דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
ער האט נאך נישט געהאט קיין צייט איינצושלאפן און ער איז שוין נישטא געווען.ברוך שפינוזה האט געשריבן:ממש אזוי, אינמיטן שיר הייחוד, נישט א מינוט פריער און נישט א מינוט שפעטער, איך בין נייגעריג ווי דאס האט געדארפט אויסצוקוקן (ווי ווייט איך ווייס איז ער אוועק אינמיטן שלאף, קען זיין אז ער האט געזאגט שיר הייחוד אין חלום.)לייביששרייבער האט געשריבן:דער הייליגער רשנ''נ מלעלוב פון ב''ב וואס איז אוועק כל נדרי ביינאכט בשעת שיר היחוד
איך האב שווער געארבעט די לעצטע פאר טעג צו שאפן די מספר טלפון צום גבאי'ן וואס איז געווען דארט בשעת מעשה און האט ארויף באגלייגט דעם הייליגען צדיק צו זיין שלאף צימער.
די מעשה פון זיין פטורה איז נאך שענער, ער האט מיר געגעבן א כאראלנאגישע סדר ווי אזוי דער טאג האט אויס געזעהן. עס איז א באשרייבונג פאר זיך.
אבער ווי עס קוקט אויס, איז ער ארויף צו זיין צימער דוקא דאן. ממש א בחינה פון מיתת אהרן הכהן ווי דער פסוק שרייבט אין במדבר פרק כ' פסוק כג' הַפְשֵׁט אֶת-אַהֲרֹן אֶת-בְּגָדָיו וְהִלְבַּשְׁתָּם אֶת-אֶלְעָזָר בְּנוֹ וְאַהֲרֹן יֵאָסֵף וּמֵת שָׁם.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
בערל איך האב געוואלט זאגן די זעלבע זאך, אזוי ווי רוב מענטש בין איך עלטער געווארען און איך האב איינגעזעהן אז מיין רבי פליעט נישט אין הימל און ער האט חסרונות פונקט ווי יעדע מענטש, אבער איך זעה נישט די גרויסע קריזיס, איך האלט ווייטער פון אים פאר זיינע גוטע חלקים און איך קוק אראפ זיינע חסרונות, און איך מיין אז זייער אסאך מענטשן היינט קוקן אזוי אן זייער אייגענע רבי און עס איז גארנישט, אלעס פארט ווייטער...berlbalaguleh האט געשריבן:פינחסבןאלעזר: אני הקטן בין א חסיד פון מיין רבי, נישט ווייל איך האלט אז ער פליעט אין הימל אדער האט רוח הקודש. נאר צוליעב זיינע גוטע מידות פון גמ"ח. ער טוט א סאך טובות פאר מענטשן. אפילו די וואס בארעדן איהם. ער האט אמאל צוזאמגעשטעלט א גרויסן סכום פון געלט פאר א קבוצה פון בחורים/יונגעלייט וואס האבן איהם בארעדט.פנחסבןאלעזר האט געשריבן:איך וואלט געגאנגען פין מיין רבי און חסידות אין א אויגן בליק, ווען איך האב נאר ווי!!
יעדער רבי האט א געוויסע מאס ב"ש, יעדער מענטש האט, עס איז דאך א עולם השקר, סכ"ס איז א חסידות א ביזנעס לשם שמים אין בעסטער פאל.
איך וואלט נישט מייעץ געווען צו טוישן חסידות צוליב אויסגעפונען אז דער רבי איז א פעיק פאוני וכו', צוליב דער פשוטער סיבה אז דער נעקסטער רבי איז מן הסתם דער זעלבער. מען קען איבעראל זיין א קאלטער חסיד ווי פריער געשריבן דורך אנדערע ניקס.
אבער טאמער ליידט מען יסורי הנפש אין א חסידות, דארף מען עס טאקע אדרעסירן ריכטיג.
ער אליין איז א גרויסער תלמיד חכם. ער פיהרט א שיינע קהילה/חסידות. ער לערנט פאר שיעורים. אויך האט ער מגידי שיעור וועלכע לערנען פאר. ער אליין לעבט נישט קיין לוקסוס'דיגן לעבן.
איך קען זיינע מעלות. אויך זיינע חסרונות. ממילא קומט נישט אויס אז איך זאל ווערן דיסאפוינטעד אדער סורפרייזט.
מתחילה האלט איך נישט אז ער איז א מלאך אלוקים. זיינ'ס א ברכה נעם איך אן מיט אן ערנסטקייט. ווען ער ווינטשט אן.
די מענטשן וועלכע גייען מיט די הנחה אז זייער רבי איז א הייליגער איד (במעלת הדברי יואל אדער טאהשער רבי) און זיי געפינען אויס דעם אמת אנדערש, האבן א גוטע סיבה צו ווערן שאק'ט און דיסאפוינטעד.
א יעדער ווייסט פון וועלכע (סארט) רבי'ס מ'רעדט דא. וואס איז די גרויסע שאק?! אז זייער (הייליגע) רבי האט נישט קיין רוח הקודש. און ער איז קארופטירט. פונקט ווי א געוויינליכער בשר ודם.
די מענטשן וועלכע האלטן אז זייער רבי
די פותח האשכול פרעגט א קשיא פאר א צווייטען אין טעאריע, אבער איך בין נישט זיכער אז דער צווייטער עקזיסטירט...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 58
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 4:12 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
געהאט האב איך א רבי עטליכע צוואנציק יאר. א דערהויבענער איד, אן עובד השם, א בעל מופת. כ'האב זיך געפלעגט שטענדיק שואל עצה מיט אים אויף קליינע זאכן ווי אויף גרויסע זאכן, ס'האט ביי מיר ב"ה אלץ געקלאפט ווי א שווייצאריש זייגערל. דאס געזונט, די שלום בית, געהאט ערפאלג ביי די ביזנעס. אלץ איז געגאנגען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.
ווען ער האט זיך אבער פארעלטערט און שוין מער נישט געווען ווי פריער, בין איך אנטוישט געווארן. מיט גרויס צער האב איך אים אפגעזאגט און פון דעמאלטס אן האב איך נישט קיין רבי.
ווען ער האט זיך אבער פארעלטערט און שוין מער נישט געווען ווי פריער, בין איך אנטוישט געווארן. מיט גרויס צער האב איך אים אפגעזאגט און פון דעמאלטס אן האב איך נישט קיין רבי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 595
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
- האט שוין געלייקט: 285 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
וואס איז דיין פראבלעם? דיין לעבן קלאפט ווי א שווייצאריש זייגער'ל, יא רבי נישט רבי. וואס פעהלט דיר אויס א רבי? סתם אן איבעריגע מארטגעדזש אויפן קאפ!בן-עולם-הבא האט געשריבן:געהאט האב איך א רבי עטליכע צוואנציק יאר. א דערהויבענער איד, אן עובד השם, א בעל מופת. כ'האב זיך געפלעגט שטענדיק שואל עצה מיט אים אויף קליינע זאכן ווי אויף גרויסע זאכן, ס'האט ביי מיר ב"ה אלץ געקלאפט ווי א שווייצאריש זייגערל. דאס געזונט, די שלום בית, געהאט ערפאלג ביי די ביזנעס. אלץ איז געגאנגען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.
ווען ער האט זיך אבער פארעלטערט און שוין מער נישט געווען ווי פריער, בין איך אנטוישט געווארן. מיט גרויס צער האב איך אים אפגעזאגט און פון דעמאלטס אן האב איך נישט קיין רבי.
- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
ער דארף נישט האבן א attachment צו זיין טאטע אזוי ווי א חסיד צו א רבי, ממילא דארף עס נישט צו עפעקטן זיין לעבן פערזענליך.סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:צום קעפל
וואס געשעהט אויב איינער זעהט איין גאר א גרויסער חסרון אין זיין טאטע?
למשל ער געפינט אויס אז זיין טאטע איז א גנב! אדער נאך ערגערע זאכן!
כיבוד אב איז שוין א צווייטע נושא. בפשטות קען ער אים אפגעבן זיין כבוד כראוי, נישט קיין חילוק וואס ער האלט אויף אים פערזענליך. ער האט אים דאך אראפגעברענגט אויף די וועלט, און דאס פארפליכטעט דאס קינד צו מכיר טוב זיין אויף א מינימאלע פארנעם.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:41 am
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
א גוטע וואך אלע יושבים, דאס איז מיין ערשטע קאמענטור דא, איך האף איך טוה דעס צו די זאך.
די נושא האט מיר געכאפט דאס אויג, ווייל אפלאזן א חסידות/חצר/קהילה בימנו, איז געווארן אחד מעבירות חמורות.
יידישקייט האט באקומען אן אנדערן פנים. לצערנו, און דאס איז געווארן אחד מעיקרי הדת.
ס'איז למעשה נאך א סימפטאם צו די אויבערפלעכליכקייט פונעם דור אחרון, פריערדיגע דורות איז מען געפארן אהין און אהער און עס האט קיינעם נישט געבאדערט.
היינט איז עס געווארן א גאנצע יהרג ואל יעבור, און די משפחה ווערט צופליקט און ס'איז א הימל געשריי.
שוין, אבער דאס איז עס, קען מען דאך נישט טוישן דעם דור, דא לעבן מיר און פארטיג.
עכ"פ הנוגע לענייננו.
איך מיין אז ס'איז שטארק תלוי און כמה עניינים, ס'איז יעדע פלאץ לגופו של דבר ולגופו של ענין. קען מען אויף דעם ממליץ זיין די דריי עניינים פון די משנה.
ערשטנס - מאין באת [איך למשל געהער אויף א פלאץ ווי מ'קען קומען צום רבי'ן אליין זאגן אז מ'וויל אפלאזן, ער נעמט עס אהן מורא'דיג העפליך און געשמאק און העלפט אפילו צו צו משכנע זיין די משפחה, פון מאל צו מאל].
האט אמאל א קלוגער לץ געזאגט, ווען איך וועל מיך אויס מיינע מחותנים, טראכט איך נישט וועגן די חתונה, איך טראכט וועגן דעם גט און ווי שווער ס'גייט זיין...
ס'דא פלעצער ווי דאס אפלאזן קאסט כוחות נפש, בלוט און שווייס און אמאל געזונט ממש. מ'דארף וויסן אם הצר שווה בנזק המלך, [און אסאך מאל דווקא וועגן דעם וויל מען אפלאזן און ס'ווערט ביטער און שווער].
צווייטנס - לאן אתה הולך, איז דען די פלאץ ווי דו צילסט בעסער? האסט אלעס א דורך גענומען? ווייסטו דען וואס דארט גייט פאר פון אינעווייניג, מ'דארף גוט זעהן ס'זאל נישט זיין קיין מצב אז נאך די גאנצע פלג ביסטו געווען המחליף פרה בחמור.
דריטנ'ס, לפני מי אתה עתיד וכו', טאטע שווער ווייב קינדער... וד"ל

דער רבי זאל געזונט זיין, און אלע חסידים זאלן טאנצן, ב"ה ב"ה