די גערער חסידים האבן שוין לאנג געדרוקט א קונטרס 'הקבוצה השלישית' קעגן הרב שאול אלתר פערזענליך. ממילא זעי איך נישט פארוואס די דרשה זאל זיין מער קעגן הגר"ש ווי קעגן גור.עסקן בדברים האט געשריבן:יא, ס׳ קלאר. ער האט קלאר דערמאנט ארום-שיקען צעטלעך צו חסידים מיט דברי גנאי קעגן זייער רבי, וואס דאס איז די עיקר talking point פון גור קעגן אנשי ר׳ שאול. אויך די גאנצע subject פון זיין דרשה איז געווען וועגן רעדן קעגן א צווייטער רבי וואס דאס איז נאר א טענה פון גור קעגן אנשי ר׳ שאול און נישט פארקערט. די טענה פון אנשי ר׳ שאול קעגן גור איז אלימות מיט טעראר פון וואס ער האט בכלל נישט יעצט גערעדט. אינטערסאנט אז ער האט געהאלטן אין איין איבערזאגן אז דעס וואס ער האט גערעדט אפאר וואכן צוריק קעגן אלימות (גור) איז נאר געווען פאר וויז׳ניצע חסידים משא״כ יעצט רעדט ער פאר גאנץ כלל ישראל. ס׳ געווען זייער משמע אז מאיזה טעם שיהי׳ (פרעשור? גור האט איהם איבערגערעדט?) האט ער געוואלט איבערדרייען די קערה על פיה פון זיין גיין קעגן גור אפאר וואכן צוריק.לאמיר זאגן האט געשריבן:נישט געהערט די דרשה, אבער איז קלאר אז ער רעדט דא קעגן ר' שאול, אדער פארקערט גאר?
פרעשור האט מען געלייגט אויף אלע דרשנים, הן דער קארלינער (וואס האט זיי צוריק גע'ענטפערט 'איך האב שוין געזאגט וואס איך האב צו זאגן), און הרב אורן רייך, וואס האט באקומן א לאנגן אימעיל פון די זון פון אחד מחברי הוועדה. הרב רייך האט געזאגט, לויט די רעפארטס, אז פון די סגנון הכתיבה זעט זיך אויס אז דער מחבר ווייסט אליינס אז ער זאגט ליגענט.