכלים זרע שיחור כתמו הטוב פחמו משחור.
ויחמס וינצל מעדיי להכפישי ומגבה לתהום הרפישי.
אוודאי קען מען פארשטיין א ווארט דא א ווארט דארטן, אבער יעדע קינה איז געווענליך א גאנצע געבוי, עס האט א אנהויב מיט א סוף, עס רעדט זיך פון א ספעציעלע תקופה, און ברענגט ארויס א ספעציפישע נקודה. ווען מען נעמט עטליכע שטיקער און מען איז זיך טאקע מעמיק דערין און מען פראבירט עס צו פארשטיין, קען מען עס טאקע אפשר ארויסהאבן אן קיין פירוש, אבער אויף די ספיד וואס רוב בתי מדרשים זאגן קינות, מיין איך אז רוב עולם הייבט נישט אן צו וויסן וואס זיי זאגן. סיידן ביי עטליכע שטיקלעך ווי ארזי הלבנון, אדער אש תקד בקרבי... בצאתי ממצרים וכדומה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
אלי ציון זאגט מען צופרי נישט ביינאכטברוך שפינוזה האט געשריבן: ביי אונז אין קאנטרי האט זיך געמאכט איין יאר תשעה באב נאך מעריב אז מ'האט נישט געטראפן קיין קינות, מ'האט איבערגעדרייט דעם גאנצן שוהל דארט מיט די גאנצע שמות באקס און מ'קען נישט טרעפן קיין קינות. מיטאמאל דערמאנט זיך איינער אז ער האט א קינות אין זיין באנגעלוי, ער לויפט ארויס און 5 מינוט שפעטער איז ער צוריק מיט א קינות, ער עפנט עס אויף און נעמט זיך זאגן, און אזויווי ער איז געוועהן דער איינציגסטער מיט א ביכל האט ער געזאגט הויעך און דער עולם האט נאכגעזאגט שטילערהייט. אזוי זאגט מען און מ'זאגט און מ'זאגט, נאך אזא צוויי שעה זאגן מיט בכיות וואס איז דארט פארגעגאנגען פרעג נישט שטעלט זיך דער בעל קינות אויף און זאגט מ'האט שוין געענדיגט דעם גאנצן ביכל, אבער דער עולם נעמט זיך שרייען אז ער האט אויסגעלאזט אלי ציון ועריה... ער ווערט אינגאנצן רויט און הייבט אן שטאמלען אז ווי ס'זעהט זיך אויס איז ארויסגעפאלן פונקט יענע בלאט... בקיצור, ס'ווערט גאר פישי די גאנצע ענין, נאכדערצו אז דער איז באוואוסט אלץ א גרויסער לץ, ווער ווייסט וואס ער האט שוין דא אנגעווערטשאפט... מיטאמאל שפרינגט ארויס א צעהיצטער בחור'ל און כאפט פון איהם ארויס זיין ביכל און פאנגט אן זוכן די בלאט וואס פעלט, שטעלט זיך ארויס אז דער לץ האט קיינמאל קיין קינות נישט געהאט, ער האט פארגעזאגט יוצרות פון א יום כיפור מחזור.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924