ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20284
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 26011 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15568 מאל
קאנטאקט:

ווער איז געווען דער גענעראל דזשארדזש ס. פעטט(א)ן?

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער אמעריקאנער גענעראל דזשארדזש סמיטה פעטט(א)ן איז געבוירן אין יאר 1885 למס'. אין קאליפארניע. ער האט פון זיין יוגנט אן געשטרעבט פאר א מיליטערישע קאריערע. נאכ'ן אדורכמאכן עטליכע מיליטערישע שולעס. אריינגערעכנט וועסט פוינט איז ער געווארן א נידריג ראנגיקער אפיציר אין די יו.עס. ארמיי. זיין ערשטע גרויסע שלאכט וואס ער האט אנגפיהרט איז געווען ביי די ערשטע וועלט מלחמה. אויסער זיך האבן באטייליגט אין עטליכע קלענערע מלחמות וואס אמעריקע האט געפיהרט מיט מעקסיקא. ביי א געוויסן פונקט האט די ארמיי איהם אויסגעקליבן צו זיין א טאנק קאמאנדיר. וואס איז נאך דאן געווען א פארהעלטניסמעסיג נייע פארם פון מיליטערישע שלאכטן. ביז די ערשטע וועלט מלחמה זענען געווען די הויפט כוחות פון אלע ארמייען די פערד רייטערס וועלכע האבן זיך געשלאגן מערסטנס מיט שווערדן און אויך מיט ביקסן. די ארטילעריע איז אויך געווען א טייל, אבער נישט קיין גרויסע פון די ארמיי כוחות.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה איז ער שוין געווען א פולשטענדיגער, מיליטערישער אנפיהרער (ליוטענענט גענעראל). ער האט אנגעפיהרט מיט עטליכע ערנסטע מיליטערישע טאנק קאמפן וואס די אמעריקאנער ארמיי האט געוואונען. צוערשט אין אפריקע. ספעציעל ביי די קריטישע קאמף פון על-אלאמעין וואו די אמעריקאנער צוזאמען מיט די בריטישע כוחות אונטער די קאממענד פון גענעראל מאנטגאמערי האבן באזיגט די נאצי מיליטערישע כוחות פון גענעראל אוירווין ראממעל (ימ"ש). שפעטער איז ער אריבער זיך באטייליגן אין קאמפן פון באפרייען נארמאנדי פון די נאציס.אויך ביים סוף פון די וועלט מלחמה ווען ס'האט אויסגעזעהן פאר א שטיק צייט אז די נאציס האבן זיך געשטארקט און באזיגט די אמעריקאנער ארמיי ביי די ..."בעטטל אף די באלדזש"...אויף די ארדעננעס בערג. נאנט צו די גרעניצן פון דייטשלאנד און פראנקרייך. אויך דארט איז ער ארויס מיט א גרויסן מיליטערישן ניצחון.

נאך די מלחמה האט דער הויפט גענעראל פון די אליאירטע מיליטערישע כוחות, גענעראל דווייט אייזנהאוער איהם באשטימט אלס מיליטערישער גאווערנאר פון די געגנט/פראווינץ באוואריע.

ס'זענען געווען נאך אנדערע מיליטערישע גאווערנארס פון אנדערע געגנטער. נאר דארט, אין זיין שטח זענען געווען דער רוב בנין ורוב מנין פון די אידן אין די די. פי. (דיספלעיס'ד פערסאנס) קעמפס. די אזוי גערופענע לאגערן.

ער (גענעראל פעטטאן) האט ביי עטליכע געלעגנהייטן ארויסגעוויזן, צוליעב אומפארשטענדליכע סיבות. זיין האס און פאראכטונג פאר די אידן. איינס פון די זאכן וואס ער האט געטון איז צו לייגן מיליטערישע וואך ביי די לאגערן אז די אידישע איינוואוינערס זאללן זיך נישט קענען פריי באוועגן אריין און ארויס. דאס האט ער שפעטער געמוזט אראפנעמען ווייל דער הויפט גענעראל אייזנהאוער האט איהם באפוילן דאס צו טון. נאכדעים וואס די אידישע פיהרערס זענען זיך געגאנגען באקלאגן. אן אנדער (קרומע און אומפארשטענדליכע) זאך וואס ער האט געטון. איז באהאנדלען די נאצישע געפאנגעגע סאלדאטן זייער גוט. אויך האט ער נישט געטוישט אלע ציווילע הויפטן פון די רעגירונג וועלכע זענען געווען ביי די נאציס. א זאך וואס אלע מיליטערישע קאמאנדירן האבן יא געטון.

ער האט אויך געלאזט פאללן געפערליכע און העסליכע באמערקונגען אקעגן אידן. ער האט ביי איין פאל זיך אויסגעדרוקט. אז די זענען אזוי ווי הינט. און ער וועט זיי אזוי באהאנדלען. כלשונו הטמא...THE JEWS ARE DOGS. I WILL TREAT THEM LIKE DOGS...!

