דיסאפוינטמעט אין מיין רבי/שיטה/גדול

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

ער איז ארויף אין זיין צימער און דער ציבור האט ממשיך געווען מיט שיר היחוד. עס איז געווען דערנאך 5 מינוט שפעטער.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:דער הייליגער רשנ''נ מלעלוב פון ב''ב וואס איז אוועק כל נדרי ביינאכט בשעת שיר היחוד
ממש אזוי, אינמיטן שיר הייחוד, נישט א מינוט פריער און נישט א מינוט שפעטער, איך בין נייגעריג ווי דאס האט געדארפט אויסצוקוקן :lol: (ווי ווייט איך ווייס איז ער אוועק אינמיטן שלאף, קען זיין אז ער האט געזאגט שיר הייחוד אין חלום.)
ער האט נאך נישט געהאט קיין צייט איינצושלאפן און ער איז שוין נישטא געווען.
איך האב שווער געארבעט די לעצטע פאר טעג צו שאפן די מספר טלפון צום גבאי'ן וואס איז געווען דארט בשעת מעשה און האט ארויף באגלייגט דעם הייליגען צדיק צו זיין שלאף צימער.

די מעשה פון זיין פטורה איז נאך שענער, ער האט מיר געגעבן א כאראלנאגישע סדר ווי אזוי דער טאג האט אויס געזעהן. עס איז א באשרייבונג פאר זיך.

אבער ווי עס קוקט אויס, איז ער ארויף צו זיין צימער דוקא דאן. ממש א בחינה פון מיתת אהרן הכהן ווי דער פסוק שרייבט אין במדבר פרק כ' פסוק כג' הַפְשֵׁט אֶת-אַהֲרֹן אֶת-בְּגָדָיו וְהִלְבַּשְׁתָּם אֶת-אֶלְעָזָר בְּנוֹ וְאַהֲרֹן יֵאָסֵף וּמֵת שָׁם.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פנחסבןאלעזר האט געשריבן:איך וואלט געגאנגען פין מיין רבי און חסידות אין א אויגן בליק, ווען איך האב נאר ווי!!

יעדער רבי האט א געוויסע מאס ב"ש, יעדער מענטש האט, עס איז דאך א עולם השקר, סכ"ס איז א חסידות א ביזנעס לשם שמים אין בעסטער פאל.

איך וואלט נישט מייעץ געווען צו טוישן חסידות צוליב אויסגעפונען אז דער רבי איז א פעיק פאוני וכו', צוליב דער פשוטער סיבה אז דער נעקסטער רבי איז מן הסתם דער זעלבער. מען קען איבעראל זיין א קאלטער חסיד ווי פריער געשריבן דורך אנדערע ניקס.

אבער טאמער ליידט מען יסורי הנפש אין א חסידות, דארף מען עס טאקע אדרעסירן ריכטיג.
פינחסבןאלעזר: אני הקטן בין א חסיד פון מיין רבי, נישט ווייל איך האלט אז ער פליעט אין הימל אדער האט רוח הקודש. נאר צוליעב זיינע גוטע מידות פון גמ"ח. ער טוט א סאך טובות פאר מענטשן. אפילו די וואס בארעדן איהם. ער האט אמאל צוזאמגעשטעלט א גרויסן סכום פון געלט פאר א קבוצה פון בחורים/יונגעלייט וואס האבן איהם בארעדט.

ער אליין איז א גרויסער תלמיד חכם. ער פיהרט א שיינע קהילה/חסידות. ער לערנט פאר שיעורים. אויך האט ער מגידי שיעור וועלכע לערנען פאר. ער אליין לעבט נישט קיין לוקסוס'דיגן לעבן.

איך קען זיינע מעלות. אויך זיינע חסרונות. ממילא קומט נישט אויס אז איך זאל ווערן דיסאפוינטעד אדער סורפרייזט.

מתחילה האלט איך נישט אז ער איז א מלאך אלוקים. זיינ'ס א ברכה נעם איך אן מיט אן ערנסטקייט. ווען ער ווינטשט אן.

די מענטשן וועלכע גייען מיט די הנחה אז זייער רבי איז א הייליגער איד (במעלת הדברי יואל אדער טאהשער רבי) און זיי געפינען אויס דעם אמת אנדערש, האבן א גוטע סיבה צו ווערן שאק'ט און דיסאפוינטעד.

א יעדער ווייסט פון וועלכע (סארט) רבי'ס מ'רעדט דא. וואס איז די גרויסע שאק?! אז זייער (הייליגע) רבי האט נישט קיין רוח הקודש. און ער איז קארופטירט. פונקט ווי א געוויינליכער בשר ודם.

די מענטשן וועלכע האלטן אז זייער רבי
בערל איך האב געוואלט זאגן די זעלבע זאך, אזוי ווי רוב מענטש בין איך עלטער געווארען און איך האב איינגעזעהן אז מיין רבי פליעט נישט אין הימל און ער האט חסרונות פונקט ווי יעדע מענטש, אבער איך זעה נישט די גרויסע קריזיס, איך האלט ווייטער פון אים פאר זיינע גוטע חלקים און איך קוק אראפ זיינע חסרונות, און איך מיין אז זייער אסאך מענטשן היינט קוקן אזוי אן זייער אייגענע רבי און עס איז גארנישט, אלעס פארט ווייטער...

די פותח האשכול פרעגט א קשיא פאר א צווייטען אין טעאריע, אבער איך בין נישט זיכער אז דער צווייטער עקזיסטירט...
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

דאס איז גערעדט ווי א @בעל אחריות, ווען מען ווייסט לכתחילה אז דער רבי איז א מענטש ווי מיר אלע נאר ער האט א כח הנהגה און איז א גוטער ערליכער מענטש מער ווייניגער ווערט מען נישט דיסאפוינטעד.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

צום קעפל
וואס געשעהט אויב איינער זעהט איין גאר א גרויסער חסרון אין זיין טאטע?
למשל ער געפינט אויס אז זיין טאטע איז א גנב! אדער נאך ערגערע זאכן!
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:צום קעפל
וואס געשעהט אויב איינער זעהט איין גאר א גרויסער חסרון אין זיין טאטע?
למשל ער געפינט אויס אז זיין טאטע איז א גנב! אדער נאך ערגערע זאכן!
היינו הך
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
בן-עולם-הבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 06, 2020 4:12 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך בן-עולם-הבא »

געהאט האב איך א רבי עטליכע צוואנציק יאר. א דערהויבענער איד, אן עובד השם, א בעל מופת. כ'האב זיך געפלעגט שטענדיק שואל עצה מיט אים אויף קליינע זאכן ווי אויף גרויסע זאכן, ס'האט ביי מיר ב"ה אלץ געקלאפט ווי א שווייצאריש זייגערל. דאס געזונט, די שלום בית, געהאט ערפאלג ביי די ביזנעס. אלץ איז געגאנגען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.

ווען ער האט זיך אבער פארעלטערט און שוין מער נישט געווען ווי פריער, בין איך אנטוישט געווארן. מיט גרויס צער האב איך אים אפגעזאגט און פון דעמאלטס אן האב איך נישט קיין רבי.
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

בן-עולם-הבא האט געשריבן:ווען ער האט זיך אבער פארעלטערט און שוין מער נישט געווען ווי פריער, בין איך אנטוישט געווארן. מיט גרויס צער האב איך אים אפגעזאגט און פון דעמאלטס אן האב איך נישט קיין רבי.
איך בין עוועלעבל
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

בן-עולם-הבא האט געשריבן:געהאט האב איך א רבי עטליכע צוואנציק יאר. א דערהויבענער איד, אן עובד השם, א בעל מופת. כ'האב זיך געפלעגט שטענדיק שואל עצה מיט אים אויף קליינע זאכן ווי אויף גרויסע זאכן, ס'האט ביי מיר ב"ה אלץ געקלאפט ווי א שווייצאריש זייגערל. דאס געזונט, די שלום בית, געהאט ערפאלג ביי די ביזנעס. אלץ איז געגאנגען אויפן שענסטן און בעסטן אופן.

ווען ער האט זיך אבער פארעלטערט און שוין מער נישט געווען ווי פריער, בין איך אנטוישט געווארן. מיט גרויס צער האב איך אים אפגעזאגט און פון דעמאלטס אן האב איך נישט קיין רבי.
וואס איז דיין פראבלעם? דיין לעבן קלאפט ווי א שווייצאריש זייגער'ל, יא רבי נישט רבי. וואס פעהלט דיר אויס א רבי? סתם אן איבעריגע מארטגעדזש אויפן קאפ!
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

אויב האסטו פרנסה, משפחה, מוסדות פאר די קינדער, דאן זיץ רואיג. אויב ח"ו האסטו נישט איינע פון די אויבן דערמאנטע דאן אדרעסיר דעם פראבלעם. לאז דיך אפ מיט דיין רביס פראבלעמען. וועסט אים סיי ווי נישט געווינען. קאנצעטריר זיך אין מאכן דיין פרנסה, משפחה, בעסער אין באקוועמער.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:צום קעפל
וואס געשעהט אויב איינער זעהט איין גאר א גרויסער חסרון אין זיין טאטע?
למשל ער געפינט אויס אז זיין טאטע איז א גנב! אדער נאך ערגערע זאכן!
ער דארף נישט האבן א attachment צו זיין טאטע אזוי ווי א חסיד צו א רבי, ממילא דארף עס נישט צו עפעקטן זיין לעבן פערזענליך.
כיבוד אב איז שוין א צווייטע נושא. בפשטות קען ער אים אפגעבן זיין כבוד כראוי, נישט קיין חילוק וואס ער האלט אויף אים פערזענליך. ער האט אים דאך אראפגעברענגט אויף די וועלט, און דאס פארפליכטעט דאס קינד צו מכיר טוב זיין אויף א מינימאלע פארנעם.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
ירושלימער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:41 am
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך ירושלימער »

א גוטע וואך אלע יושבים, דאס איז מיין ערשטע קאמענטור דא, איך האף איך טוה דעס צו די זאך.
די נושא האט מיר געכאפט דאס אויג, ווייל אפלאזן א חסידות/חצר/קהילה בימנו, איז געווארן אחד מעבירות חמורות.
יידישקייט האט באקומען אן אנדערן פנים. לצערנו, און דאס איז געווארן אחד מעיקרי הדת.

ס'איז למעשה נאך א סימפטאם צו די אויבערפלעכליכקייט פונעם דור אחרון, פריערדיגע דורות איז מען געפארן אהין און אהער און עס האט קיינעם נישט געבאדערט.
היינט איז עס געווארן א גאנצע יהרג ואל יעבור, און די משפחה ווערט צופליקט און ס'איז א הימל געשריי.
שוין, אבער דאס איז עס, קען מען דאך נישט טוישן דעם דור, דא לעבן מיר און פארטיג.

עכ"פ הנוגע לענייננו.
איך מיין אז ס'איז שטארק תלוי און כמה עניינים, ס'איז יעדע פלאץ לגופו של דבר ולגופו של ענין. קען מען אויף דעם ממליץ זיין די דריי עניינים פון די משנה.

ערשטנס - מאין באת [איך למשל געהער אויף א פלאץ ווי מ'קען קומען צום רבי'ן אליין זאגן אז מ'וויל אפלאזן, ער נעמט עס אהן מורא'דיג העפליך און געשמאק און העלפט אפילו צו צו משכנע זיין די משפחה, פון מאל צו מאל].
האט אמאל א קלוגער לץ געזאגט, ווען איך וועל מיך אויס מיינע מחותנים, טראכט איך נישט וועגן די חתונה, איך טראכט וועגן דעם גט און ווי שווער ס'גייט זיין...
ס'דא פלעצער ווי דאס אפלאזן קאסט כוחות נפש, בלוט און שווייס און אמאל געזונט ממש. מ'דארף וויסן אם הצר שווה בנזק המלך, [און אסאך מאל דווקא וועגן דעם וויל מען אפלאזן און ס'ווערט ביטער און שווער].

צווייטנס - לאן אתה הולך, איז דען די פלאץ ווי דו צילסט בעסער? האסט אלעס א דורך גענומען? ווייסטו דען וואס דארט גייט פאר פון אינעווייניג, מ'דארף גוט זעהן ס'זאל נישט זיין קיין מצב אז נאך די גאנצע פלג ביסטו געווען המחליף פרה בחמור.

דריטנ'ס, לפני מי אתה עתיד וכו', טאטע שווער ווייב קינדער... וד"ל
דער רבי זאל געזונט זיין, און אלע חסידים זאלן טאנצן, ב"ה ב"ה
פארשפארט