אז מ׳האט געשמועסט איבער דאס ארויסהייבן תענוג, ואפילו העכער לאגיק, ובפרט וואו עס עפּלייט צו א רעליגיעזע מהלך החיים ודת, האב איך געהאט א שמועס מיט א חבר מיינער מענין לענין באותו ענין. ער האט גע׳טענה׳ט, אינעם קאנטעקסט פונעם חרדי׳שן שידוכים סיסטעם, אז אַן עיקר פראבלעם פון דעם, וממילא חרדיזם בכלליות וג״כ רעליגיע נאך מער על הכלל, איז אז די קינדער ״עקספּיריענסען נישט
לייף״ וועגן דעם. זיי וואלטן ווען געדארפט גיין אין קאלעדזש און האבן די עקספּיריענסעס פון רילעישאנשיפּס און רידזשעקשאנס; סיי די שוועריקייטן דערפון און סיי די ענדזשוימענטס דערפון. ווי אויך זיך באקענען מיט קולטורן, אנדערע מענטשן, און בכלליות ״זעהן וואס די וועלט איז״. און ערשט דערנאך זוכן א מעיט ביי די 25 צי שפעטער. דאס איז אלעס אפגעזעהן צי ווען מ׳מאכט זיי למעשה חתונה עפ״י די ״סיסטעם״, זענען זיי צופרידען און העפּי, צי אפילו באהבה. ער האט דאס צוגעגליכן צו א מענטש וואס עסט און באקומט זיינע באדערפענישן דורך IV אנשטאטס עסן מיט׳ן מויל. ביידע באקומען עס, אבער דער וואס עקטשועלי ״עסט״ דאס האט אט די עקספּיריענס, לעומת דער וואס באקומט דאס דורך IV.
עס איז וויכטיג צו באמערקן אז זיין טענה איז, ווי איך האב פארשטאנען, אפגעזעהן פון די פאלגענדע פאקטארן - זיין טענה איז
נישט בנוגע די פאלגענדע פאקטארן:
* איבער ענדערשער סתם אזוי שפעט חתונה האבן. מיינענדיג, אז מ׳זאל ענדערשער שפעטער חתונה האבן, פשוט אלס׳ן דאס זיין מער מעטשור. און נישט דוקא מכח אז ער/זי איז געגאנגען דורכגיין ״עקספּיריענסעס״, נאר פשוט אלס דעם אז זיי זענען עלטער און האבן מער דעת ווי אזוי צו בעסער האנדלען מיט מענטשן און דאס לעבן בסתם, אָן גיין עקטיוולי סאליסיטן ״עקספּיריענסעס״ פּער סעי. אין קורצן, די טענה איז נישט איבער קעגן דאס בעצם חתונה האבן אינג.
* ווי אויך איז די טענה דא נישט איבער דעם אז זיי דארפן גיין אין קאלעדזש כדי צו
שטודירן כדי לקנות חכמה; עס איז די ״עקספּיריענס פון לייף״.
* דאס זעלבע איז בנוגע פרנסה: זיין טענה איז גילטיג אפילו ווען די עלטערן זענען גאר רייך און האבן געוואונען די לאטערי, און עס איז נישט דייקא וויכטיג פאר׳ן קינד צו גיין שטודירן כדי לחיות.
* ועוד, איז די טענה אויך נישט איבער דעם צי די חרדי׳שע שידוכים סיסטעם איז עטיש און/אדער ארבעט למעשה בעצם צי נישט. מיינענדיג, אז עס איז נישט קיין ״נאָמבּערס געים״ טענה איבער וואו מענטשן זענען מער צופרידן ובאהבה מיט׳ן לעבנ׳ס-שותף, צי אינעם סעקולארן וועלט צי אינעם ערעינדזשד שידוך סיסטעם. אפילו מ׳זאל שוין מודה זיין אז בדרך כלל צי עפ״י רוב, זענען מענטשן מער ״העפּי״ און צופרידן ובאהבה מיט׳ן לייף-מעיט דורכ׳ן ערעינדזשד חרדי׳שע סיסטעם ווי אינעם סעקולארן וועלט, איז זיין טענה נאך אלס במקומה עומדת.
* און צום לעצט, איז, כמובן, נישט די טענה איבער ריבוי הילדים וואס חרדי׳שע קאָפּלס האבן. אפילו זיי האבן ווייניג קינדער מאיזה סיבה, איז זיין טענה נאך אלס במקומה עומדת.
איך פארשטיי אז מ׳קען טענה׳ן אז מ׳קען נישט דיסענטענגלען ״עקספּיריענס פון לייף״ פון אט די וועריעבּלס.
איך פּערזענליך בין נישט געווען איבערצייגט פון זיין טענה. עס האט מיר דערמאנט פון דאס וואס איך האב
צוגעברענגט דר. ראבּערט נאָזיק׳ס טענה קעגן שיטת ה
העדאניזם, וואס נעמט אָן אז נאר תענוג איז וואס איז גוט און וואס מאכט אויס. ער האט גע׳טענה׳ט אז לו יצוייר אז עס איז דא א סארט מאשין צו וועלכע מ׳קען זיך צוטשעפענען/באהעפטן אזוי אז מ׳וועט פיהלן אלע עקספּיריענסעס און תענוגים שייך, כל זמן ער איז באהאפטען דערצו. און ער וועט נישט פיהלן קיין שום מין צער ועגמת נפש בשעת ער איז באהאפטן דערצו. און בשעת ער איז באהאפטן דערצו וועט ער אפילו נישט וויסן אז ער איז צוגעטשעפעט/באהאפטן דערצו, ווי אויך וועלן אלע זיינע פיזיאלאגישע באדערפענישן פונעם מענטש ווערן ערגענצט כל ימי חייו בשעת ער איז באהאפטען צום מאשין. בקיצור, גן עדן כפשוטו. האט דר. נאָזיק גע׳טענה׳ט אז עס איז
דאך ראציאנאל פאר א מענטש צו זאגן אז ער וויל נישט זיין באהאפטן דערצו, און ער וויל ״עקספּיריענסן״ לעבן כמו שהיא; עס פעהלט אים ״עפעס״ טאמער ער באהעפט זיך דערצו. וממילא צייגט דאס אז ״תענוג״ איז ל״ד די איינציגסטע גוטס און וועליוּ.
האב איך אבער געקלערט אז אפילו נניח אז ער איז גערעכט, און אז עס איז טאקע ראציאנאל פאר א מענטש דאס אפצוזאגן, איז אבער לכאורה כו״ע מודי אז עס איז זיכער נישט
אומראציאנאל פאר א מענטש צו
יא וועלן באהאפטן ווערן דערצו. איז דאס דען נישט די תקוה פונעם מענטשהייט צו ״גן עדן״ והתענוג שבו (לאחר המות)? אין אנדערע ווערטער, מ׳קען ״דיפענדן״ איינער וואס באהעפט זיך נישט דערצו, און וויל עסן ״דוקא מיט׳ן מויל״ און אלע צער וואס קומט מיט מיט׳ן ״ממש״ עקספּיריענסן לייף. אבער דער וואס באהעפט זיך צום מאשין, און ״עסט מיט׳ן IV״ (אפילו מ׳זאל שוין יא זאגן אז די משל האלט), אָן קיין שום צער ורק בתענוג, און עקספּיריענסד נישט ״ממש״ לייף,
דארף ניטאמאל קיין דעפענס.
(דאס האט טאקע קלאנגען פון די שוועריקייט אויפ׳ן אירענעיען טעאדיסי אדער דר. דזשאן היק׳ס ״נשמה-מאכן״ טעאדיסי וכדומה. זיי ענטפערן אויף די פראבלעם פון שלעכטס, מער-ווייניגער, אז די רעות זענען בעצם לטובתינו, און אט דאס ברענגט ארויס די שיינקייט און ״עקספּיריענס״ פון די וועלט ובריאה על הכלל, און אט דאס ״מאכט״ אונז וכו׳; אזא סארט כעין נהמא דכיסופא. אויב האלט מען אז דאס איז נישט קיין שטארקע תירוץ אויפ'ן פראבלעם פון שלעכטס, איז מען דאך מסכים צו וואס איך זאג דא. ואיה"נ אז אין דעם אליין קען ווערן א "נאָמבּערס געים" איבער "ווי סאך" צער/שלעכטס פעהלט אויס פאר דעם.)
האט מיך אבער מיין ווייב געפרעגט דערויף אז, ווי איך האב שוין מערערע מאל
דערמאנט מדזשאן סטוערט מיל, ״איז דאך בעסער צו זיין אַן אומצופרידענער מענטש, ווי איידער א צופרידענער חזיר. און עס איז בעסער צו זיין אַן אומצופרידענער סקראט/חכם, ווי איידער א צופרידענער נאַר.״ און אויב אזוי איז דאך דאס אז יענער איז כסדר בתענוג, אזוי ווי דער חזיר צי נאַר וואס איז אזוי. און דאס אז דער מענטש, וואס איז נישט אזוי, איז בעסער ווי דעם איז דאך מכח דעם אז זיין קאַנשׁעס עקספּיריענסעס זענען מער.
האב איך אבער גע׳ענטפערט אז דאס איז ל״ד מכח די ״עקספּיריענס פון לייף״, ווי איידער מכח פארשטאנד וחכמה וואס פעהלט פאר׳ן חזיר ונאַר לעומת דער מענטש וחכם. דא אבער, ווי געשמועסט אינעם צווייטן בּולעט פּוינט, איז נישט די געדאנק מכח חכמה וואס פעהלט. פארקערט, מ׳קען זאגן אז אין די נאָזיק ״עקספּיריענס/תענוג מאשין״ איז אויך דא די השגת חכמה וואס ברענגט די תענוג לעוה״ב וואס דער רמב״ם דערמאנט בפי׳ המשנה שלו בהקדמתו לפ׳ חלק. דא איז די געדאנק און טענה
נאר מכח דעם אז מ׳עקספּיריענסד נישט ״לייף״ צום פולסטן, וואס באדייט אז מ׳האט נישט די סטראָגלס, עגמת נפש, און רידזשעקשאנס פון לייף. און טאמער איז
נאר דאס די יתרון פונעם מענטש וחכם אויפ׳ן חזיר ונאַר, דאן שטייען די חזיר ונאַר טאקע יא בעסער פון זיי.
הכלל, איך פּערזענליך וואלט נישט געטוישט פונעם ״IV״ צום ״עסן״, as defined - איך וואלט מיך באהאפטן צו נאָזיק'ס ״עקספּיריענס/תענוג מאשין״. קען טאקע זיין אז איך בין פון די וואס זענען לאָקי עם אשתי (ווי געזאגט אינעם פערטן בּולעט פּוינט, נעמט מען דא נישט קיין שטעלונג צי די חרדי'שע/חסידי'שע שידוכים סיסטעם איז למעשה, עכ״פ צום מערסטענסט, עפעקטיוו למצוא לאדם
האשה אשר יאהב).
ואולי, ווי מיין שוואגער זאגט מיר, אז ווען נישט די שידוכים סיסטעם וואלט איך ווען געווען אַן incel און פון די וואס באדארפן צו זיין פון די חסידים פון דזשאָרדען פּיטערסאן. יתכן (איך האף אבער אז אָן די מיסאַדזשעני). ולכן, קען טאקע זיין אז איך בין א נוגע.
דאס אלעס דערמאנט פון
דעם זמר.
***
דאס וואס איך שרייב כסדר "ג-ט" אָן עס ארוסשרייבן מיט'ן "א'"
(אלופו של עולם) אינדערמיט אינגאנצן, עכ"פ ווען עס איז אינעם קאנטעקסט פון קודש און נישט חול, איז מיוסד אויף דאס וואס דער יערות דבש (
ח"א ד"ד) שרייבט לגבי דאס'ן ארויסזאגן "ג-ט" בלשון אשכנז אז עס איז הזכרת ש"ש לבטלה ע"ש. הגם אז דער אגרות משה (
או"ח ח"ב סימן כה) איז דאס יא מתיר צו זאגן בלשון ענגליש ואפילו בגילוי ראש ע"ש.
(וידוע אז הרב שלום קלעס ז"ל, דער מייסד פונעם Jewish Press, האט דאס איינגעפירט אז מ'זאל ארויסשרייבן "ג-ט/G-d" אָנעם "א'" אדער O'.)