ביי אן אנדערע געלעגנהייט האבן עטליכע געשליפענע רעפארטערס, וועלכע האבן איינגעזעהן אז דא איז דא "סחורה", איהם געפרעגט וואס זיין מיינונג איז איבער די נאצישע פארטי. האט ער (נישט זייענדיג קיין גרויסער חכם) געענטפערט אז זיי זענען א פאליטישע פארטיי...זיי, די צייטונגס שרייבערס האבן פון דעם געמאכט מטעמים. זיי זענען ארויסגעקומען מיט א באמבאסטישע העדליין. אז דער גענעראל פעטטאן זאגט אז די נאצי פארטיי איז פונקט אזוי ווי די דעמאקראטן און רעפובליקאנער פארטייען...!

דאס האט אויפגעריסן ווי א באמבע.

ווען די אלע ידיעות זענען אנגעקומען צו דעם הויפט קאמאנדיר גענעראל אייזנהאוער. (אויסער זיינע קלענערע חטאים אין לויף פון די מלחמה) האט ער געוויסט אז ער מוז עפעס ערנסט טון מיט איהם. ער האט אבער געהאט א פראבלעם. סתם אזוי ארויסווארפן איהם האט ער נישט געקענט. ווייל פעטטאן איז געווען פאררעכנט פאר א גרויסן העלד אין אמעריקע. האט ער זיך (ברוב חכמתו) דערטראכט צו א פלאן. ער האט געוויסט אז פעטטאן איז להשמיד ולהרוג אקעגן די רוסישע ארמיי און רעגירונג. ער האט מיט אלע כוחות געוואלט אנהייבן א (נייע) מלחמה אקעגן רוסלאנד.

האט ער (אייזנהאוער) איהם געלאזט רופן צו א מיטינג. ער האט איהם געזאגט אז מ'גייט אנהייבן א מלחמה אקעגן רוסלאנד. נאר מ'דארף אויפבויען און טרענירן א נייע ארמיי. ביז די נייע ארמיי וועט זיין גרייט זאלל ער (פעטטאן) נעמען א וועקעישן און זיך אפרוען. ער האט מסכים געווען צו דעם. אייזנהאוער האט אינצווישן אריינגערופן איינעם א אידישן אפיציר פון די מיליטערישע אינטעללידזשענס. דער אפיציר האט גוט געוויסט פון אלע זיינע אנטיסעמיטישע אויפפיהרונג. אייזנהאוער האט איהם געזאגט..."דו ווייסט וואס דו האסט צו טון. און אויב מ'כאפט דיך (ח"ו). דארפסטו אלעס נעמען אויף דיר...!

שוין... דער פלאן איז ארויס אין די ארבעט. דער (אידישער) אפיציר איז געווארן זיין (פעטטאנ'ס) דרייווער. ער האט איהם געזאגט א יעדן אינדערפריה. גענעראל, איך בין גרייט. וואו דו ווילסט פארן וועל איך דיך נעמען...!

ויהי היום. איין טאג איז געשעהן אן.."עקסידענט". דער דזשיפ האט זיך איבערגעדרייט. די דזשיפ אויטא'ס פון יענע צייטן זענען געווען זייער נוצליך. אבער האבן זיך זייער גרינג געקענט איבערדרייען...! דער דזשיפ איז ארויפגעפאללן אויף גענעראל פעטטאן. זיין דרייווער האט געמאכט זיכער אז ער איז געפגר'ט. דאמאלס איז ער געגאנגען רופן נאך הילף. ס'זענען דא אנדערע גירסות אז ער פעטטאן האט נאך געלעבט נאכ'ן עקסידענט. אבער די גירסא איז די מערסטע פארלעסליך.

ווען די מיליטערישע אינוועסטיגעטארס האבן איהם דעם (דרייווער) אויסגעפארשט איבער די סיבה פון עקסידענט. האט ער זיי געזאגט אז גענעראל פעטטאן האט געהאט א מנהג צו ווערן זייער שטארק נתפעל פון די שיינקייט פון די נאטור וואו זיי זענען געפארן. און ער האט אייביג געצויגן זיין אויפמערקזאמקייט צו דעם. דעם טאג פון עקסידענט האט פעטטאן אויך אזוי געטון. ער, דער דרייווער האט געקוקט דארט ווי גענעראל פעטטאן האט איהם געזאגט. פלוצלינג האט ער באמערקט אז א טרעין קומט זייער נאנט צו זיי האט ער געגעבן א שנעללן דריי אוועק דעם דזשיפ. און ער האט זיך איבערגעדרייט. נעבעך ארויף אויף גענעראל פעטטאן...פארשטייצעך אז מ'האט איהם באפרייט...כן יאבדו כל אויביך, ה'...!

נ.ב.: דער הויפט קאמאנדיר גענעראל אייזנהאוער. זייענדיג א חכם הרואה את הנולד האט אויך, צוזאמען מיט עטליכע אידישע פיהרערס אויסגעדרוקט זארג אז ווען ער (פעטטאן) וועט זיך צוריקקערן קיין אמעריקע וועט ער זיך אנשליסן צוזאמען מיט אנדערע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. אזוי ווי טשארלס לינדבערג, ימ"ש. און זיי וועללן גרינדן אן אנטיסעמיטישע פאליטישע פארטיי...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר