בחור, שא נא עיניך וראה מה את בורר לך.. תנו עיניכם ליופי וכו'

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4263
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3674 מאל

בחור, שא נא עיניך וראה מה את בורר לך.. תנו עיניכם ליופי וכו'

שליחה דורך טאמבל סאס »

חמשה עשר באב
ביי אונז אידן איז חמשה עשר באב שטענדיג געפראוועט געווארן ווי א טאג פון איבערבעטונג און ליבע. מקורות צו דעם טאג טרעפן מיר שוין אין ספר שופטים, אבער קיין קלארע דאטום געפינען מיר נישט דערויף אין פסוק, אבער אין מסכת תענית ווערט באשטימט א דאטום לכבוד דעם יו"ט. און ווי מיר זעהן אין חז"ל האבן זיי דעם חג באטיטול'ט מיט א ספעציעלן פראזע "לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים". אין דעם טאג זענען די אידן ארויס מיט געבארגטע טייערע ווייסע קליידער און די פרויען זענען ארויס אין די וויינגערטנער טאנצן פאר זיי, כדי צו טרעפן זייער פּאָר – די מענער וועלכע זענען נאכגעקומען אין זייערע פיסטריט.

אין פלגש בגבעה (שופטים כא) זעהען מיר די ערשטע דערמאנט א געדענקעניש פאר דעם יו"ט. און עס ווערט באצייכנט ווי א חג וואס מ'האט געפייערט "מימים ימימה" דאס הייסט יערליך. די מעשה פון פילגש בגבעה ווייסט מסתמא יעדער, איז געווען ווען א באנדע יונגע בורוואנעס – מענטשן פון שבט בנימין האבן גערעיפט א פילגש פון א מאן פון שבט לוי וואס איז געקומען איינשטיין אינעם גבעה, און גורם געווען צו איר טויט. אין רעזולטאט פונעם אינצידענט, האט כלל ישראל פארלאנגט פון שבט בנימין ארויסצוגעבן די שולדיגע אינעם מארד, אבער ווען בנימין האט זיך אנטזאגט, אויסצוגעבן די לאבוס'עס, כדי זיי צו קענען דן זיין ווי עס קומט זיך זיי, איז דאס אידישע פאלק געגאנגען אין מלחמה מיט אירע אייגענע ברודער שבט בנימין און אפילו געשוואוירן נאכ'ן קריג, נישט צוגעבן זייערע טעכטער פאר די ביסל לעבן פארבליבענע פונעם שבט. נאכדעם וואס בנימין איז שיער גענצליך אויסגעראכטן און פארניכטעט געווארן, פונעם מלחמה און אויך פון די מאנגל אין מיידלעך, האבן די אידן באדויערט און חרטה געהאט אויף זייער שבועה, און געזוכט וויאזוי דאס פאררעכטן און אפראטעווען א שבט פון אונטערגיין.
זענען זיי אויפגעקומען מיט א געדאנק. געהייסן די אינגע בחורים פון שבט בנימין גיין אויף זייער אייגענע אינציאטיווע צו די וויינגערטנער פון שילה און "פארכאפן" פון צווישן די טענצער זייער פאר'ל.

וַיֹּאמְרוּ יְרֻשַּׁת פְּלֵיטָה לְבִנְיָמִן וְלֹא יִמָּחֶה שֵׁבֶט מִיִּשְׂרָאֵל. וַאֲנַחְנוּ לֹא נוּכַל לָתֶת לָהֶם נָשִׁים מִבְּנוֹתֵינוּ כִּי נִשְׁבְּעוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר אָרוּר נֹתֵן אִשָּׁה לְבִנְיָמִן. וַיֹּאמְרוּ הִנֵּה חַג ה' בְּשִׁלוֹ מִיָּמִים יָמִימָה אֲשֶׁר מִצְּפוֹנָה לְבֵית אֵל מִזְרְחָה הַשֶּׁמֶשׁ לִמְסִלָּה הָעֹלָה מִבֵּית אֵל שְׁכֶמָה וּמִנֶּגֶב לִלְבוֹנָה. וַיְצַוֻּ אֶת בְּנֵי בִנְיָמִן לֵאמֹר לְכוּ וַאֲרַבְתֶּם בַּכְּרָמִים. וּרְאִיתֶם וְהִנֵּה אִם יֵצְאוּ בְנוֹת שִׁילוֹ לָחוּל בַּמְּחֹלוֹת וִיצָאתֶם מִן הַכְּרָמִים וַחֲטַפְתֶּם לָכֶם אִישׁ אִשְׁתּוֹ מִבְּנוֹת שִׁילוֹ וַהֲלַכְתֶּם אֶרֶץ בִּנְיָמִן
– שופטים כא, יז–כא

לויט ווי דער פסוק מאלט עס אראפ, רעדט מען דא איבער א יו"ט וואס האט קשר געהאט מיט די וויינגערטנער, ווארשיינליך אין פארבינדונג צום אקארשט פארענדיגטן שניט. ט"ו באב געפאלט אינמיטן דעם טרויבן-שניט, וואס דויערט געווענליך פון יולי ביז סעפטעמבער. די שייכות צווישן וויינגערטנער און ליבע טרעפן מיר שוין אין שיר השירים: "אשכול הכפר דודי לי בכרמי עין גדי" (שיר השירים א, יד) "אשקך מיין הרקח מעסיס רמני" (שם ח, ב) און די הולאנקעס און פריידיגע טעג אין די כרמים ווערן דערמאנט אין נאך אנדערע פלעצער אין תנ"ך.
אין די משנה ענדע מסכת תענית ווערט דער יו"ט באצייכנט אייניג מיט איר שטאנד ממש ווי יום כיפורים.

אמר רבן שמעון בן גמליאל: לא היו ימים טובים לישראל כחמשה-עשר באב וכיום הכיפורים, שבהן בני ירושלם יוצאין בכלי לבן שאולים, שלא לבייש את מי שאין לו‏ – כל הכלים טעונים טבילה – ובנות ירושלם יוצאות וחולות [=מחוללות] בכרמים. ומה היו אומרות: שא נא עיניך, בחור, וראה מה את בורר לך; אל תתן עיניך בנוי – תן עיניך במשפחה.‏
נאך א רייע געשעהענישן האבן פאסירט אין דעם טאג אין לויף פון אידישע היסטאריע, אבער דאס וועלן מיר מוזן לאזן פאר א צווייטער, א צווייט מאל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר