פחות מעשרה? באצאל!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

די טעג איז אויף מיר פארשריבן געווארן בין כסא לעשור אז מיין שטוב מיט אונזערע צימערן זאלן זיך געפונען אין גלות פון מיין הויז און אנשטאט פארשטיפט אין א כאטקע צווישן די מאסקיטאוס, פרעש און ליזערדס. (אקעי, פרעש זענען נישט ממש אינעווייניג, נאר מאסקיטאוס-אויפן יאגד און ליזערדס-אין-געפענגעניש)

היות איך בין סינגל קומט מיר אויס מער צו גיין אין געשעפטן פאר א שאכטל בענד-עיד'ס, א רעפטל ברויט אדער א פעקל באטעריעס. איז מיר אויסגעקומען אביסל מער צו אבזערווירן די הלוך-ילך אין פארשידענע לאקאל געשעפטן, ס'ממש אינטערעסאנט ווי פארשידענע צייכענען זיך אויס מיט קאסטומער סערוויס בו בזמן וואס געוויסע זענען ממש געפערליך.

איך וויל רעדן פון עפעס וואס דריקט מיר שוין לאנג: די מינימום צו ניצן א קרעדיט קארד.

לאמיר צוריקגיין א סטעפ און רעדן וועגן קרעדיט קארד פראסעסינג fees.

יעדער בר בי ביזנעס דחד יומא ווייסט אז א חלק פון די פי-ענד-על איז די פראצענט פאר קרעדיט קארד פראסעסינג. ווען ער מאכט פרייזן מיט חשבונות פון זיין אווערהעד, איז עס א חלק פון די חשבון -- פונקט אזויווי יעדער ווייסט אז ווען א געשעפט פראקלאמירט “Free Delivery” מיינט עס אז אפילו ווען דו נעמסט אהיים דיינע סחורה צאלסטו נאכאלץ פאר דעליווערי, ווייל די געשעפט האט אריינגענומען די אויסגאבע פון דעליווערי ווען זיי מאכן די פרייזן פאר זייערע אייטעמס.

בכלליות איז דא עטליכע וועגן וויאזוי קרעדיט קארד פראסעסינג פי'ס ארבייט, כפי ידיעתי. די מערסטע פלענער האבן א פלאכע חודש'ליכע אפצאל + א פראצענט אויף יעדע טשארדזש, ס'דא געוויסע וואס האבן נאר א פראצענט אויף יעדע טשארדזש און א מיעוטא דמיעוטא האבן אויך אן 'אפצאל' אויף יעדע טשארדזש (אין צוגאב צו די פראצענט וואס מ'צאלט).

איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע קרעדיט קארד פראסעסינג אגענטן, ממש א מיעוטא דמיעוטא פאלן אריין אין די לעצטע קאטעגאריע.

אויב אזוי שטעלט זיך מיין פראגע, פארוואס זעהט מען אזויפיל אידישע געשעפטן וואס האבן א מינימום פון $10 וכדומה צו ניצן א קרעדיט קארד? סתם ווייל זיי האבן פארפאקט זייערע קאסטומערס? איז עס ממש אז די אלע געשעפטן צאלן א fee פאר יעדע טשארדזש? די פראצענט וואס זיי צאלן אפ פאר יעדע טשארדזש איז דאך נישט קיין נפק"מ צו איך קויף עפעס פאר א דאלאר אדער פאר הונדרעט. (דרך אגב, אויב זיי זענען אויף א פלען וואס האט א fee per charge איז דאך מן הסתם ווייל עס קומט זיי בעסער אויס אזוי. איז דאך דא א ממ"נ)

כ'וועל זאגן נאכמער, ס'דא געוויסע געשעפטן וואס טשארדזשן נאך אפאר (3-4) פראצענט אויב מ'נוצט קרעדיט קארד אנשטאט קעש. די געשעפטן פארשטיי איך 'מער' – ער האט זיך געמאכט זיינע חשבונות און אנשטאט ארויפגיין מיט אלע פרייזן, זאגט ער דיר: ווילסט נוצן קרעדיט קארד, זאלסטו צאלן. אבער סתם אזוי באשטראפן א מענטש וואס האט נישט קיין קעש מיט זיך און דארף יעצט עפעס וואס קאסט פונקט פיר דאלאר?

למעשה, רוב מענטשן היינט צוטאגס דרייען זיך נישט מיט קיין סאך קעש, אויב בכלל. צווישן גוגל/עפל פעי, זעללע און קרעדיט קארדס איז די באנוץ פון קעש גאר אסאך קלענער געווארן. עס איז ממש א פעין אין די נעק יעדע מאל איך קום אהן צו אזא געשעפט.

זאת ועוד, איך שפאציר אזוי ארויס פון אזא געשעפט און כ'זעה א ריזיגע סיין וועגן א גורל וואס זיי מאכן פאר זייערע קליענטן אדער א ריווארד פראגרעם וכו' וכו'. איך זאג ענק צוה מער מענטשן וועלן עפרישיעטן אויב ענק וועלן אראפנעמען די לימיט אויף קרעדיט קארד ווי א גורל אויף א ראונד-טריפ-טיקעט-פאר-צוויי-קיין-מאנסי-צום-יארצייט-פונעם-ריבניצער מיט-יעדע-זיבעצן-דאלאר-גייט-איר-נאכאמאל-אריין-אינעם-גורל.

לעצטנס בין איך געווען אין א געשעפט וואס האט פארלענגערט זיינע שעות אויפן גרויסן פארלאנג פון די קאסטומערס. אבער כדי צו נוצן א קרעדיט קארד דארפסטו שפענדן 10 דאללער. מוחל טובות אויף די פארלענגערטע שעות און מחול לך אויף דעם איבריגן קוואדער וואס איך האב געדארפט צאלן ווייל איך דריי מיר נישט מיט קיין קעש.

איך פערזענליך, גיי ענדערש צו א טייערערע געשעפט וואס נעמט קרעדיט (אדער דעביט) קארד ווי א געשעפט וואס נעמט אן עקסטרען קוואדער פארן ניצן א קרעדיט קארד אונטער צעהן דאלאר.

אנחנו חרדים אבל לא מטומטמים.
בילדינג פליפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך בילדינג פליפער »

איך מיין אז ס'ווערט ווייניגער און ווייניגער געשעפטן וואס בעטן א fee פארן "סווייפן" אינטער $10

און יא, די fee גייט אויף די נערוון און איז לדעתי א שלעכטע ביזנעס דיסיזשען.
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך שלג זהב »

יא! סתם ווייל זיי האבן אונז - זייערע קאסטומערס פארפאקט!

דאס איז אויך די סיבה פארוואס:

רוב סטארס געבן נאר ריפאנדס סעים דעי אדער סטאר קרעדיט 3 ביז 7 טעג.

נישטא קיין פרייזן אויפן שעלף.

נישטא אסאך פון די ביליגערע ברענדס ווי למשל מילך וכו'.

מ'קען נישט נוצן קיין סטאר קרעדיט ביי סעילס.

זיי האבן אונז פארפאקט ביג טיים.
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך שלג זהב »

פון יואל פעלזן'ס סטעטוס 2-3 טעג צוריק.
KS.jpg
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

שלג זהב האט געשריבן:ריפאנדס סעים דעי אדער סטאר קרעדיט 3 ביז 7 טעג.

מ'קען נישט נוצן קיין סטאר קרעדיט ביי סעילס.
די צוויי זאכן האבן יא א זאכליכע הסבר לענ"ד.
Lost
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 11, 2023 9:41 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Lost »

Agreed, and even worse when they charge you a fee without telling you.
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך שלג זהב »

אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
שלג זהב האט געשריבן:ריפאנדס סעים דעי אדער סטאר קרעדיט 3 ביז 7 טעג.

מ'קען נישט נוצן קיין סטאר קרעדיט ביי סעילס.
די צוויי זאכן האבן יא א זאכליכע הסבר לענ"ד.
נו לאמיר הערן די הסבר
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

ריפאנדס סעים דעי - ווייל איינמאל די טאג איז פאריבער און ער בעטשט זיין קרעדיט קארד, קאסט איהם א fee צו געבן א ריפאנד.

וועגן דעים איז דא געוויסע וואס האבן אנדערע הלכות מיט קעש און טשעק.

3 צו 7 טעג סטאר קרעדיט האט צוטוהן (אין קליידער געשעפטן) מיט די seasons וכדומה.

נישט נוצן קרעדיט ביי א סעיל - היות ער האט שוין איינמאל אריינגעלייגט עפפארט אויף די purchase, וויל ער נישט דארפן נאכאמאל אריינלייגן עפפארט בשעת א סעיל וואס זיין פראפיט מארדזשין איז נידריגער. דהיינו, די צוואנציגער ווייניגער וואס ער net פון א purchase בשעת די סטאר איז אויף sale, זאל נישט זיין פאר צוויי transactions. (כ'האף אז איך קום אריין גענוג קלאר)
בילדינג פליפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך בילדינג פליפער »

ס'איז נערישקייטן די אלע טענות ווי למשל:
-די געשעפטן האבן אונז פארפאקט.
-שטריימל סוחרים זענען גנבים ( דאס אפשר יא, אויב זיי נערן-איין אן אומוויסענדע)
וכו'וכו'וכו'

ביזנעס איז נישט קיין מוסדות און נישט קיין ארגענעזאציע. מען פרובירט צו מאכן דאס מערסטע געלט מעגליך.


אין דעם פאַל האלט איך ס'איז א נערישע ביזנעס דיסיזשען, אבער גנב? קענסט עפענען א געשעפט וואס נעמט יא קרעדיט קאַרדס אייביג. קענסט גיין א בלאַק אראפ צום קאמפעטישן.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס כ'בין אריינגעפאלן אין א געשעפט מיט א מינימום אדער עקסטערע טשארדש פאר'ן נוצן א קרעדיט קארטע, גאז סטאנציעס מיט קרעדיט קארד פיעס קומט מיר יא אויס דורכצופארן, און איך מייד זיי אויס פשוט פאר די חוצפה. וואס מיינט ער, אז איך גיי מיך ארומדרייען מיט ניקעלס אין טאש נאר צו קענען זיך שפארן די אפגעריסענע צעהן צענט פער גאלאן? ער טוט מיר א גאנצע טובה אז ער לאזט מיר נוצן א קרעדיט קארד, מוחל טובות, איך גיי צום נעקסטן גאז סטעישן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך שלג זהב »

אינגערמאנטשיקל:

ריפאנדס סעים דעי - איך וואלט מסכים געווען צו באצאלען זיין fee אויב איך נוץ א קרעדיט קארד, רוב מאל גראדע באצאל איך מיט קעש כדי גרינגער צו מאכן פאר די געשעפטן און זיי שפארן די אלע פי'ס.

3 ביז 7 טעג סטאר קרעדיט וואלט נישט געדארפט זיין אויף בעסיק אייטעם'ס וואס גייט א גאנץ יאר.

וועגן סטאר קרעדיט ביי א סעיל - אינטערעסאנטע נקודה גראדע, קיינמאל נישט געטראכט דערפון, אבער איך רעד פון א גיפט קארד, נישט פון קיין קרעדיט נאך א return, זיי האבן נישט געדארפט אריינלייגן קיין שום עפפארט צו מאכן די סעיל.
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך שלג זהב »

בילדינג פליפער האט געשריבן:ס'איז נערישקייטן די אלע טענות ווי למשל:
-די געשעפטן האבן אונז פארפאקט.
-שטריימל סוחרים זענען גנבים ( דאס אפשר יא, אויב זיי נערן-איין אן אומוויסענדע)
וכו'וכו'וכו'

ביזנעס איז נישט קיין מוסדות און נישט קיין ארגענעזאציע. מען פרובירט צו מאכן דאס מערסטע געלט מעגליך.


אין דעם פאַל האלט איך ס'איז א נערישע ביזנעס דיסיזשען, אבער גנב? קענסט עפענען א געשעפט וואס נעמט יא קרעדיט קאַרדס אייביג. קענסט גיין א בלאַק אראפ צום קאמפעטישן.
וואו זעסטו איינעם זאגן אז זיי זענען גנבים? זיי האבן אונז פשוט פארפאקט.
שלג זהב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 324 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך שלג זהב »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס כ'בין אריינגעפאלן אין א געשעפט מיט א מינימום אדער עקסטערע טשארדש פאר'ן נוצן א קרעדיט קארטע, גאז סטאנציעס מיט קרעדיט קארד פיעס קומט מיר יא אויס דורכצופארן, און איך מייד זיי אויס פשוט פאר די חוצפה. וואס מיינט ער, אז איך גיי מיך ארומדרייען מיט ניקעלס אין טאש נאר צו קענען זיך שפארן די אפגעריסענע צעהן צענט פער גאלאן? ער טוט מיר א גאנצע טובה אז ער לאזט מיר נוצן א קרעדיט קארד, מוחל טובות, איך גיי צום נעקסטן גאז סטעישן.
אז ס'קאסט זיי 3% פראסעסינג פי, גייען זיי נישט שאדן האבן דערפאר, אבער פארוואס דארפן די אלע וואס נוצן קעש צאלן טייערער?

איך בין מסכים אז היינט וואס רוב מענטשן נוצן קק איז עס מיסלידינג צו שרייבן גרויס די קעש פרייז און מען באמערקט הערשט ביים פאמפ אז ס'קאסט עקסטערע 10 סענט מער, אפשר זאל זיין א דיסקאונט אויב מ'נוצט קעש.

די היימישע גראסעריס זענען ביזי אז זיי טשארדזשן טייערער וועגן זיי לאזן אויפשרייבן, רוב עולם נוצט קרעדיט קארדס, פרי דעליווערי, וואס קאסט זיי באמת אסאך, אבער פארוואס דארף איך איבערצאלען פאר דעים?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

שלג זהב האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס כ'בין אריינגעפאלן אין א געשעפט מיט א מינימום אדער עקסטערע טשארדש פאר'ן נוצן א קרעדיט קארטע, גאז סטאנציעס מיט קרעדיט קארד פיעס קומט מיר יא אויס דורכצופארן, און איך מייד זיי אויס פשוט פאר די חוצפה. וואס מיינט ער, אז איך גיי מיך ארומדרייען מיט ניקעלס אין טאש נאר צו קענען זיך שפארן די אפגעריסענע צעהן צענט פער גאלאן? ער טוט מיר א גאנצע טובה אז ער לאזט מיר נוצן א קרעדיט קארד, מוחל טובות, איך גיי צום נעקסטן גאז סטעישן.
פארוואס דארפן די אלע וואס נוצן קעש צאלן טייערער?
ווייל זיי האלטן אויף די ליינס... איך פלעג אמאל וואוינען אין א שווארצע געגנד, ווייסט וויפיל cumulative שעות איך בין געשטאנען הינטער די שווארצע מאמעס וואס ציילן פעניעס ביי קאסירער אנשטאט צאלן מיט קרעדיט קארד ווי נארמאלע מענטשן? אז מ'האט קעש לייגט מען עס גראד אין ATM אריין, ביזט אזא שלימזל אז דיין קרעדיט איז אזוי שלעכט אז דו קענסט נישט באקומען קיין קרעדיט קארד? פיין, דאן נוץ א דעביט קארד פאר א שווארץ יאר.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

בילדינג פליפער האט געשריבן:ס'איז נערישקייטן די אלע טענות ווי למשל:
-די געשעפטן האבן אונז פארפאקט.
-שטריימל סוחרים זענען גנבים ( דאס אפשר יא, אויב זיי נערן-איין אן אומוויסענדע)
וכו'וכו'וכו'

ביזנעס איז נישט קיין מוסדות און נישט קיין ארגענעזאציע. מען פרובירט צו מאכן דאס מערסטע געלט מעגליך.


אין דעם פאַל האלט איך ס'איז א נערישע ביזנעס דיסיזשען, אבער גנב? קענסט עפענען א געשעפט וואס נעמט יא קרעדיט קאַרדס אייביג. קענסט גיין א בלאַק אראפ צום קאמפעטישן.
הייליג מסכים.

איך האב געהאט צוויי נקודות;
זעהט מען עס מער ביי היימישע געשעפטן? אויב יא, פארוואס?
אז דו פרובירסט צו האבן קאסטומער סערוויס, טויש דעיס פאר דו מאכסט א ריווארד סיסטעם.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

שלג זהב האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל:

ריפאנדס סעים דעי - איך וואלט מסכים געווען צו באצאלען זיין fee אויב איך נוץ א קרעדיט קארד, רוב מאל גראדע באצאל איך מיט קעש כדי גרינגער צו מאכן פאר די געשעפטן און זיי שפארן די אלע פי'ס.

3 ביז 7 טעג סטאר קרעדיט וואלט נישט געדארפט זיין אויף בעסיק אייטעם'ס וואס גייט א גאנץ יאר.

וועגן סטאר קרעדיט ביי א סעיל - אינטערעסאנטע נקודה גראדע, קיינמאל נישט געטראכט דערפון, אבער איך רעד פון א גיפט קארד, נישט פון קיין קרעדיט נאך א return, זיי האבן נישט געדארפט אריינלייגן קיין שום עפפארט צו מאכן די סעיל.
סעים דעי - א. אסאך סטארס האבן טאקע אנדערע רולס מיט קעש. ב. קענסט נישט פארשטיין אז אנשטאטס זיך פארענען מיט פי'ס, לאזט ער נישט און גוט שבת?

3 ביז 7 סטאר קרעדיט - איך ווייס נישט פון וועלכע סארט געשעפט דו רעדסט פון, קען איך מיך נישט טענה'ן. אבער בדר"כ האבן געשעפטן א שיין ביסל seasonal items, מאכט ער א רול און שוין.

סעיל - רוב געשעפטן איז עס איין סיסטעם גיפט קארד און רעסיטס פאר ריטורנס.

ביי אלע די שאלות איז אודאי דא room פאר בעסערע קאסטומער סערוויס, מיין פוינט איז אז ס'האט עפעס א חשבון. ס'נישט סתם לדפוק אותנו.

הבהרה: איך האב נישט קיין געשעפט און איך זיץ מיט הונדרעטע דאלערס סטאר קרעדיטס צוליב די רולס.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שלג זהב האט געשריבן:
בילדינג פליפער האט געשריבן:ס'איז נערישקייטן די אלע טענות ווי למשל:
-די געשעפטן האבן אונז פארפאקט.
-שטריימל סוחרים זענען גנבים ( דאס אפשר יא, אויב זיי נערן-איין אן אומוויסענדע)
וכו'וכו'וכו'

ביזנעס איז נישט קיין מוסדות און נישט קיין ארגענעזאציע. מען פרובירט צו מאכן דאס מערסטע געלט מעגליך.


אין דעם פאַל האלט איך ס'איז א נערישע ביזנעס דיסיזשען, אבער גנב? קענסט עפענען א געשעפט וואס נעמט יא קרעדיט קאַרדס אייביג. קענסט גיין א בלאַק אראפ צום קאמפעטישן.
וואו זעסטו איינעם זאגן אז זיי זענען גנבים? זיי האבן אונז פשוט פארפאקט.
ווייל נאכדעם ניצן זיי עטליכע לשה"ק'דיגע ווערטער ווי למשל וחי אחיך עמך און מאכן דיך נאך שפירן גילטי אויב קויפסטו נישט ביי זיי.



Sent from my SM-S911U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

איך בין דייקא מקפיד צו קויפן ביי א איד און שטיצן מיינע ברודערס און שטועסטערס אבער דארט ווען כ'שפיר אז כ'ווער אויסגענוצט, צו ווייל די פרייזן איז יותר משתות צו פאר אנדערע סיבות שונות, פרוביר איך אויך צו געדענקן אז איך בין אויך א איד. ס'איז א טו וועי סטריט

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך בין דייקא מקפיד צו קויפן ביי א איד און שטיצן מיינע ברודערס און שטועסטערס אבער דארט ווען כ'שפיר אז כ'ווער אויסגענוצט, צו ווייל די פרייזן איז יותר משתות צו פאר אנדערע סיבות שונות, פרוביר איך אויך צו געדענקן אז איך בין אויך א איד. ס'איז א טו וועי סטריט

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
כמרגלא בפומי, וחי אחיך עימך איז אויך געזאגט געווארן פארן סטאר אwנער נישט נאר פארן קאסטומער.
איך קויף גראדע יא אסאך ביי היימישע, אבער פ*ק מיט מיך איינמאל און די פארלירסט מיר פאר לייף.
איך פלעיג קויפן אין א היימישע שיך סטור כ׳האב געוויסט אז אנליין איז ביליגער אבער כ׳האב געוואלט שטיצען א משלנו׳ניק, ויהי היום כ׳קויף א שיך ער געט מיך א פרייז פון $180 והנה און אט איך נעם ארויס א קיופון פון %20 אראפ, זאגט ער מיך אז די פרייז פון $180 איז שוין נאכן קיופון, לאל.
דער האט פארדינט אפאר דאלער און פארלוירן א קאסטומער.
דרך אגב אויף עמעזאן איז די זעלבע שיך געוועהן $110 אן קיין קיופון און אן גארנישט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
בילדינג פליפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:35 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

Re: פחות מעשרה? באצאל!

שליחה דורך בילדינג פליפער »

קהל'ס נער האט געשריבן: דרך אגב אויף עמעזאן איז די זעלבע שיך געוועהן $110 אן קיין קיופון און אן גארנישט.
דו צאלסט פאר די סערוויס פון א שיינע געשמאקע געשעפט (האפענטליך) מיט ארבייטערס און שיך אויף "דיספלעי" צו אנטרייען. דו ווייסט נישט זיין overhead.

מען קען נישט געווענליך פארמעסטן אנליין וו"ס א סטאר, א סטאר צאלט מען געווענליך טייערער טאקע פאר די סירוועס.

הגם דיין סיטואַציע מיט דעם שיך געשעפט קען זיין איז איבערגעטריבן טייער, איך ווייס נישט, ס'איז נישט מיין ליין.

איך בין נישט קיין שיסטער סא איך זעה נישט קיין שיך...
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך האב געוואוסט אז ער איז טייער, מיין פראבלעם איז נישט געוועין די פרייז, די סיבה איך האב אים אפגעלאזט איז ווייל ער איז א קאפדרייער און א ליגענער.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

בילדינג פליפער האט געשריבן:איך מיין אז ס'ווערט ווייניגער און ווייניגער געשעפטן וואס בעטן א fee פארן "סווייפן" אינטער $10

און יא, די fee גייט אויף די נערוון און איז לדעתי א שלעכטע ביזנעס דיסיזשען.
גערעכט אז אזעלכע געשעפטן ווערן ווייניגער, אבער דאס איז ווייל די סטארס האבן אנגעהויבען טשארדזען יעדעם איינעםדעי דריי פראצענט מער, נישט קיין חילוק צו די צאלסט מיט קרעדיט קארד אדער קעש, זאל יעדער ליידן…
פארשפארט